ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

@מיטלייד מזל טוב אויף דיין דערגרייכונג!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

טענק יו צד!

אבנארמאל דאס.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
יאסעלע פליטמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

wow you just surprise me every time
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

שלמה מולכו האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 1:07 am
טענק יו צד!

אבנארמאל דאס.
א דאנק גוט צו הערן פון דיר!

אגב האב איך געוויזן די 'פעלדמאן בחור' ארטיקל פאר צוויי מענטשן ביי א מיטינג צוויי וואכן צוריק.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
שפעטער נישט יעצט
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:15 am

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער נישט יעצט »

דורך געליינט כ'דארף נאך כאפן מיין אטעם!!
פארשטאנען איז גוט און אויב נישט איז אויך גוט
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

שפעטער נישט יעצט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:23 pm
דורך געליינט כ'דארף נאך כאפן מיין אטעם!!
באמת א דאנק! (כאפ אבער דיין אטעם ביטע, מ'דארף מיר דיר האבן)
לעצט פארראכטן דורך צד השוה אום דאנערשטאג יוני 06, 2024 8:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

באקומען אפאר אישי'ס פארוואס איך בין נישט נעכטן ווייטער גגעגאנגען. שכח פאר די גוטע געפיל אז מען ווארט אויף דעם!


מיין אינגעלע פילט נישט גוט. און די צייט וואס איך האב פאר דעם ארטיקל גייט צו העלפן מיין ווייב.
נעכטן האב איך גראדע געפנט אייוועלט אין געוואלט שרייבן א קליין ביסל, אבער אריינגעאפאלן אינם אקטיוון '' היימישן טערעפיסט אשכול''
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

כהאב אנגעהויבן צו ליינען פון אנהויב, @צד השוה כמוז צייט עס צו פארדייען...
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

איד27 האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 8:31 pm
כהאב אנגעהויבן צו ליינען פון אנהויב, @צד השוה כמוז צייט עס צו פארדייען...
פארדייט? מען קען ווייטער גיין היינט?

שכח פאר די גוט ווארט!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5752
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

שוין געמיינט די האסט געמאכט א ברעיק, כדי צי מאכן א הכנה פאר מתן תורה.

ווען די האסט לייג ארויס נאך, שרייבסט שיין קלאר און מייסטערהאפטיג
פארגעס
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 3:39 am
לאקאציע:Around the corner

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגעס »

