א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שמעלקא פאללאק איז אויפגעוואקסן אין א ווארעמע חסיד'ישע היים, געגאנגען אין א היימישע תלמוד תורה און ישיבה קטנה, אבער ערגעץ וואו האבן בייזע כוואליעס אריינגעדרינגען צווישן די פארמויערטע ווענט פונעם בית חינוך, און א פארדארבן עפל האט גאר שנעל קאליע געמאכט א באדייטנדע טייל פון זיין קלאס און אויך נישט אויסגעמיטן שמעלקא'ן.

די עלטערן פון אלע קינדער זענען געכאפט געווארן אין שאק ווען זייערע וואוילע קינדער האבן זיך ביסלעכווייז דערווייטערט פון דעם אויסגעטרעטענעם וועג, טייל האבן זאגאר אפגעטראגן פון די שטיבער וואו זיי זענען געהאדעוועט געווארן אלע יארן מיט אזויפיל ווארעמקייט און טרערן און זענען געגאנגען זוכן גליקן אין דער פרעמד, אין דער קאלטער אמעריקאנער גאס.

מען האט פרובירט רעדן מיט שיינעם, אריינמישן עסקנים און אנשי חינוך, אבער דער ווערימל האט צו שטארק אריינגעדרינגען אין די יונגע הערצעלעך און ליידער זענען רוב פון זיי שוין געווען דורכגעפוילט פון אינעווייניג און עס איז ממש נישט געווען מיט וועמען צו רעדן. אויך די עלטערן פון שמעלקא האבן זיך אויפגעגעסן פון אינעווייניג און נאס געמאכט די קושענעס ביינאכט און יעדע מאל עס האט אויסגעפעלט אינמיטן טאג, אבער ליידער שטייען מיר אין א דור וואס אט דאס איז דער נסיון הדור, פיינע קינדערלעך געבן א גליטש אויס און עלטערן קענען בלויז ווערן צעריסן און חרוב מבית ומבחוץ.

זעענדיג א מודעה אז א גוטער איד פון ארץ הקודש קומט אין זיינע גלילות, האט ר' נחום דוב (שמעלקא'ס פאטער) באשלאסן אריינצוגיין און זיך אויסגיסן פאר יענעם רבי'ן זיין ביטער הארץ. דער אדמו"ר האט אים אויסגעהערט געדולדיג און געגעבן א סגולה'דיגע עצה, ער זאל קובע זיין א שיעור טעגליך אין איינע פון די פילצאליגע ספרים פון דער הייליגער מהר"ל מ'פראג זי"ע, און האפנטליך וועט דער זכות ביישטיין אז שמעלקא זאל זיך באקלערן.

שמעלקא האט דערווייל אראפגעווארפן פון זיך יעדן סימן פון זיין אפשטאם, אראפ איז די בארד און אראפ זענען די פיאות, פארשוואונדן איז דער הוט און רעקל, און אנשטאט די שיינע ווייסע חסיד'ישע העמדער האט ער זיך אנגעטון פערביגע ביליגע שלאך-העמדלעך מיט צעריבענע הויזן, און יעדע בליק אויף אים האט גורם געווען אן אינערליכע בקשה צום טאטן אין הימל: "רבש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך!"

אנשטאט געפינען זיין סיפוק אין תורה ועבודה ווי א דורכשניטליכער בחור אין זיינע יארן, האט ער זיך אריינגעווארפן אין פארשידענע סארט ארבייט, בעיקר אין די ליניע פון פאטאגראפיע און מוזיק, צו וואס ער האט געשפירט א שטיקל נויגונג און געהאלטן אז ער פארשטייט דערצו. ער האט זיך זאגאר געלאזט מאכן ביזנעס קארטלעך מיט זיין נאמען און טעלעפאן נומער און אנגעבליכע פראפעסיעס, און אזוי האט ער אדורכגעשטופט די לאנגווייליגע טעג און נעכט.

