אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די הייליגע רבי האט זיך פארטיפט אין זיינע מחשבות, די עולם איז געווען שטיל און אפילו די קליינע אינגל נעבן מיר האט זיך געהאלטן שטיל.
די עולם, די רבי, די ציבור און די מענטש. וואס גייט פאר לעצטנס?! געווארן א ליבעראלע וועלט?!
איך האב באמערקט לעצטנס אז אפילו אין די אפציעלע אויסגאבעס, אפגערעדט אויף די עדס, טרעפט מען א פארפלייצונג פון אנדרוגינס׳ן…

וואס טאקע פשט פון דעם? מ׳האט אפציעל אויפגעגעבן דעם לשון זכר?
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג נאוועמבער 20, 2022 10:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אויף איינע פון די קינדער סידיס, הער איך ווי ער זינגט דארט "די אייבירשטער...". הוי האט עס מיר געקרענקט!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאך אביסל וועט מען זינגען
״די הייליגע באשעפע״

דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

ממוצע האט געשריבן:
אויף איינע פון די קינדער סידיס, הער איך ווי ער זינגט דארט "די אייבירשטער...". הוי האט עס מיר געקרענקט!
גראדע אין רעדן איז געווענליך שווער מבחין צו זיין צו יענער זאגט "דע" אדער "די"... אבער אין שרייב ווערק ווערט עס בלויז ערגער און ערגער...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דרייטצעך האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
אויף איינע פון די קינדער סידיס, הער איך ווי ער זינגט דארט "די אייבירשטער...". הוי האט עס מיר געקרענקט!
גראדע אין רעדן איז געווענליך שווער מבחין צו זיין צו יענער זאגט "דע" אדער "די"... אבער אין שרייב ווערק ווערט עס בלויז ערגער און ערגער...
זיי האבן זייער שיין און קלאר געזינגען DEE.... מיט א חיריק דגושה...
אוועטאר
יער
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

איינס האט געשריבן:
די הייליגע רבי האט זיך פארטיפט אין זיינע מחשבות, די עולם איז געווען שטיל און אפילו די קליינע אינגל נעבן מיר האט זיך געהאלטן שטיל.

די עולם, די רבי, די ציבור און די מענטש. וואס גייט פאר לעצטנס?! געווארן א ליבעראלע וועלט?!

איך האב באמערקט לעצטנס אז אפילו אין די אפציעלע אויסגאבעס, אפגערעדט אויף די עדס, טרעפט מען א פארפלייצונג פון אנדרוגינס׳ן…

וואס טאקע פשט פון דעם? מ׳האט אפציעל אויפגעגעבן דעם לשון זכר?
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
מענדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי »

חבלי משיח
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

איינס האט געשריבן:
די הייליגע רבי האט זיך פארטיפט אין זיינע מחשבות, די עולם איז געווען שטיל און אפילו די קליינע אינגל נעבן מיר האט זיך געהאלטן שטיל.
די עולם, די רבי, די ציבור און די מענטש. וואס גייט פאר לעצטנס?! געווארן א ליבעראלע וועלט?!
איך האב באמערקט לעצטנס אז אפילו אין די אפציעלע אויסגאבעס, אפגערעדט אויף די עדס, טרעפט מען א פארפלייצונג פון אנדרוגינס׳ן…

וואס טאקע פשט פון דעם? מ׳האט אפציעל אויפגעגעבן דעם לשון זכר?
,
יוי, די/דער וועג וויאזוי דו לייגסט אראפ זאכן..... אין עליך...
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
חנה דוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 12, 2022 3:15 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנה דוד »

ווילסט א תירוץ?