יעצט אריינגעבליקט פון אנהייב פונעם אשכול, איך מיז דיר זאגען, איך האב נישט געקענט סטאפן צו ליינען, איך האב געהאפט אז איך גיי אנקומען צו א ענדע, למעשה בין איך געבליבן נייגעריג, אזוי גוט און דראמאטיש אראפצולייגן, האסט מיר אריינגענימען צו שלומי אינדערהיים,(אדער בעסער געזאגט אריינגעלייגט שלומי און מיר) ערגעץ אינמיטען איז מיר אפ' געקומען א טרער פילענדיג שלומי'ס ווייטאג, שכח שכח איך האב באמת נישט קיין ווערטער זיך אויסצודרוקן😶
גראדע, ליינען'דיג דאס וואס די האסט געשריבן וועגן דעם וואס ער האט געהאלטן אין איין מסדר זיין זיין וועש, האב איך מיך דערמאנט, אז איך אין ישיבה, ווען עס האט מיר געכאפט א התעוררות אינמיטן סדר צו ווערן א גוטע בחור, בין איך ארויס פון בית המדרש, צוגענייט מיין קנעפל, וואס איז רב זמן געווען אראפגעפליקט, צוגענייט מיין חאלאט טאש, וואס איז געווען אריינגעריסן, געמאכט מיין בעט, מסדר געווען מיין שעלף, געגעבן א וואש אפ מיין שיך, געמאכט מיין פיאות, גראד געמאכט די קאפל, און אריינגעקומען אין בית מדרש מיט א ערענסטע פנים, ווי א ריל למדן, פארשטייט זיך מיט א קאווע און א גלעזל וואסער, בײם אונקומען צו מיין פלאץ האב איך אפגעפאקט אלע איבעריגע ספרים פון מיין טיש, זיך אראפגעזעצט מיט ביידע פיס אויף די ערד, און פארשטייט זיך זיך געזעצט לערנען ווי עס ברויכט צו זיין, געגאנגען פרעגן די מגיד שיעור, און ער האט אפ' אמאל נישט געהאט וואס צו ענטפערן, אבער נאך צוואנציק מניט איז עפעס געשעהן, איך געדענק אפ' נישט וואס, אבער איך האב מיר געטראפן סוף סדר פירן א ריזן קופקע, ארוסגייענדיג פון בית מדרש האב איך מיך דערמאנט, אז ערגעץ ווי אינמיטן סדר בין איך געווען א געהעריגע נארמאלע מסודר'דיגע חשובע בחור...
אין שאלה נאר, וואס איז טאקע פשט, קומט פערפעקשניזם פון ADHD? אין א געוויסע זין פארשטיי איך ,אז למשל ביים צושפארן די טיר פיל איך אסאך מאל אז איך האב OCD, ווייל איך געדענק באמת נישט צו איך האב צוגעשפארט די טיר, איך קען מיר טרעפן צוריק וואקן נאכ'ן צווייטען מאל גיין צום איר, דערנאך פרעגט מיר איינער, האסט צוגעשפארט די טיר? איך הויב אן טראכטן איך געדענק צוויי מאל גיין צום טיר, איך געדענק עס אבער נישט צושפארן, גיי איך צוריק א דריטע מאל, אזוי ווי איך פארגעס אסאך מאל יעלה ויבא ביים איבער דאווענען שמונה עשרה, אבער פילן אז די וועש איז נישט מסדר וכדומה, איז שוין נעקסט לעוועל, ווי טרעפט זיך דאס צוזאם מיט ADHD?
נאכאמאל שכח, איך גיי אויס פאר די פארזעצונג איך קען שוין קוים ווארטן אויף די ענדע! (אבער נישט אז די זאלסט געבן א שרייב יעצט די ענדע.. נאר פאר די געשמאק און זאפט מיט וואס די לייגסט עס אראפ לוינט זיך צו ווארטן, אבער איך בין דאך נייגעריג.)
ווען יעדער זאל ווען טראכטן די זעלבע, קען זיך "איי וועלט" היינט צומאכן. ווער נישט בײז ווען יענער טראכט נישט ווי דיר, ווייל ווען נישט דעם קענסטו צוטעפן דיין מויל אויף אייביג 😶.
(ווייל יעדער וואלט סייווי געהאלטן ווי דיר...)
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

די קאר האט געמאכט איר וועג ארויס פונם פארקינג לאט בשעת שלומי בינדט זיך צו מיט דער סיט בעלט.

''איז דערצייל מיר'' האט ר' דוב געוואלט וויסן. ''וואס האט דיר געמאכט פרעגן וועגן צרות רבים?''

דער געלע באס פונם פארקערטע זייט, האט געפנט דעם סטאפ סיין פון איין מינוט אויפן צווייטן, צווינגנדיג דעם טערעפיסט צו מאכן א שטארקע שארט סטאפ.

''איך האב מקנה געווען די ביזנעסלייט אין די בילדינג, ביז איך האב געהערט ווי איינער מיטשעט זיך מיט רפואה''

''פיר אויס'' האט ר' דוב געוואלט הערן די גאנצע.

''עפעס א רואיגקייט האט מיר ארומגענימען ווען איך האב געפילט אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס סטראגלט''

''איך פריי מיך נישט אז איינער איז נישט געזונט'' האט שלומי אראפגעקוקט מיט בושה.

דער טערעפיסט איז אבער בכלל נישט געווען ברוגז. ''עס איז פון הימל אז די האסט מיר דאס יעצט געפרעגט'' איז ער געווען זייער פרייליך.
שלומי האט נישט פארשטאנען.




אונז גיי מיר אי''ה אנגיין מיט א שטארקייט דעם זימער און ענדיגן בס''ד. איך בין פשוט שטארק פארנימען די פאר טעג.

