די געשיכטע פון דער טראגישע עראפלאן קראך ט' כסלו תש"ח און די ניסים בתוך ההסתרה
אזוי הערנדיג א ווארט דא א ווארט דארט האב איך אויפגעכאפט אז דא ליגט גאר אן אינטערסאנטע געשיכטע, מ'רעדט נישט פון א נארמאלע ערשיינונג ווי איך האב געקלערט אנפאנג, איך האב זיך דערגרונטעוועט און פרובירט צו דערשנאפן די מערסטע דעטאלן וואס איך האב געקענט און איך האב זיך געזעצט עס פארשרייבן.
איך גיי נישט שרייבן דעם נאמען פון דעם איד היות ער זוכט זיך נישט קיין פרסום, מ'האט עס שוין אמאל באשריבן אין די היימישע מאגאזינען מיט אסאך אומפונקטלעכקייטן און ס'האט אים נישט אזוי געשמעקט, אבער היות איך וועל שרייבן אביסל דעטאלן ארום וועט מען קענען כאפן, אז איינער וועט כאפן ווער ס'איז איז עס זיין אייגענע שולד... איך זאג נישט.
די מעשה איז אזוי, דער איד'ס עלטערן זענען ל"ע אוועק אין זייער יוגנט פון א טראגישע עראפלאן קראך, דאס האט פאסירט אין יאר תש"ח, געציילטע יארן נאכן צווייטן וועלט קריג, פאר איך וועל שרייבן איבער די טראגעידיע וועל איך שרייבן עטליכע קורצע שטריכן איבער די חשובע פארפאלק.
די פארפאלק זענען געווען צוויי רעבישע אייניקלעך, דער אינגערמאן איז געווען הרה"צ ר' רפאל הורוויץ ז"ל א זון פון האדמו"ר רבי חיים שלמה מ’סטריזוב זצ"ל, אזוי איז ער געווען אן אייניקל בן אחר בן פון הרה"ק מראפשיץ, ווייל סטריזוב'ע רב'ס טאטע ר' אלטר אליעזר הורוויץ איז געווען א זון פון הרה"ק ר' אהרן מ'בייטש וואס איז געווען א זון פון דעם אמרי נועם מ’זשיקוב, און א איידעם ביי צאנז'ע רב, ער איז געווען נאכאמאל אן אייניקל פון צאנז’ע רב, ווייל סטריזוב'ע רב'ס מאמע מרת יוטא ע"ה איז געווען א טאכטער פון רבי משה ליב שפירא מ’סטריזוב וואס איז געווען א זון פון דעם שם שלמה מ’מונקאטש, (וואס זיין רביצין אגב איז געווען אייניקל פון הה’’ק רבי משה ליב מ’סאסוב) און אן איידעם ביי גארליצע רב א זון פון צאנז’ע רב און איידעם ביים ייטב לב, ר' רפאל איז געווען נאכאמאל אן אייניקל פונעם ייטב לב ווייל זיין מאמע הרבנית מלכה איז געווען א טאכטער פון בערבעשט’ע רב ר' רפאל גראס -נאכוועם ר' רפאל הורוויץ ע"ה האט געהייסן- וואס איז געווען אן איידעם ביים וואלאווא רב וואס איז געווען אן איידעם ביים ייטב לב, וואס דאס איז חוץ וואס ער איז געווען אן אייניקל פונעם ישמח משה זייענדיג א זון פון ר' שמואל גארליצער א ברודער פארן ייטב לב.
די ווייב מרת מלכה רייזל ע"ה איז אליינס געווען גאר א גרויסע יחסנית, איר טאטע האט געהייסן ר' יעקב צבי וואלדמאן, ער האט געוואוינט אין פרעשבורג, ער איז געווען פון די איינציגסטע חסידיש’ע אידן אין שטאט, ער איז געווען אן אויסגערופענער חשובער איד אין זיין געגנט.
ר' יעקב צבי וואלדמאן איז געווען אן איידעם ביי ר' אשר אלטר געווירץ וואס איז געווען גבאי ביי שינאווא רב, ער איז געווען צוויי מאל אן אייניקל פון הרה"ק מ'ליזענסק, איך גיי נישט אריינגיין אין די גאנצע יוחס בוים ווייל איך וועל נישט פערטיגן, אבער איך וועל שרייבן אין קורצן, זי איז געווען אן אייניקל פונעם שר שלום מ'בעלזא, פונעם קדושת לוי מ'בארדיטשוב, פונעם עטרת צבי מ’זידיטשוב, פונעם בני יששכר, פון הרה"ק ר' משה אליקים בריעה מ'קאזשניץ וואס מאכט איר אן אייניקל פונעם קאזשניצער מגיד און נאכאמאל פון רבי ר' אלימלך מליזענסק, עכ"פ זי האט געהאט גרויסע יחוס.