טעג און וואכן זענען געווארן חדשים און יארן, אלע געשוואוסטער איבער אים זענען שוין געווארן חתנים און כלות און געהייראט זייערע באשערטע, און שמעלקא דרייט זיך ארום ווי א נאר אויפ'ן מארק און א גרעק אינעם סוכה - נישט ער קויפט און נישט ער פארקויפט. לשבחו מוז געזאגט ווערן אז ער איז קיין שלעכטער קיינמאל געווען, און זיכער נישט קיין להכעיס'ניק, אבער טאטע-מאמע זענען געווארן שערבלעך אין די מיטעלע יארן פון מיטהאלטן זיין נישט-לעבן. ער האט זיך צומאל יא געדרייט אין שטוב און מער מאל נישט, און ווען ער האט זיך יא געדרייט אונטער די פיס האט ער פרובירט צוצולייגן א האנט צו די ווירטשאפט און נישט זיין בלויז א דארן אין אויג; מען האט אים צום ביישפיל געקענט כאפן אהערשטעלן א קארטאפל קוגל לכבוד שבת אדער א שמחה וואס איז אונטערגעקומען אין שטוב.

אויך משה חיים, דער יונגערער ברודער זיינער איז שוין אונטערגעוואקסן און געקומען אין די יארן, אבער דער באן פון שידוכים האט זיך דאך פארהאנקערט ביי שמעלקא'ס סטאנציע, ווען צוליב די שווערע סיטואציע אין שטוב האבן זיך אלע צוריקגעהאלטן פון אריינרופן און אנטראגן שידוכים פאר דעם אדער יענעם, נישט וועלנדיג טרעטן אויף די הינעראויג פון די פארווייטאגטע עלטערן. די קינדערלעך אין שטוב האבן נעבעך געמוזט מיט ווייטאג צוזען ווי איינער פון זייער אייגן פלייש און בלוט גייט צוגרונד פאר זייערע אויגן, ער פירט זיך אומערליך רח"ל און דרייט זיך ארום ווי אין עולם התוהו מיט פארלאשענע אויגן.

אפגעהאקט פון אים האט קיינער, אנגעהויבן פון די טייערע עלטערן און געענדיגט ביי די געשוואוסטער און פלומעניקעס, יעדער האט פרובירט האנדלן דעליקאט מיט דעם האקעלן מציאות, ווען צודערזייט האבן זיך די פארהייראטע געשוואוסטער קובע געווען צו לערנען טעגליך אויף א קאנפערענץ ליניע א געוויסע מוסר ספר אלס א זכות פאר זייער ברודער'ס נשמה.

איין שיינעם טאג האט שמעלקא גערופן זיין ברודער משה חיים אין א זייט, זאגנדיג אז ער וויל זיך עפעס אויסשמועסן מיט אים. משה חיים האט נישט געוואוסט וואס צו ערווארטן, שמעלקא איז די לעצטע יארן זייער אומפאראויסזאגבאר, מ'דארף זיין א נביא צו וויסן וואס אזאנס ער קען פונקט יעצט וועלן פון אים, אבער אז ער בעט זיך ביי אים - האט ער אים צוליב געטון און אויסגעהערט.

"משה חיים, איך האב א שטיקל דילעמא און איך ברויך דיין הילף", הייבט שמעלקא אן דעם אומאנגענעמען שמועס. "דו ווייסט דאך אז איך האב א שטארקע געפיל צו מוזיק, יעדע זאך וואס האט שייכות דערמיט רעדט גאר שטארק צו מיין נשמה. אלזא, עס איז יעצט אדווערטייזט א געוויסע מוזיק פעסטיוואל וואס גייט פארקומען ערגעץ וואו, און איך האב א קלער אהינצוגיין"...

משה חיים כאפט נישט וואס ער וויל פון אים, זינט ווען פרעגט ער אים וואס יא אדער נישט צו טון?