א גוטע נאכט
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

פארגעס האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:21 am
יעצט אריינגעבליקט פון אנהייב פונעם אשכול, איך מיז דיר זאגען, איך האב נישט געקענט סטאפן צו ליינען, איך האב געהאפט אז איך גיי אנקומען צו א ענדע, למעשה בין איך געבליבן נייגעריג, אזוי גוט און דראמאטיש אראפצולייגן, האסט מיר אריינגענימען צו שלומי אינדערהיים,(אדער בעסער געזאגט אריינגעלייגט שלומי און מיר) ערגעץ אינמיטען איז מיר אפ' געקומען א טרער פילענדיג שלומי'ס ווייטאג, שכח שכח איך האב באמת נישט קיין ווערטער זיך אויסצודרוקן😶
גראדע, ליינען'דיג דאס וואס די האסט געשריבן וועגן דעם וואס ער האט געהאלטן אין איין מסדר זיין זיין וועש, האב איך מיך דערמאנט, אז איך אין ישיבה, ווען עס האט מיר געכאפט א התעוררות אינמיטן סדר צו ווערן א גוטע בחור, בין איך ארויס פון בית המדרש, צוגענייט מיין קנעפל, וואס איז רב זמן געווען אראפגעפליקט, צוגענייט מיין חאלאט טאש, וואס איז געווען אריינגעריסן, געמאכט מיין בעט, מסדר געווען מיין שעלף, געגעבן א וואש אפ מיין שיך, געמאכט מיין פיאות, גראד געמאכט די קאפל, און אריינגעקומען אין בית מדרש מיט א ערענסטע פנים, ווי א ריל למדן, פארשטייט זיך מיט א קאווע און א גלעזל וואסער, בײם אונקומען צו מיין פלאץ האב איך אפגעפאקט אלע איבעריגע ספרים פון מיין טיש, זיך אראפגעזעצט מיט ביידע פיס אויף די ערד, און פארשטייט זיך זיך געזעצט לערנען ווי עס ברויכט צו זיין, געגאנגען פרעגן די מגיד שיעור, און ער האט אפ' אמאל נישט געהאט וואס צו ענטפערן, אבער נאך צוואנציק מניט איז עפעס געשעהן, איך געדענק אפ' נישט וואס, אבער איך האב מיר געטראפן סוף סדר פירן א ריזן קופקע, ארוסגייענדיג פון בית מדרש האב איך מיך דערמאנט, אז ערגעץ ווי אינמיטן סדר בין איך געווען א געהעריגע נארמאלע מסודר'דיגע חשובע בחור...
אין שאלה נאר, וואס איז טאקע פשט, קומט פערפעקשניזם פון ADHD? אין א געוויסע זין פארשטיי איך ,אז למשל ביים צושפארן די טיר פיל איך אסאך מאל אז איך האב OCD, ווייל איך געדענק באמת נישט צו איך האב צוגעשפארט די טיר, איך קען מיר טרעפן צוריק וואקן נאכ'ן צווייטען מאל גיין צום איר, דערנאך פרעגט מיר איינער, האסט צוגעשפארט די טיר? איך הויב אן טראכטן איך געדענק צוויי מאל גיין צום טיר, איך געדענק עס אבער נישט צושפארן, גיי איך צוריק א דריטע מאל, אזוי ווי איך פארגעס אסאך מאל יעלה ויבא ביים איבער דאווענען שמונה עשרה, אבער פילן אז די וועש איז נישט מסדר וכדומה, איז שוין נעקסט לעוועל, ווי טרעפט זיך דאס צוזאם מיט ADHD?
נאכאמאל שכח, איך גיי אויס פאר די פארזעצונג איך קען שוין קוים ווארטן אויף די ענדע! (אבער נישט אז די זאלסט געבן א שרייב יעצט די ענדע.. נאר פאר די געשמאק און זאפט מיט וואס די לייגסט עס אראפ לוינט זיך צו ווארטן, אבער איך בין דאך נייגעריג.)
א גוטן פארגעס! יהא בואכם לברכה.

די זאכן וואס די פרעגסט קום לאזן פאר ווען דער פארזעצונג איז גענדיגט. אסאך דערפון וועט זיין אויסגעקלארט, און די איבריגע וועט מען צוזאמען דעמאלץ דורכטוהן בס''ד.

