די שאלה איז אויב די זיכט אן עצה פאר אן אנגייענדיגע פראבלעם, אדער איינמאליגער אישא וואס די האסט דעליטעט אפאר טרענסעקשאן'ס? די האלטס אין איין דיליטען טרענסעקשאן'ס פון קוויקבוקס?

ניין, ער זאגט אז פאר אן איינמאליג קליינע פראבלעם לוינט נישט צו אריינלייגן זיךעצה טובה קמ"לוכ"ש אנדערע. אז ס'ארבעט נישט נוצט מען אן אנדערע לעזונג און מ'גייט ווייטער.

אנטשולדיגט @יוד אלף אז מ'רעדט במקומך.
זייער גוט ארויסגעברענגט, עס איז א חלק פון קענען די זאך צו כאפן ווי איין און ווי אויס.
איך האב נישט דורכגעקוקט דעם גאנצן אשכול צו עס ווערט שוין געפרעגט, אבער איך פרעג עס דא און איך בעט אז אויב איינער האט אן ענטפער זאל ער עס פליז שרייבן דא.
איינס: א פשוט'ע פראגע, צו איז מעגליך צו פרינטן טשעקס דורך קוויקבוקס. איך רעד פון אויסשטעלן טשעקס. אויב איך האב א ביזנעס און איך דארף יעדע חודש אויסשטעלן צוואנציג טשעקס און יעדעס מאל איז דא שינויים און מען מאכט טעותים און ס'איז א גאנצע קאפוויי ווען מ'שרייבט אויס טשעקס אינגאנצן. קען מען האבן די אלע אינפאו.מסודר אין קאמפיוטער און איך זאל נאר דארפן אריינפילן די דיטעילס פון דעם חודש און ווען אלעס שטימט פרינט מען ארויס די טשעקס?
פראגע צוויי: אין די ביזנעס באנק קאנטע האב איך ליגט געלט פאר פארשידענע זאכן. איז דא א וועג צו האלטן חשבון אין קוויקבוקס אויף די אלע זאכן?
לאמיך עס מסביר זיין: איך קוק יעצט אריין אין אקאונט און איך האב ליגט דארט 33 טויזענט דאלער. איך דארף באצאלן ארבעטערס ארום צוואנציג טויזענט דאלער. איז דאך גוט, איך האב דרייצן טויזענט דאלער מער. אבער עס איז נישט אזוי, ווייל פון די דריי און דרייסיג טויזענט, איז פאקטיש נאר פופצן אוועילעבל צו ניצן. די איבריגע אכצן ליגט דארט פאר אנדערע זאכן. און איך זוך א וועג וויאזוי צו האלטן חשבון אויף די געלט אין דעם אקאונט. טויזענט ליגט דא פאר צוועק 1, צוויי טויזענט פאר צוועק 2, דריי טויזענט פאר צוועק 3, אא"וו.
לאמיך זיך קלאר מאכן. איך קען בכלל נישט דעם פראגראם קוויקבוקס. ניטאמאל דעם א' ב' דערפון. איך מענעדזש א נייעם ביזנעס און מ'ברעכט זיך קאפ דא מיט די בוקס. די סעקרעטערי האט אנגעהויבן זיך אויסלערנען קוויקבוקס אבער זי האט עס נישט זייער ליב. זי האט אמאל געארבעט אויף פיעטש-טרי און זי זאגט אז יענץ האט זי בעסער ליב געהאט. איך האב נישט קיין גרינעם השגה איבער וואס מ'דארף.
וואס איך ווייס יא איז, אז איך דארף האבן צוויי זאכן. איינס: א קאמפיוטער פראגראם אויסצושטעלן די פעיראל טשעקס. צוויי: א קאמפיוטער פראגראם צו האלטן חשבון אויף די געלט וואס ליגט אין די אקאונט. אין אנדערע ווערטער, איך וויל נישט קוקן כסדר אין באנק צו זעהן וויפיל געלט איך האב דארט (פארשטייט זיך איך דארף דאס טון, אבער איך מיין צו זאגן אז איך וויל נישט נוצן נאר דאס), נאר אנשטאט זאל איך קוקן אין דעם פראגראם און דאס זאל מיר זאגן וויפיל געלט איך האב פאקטיש צו מאכן פעיראל. ווייל די געלט וואס ליגט דארט פאר אנדערע צוועקן וועט דער פראגראם לכתחילה האלטן אלס באזונדערע געלט.
דאס הייסט, איך וויל אז עס זאל מיר האלטן כאילו, אפאר אקאונטס, איך דעם איינעם באנק אקאונט. און אויף דעם פרעג איך צו קוויקבוקס איז דער פראגראם וואס גייט מיר העלפן, אדער איז דא אן אנדערע פראגראם אויף דעם. אדער גאר איז עס צוויי אנדערע פראגראמען, איינס פאר שרייבן טשעקס און איינס פאר די חשבונות.
@עדינו העצני לכאורה וואס דו דארפסט איז איינער וואס קען אביסל האלטן חשבון און/אדער ווייסט יא וויזוי מ'נוצט ק.ב.
פון די שאלה זעהט אויס אז דו זוכסט עפעס וואס איז שווער צו פאָרשטעלן אז דאס קען ארבעטן. וויזוי זאל א פראגראם האלטן געלט באזונדער אהן דעם וואס דו זאלסט אריינלייגן ביללס א.ד.ג.?
איין עצה האב איך שוין געגעבן, שרייב אויס די טשעקס וואס דו דארפסט צאלן.
ברעכן קאפ אויף די בוקס אין א נייע ביזנעס (מיט פעיראלל פון 20,000!אויב דאס איז אן אקטועלע נומער) איז זיכער נישט קיין גוטע אויסשטעל. אז דו קענסט עס נישט הענדלען קוק אריין אין אפציעס פאר דרויסענדיגע הילף. דו דארפסט פאוקעסן אויף מאכן געלט, נישט צו זיך אויסלערנען בוקקיפינג, סאפטוועיר, אדער געבן קורסעס פאר'ן סעקרעטאר.