זעענדיג זיין געפלעפטקייט ענדיגט שמעלקא צו דעם פראגע: "די מוזיק פעסטיוואל קומט פאר די אנדערע וואך מיטוואך - יום כיפור"...

משה חיים ווארט אז די פאדלאגע זאל זיך אויפמאכן און אים אוועקנעמען פון די געשאפענע סיטואציע. ער ווארפט פאר שמעלקא'ן: "וואס ווילסטו פון מיר? דו ווייסט דאך גאנץ גוט וואס איך דארף דיר ענטפערן אלס תורה טרייער איד... איך גלייב נישט אז דו ווילסט מיר סתם מצער זיין..."

אין הארץ ענדיגט משה חיים צו דעם זאץ: 'האסט מיר שוין גענוג מצער געווען די לעצטע פאר יאר, כאטש איך דערצייל דיר נישט קיינמאל וויפיל שלאפלאזע נעכט איך האב צוליב דיר'. און מיט א צעריסן הארץ איז ער ארויס פון שטוב און צושפאצירט עטליכע גאסן צו א ווייטערע בית המדרש פאר מנחה, קענענדיג נוצן די פאר מינוט אויף די פרישע לופט.

ווארטנדיג אז דער מנין מנחה זאל זיך שטעלן, זענען משה חיים'ס אויגן געפאלן אויף א גליון וואס האט זיך געוואלגערט אויף איינע פון די טישן אין שול, א נארמאלע ערשיינונג אין היינטיגע טעג, און פרובירנדיג אוועקצופירן זיינע געדאנקן פון דעם אומעטיגן שמועס האט ער זיך פארטיפט אין א מעשה שהי' וואס איז דארט געשילדערט געווארן מיט לעבעדיגע פארבן.

דער תמצית פון די פאסירונג איז געווען, אז איינער א מה-יעשה'ניק איז געקומען צום גאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל פאר א ברכה, און ר' חיים וועלכער האט געוואוסט זיין שפל המצב האט אים געזאגט אז ער וויל אים בעטן איין קליינע טובה. "איך ווייס אז דו ביסט ליידער א מחלל שבת רח"ל, דו רייכערסט בפרהסיא, מען איז מיר געקומען פארציילן... וויל איך דיר אבער בעטן א קלייניגקייט: נאכדעם וואס דו געבסט זיך נאך דעם תאוה און דער ציגארעטל ענדיגט זיך שוין, שטעל אים אנידער אן פארלעשן! כיבוי איז דאך א באזונדערע מלאכה פון די ל"ט, איז פארוואס נאכאמאל דערצערענען כביכול? - קען מען רעדן דערוועגן?" דער יעניגער האט אריינגעטראכט און באשלאסן אז דאס איז נישט צו שווער פאר אים צו איינהאלטן, און ער האט באקומען זיין ברכה און זיך געזעגנט פונעם גאון.

וואס איז געווארן מיט דעם מה-יעשה'ניק? האט דער קבלה טובה משפיע געווען אויף אים צו גענצליך טוישן זיין סדר החיים אזש ביז'ן צוריקקומען אינעם חרד'ישן קרייז מיט א פולשטענדיגע תשובה שלימה? משה חיים געדענקט נישט וויאזוי די מעשה האט זיך געענדיגט, ער האט דעם גליון אראפגעשטעלט פון די האנט ווי נאר ער האט ארויסגענומען דעם מעסעדזש וואס מען האט אים צוגעשיקט פון הימל איבערצוגעבן פאר שמעלקא'ן.

נאך מנחה-מעריב שפאנט משה חיים אהיים מיט פעסטערע טריט ווי דער וועג אהין, שעפשענדיג א שטילע געבעט אז דער אויבערשטער זאל אים עפענען די לעפצן און ער זאל קענען איבערגעבן דעם מעסעדזש אויף דעם בעסטן אופן שייך, ובעיקר אז שמעלקא זאל דאס אננעמען פאזיטיוו - ווי דער מה-יעשה'ניק פון די מעשה'לע אינעם גליון.

