Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן
די תגובה איז דא אזוי שטארק אין איינקלאנג מיט די "רעלאטיוו / אבסעלוט" לינק אין דיין אונטערשריפט, ס'איז נישט פאני.ממוצע האט געשריבן:[
ס'איז טאקע דא די חלק פון אינדעווידיואליזם. ס'איז טאקע זייער וויכטיג. פשוט אזוי. האסט עס זייער זייער גוט ארויסגעברענגט.
בטבע בין איך מער אין די ענין פון 'מקיפין'... ס'איז מיר אלעמאל שווער געווען צו ארייננעמען אין קאפ הלכות וואס זענען זייער דיטעיל אריענטירט. אן באלעבן די לומדות און עמקות דערפון. דאס איז יא א חציצה, און דאס נישט. די פרי איז יא די סדר צו עסן רוי, און די נישט. וואס איך שרייב איז שטארק מיוסד אויף מיין נאטור.. אבער איך האלט אויך אז ס'איז אמת...
ס'איז דא אזא מין זאך ווי א לייף קאוטש. וואס זאל איך טוהן אין אזא פאל? אזוי און אזוי. און וואס זאל איך טוהן אין אזEE פאל? אזEE און אזEE... נאכדעם איז דא וואס מ'שטייגט צוזאמען מיט קליענט, אין א גוטע און געזונטע און עקסעפטעבל ענווייראמענט. איך האלט שטארק פון די צווייטע מהלך.
ס'האט מיר גענומען יארן צו כאפן אז ס'זענען דא מענטשן וואס ווערן אויף אן אמת נשפע פון איין איינצעלנע עפיזאד אין לעבן. יא, ס'זענען דא מענטשן וואס קענען דיר זאגן אז זיי האבן געהערט א דרשה פון איינעם איינמאל, און עס האט געטוישט זייער לעבן אויף א בולט'דיגע אופן. איך פאר מיר קען נישט אזוי זאגן. איך קען זאגן אז געוויסע לאנגע רילעישאנשיפס מיט מענטשן האבן געפארעמט מיין לעבן. אבער איך ווייס נישט אויב איך קען אזוי זאגן אויף א ספעציפישע איינצעלנע עפיזאד. און אין אלגעמיין פיל איך אז דאס איז סוכ"ס דער אמת ביי רוב מענטשן. אפילו אויב פאר מענטשן קען זיך דאכטן אנדערש.
דו האסט א מענטש וואס גייט צו טעראפי. אפילו אויב לאמיר זאגן אז איין געוויסע זאך וואס ער טוט, אין אונזער פאל שרייבן ברבים, איז נישט געווינטשן, גלייב איך שווער אז דאס זאל האבן אזא גרויסע אויסווירקונג אויף די גאנצע זאך. איך קוק עס אן ווי א קליינע פרט. און ס'איז נישט ווערד צו דיסקארעדזשן א מענטש וועגן דעם. ספעציעל ווען איך קען טראכטן צוואנציג צדדים פארוואס ס'זאל יא אדער נישט זיין א פראבלעם. (איך שרייב דא מיינע טעאריעס, נישט ווייל זיי זענען דוקא די איינציגסטע גערעכטע מהלך, איך בין נייגעריג וואס דו זאגסט צו דעם).
לאז מיך דיר זאגן, איך האב געזאגט וואס כ'האב געזאגט און כ'האב צוגעלייגט ער זאל דאס דורכשמועסן מיטן טערעפיסט דירעקט, אויב זאגט די טערעפיסט אז ס'איז פיין בין איך מסכים אפילו איך ווייס נישט פארוואס. די טראסט וואס איך האב אינעם טעראפיסט זאגט מיר אז ער האט די סברא אין זיין באזיץ, צו וואס דארף איך עס אויך וויסן? סתם אנפילן מיין קאפ מיט פרישע MB? נאך דעטע? פעלט נישט אויס.
דו גייסט א טריט ווייטער אז נישט נאר ביזט נישט זיכער אין מיין קלארע מיינונג, און נישט נאר דו פרובירסט נישט אויפצובויען א קלארע מיינונג אויף פארקערט נאר דו ווילסט גאר הערן דעם טעראפיסטס מיינונג אונטער זיין באשלוס עפעס וואס איך האב נישט געבעטן. און איך זאג דיר אז וואס ער זאל נאר נישט זאגן גייסטו נישט האלטן אזוי אויף זיכער אז דער טערעפיסט איז גערעכט ווייל דיין מוח איז לע"ע קאנפיגערט אז גארנישט איז זיכער, אלעס איז רעלאטיוו, אפשר, מעגליך, קען זיין, יתכן.
דיין טראסט ליגט אין יעדעמס אינדיווידועליזם אז אויב ער האט אזוי געטוהן איז דאס מסתמא דאס בעסטע פאר אים און דאדורך דאס בעסטע פאר די קאלעקטיוו.
איך האב עס ארויס?