לאמיר הערן וואס אנדערע זאגן.
ר' להודות, איר זאגט אז צו דעם דארף איך האבן איינער וואס ווייסט יא וויאזוי מ'נוצט ק"ב. פרעג איך ווידער. מיינט דאס אז ווען מ'ווייסט וויאזוי צו נוצן ק"ב, איז דאס די ריכטיגע פראגראם דאס צו טון, אדער איז דא א בעסערע פראגראם פאר דעם?

איך זאג: 1. פאר בוקקיפינג (וואו דו האסט - ווייזט אויס - קיין עקספיריענס) דארפסטו אפשר איינער וואס קען אביסל מער פון דיר.
2. אויב דו ווילסט נוצן ק.ב. סתם אזוי דארפסטו איינער וואס קען עס, און נישט אז די וואס קען פיטש-טרי זאל זיך ברעכן קאפ און קיינער קען ניטאמאל צוהעלפן.
3. ק.ב. איז נישט ממש געאייגענט פאר וואס דו האסט געשריבן, אבער צו דעם איז דא די פשוטע עצה וואס איך האב געגעבן 2 מאל און דעמאלטס קען עס פארן גוט.
4. וואס דו זוכסט יא, איז שווער צו טראכטן וויזוי אזאנס קען בכלל ארבעטן, און אויף דעם האב איך געוואלט הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן.
עדינו העצניהאט געשריבן:↑פרייטאג מארטש 29, 2024 3:01 am
לאמיך זיך קלאר מאכן. איך קען בכלל נישט דעם פראגראם קוויקבוקס. ניטאמאל דעם א' ב' דערפון. איך מענעדזש א נייעם ביזנעס און מ'ברעכט זיך קאפ דא מיט די בוקס. די סעקרעטערי האט אנגעהויבן זיך אויסלערנען קוויקבוקס אבער זי האט עס נישט זייער ליב. זי האט אמאל געארבעט אויף פיעטש-טרי און זי זאגט אז יענץ האט זי בעסער ליב געהאט. איך האב נישט קיין גרינעם השגה איבער וואס מ'דארף.
וואס איך ווייס יא איז, אז איך דארף האבן צוויי זאכן. איינס: א קאמפיוטער פראגראם אויסצושטעלן די פעיראל טשעקס. צוויי: א קאמפיוטער פראגראם צו האלטן חשבון אויף די געלט וואס ליגט אין די אקאונט. אין אנדערע ווערטער, איך וויל נישט קוקן כסדר אין באנק צו זעהן וויפיל געלט איך האב דארט (פארשטייט זיך איך דארף דאס טון, אבער איך מיין צו זאגן אז איך וויל נישט נוצן נאר דאס), נאר אנשטאט זאל איך קוקן אין דעם פראגראם און דאס זאל מיר זאגן וויפיל געלט איך האב פאקטיש צו מאכן פעיראל. ווייל די געלט וואס ליגט דארט פאר אנדערע צוועקן וועט דער פראגראם לכתחילה האלטן אלס באזונדערע געלט.
דאס הייסט, איך וויל אז עס זאל מיר האלטן כאילו, אפאר אקאונטס, איך דעם איינעם באנק אקאונט. און אויף דעם פרעג איך צו קוויקבוקס איז דער פראגראם וואס גייט מיר העלפן, אדער איז דא אן אנדערע פראגראם אויף דעם. אדער גאר איז עס צוויי אנדערע פראגראמען, איינס פאר שרייבן טשעקס און איינס פאר די חשבונות.
איך פרוביר צו עפענען א קוויק בוקס Qbm פייל, איך באקום א ערראר אז די פייל קען מען נאר עפענען מיט קוויק בוקס ענטערפרייס, וויאזוי ווייס איך וועלכע ווערסיע צו דאונלאודען?
יישר כח איך האב געדאונלאוד די לעצטע ווערסיע אבער ער איז נישט צופרידן מיט די product number, איך ווייס קלאר אז איך האב די ריכטיגע נומערן, עני העלפ?
Based on my experience: Only QB support would be able to help you with that issue.
איך האב געקאנטאקט QB support אבער זיי האבן מיר נישט געוואלט העלפן מיטן טענה אז איך האב נישט די ריכטיגע אימיעל אדרעס, למעשה האב איך אינסטאלירט די זעלבע ווערסיע ווי יענער האט געהאט און די פייל האט זיך ב״ה געעפנט.