ער רופט שמעלקא'ן אין א זייט און זאגט אים קלארע דיבורים: "דו גייסט גיין הוליענען דעם הייליגסטן טאג פון יאר, גייסט דיך ענדזשויען און האקן א לעבן בעיצומו של יום הכיפורים... אבער שמעלקא טייערער, וואס גייסטו געבן פאר'ן באשעפער?... זאג מיר איין זאך וואס דו גייסט אוועקגעבן פון דיר פאר'ן אויבערשטן!"

שמעלקא טראכט... ער האט אים געשטעלט אין א פארלעגנהייט... משה חיים שייגעצט אים נישט אן, ער פארשטייט זיין דראנג צו זיין ביי דעם פעסטיוואל, סך הכל וויל ער פון אים עפעס א קליינע 'קרבן' פון זיין זייט לכבוד דעם הייליגן טאג און דעם הייליגן בורא. ער רופט זיך אן: "איך וואלט ווען געפאסט, אבער איך גלייב שווער אז איך וועל קענען אדורכגיין דעם גאנצן אוונט אן טרינקען... איך וועל דאך טאנצן און שפרינגען און עס וועט זיין פיקוח נפש אויב איך זאל מיך נישט עטוואס באנעצן דעם גומען און דערכאפן דאס הארץ כאטש מיט א קילע געטראנק..."

ער טראכט ווייטער... "ווייסטו וואס? איך האב א פלאן! מיין טעלעפאון וועל איך איבערלאזן אינדערהיים!"...

אבער דאן כאפט ער זיך אז דאס וועט אים שטיין אין וועג און שאפן פראבלעמען ביים פעסטיוואל, ווייל עס איז עפעס איינגעפירט ביי די יונגווארג אז ווען מען קומט זיך צוזאם און מען ווערט עטוואס היימיש, טוישט מען זיך אויס אינפארמאציע דורכ'ן קלוגן טעלעפאון, יעדער טיילט מיט מיט אלע זיינע סאושעל מידיע הענטלעך און דאס גלייכן און אזוי בלייבט מען פארבינדן אויך שפעטער, און אז ער וועט נישט האבן זיין טעלעפאון מיט זיך, וועט ער נישט קענען שאפן קיין שום פרישע קשרים מיט די אלע וועמען ער וועט דארט אנטרעפן.

אבער ער אליין כאפט זיך אויף אן עצה: "אה, איך האב דאך מיינע ביזנעס קארטלעך... דארט האב איך מיין נאמען, טעלעפאון נומער און אלע אינפארמאציע פון מיינע סאושעל מידיע ערטער... איך וועל מיטנעמען א הויפן קארטלעך און דאס פארטיילן פאר מיינע צוקונפטיגע גוטע פריינט..."

און אזוי האט ער טאקע געטון, יענעם יום הקדוש איז ער ליידער געגאנגען צו דעם פעסטיוואל אנשטאט אין שול אריין, נאר דאס איינע, אנשטאט זיין טעלעפאון האט ער געהאט מיט זיך פרימיטיווע ביזנעס קארטלעך וואס וועלן אים האפנטליך צונוצקומען ביים אנטרעפן פרישע קאנטאקטן.

ביי איינע פון די ברעיקס אינמיטן דעם שעות-לאנגע פעסטיוואל, האט ער זיך טאקע צוגעשלייכט צו א גרופע חברה אויף וועמען ער האט שוין פון פריער געלייגט אן אויג אלס מעגליכע אחים-לדעה, און נאכ'ן כאפן א שטיקל שמועס מיט זיי באגלייט מיט אפאר גלעזלעך ביר איז אנגעקומען די צייט צו אויסטוישן אינפארמאציע. שמעלקא פארלירט זיך נישט, ער לייגט אריין די האנט אין טאש און שלעפט ארויס עטליכע ביזנעס קארטלעך און הייבט אן אויסטיילן פאר די ארומיגע.