אזוי אויך, שכח פאר די שכח!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
עלינו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5392
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

צד השוה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:56 am


אונז גיי מיר אי''ה אנגיין מיט א שטארקייט דעם זימער און ענדיגן בס''ד. איך בין פשוט שטארק פארנימען די פאר טעג.

א גוטע נאכט
מיר קוקן ארויס דערויף, יישר כח.
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:59 am
צד השוה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 12:56 am


אונז גיי מיר אי''ה אנגיין מיט א שטארקייט דעם זימער און ענדיגן בס''ד. איך בין פשוט שטארק פארנימען די פאר טעג.

א גוטע נאכט
מיר קוקן ארויס דערויף, יישר כח.
באמת א דאנק!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

פארגעס האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:21 am
יעצט אריינגעבליקט פון אנהייב פונעם אשכול, איך מיז דיר זאגען, איך האב נישט געקענט סטאפן צו ליינען, איך האב געהאפט אז איך גיי אנקומען צו א ענדע, למעשה בין איך געבליבן נייגעריג, אזוי גוט און דראמאטיש אראפצולייגן, האסט מיר אריינגענימען צו שלומי אינדערהיים,(אדער בעסער געזאגט אריינגעלייגט שלומי און מיר) ערגעץ אינמיטען איז מיר אפ' געקומען א טרער פילענדיג שלומי'ס ווייטאג, שכח שכח איך האב באמת נישט קיין ווערטער זיך אויסצודרוקן😶
גראדע, ליינען'דיג דאס וואס די האסט געשריבן וועגן דעם וואס ער האט געהאלטן אין איין מסדר זיין זיין וועש, האב איך מיך דערמאנט, אז איך אין ישיבה, ווען עס האט מיר געכאפט א התעוררות אינמיטן סדר צו ווערן א גוטע בחור, בין איך ארויס פון בית המדרש, צוגענייט מיין קנעפל, וואס איז רב זמן געווען אראפגעפליקט, צוגענייט מיין חאלאט טאש, וואס איז געווען אריינגעריסן, געמאכט מיין בעט, מסדר געווען מיין שעלף, געגעבן א וואש אפ מיין שיך, געמאכט מיין פיאות, גראד געמאכט די קאפל, און אריינגעקומען אין בית מדרש מיט א ערענסטע פנים, ווי א ריל למדן, פארשטייט זיך מיט א קאווע און א גלעזל וואסער, בײם אונקומען צו מיין פלאץ האב איך אפגעפאקט אלע איבעריגע ספרים פון מיין טיש, זיך אראפגעזעצט מיט ביידע פיס אויף די ערד, און פארשטייט זיך זיך געזעצט לערנען ווי עס ברויכט צו זיין, געגאנגען פרעגן די מגיד שיעור, און ער האט אפ' אמאל נישט געהאט וואס צו ענטפערן, אבער נאך צוואנציק מניט איז עפעס געשעהן, איך געדענק אפ' נישט וואס, אבער איך האב מיר געטראפן סוף סדר פירן א ריזן קופקע, ארוסגייענדיג פון בית מדרש האב איך מיך דערמאנט, אז ערגעץ ווי אינמיטן סדר בין איך געווען א געהעריגע נארמאלע מסודר'דיגע חשובע בחור...
אין שאלה נאר, וואס איז טאקע פשט, קומט פערפעקשניזם פון ADHD? אין א געוויסע זין פארשטיי איך ,אז למשל ביים צושפארן די טיר פיל איך אסאך מאל אז איך האב OCD, ווייל איך געדענק באמת נישט צו איך האב צוגעשפארט די טיר, איך קען מיר טרעפן צוריק וואקן נאכ'ן צווייטען מאל גיין צום איר, דערנאך פרעגט מיר איינער, האסט צוגעשפארט די טיר? איך הויב אן טראכטן איך געדענק צוויי מאל גיין צום טיר, איך געדענק עס אבער נישט צושפארן, גיי איך צוריק א דריטע מאל, אזוי ווי איך פארגעס אסאך מאל יעלה ויבא ביים איבער דאווענען שמונה עשרה, אבער פילן אז די וועש איז נישט מסדר וכדומה, איז שוין נעקסט לעוועל, ווי טרעפט זיך דאס צוזאם מיט ADHD?
נאכאמאל שכח, איך גיי אויס פאר די פארזעצונג איך קען שוין קוים ווארטן אויף די ענדע! (אבער נישט אז די זאלסט געבן א שרייב יעצט די ענדע.. נאר פאר די געשמאק און זאפט מיט וואס די לייגסט עס אראפ לוינט זיך צו ווארטן, אבער איך בין דאך נייגעריג.)
מען רעדט נישט דא פוןadhd, מען רעדט פון add,

