איך ליין און איך וויין! ניין, איך פארשטיי דיר נישט און איך קען דיר נישט פארשטיין. נאר די רבוש״ע וואס ווייסט און פארשטייט די טיפסטע חלקים פון דיין הארץ און מוח, נאר ער קען און וועט דיר העלפן.
ר׳ אליהו דעסלער שרייבט אין איינע פון זיינע ספרים אז אגאנץ יאר זענען ניסים קעגן די טבע, חנוכה אבער איז די טבע אז עס זאל פאסירן ניסים. השי״ת זאל דיר העלפן מיט א גאנצע ישועה בקרוב ממש! שמחנו כימות עיניתנו.
עס ווארטן דיר אפ זיסע לעכטיגע טעג און יארן!
שיינע געדאנק, ווי קען איך דאס זעהן?
קען זיין ר' אליהו דעסלער זאגט עס אויכעט, יאך האב עס געהערט נאכזאגן פון הייליגען ייטב לב זי"ע אז א גאנץ יאר זאל מען נישט מתפלל זיין אויף ניסים, אבער חנוכה קען מען בעטן אויף ניסים, אזווי מען בעט הרחמן הוא יעשה לנו ניסים כמו שעשית לאבתינו.
איך רעד מיך נישט איין אז איך פארשטיי דיך, און נישט קיין איין צובראכן הארץ וואס לייענט מייינע ווערטער, איז וואס יא? פארגעס נישט אז איינער איז שולדיג אין אלעס, ער האט עס גאר פלאנירט, און וועגן דעם פארשטייט ער באלד בעסער ווי דיר וויאזוי די פילסט, מיינסט אודאי איך וויל די זאלסט עס מקבל זיין באהבה? ניין! סך הכול געדענק אז צו עם קענסטו יא רעדן, נישטא וואס זיך צו שעמען, ער פארשטייט פונקטליך, און ווארט אייביג פאר דיר. נאכאמאל, נישט קיין עבודות פון קבלת יסורים אדער צו אויפטוען עפעס, פשוט א אויער וואס איז גרייט אייך צו הערן.
איך האב יעצט געטראפן. איך האב אפגעשריבן א ענליכע בריוו, אבער נישט געהאט די שטארקייט עס ארויס צו לייגן. איר האט געשריבן גאר שטארק! און @פראקטיש, תבוא עליו ברכה.
איך האב יעצט געטראפן. איך האב אפגעשריבן א ענליכע בריוו, אבער נישט געהאט די שטארקייט עס ארויס צו לייגן. איר האט געשריבן גאר שטארק! און @פראקטיש, תבוא עליו ברכה.
וואס זאל איך זאגען? ווער בין איך בכלל אריינצורעדן דא? אבער איין זאך קען איך דיר זאגען די חיזוק וואס אידן גייען אין נעמען ארויס פין דיר איז גאר שטארק, איך ווינטש דיר זאלסט עס קענען גרינג דורכמאכן, נאר נישט אריינפאלן אין יאוש.
דיין ברודער וואס הערט נישט אויף צו טראכטען פין דיר...
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין.(מיכאל)
א גוט'ן ערב יו"ט, טייערע ברודער. האסט שוין געקויפט דיין ד' מינים? ווי אזוי איז דיין אתרוג? אה, ווילסט וויסן וואס כהאב מיך היינט דערמאנט אין דיר? כוועל דיך פארציילן כבין היינט געגאנגען קויפן א אתרוג וואס איז דומה ללב ווען כוואלט נישט מורא געהאט וואלט איך גענומען פון די בחורים סעט, מיין הארץ איז מילא צושפליטערט, אן אתרוג וואס סזאל דומה זיין צו מיין הארץ האב איך נישט געטראפן.
כווייס יעדער האט זיין נסיון אבער כוואונטש קיינעם נישט די נסיון, סקומט יעצט די הייליגע יו"ט סוכות מען האלט שוין ביי תשובה מאהבה מגייט אריין אין סוכה מאיז מקבל די אושפיזין אזעלכע הייליגע געסט סווארימ'ט אן דאס הארץ צו זיצן בצילא דמהימנותא און מ'גרייט זיך מקיים צו זיין די מצווה ושמחת אתה וביתך און לכבוד דעם איז דא געסט מקומט מיט די משפחה, און סטוט מיך וויי אז סטוט וויי און אדרבא כהאב הנאה ווען געסט קומען און כארבעט אויף מיך נישט מקנא צו זיין אבער במסתרים תבכה נפשי כבין אליין עלנד כהאב גארנישט אויף די וועלט פארוועמען זאל איך ווייזן מיין אתרוג ווער גייט שטיין אין די רייע צו בענטשן דערויף, סאיז מיר שווער צו שרייבן אלע מיינע געפילן.