ווייל ביים רעדן הערט מען נישט קיין חילוק, ממילא רוב מענטשן ווייסן פשוט נישט ווען מען נוצט וואס
הושענא חנה דוד, הושענא!
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10296
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

פאר מענטשן ווי מיר, וועלכע פארמאגן נישט קיין דעגרי אין אידיש גרעמער, קען איינער ביטע מסביר זיין וואס איז ראונג?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
פרוכטבארע פאנטאזיע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:25 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטבארע פאנטאזיע »

איך האב געהאלטן אינמיטן ליינען אן הערליכער ארטיקל אין איינע פון די יו"ט, און איך בין ממש ארויס פון התפעלות פונ'ם שרייבער'ס טאלאנט, ס'געווען א לאנגע ארטיקל, מלא תוכן, געשריבן מיט א הערליכע שפראך, בקיצור, געווען א אמת'ע עונג יו"ט צו ליינען, און איך האב נאר געוואלט אז דער ארטיקל זאל זיך נישט ענדיגן.

ערגעץ פונקט אינדערמיט האב איך זיך אנגעשטויסן און אזא סארט טעות, (כגעדענקניש אפילו וואס עס איז געשטאנען במקום וואס, אבער אזא מין טעות) און פון יענע רגע איז מיין אינטערעסע אין דעם ארטיקל דראסטיש געפאלן! כאטש ס'איז באמת געווען די זעלבע אינטערסאנט ווי פארדעם, אבער איך האב באקומען א געפיל אז איך ליין יעצט א זאך וואס א קינד האט געשריבן.

אלזא, דו קענסט זיין א העכסט געלונגענע שרייבער, אבער טאמער פעלן די יסודות וועלן מענטשן ווייניגער מחשיב זיין דיין ווערק.
פארסט אין קאנטרי, צו דו בלייבסט?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איינס האט געשריבן:
נאך אביסל וועט מען זינגען
״די הייליגע באשעפע״
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
חרבונא
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 1:23 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרבונא »

איינס האט געשריבן:
די הייליגע רבי האט זיך פארטיפט אין זיינע מחשבות, די עולם איז געווען שטיל און אפילו די קליינע אינגל נעבן מיר האט זיך געהאלטן שטיל.
די עולם, די רבי, די ציבור און די מענטש. וואס גייט פאר לעצטנס?! געווארן א ליבעראלע וועלט?!
איך האב באמערקט לעצטנס אז אפילו אין די אפציעלע אויסגאבעס, אפגערעדט אויף די עדס, טרעפט מען א פארפלייצונג פון אנדרוגינס׳ן…

וואס טאקע פשט פון דעם? מ׳האט אפציעל אויפגעגעבן דעם לשון זכר?

די ראש ישיבה האט געזאגט פאר דער פרוי אז דאס פלאנעט דארף דעם גרויסע בחור
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דריידל האט געשריבן:
פאר מענטשן ווי מיר, וועלכע פארמאגן נישט קיין דעגרי אין אידיש גרעמער, קען איינער ביטע מסביר זיין וואס איז ראונג?
לשון-זכר קומט דער, לשון-נקיבה קומט די, און נייטראלע ווערטער זענען דאס.

דער טאטע, די מאמע, דאס קינד.

חפצים אין אידיש האבן אויך א גראמאטישן מין ( דער טיש, די וואנט, דאס בענקל ), אבער דאס איז מען גרינגער מוחל פאר א שרייבער וואס ווייסט נישט. דאקעגן ביי מענטשן וואס זענען עכט זכרים אדער נקיבות שטעכט עס זייער די אויגן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גרשון האט געשריבן:

ווי אזוי ווייסט מען אויף חפצים ווען סאיז לשון זכר און ווען נקבה?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אין אלגעמיין איז נישט דא קיין וועג צו וויסן; מ'דארף נאכקוקן יעדעס ווארט באזונדער. (אזוי איז עס אין אלע שפראכן וואס האבן גראמאטישע מינים, ווי לשון-קודש, להבדיל דייטש, פראנצויזיש, אא"וו.)