"וואס איז דאס?" רופט זיך אן דער הויכער שלאנקער ערל וועם ער האט די ערשטע דערלאנגט דעם קארטל. "אה... איך בין אידיש און היינט איז יום כיפור, האב איך נישט מיט מיר מיין טעלעפאון... איז נעם דעם קארטל און דא האסטו אלע מיינע אינפארמאציע..."

- "אפשר זאגסטו מיר מיין פריינט - וואס טוט א פיין אידיש אינגל ווי דיר אין א פלאץ ווי דאס?"... [דער סלאגאן איז באזירט אויף די נאמען פון א פאפולארע בוך: What's a Nice Jewish Boy Like You Doing in the First Baptist Church? וואס איז קענטיג שטארק אויפגעכאפט ביי די גוים]

ווען ער האט שפעטער געוואלט שענקן זיין קארטל פאר אן אנדערן גוי אנגעבנדיג דעם זעלבן אורזאך, איז ער פארוואונדערט געווארן צו הערן אויך פון יענעם ממש דאס אייניגע: "וואס טוט א פיין אידיש אינגל ווי דיר אין אזא פלאץ?"...

שמעלקא שפירט אז איינער רעדט דא צו אים... די ווערטער קומען טאקע ארויס פון דזשעקי און דזשימי, אבער זיי זענען בלויז שליחים פון אויבן אים צו ערוועקן פון זיין טיפן קאומע אין אידישקייט רח"ל. ער שפירט ווי דער בת קול פון חורב האט באיזה אופן אריינגעדרינגען אין דעם מוזיקאלישן פעסטיוואל, איבערגעשריגן אלע הויכהילכער און אים קאנפראנטירט מיט'ן אמת אין פרצוף אריין: צדיק'ל, וואס זוכסטו דא?...

ער איז שוין נישט דער זעלבער שמעלקא ווי ווען ער איז אריינגעקומען צום פעסטיוואל, זיינע קושקעס דרייען זיך שוין. ער טראכט צו זיך: 'פיין, דער מעסעדזש איז ערהאלטן געווארן, איך באלאנג נישט דא אין דעם הייליגסטן טאג פון יאר... אבער וואו גיי איך פון דא און ווייטער?... איך ליג דאך שוין עטליכע יאר אין דעם טיפן לאך, איז וויאזוי זע איך זיך ארויס פון דא? זאל איך מאכן א הונדערט-אכציג דעגרי דריי און ווערן אן איש אחר לגמרי איבערנאכט, אדער זאל איך דאס נעמען ביסלעכווייז - שטייטליך אבער זיכערליך?'...

און דאן ברעכט אויס א פייער אינעם קאנצערט-זאל! עס איז גראדע נישט קיין זעלטענע זאך אז אזאנס זאל פאסירן, געווענליך אלס רעזולטאט פון די פארשידענע פייערווערק וואס מען נוצט ביי אזעלכע סארט צוזאמקונפטן. און כדי צו פארמיידן א גרעסערע קאטאסטראפע ווען מענטשן לויפן ארויס אין א בהלה און מען צעטרעט זיך איינער דעם צווייטן, האט דער אנפירער פונעם אוונט שנעל געכאפט דעם מיקראפאון און אויפ'ן זעלבן ריטם ווי די ניגון וואס האט געהאלטן אינמיטן שפילן, האט ער מיט א קילקייט אריינגעזאגט די פאלגנדע ווערטער: "גייט שטייט, טריט ביי טריט" (Go Slow, Step by Step).