איך קען אויך אסאך מאל איבער קוקען אויס די טיר איז פארשפארט, איך מיין אז ס'איז פשוט ווייל א עי די די ליידנדער האט נישט אייביג די קאפ אויפן פלאץ, ממילא פארגעסט מען אויב מען האט טאקע צוגעשפארט
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד

דער טערעפיסט האט באטראכט שלומי און גערעדט.
''שלום מאכן מיט די אדד איז דאס וואס די האסט געטוהן אומווילנדיג נאכן הערן דעם פאון קאל.''
שלומי האט נישט פארשטאנען.

ר' דוב האט געמאכט א רעכטס נאכן אנצינדן די בלינקערס און ממשיך געווען.
''אונז האבן פריער גערעדט פון זיך עקסעפטן און לעבן מיט די תכונת הנפש וואס דער בורא האט דיר געגעבן.''

שלומי האט זיך אומרואיג צוגעהערט.

''דיין פראבלעם איז די ענגזייעטי וואס געשעט
ווען די פרובירסט צו זיין מיסטער פערפעקט און די קענסט נישט.
ווען די האסט געזעהן ווי נאך א איד מיטשעט זיך, האט עס צוריקגעשטיפט דאס וואס די פילסט אז אלעס מיז זיין 100%.
מענטשן מיטשענען זיך אויף דעם עולם, יעדער מיט זיין פעקל. און וואסמער וואס די וועסט שלום מאכן דערמיט און לעבן דערמיט, וועט דיין ענגזייעטי דיר מער נישט איבערנעמען און דירערמעגליכן צו ניצן דיין נאטור מיט אדד אויף א געזונטע פראדאקטיווע וועג.''

שלומי האט געטראכט פאר אפאר לאנגע סעקונדען

''עס מאכט סענס וואס איר זאגט'' האט ער ענדליך צוגעשאקלט מיטן קאפ, ''עס איז אבער אזוי שווער מסכים צו זיין''
דער טערעפיסט האט געוויזן צושטימונג.


די מילדע בלויע כוואליעס פונעם וואסער האבן זיך שוין אנגעזעהן אינם האריזאנט נאכמער אויפלעבנדיג שלומי'ס גיסטע.


צוויי מינוט שפעטער האבן צוויי אידן געמיטלעך שפאצירט ביים וואסער הנאה האבנדיג פונם באשעפער'ס הערליכע באשאף.
אפאר שטילע מינוטן זענען דורכגעלאפן בשעת ר' דוב און שלומי האבן רואיג שפאצירט ביים וואסער. דערזעהנדיג א באנק ביי א שטילע ווינקל, האבן זיי געריכטעט זייערע טריט אהין און זיך אראפגעזעצט.


ר' דוב האט געבראכן די שטילקייט. ''עס ווערט שפעט שלומי און מען דארף שוין ענדיגן פאר היינט, אבער לאמיר דיר געבן ארבעט פאר די קומנדיגע וואך''
שלומי האט זיך שווייגענדיג צוגעהערט, אנטוישט אז מען ענדיגט שוין.

דער טערעפיסט האט אריינגעלייגט זיין הענט אין טאש ארויסנעמענדיג א צעטל.
''ליין'' האט ער עס איבערגעגעבן פאר שלומי.

שלומי'ס אויגן האבן געפאלן אויף די ווערטער און זיך גענומען ליינען.