פארט זענען דא אייניגע כללים, צב"ש אז אלע זאכווערטער וואס ענדיגן מיט מיט אן ע' זענען לשון-נקיבה (חוץ טאטע און זיידע); אלע דימינוטיוון זענען נייטראל; און "געבארגטע ווערטער" (loanwords), צב"ש לשון-קודש'דיגע אדער ענגלישע זאכווערטער, זענען לשון-זכר (סיידן זיי ענדיגן זיך מיט א ה' אדער ע' זענען זיי לשון-נקיבה).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מאכט סענס..
ער ניצט דער בענדל ווען זי ניצט די שמאטע…
אבער איך דענק נישט מ׳זאל שרייבן דער אויף א בענקל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בענקל און בענדל זענען דימינוטיוון, ממילא קומט דאס.

אפילו אויב ס'וואלט געווען לשון-זכר וואלט מען דא געזאגט דעם בענדל, נישט דער, ווי ערקלערט דא .
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

גרשון האט געשריבן:
בענקל און בענדל זענען דימינוטיוון, ממילא קומט דאס.

אפילו אויב ס'וואלט געווען לשון-זכר וואלט מען דא געזאגט דעם בענדל, נישט דער, ווי ערקלערט דא .
וואס מיינט א דימינוטיוו?
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

בין איך שוין צעמישט..
אויב קאנסטו אויסקלארן וואס מיינט דימינוטיוון

האקט…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

פילאָזאָף האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
בענקל און בענדל זענען דימינוטיוון, ממילא קומט דאס.

אפילו אויב ס'וואלט געווען לשון-זכר וואלט מען דא געזאגט דעם בענדל, נישט דער, ווי ערקלערט דא .
וואס מיינט א דימינוטיוו?
כזע שוין דעם תירץ אין דעם בייגעלייגטע לינק, א דאנק
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אופס איך זע דו רעדסט פון דעם אינעם לינק.
נעקסט טיים רעד נישט שטילער..

האקט שוין ווידער..
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פילאָזאָף
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2022 2:36 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילאָזאָף »

גרשון האט געשריבן:
אין אלגעמיין איז נישט דא קיין וועג צו וויסן; מ'דארף נאכקוקן יעדעס ווארט באזונדער. (אזוי איז עס אין אלע שפראכן וואס האבן גראמאטישע מינים, ווי לשון-קודש, להבדיל דייטש, פראנצויזיש, אא"וו.)

פארט זענען דא אייניגע כללים, צב"ש אז אלע זאכווערטער וואס ענדיגן מיט מיט אן ע' זענען לשון-נקיבה (חוץ טאטע און זיידע); אלע דימינוטיוון זענען נייטראל; און "געבארגטע ווערטער" (loanwords), צב"ש לשון-קודש'דיגע אדער ענגלישע זאכווערטער, זענען לשון-זכר (סיידן זיי ענדיגן זיך מיט א ה' אדער ע' זענען זיי לשון-נקיבה).
אינעם לינק ביי די דימינוטיוון שרייבסטו נישט דאס? וואס איז דארט די אויסנאם? (חוץ ביי דער טאטע אדער די מאמע וואס איז פשוט)
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
בענקל און בענדל זענען דימינוטיוון, ממילא קומט דאס.

אפילו אויב ס'וואלט געווען לשון-זכר וואלט מען דא געזאגט דעם בענדל, נישט דער, ווי ערקלערט דא .
און יעצט אז בענקל איז א לשון נקיבה אלס דימינוטיוו, זאגט מען נישט דעםבענקל?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

איינס האט געשריבן:
בין איך שוין צעמישט..
אויב קאנסטו אויסקלארן וואס מיינט דימינוטיוון

האקט…
א דימינוטיוו איז א קלענערער פארעם פון א זאך.
צב"ש, באנק; בענקל, טיש; טישל, שאנק; שענקל. און ווי גרשון זאגט איז יעדער דימינוטיוו נייטראל.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”