שמעלקא שפירט זיך שוין א מיוחס, צום וויפילטן מאל אין זעלבן טאג רעדט מען צו אים פון אויבן מיט אזא קריסטאל קלארע שפראך. ער ווייסט פונקטליך וואס ער האט צו טון, ער גייט אהיימגיין און צוביסלעך צוריקקומען צום שורש.

יענע ווינטער איז נישט געווען לייכט ביי שמעלקא, ער האט זיך געוואקלט ווי א שיכור אויף יעדן טריט. נאך יארן זיין אנע עול תורה ומצוות איז נישט לייכט אפילו צוריקצוקומען שטייטליך מיט פיצעלע טריט. אויסערדעם איז ער נאך געווען אינערליך פארביטערט און שטארק אומרואיג מיט זיין גאנצע ראולער-קאוסטער לעבן וואס ווארפט זיך אים אזוי פאר די אויגן. ווער עס האט אים נאר אויסגעהערט האט בלויז געהערט טענות ומענות אויף יעדן איינעם, אנגעהויבן פון דער מלמד און דער משגיח און געענדיגט ביי יעדן אנדערש; פארפאלן, דער יצר האט נישט אזוי שנעל געוואלט ארויסלאזן דעם העכט פון זיין נעץ.

דער לאנגער ווינטער (מיט צוויי אדרים) איז אדורך און דער יום טוב פסח איז אנגעקומען. ליל א' דפסח תשע"ט האט ר' נחום דוב געפירט דעם סדר גארנישט אנדערש ווי א געווענליכע יאר, שמעלקא איז געזעצן ביים סדר-טיש ווי אין די פארגאנגענע יארן, און דער טאטע האט גערעדט בעיקר צו די אנדערע קינדער - ווי אין די פארגאנגענע יארן. ר' נחום דוב זאגט אז ער האט ממש גארנישט געטון אדער געזאגט אנדערש ווי א יאר-צוויי בעפארדעם, אבער עפעס האט פאסירט ביי שמעלקא'ן. די הייליגע ספרים זאגן דאך אז די דיבורים פון א טאטע פסח ביינאכט דרינגען אריין גאר טיף אינעם הארץ פון די קינדער, און ווען דאס הארץ איז אזוי פארצווייפלט און צעמישט מאכט דאס קענטליך א שטארקערן רושם.

שמעלקא האט זיך אויפגעהויבן נאכ'ן סדר, אבער אנשטאט זיך אריינשליידערן אין בעט ווי זיין שטייגער יעדע נאכט האט ער געמאכט זיין וועג צום נאנטסטן שול. ער האט זיך אוועקגעזעצט אויף א בענקל און צופרי האט מען אים געפינען מיט געשוואלענע אויגן איבער א נועם אלימלך. די רעשטע פונעם טאג איז ער געווען פארנומען צו זאגן תהלים, און ביי מנחה איז ער פלוצים ערשינען אין שול מיט זיין אור אלטע הוט און בעקיטשע וואס ער האט שוין יארן נישט ארויסגענומען פון שאפע.

דער עולם האט אים אנגעקוקט עטוואס מאדנע, ווייל דער סאמעטענער קאפעלוטש און פאליעסטער בעקיטשע האבן עפעס נישט געשטימט מיט זיין גלאט ראזירטע פנים. ער האט באמערקט זייערע בליקן און זיך אויסגעדרוקט צו איינעם: "איך זע אפשר אויס יעצט ווי א שטיקל פורים-רב, אבער איך האב באשלאסן אז דאס איז עס! דער אלטער שמעלקא איז צוריק!"

