ברוכים הבאים - ידיעות און וויסנשאפט
בעזר הבורא טרעטן מיר אצינד אריין אינעם דריטן פאזע פונעם פראיעקט, מיטן עפענונג פונעם נייעם פארום "ידיעות און וויסנשאפט".
דא וועט איר געפונען א זעלטן רייכע אוצר פון אינטערסאנטע ידיעות אויף פארשידענע נאטורליכע און וועלטליכע ענינים, און אזוי אויך טיפזיניגע אפהאנדלונגען איבער סייענטיפישע כללים און וויסנשאפטליכע טעאריעס.
אין חכמה כתורה ואין לומדיה כישראל. אבער פון מאל צו מאל דארף מען זיך אביסל אפרוהען און אויסלופטערן דעם איבערגעשטרענגטן מח, און דעריבער איז אוועקגעשטעלט געווארן דעם ווינקל וואו דער עם חכם ונבון וועט זיך קענען אנזעטיגן מיט ידיעות, און שארפן דעם גמרא קאפ מיט די זיבן חכמות וואס דער בוכ"ע האט אונז באשאנקען.
ווי איר פארשטייט, איז אין די לעצטע וואכן און חדשים אינוועסטירט געווארן הונדערטער שעות אינעם אנגייענדן פראיעקט, מיטן ציל אז אייוועלט זאל ווערן מער מסודר און שענער אויסגעשטעלט, און אז די חשוב'ע מיטגלידער זאלן זיך שפירן היימישער און באקוועמער בשעת'ן זיך באנוצן מיט דעם סייט.
דעריבער ווילן מיר אויסדריקן א הארציגן יישר כח פאר די עסקנים בשם אלע ליינער און שרייבער וואס וועלן הנאה האבן פון דעם פארום.
צום שלוס טוען מיר אפעלירן צו די חכמים וידענים שבתוכנו; ביטע שארפט אויס אייער רייכן פעדער און טיילט מיט מיט די דורשטיגע לייענער פון אייער קענטעניסן און וויסנשאפט. געבט צושטייער צום אויפבלי פונעם פארום און זייט מהנה הונדערטער אידן!