'איך בין דער באשעפערס קינד וואס איז אומבאהאלפן אליינס.
איך האב מיך ליב ווייל איך קום פון איהם און פארמאג א נשמה.
איך וועל ניצן די כלים ווס ער האט מיר געגעבן ווי מיינע געפילן און מחשבה זיך צו בויען און וואקסן אפילו עס איז שווער, ווייל איך וויל לעבן.
מיין יעצטיגע דורכפאל איז מיין קומנדיגע הצלחה

שלומי די ביסט גוט הייליג און טייער!
גיי ארום אין דיינע מחשבות געפילן און אלע ווינקלן. טרעף דיינע וואונדען, די באהאלטענע און פארשלאסענע און העלף זיי.
פארשטיי זיי, זיי זיי מחזק און האב זיי ליב.


שלומי האט אויפגעהויבן זיינע אויגן און מילד געשמייכלט.
א ווארימע פאר אויגן האבן געקוקט אויף צוריק.

''די נעקסטע וואך זאלסטו עס ליינען יעדן טאג צופרי אין ביינאכט'' האט ר' דוב זיך אויפגעהויבן גייענדיג צום קאר
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5167
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

אוי ביסטו גיט
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

'כ'מעג פילן און זיין צופלויגן' האט זיך שלומי איבערגעחזר'ט, זיך זעצנדיג צום שיעור.
די פרייע געפילן האבן איהם פיל פארגרינגערט. שלומי האט גרינגער פארשטאנען דעם גמרא, לייכטערהייט געפרעגט שאלות, און גרינגער זיך מתוכח געווען.
די ערשטע האלבע שעה איז דורך זייער געשמאק.
עס איז געווען מער צום סוף ווען שלומי האט געהאט א גוטע קשיה.
''ס'מאכט נישט קיין סענס'' האט ער אריינגעשריגן אן אויפהייבן זיין האנט.
אלע בחורים האבן זיך ספאנטעניעס אויסגעדרייט קוקנדיג אויף שלומי מיט א פראגע צייכן. 'אזוי אריינצוהאקן?'
'ס'איז גארנישט, איך האב אדד האט שלומי זיך מחזק געווען אין געדאנק.'



שפעטער ביים לערנען אין בית מדרש

''איך האלט נישט אז דאס איז פשט!, ניין איך בין נישט מסכים!''

ארי האט געקוקט פארווינדערט אויף שלומי. 'ער פלעגט זיין סך מער איינגעהאלטן' האט א מחשבה דורכגעלאפן זיין מח.
און זיי האבן זיך געוואנדען צום שואל ומשיב.





'דארף איך טאקע לעבן אזוי צופלויגן אינעווענדיג?' האט זיך אפגעשפילט א שטיקל אויסטויש ביי שלומי אין מח בשעתן עסן מיטאג.

'קוק ווי די ביזט געווען אסאך מער פראדאקטיוו היינט' איז געקומען א קלארע תשובה.

דער שואל איז אבער נישט געווארן איבערגעצייגט מיטן משיב.









שפעטער פארנאכט

אונזער שלומי האט זיך אנגעטוהן דעם חאלעטל צום פיפטן מאל.

עס האט אבער נאך אלץ נישט געפילט ריכטיג.

ער האט געגעבן נאך א ציה דעם מלבוש ווילנדיג אז עס זאל שוין פילן גוט.




3:00 פארטאגס

די גאנצע ישיבה שלאפט שוין טיף.

אויפן צווייטן שטאק אינם זעקסן צימער דריידט זיך שלומי פון איין זייט בעט צום צווייטן.

ער איז נישט רואיג און קען נישט איינשלאפן.
'איך קען נישט לעבן מיט די אדד' ברודזעט ער ארויס פון צווישן די ליפן מיט אויפברויז.

הערנדיג טריט אינם האלוועי האט זיין הערצעלע נאר אנגעהויבן שטערקער קלאפן. 'איז א טעראריסט אין ישיבה?!?' האט ער שוין יעצט גוט געשוויצט
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

אה, די מעשה נעמט א טורן... ס'ווערט שרעקעדיג...
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.

