ברוכים הבאים - תורת הנפש
בעזהשי"ת
ברוכים הבאים צום 'תורת הנפש' אפטיילונג.
דא וועט איר געפינען אלע אשכולות וואס באהאנדלן ענינים אנבאלאנגט די געשעענישן אין און ארום די געלויף פונעם נפש.
א געוואלד מיט אינפארמאציע, רייכע לעקציעס, און אינפארמאטיווע אפהאנדלונגען אין תורת הנפש זענען שוין געשריבן געווארן אין די ראמען פון אידישע וועלט, אבער זייענדיג פערצענטואל א קליינע צאל אשכולות זענען זיי ממש פארוואסערט געווארן צווישן צענדליגע אנדערע, און עס איז א גאנצע אפקומעניש צו אפירזוכן און געפונען דעם מיעוט הכמות, טראץ איר ריבוי האיכות.
דעריבער איז נישט מער ווי פאסיג אז אלעס ארום תורת הנפש זאלן זיך געפונען תחת קורת גג אחד אלס נייער סוב פארום אונטער געזונטהייט, וואו איר וועט טרעפן ערציילונגען, שמועסן, מיינונגען, דיסקוסיעס, טעאריעס, מהלכים און עצות, וואס וועט אייך אריינטראגן אין די טיפע באהעלטענישן פונעם נפש, וואס האט זיך געשאפן און טאלאנטפולערהייט אראפגעשריבן געווארן דורך די וואס האבן דאס מיטגעלעבט אדער אזוי פארשטאנען כיד ה' הטובה עליהם.
געדאנקען איבער תורת הנפש אין דעם פארום ווערן געשריבן דורך אזעלכע ווי אייך וועלכע האבן געזוכט א פלאץ וואו צו פרעגן און ענטפערן, אראפשרייבן, און אויסקלארן, וואס אימער זיי ווייסן אין דעם זאך וואס הייסט 'נפש'. די דורכגענג פון זייער נפש האט געטראפן א פלאטפארמע וואו זיך צו פארוואנדלען אין ווערטער, כדי מיטצוטיילן זייערע איבערלעבענישן און זייער הבנה דערין.
עס איז צום האפן אז דער נייער ווינקל וועט ערליך דינען איר צוועק, ברענגנדיג קלארקייט פאר די עוסקים בתורת הנפש און געבדיג הילף פאר די וואס נויטיגן זיך דערין.