נאך פסח איז ער געפארן קיין ארץ ישראל וואו ער איז אריין אין א ישיבה פאר בעלי תשובה, זיך משלים צו זיין אין תורה ועבודה און זיך דערמאנען דאס פארגעסענע. ווען ער איז אהיימגעקומען האט ער שוין געהאט די בארד און פיאות צוריק ווי אין די אלטע זיסע פארגאנגענהייט, און טאטע-מאמע זענען ערשטוינט געווארן פון זיין פערזענליכע הארציגע בקשה: "איך ווייס זייער גוט מיין דורכגאנג און ווי שטארק דאס קען שאטן פאר מיין שידוך, אבער איך בעט אייך ברחמים, ביטע זוכט פאר מיר דעם זעלבן סארט שידוך מיט די זעלבע איידעלע השקפות און לבושים ווי איר האט גענומען ביי די פריערדיגע קינדער... אויב דארף מען עפעס פארקוקן צוליב מיין עבר, זאל עס זיין ביי א זייטיגע זאך און נישט ביי אידישקייט!"

נישט לאנג דערויף איז דער יונגערער ברודער משה חיים א חתן געווארן - מיט רשות פון שמעלקא, און ביי די חתונה האט שמעלקא פרייליכערהייט אנגעפירט די טענץ און זאגאר פארפאסט א ניגון וואס ער האט אליינס אפגעזונגען אויפ'ן מייק.

היי יאר איז ענדליך געפינען געווארן דאס באשערטע און שמעלקא האט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט אן ערליכע אידישע טאכטער פון א פיינע היימישע שטוב, צו די עקסטאז פון זיינע עלטערן און אלע ארומיגע. השי"ת זאל העלפן אז ער זאל זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, און ווייטער פארשאפן בלויז תענוג ונחת דקדושה פאר זיינע עלטערן און אונזער הייליגער פאטער אין הימל.

(געהערט פון איינער וואס האט דאס געהערט פון משה חיים, בשעת די חתונה פון שמעלקא)
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8083
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

עס ציפט און עס שיינט
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

Wאוי!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מיינע אויגן פארטרערט. איך וויל אויך גיין צוריק!!!

יישר כח.
שלמה חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2022 3:04 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה חיים »

א גרויסן שכח
Truth without facts are just ideas
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Wowow… ביוטיפול,הארציג ב׳ה!!!!
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3987
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

Wow
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9424
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ליידער די טרויעריגע מעשיות איז דא א געוואלד, די גוטע ענדע דאס איז גוט צו הערן.

א דאנק פארען מיט טיילען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

הערליך. טיף און נשמה'דיג
אן עקסטערן דאנק פאר דיינע מלצה'לעך צוגעווארפן אינדערזייט
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3518
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

אין מילים...
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מטעמים האט געשריבן:
ליידער די טרויעריגע מעשיות איז דא א געוואלד, די גוטע ענדע דאס איז גוט צו הערן.

א דאנק פארען מיט טיילען.
יא, דאס איז דער חידוש דא

ווי אחד מגדולי האדמורי"ם בדורינו - צו וועמען די משפחה איז מקורב - האט זיך אויסגעדרוקט: דאס איז א נס גלוי בדורינו ומצוה לפרסם.
אוועטאר
אלישמע
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:44 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלישמע »

ס'איז זאגאר אן גוטן ארטיקעל
(אבער איך פארשטיי נאך נישט פונקט וואס דער שאלה איז געווען פון שמעלקא)
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4517
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער אימאשינעל
יישר כח פארן מיטטיילן
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7532
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אומגלויבליך און גאר רירנד! ישר כח פאר די מאכטפולע מעסעדזש
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

שטארק שטארק!!!

____

אינטערסאנט וויאזוי שמעלקא האט זיך געשפירט באמת אקצעפטירט אין זיין פאמיליע (עכ''פ ווי עס זעט אויס פונעם סיפור), לכאורה האט אים דאס צוריקגעברענגט.
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4745
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

WOW WOW WOW

אין אזא דור יתום, מיט אזויפיל שוועריקייטן און נסיונות ביי די יוגנט, איז אזא מעשה א שטיקעלע נחמה!