השם ינקום דמו?! תהא מיתתו כפרתו!...
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

בס''ד


די שלאף צימער איז אביסל ליכטיג געווארן ווען די טיהר צום קארידער האט זיך געפנט.
''פארוואס שלאפסטו נאכנישט?'' האט דער נאכט משגיח געוואלט וויסן.
זעהנדיג די אנגעצויגנקייט אויף שלומי'ס געזיכט האבן זיך זיינע משגיח חשים אנגעצינדען.
''די באהאלסט עפעס?'' האט ער זיך געשטעלט נעבן שלומי'ס בעט מיט א שארפע מינע.
''איך האב שוין געכאפט אפאר בחורים מיט סמארט פאונס'' האט דער משגיח זיך גרויסגעהאלטן. ''פון מיך קען מען זיך נישט באהאלטן!''
דאס איז שוין געווען די טשערי אן טאפ נאך א נאכט פיל מיט אנגסט. יעצט מיטן משגיח'ס חשד איז דער אנגסט געווארן אויפגעטוישט מיט עפעס א גרינגע געפיל.
עפעס אזא גרינגע געפיל פון 'עס וועט זיין וואס עס וועט זיין' האט איהם געמאכט פילן קאנפעדענס קעגן דער שטרענגער משגיח.
''איך האב נישט גארנישט, קען זיין אז דער משגיח ווייסט וויאזוי צו כאפן, אבער דאס מאל איז עס א טעות''
דער משגיח האט באטראכט שלומי פאר א מינוט און ארויס פון צימער.

שלומי האט נאכנישט געהאט קיין צייט צו פארדייען דעם גרינגען געפיל, ווילנדיג זיכער מאכן אז ער בלייבט מיט דעם.

............

דער פארמיטאג שיעור א טאג שפעטער.

שלומי האט פרובירט צו אנהאלטן דעם 'מסכים זיין צו אדד' געפיל אז ער זאל קענען לערנען אזויווי נעכטן, אבער עס איז נישט געגאנגען.
'איך דארף דעס אויך נישט אנהאלטן' האט ער זיך געכאפט אינמוטן שיעור. 'איך דארף זיין אקעי וויאזוי עס איז!'

אפאר מינוט שפעטער און שלומי האט געפילט ווי ער דארף ליפט.

'איך דארף מסכים זיין צו זיין נערוועז אין צופלויגן?' איך קען נישט איינזיצן ביים שיעור און איך קען נישט זיין א נארמאלע מענטש אזוי' האט שלומי געפילט ווי ער פלאצט.
'דאס איז מיין ארבעט יעצט' האט ער זיך פרובירט צו מחזק זיין.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

שרויפל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:55 am
אה, די מעשה נעמט א טורן... ס'ווערט שרעקעדיג...
אנטשולדיגט אז עס איז נישט געקומען עקשאן.


די שווערסטע חלק פון שרייבן א מעשה אויף אמת'ע פאקטן, איז דאס וואס מען קען נישט לייגן צופיל דראומע.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
תלמיד בלטי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 13, 2024 9:06 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמיד בלטי »

יעצט דורכגעליינט פון אנפאנג שכוח @צד השוה
א מויראדיגע ארבעט
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

תלמיד בלטי האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:00 pm
יעצט דורכגעליינט פון אנפאנג שכוח @צד השוה
א מויראדיגע ארבעט
א דאנק!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

עס איז שוין די אכטע טערעפי סעשאן, און שלומי איז אנגעצויגן.
''איך קען נישט זיין א נארמאלע מענטש מיט די אדד!'' האט שלומי פרובירט צו איבערצייגן ר' דוב. איך וויל נעמען מעדיקעישען אז איך זאל קענען אנהייבן לעבן!'' האט ער נישט באהאלטן זיין פרוסטורירונג. .
ר' דוב זיצט אויף זיין בענקל מיט א פארטראכטע מינע.
''קוק אהער'' הייבט ער זיך אויף, זיך אנליינענדיג אויף זיין לעדערנע בענקל. ''משלים זיין מיט דער מציאות און אויפגעבן אן אייגן געמאכטע בליק אויפן לעבן, איז נישט גרינג.
פון דער אנדערע זייט איז דאס דער איינציגסטער וועג וויאזוי די וועסט זיך ארויסזעהן פון ווי די ביזט סטאק''
שלומי האט נישט געדארפט ענטפערן. זיין פארלוירנקייט האט זיך פיין אנגעזעהן.
''און איך וויל די זאלסט פארשטיין שלומי'' האט דער טערעפיסט ממשיך געווען מיט א קאלטע מינע. ''טערעפי קען דיר העלפן, אבער עס דארף זיין וועמען צו העלפן! אויב די טוסט נישט דיין חלק, וועט דיר קיין שום טערעפי נישט העלפן.''
''ביז דערווייל דארפסטו מער נישט צוריק אהערקומען. ווען די ביזט מחליט צו אנהייבן ארבעטען, וועל איך מיך פרייען ווייטער צו גיין.''
שלומי האט זיך געטראפן שוויצן אטעמענדיג שווער. 'דער טערעפיסטס ווערטער האבן געקלאפט אין קאפ ווי מיט פילע האמערס. ער זאגט מיר מער נישט צו קומען?! איך האלט נישט ביים ארבעטן??'
''איך ארבעט אזוי שווער'' האבן זיך טרערן געזעהן אין שלומי'ס אויגן. ''איך דארף אבער מעדיקעישען!''
ר' דוב איז נישט איבערגענימען געווארן פון די געוויין. ''ביי טערעפי, סיי פיזישע און סיי גייסטישע דארף מען זיין גרייט ארויסצוגיין פונם קאמפארט זאון. איך וועל אפשר אויסזעהן מער געפיליש אויב איך וועל דיר געבן מעדיקעישען, אבער עס וועט דיר נישט אמת'דיג בויען. די דארפסט זיך אליינס אנהייבן ליבהאבן!''
מיט כעס איז שלומי ארויס פון אפיס אן זאגן א גוטן טאג. פארקלאפט די טיהר און אראפגעלאפן די טרעפ.
אפאר מינוט שפעטער שפאצירנדיג צווישן די גרינע ביימער, האבן איהם זיינע ספיקות איבערגענימען מיט צוואנג.
'אפשר טאקע האלט איך נישט דערביי? איך דארף פלעין ארבעטן שווערער!'
'איך קען נישט!' האט א צווייטע שטימע געקוויטשעט אן רחמנות. 'עס איז אוממעגליך צו משלים זיין מיט די צופלויגענע געפילן!'
''לאטס מיר אפ!'' האט ער ארויסגעברימט מיט כעס!''
...................


שלומי'ס טאטע האט איהם אפגעווארט ביים טיהר.
''איך הער אז די האלסט נישט ביי גארנישט?'' איז ער גלייך צוגעגאנגען צום ענין.
''וואס הייסט?'' האט שלומי פרובירט צו אפשטיפן די קומנדיגע.
''דער מנהל האט מיר דערציילט אז דער טערעפיסט האלט אז די פרובירסט נישט גענוג. איך האב דיר געזאגט אז די האלסט נישט ביי גארנישט און טערעפי איז סך הכל א תירוץ!
''יעצט הייב אן טוהן צום זאך שלומי! פארשטאנע!?!''
שלומי האט געפילט ווי ער כאפט א נערווען בראך.
''לאטס מיר אפ! האט ער געשריגן מיט באנימענע קולות!
''ביז חוצפה'' האט זיך שלומי'ס פאטער שארף געשטעלט.
שלומי האט נישט געדארפט הערן מער. ער האט זיך צוריקגעדרייט צום טיהר און ארויס צום גאס.


''לאז איהם'' האט שלומי'ס מאמע דערנענטערט צום טיהר.
שלומי'ס טאטע איז שטיל געווען א מינוט. זיין זארג פאר שלומי האט איהם איבערגענומען.
''דער בחור האלט נישט ביי גארנישט!'' האט ער זיך אריענטירט.
''שלומ'לה איז א גוט קינד,'' איז זי נישט געוען אויפן זעלבן פעידש.
''ער ארבעט אזוי שווער, איך זעה!''




אלזא טייערע ליינער, ער וויל נישט? צו ער קען נישט?! וואס האלטן ענק?
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”