הערליכע באשרייבונג @לכאורה!
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:13 am
דאָס האָט פארוואנדלט דאס ווארט 'סאטמאר' פון א שטאט אין אייראפע צו באגריף אין אונטערחסידות'יאנאלע אידישקייט פון נאכן קריג ועד היום הזה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אלישמע האט געשריבן:
ס'איז זאגאר אן גוטן ארטיקעל
(אבער איך פארשטיי נאך נישט פונקט וואס דער שאלה איז געווען פון שמעלקא)
(איך פארשטיי נישט ווי 'זאגאר' קומט דא אריין...)
שמעלקא איז קענטיג געווען אומרואיג צו טון אזא געוואגטע אקט און זיך געוואלט דורכשמועסן דערוועגן מיט זיין קליינע ברודער, וועם די השגחה עליונה האט אריינגעגעבן א מהלך אין מח
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיאנא האט געשריבן:
שטארק שטארק!!!

____

אינטערסאנט וויאזוי שמעלקא האט זיך געשפירט באמת אקצעפטירט אין זיין פאמיליע (עכ''פ ווי עס זעט אויס פונעם סיפור), לכאורה האט אים דאס צוריקגעברענגט.
עס הייסט אז דער טאטע האט כסדר גערעדט צו אלע קינדער דערוועגן (יש אומרים אז די קאנפערענץ ליניע האט גאר דער טאטע אנגעפירט), זאגנדיג אז זייער ארבעט איז צו מחזק זיין זיך אליינס אין די גוטע דרכים און נישט ארבעטן אויף שמעלקא'ן.
אוועטאר
mmm
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 21, 2014 8:57 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmm »

משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע:Kollel

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »



זייער שטארק!
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

וואס איז שייך צו צולייגן?
שכח פארן נעמען די מיה אראפ צו שרייבן און מיט טיילן,

ווען קומט די נמשל?
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שטארק שטארק!!


ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אחר חצות האט געשריבן:
וואס איז שייך צו צולייגן?
שכח פארן נעמען די מיה אראפ צו שרייבן און מיט טיילן,

ווען קומט די נמשל?
כאמור איז עס א מעשה שהי', אלע דעטאלן זענען קראנט בלויז די נעמען פיקטיוו
דער נמשל איז אז יעדער איד באקומט אזעלכע זענדונגען פון אויבן כסדר, מ'דארף דאס נאר נעמען צום הארצן און זיך נעמען אין די הענט אריין
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6697
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

Wow wow wow

הערליך! נישט צום גלייבן.
אייוועלט איז קליגער ווי די קענסט באשטיין.
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: א בת קול ביים מוזיק פעסטיוואל (מעשה שהי' - יום הקדוש תשע"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

לכאורה האט געשריבן:
אחר חצות האט געשריבן:
וואס איז שייך צו צולייגן?
שכח פארן נעמען די מיה אראפ צו שרייבן און מיט טיילן,

ווען קומט די נמשל?
כאמור איז עס א מעשה שהי', אלע דעטאלן זענען קראנט בלויז די נעמען פיקטיוו
דער נמשל איז אז יעדער איד באקומט אזעלכע זענדונגען פון אויבן כסדר, מ'דארף דאס נאר נעמען צום הארצן און זיך נעמען אין די הענט אריין
פארדעם מוז איך אייך גיבן אן עקסטערן דאנק,
ווען איך ליין אזא מעשה וואס האט פאסירט ממש היינטיגע טעג ווער איך אינגאנצן צושרויפט און איך שפיר אז ס'איז זיכער עפעס א רמז פארן כלל, פרוביר איך ארויס צו נעמען דעם געדאנק,
אבער זייענדיג אזוי בארוישט פון דעם עמאוציע-פולע מהלך וואס דער בעל מספר האט גענוצט דא האב איך מיר נישט געקענט צוזאמנעמען פאר א נמשל,
יישר כח,
איך בין מיר מקבל מהיום והלאה מער צו צולייגן קאפ צו די בת קול וואס קומט צו מיר
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”