חוץ די יחוס אבות וואס זיי האבן געהאט האבן זיי געהאט יחוס עצמו, אויף די מציבה פון ר' רפאל שטייט אז ער האט געהאט הוראה, ער איז געווען א 27 יעריגע אינגערמאן ווען ער איז אוועק, עס איז געווען מלחמה צייטן אבער ער איז געזעצן און געלערנט, זיין טאטע שרייבט אין זיין ספר דרכי נועם אז זיין זון רפאל האט אים געהאלפן שרייבן און מסדר זיין דעם ספר, אסאך תורות אינעם ספר קומט פון אים, ער האט נאך זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן מנחת אלעזר, היות זיין טאטע איז געווען א גאר נאנטע קרוב און בן בית ביים מנחת אלעזר אין שטוב, אויף אים האב איך געהערט די באקאנטע מעשה אז ער איז געווען ביים מנחת אלעזר אלס קינד אנגעטון מיט א קאשקעטל וואס פלעגט זיין א רעבישע לבוש, און די מנחת אלעזר האט עס אראפגעכאפט פון זיין קאפ זאגנדיג, וואס גייסטו מיר מיט א בעלזא היטל....
אין די יארן פון די צווייטע וועלט מלחמה איז ר' רפאל געווען צוזאמען מיט זיין משפחה אין די שטאט טעמעשוואר וואס איז אין ראמעניע, וואו זיין טאטע האט געפירט א שטיקל רביסטעווע, דארט איז דער דייטש ימ"ש נישט אנגעקומען, נאך די מלחמה האט ער חתונה געהאט מיט מרת מלכה רייזל וואס איז געווען א אוד מוצל מאש, זי איז אריבער די קריג אין די לאגערן, זי האט פארלוירן איר גאנצע פאמיליע אין די קריג, איר אויספירליכע געשיכטע ווערט באשריבן אין די ביכל די פיפטלינג צוזאמטרעף, וואס באשרייבט די געשיכטע פון פינעף קאזענס פון די שטאט בארשא האבן זיך צאמגעטראפן אין אוישוויץ, ווי זיי האבן צוזאמען איבערגעלעבט, זיך געהאלפן איינע דעם צווייטן, און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער נאכן קריג, מרת מלכה רייזל איז געווען פון די פינעף.
א איד אן אייניקל פון איינע פון די פינעף קאזינעס האט מיר געשיקט עטליכע ווערטער איבער מרת מלכה רייזל "זי פלעגט אראפלייגן מלכה רייזל אלס חשוב'ע פרוי, א צדקנית און א שטארק פרומע. זי פלעגט זאגן אז פון די גאנצע קבוצה מיידלעך, וואס האבן זיך געהאלטן צוזאמען אין קריג, איז זי געווען די פרומסטע. זי פלעגט אלס זאגן קאפיטלעך תהלים אויף אויסנווייניג און איז געווען זייער ערליך. די אנדערע חבר'טעס פלעגן זיך וואונדערן, ווי אזוי זי קען אזויפיל תפילות און תהלים אויף אויסנווייניג, קיינער האט נישט געקענט אזויפיל. בפרט אין ימים נוראים, ווען זי האט פארגעזאגט תפילות און די אנדערע האבן איר נאכגעזאגט, ווייל זי האט עס געקענט אויף אויסענווייניג. איך האב געהערט פון מיין באבע, אז פארן קריג איז מלכה רייזל געווען א כלה. איינמאל איז זי געוואויר געווארן אז איר חתן איז פונקט אנגעקומען אין שטאט וואו זי האט געוואוינט. האט זי זיך אויפגעהויבן און אוועקגעפארן צו א צווייטע שטאט, כדי חתן - כלה זאלן זיך נישט אנטרעפן צופעליג ערגעצוואו, אויפן גאס." ע"כ פון יענעם.
זיי האבן געהאט זייער בכור אין יאר תש"ז אין ראמעניע, ר' רפאל האט זיך גערופן אב"ד דברי חיים, איך ווייס נישט צו ער האט געהאט א שטיבל צו נישט אבער א שיינער איד איז ער שוין געווען אלס אינגערמאן, די מצב אויף די גאס האט נישט געטויגט, ראמעניע האט געהאלטן אינמיטן פאלן אונטער די קאמעניסטן, און דער עולם האט געוואוסט אז מ'דארף זעהן צו אפיאגן פון שטח, די פראבלעם איז געווען אז מ'האט נישט געהאט ווי צו לויפן, אמעריקא האט נישט אריינגעלאזט קיין פליטים, איין עצה איז געווען וואס אסאך רעבישע אייניקלעך האבן געהאט איז געווען אז מ'האט געבעטן א קהילה פון אמעריקא זאל שיקן א הזמנה צו רופן א פליט צו ווערן זייער רב אין זייער שול אזוי האט מען געקענט קומען, איז געווען א קהילה אין אמעריקא וואס האט געשיקט אזא אינוויטאציע צו ר' רפאל, דאס איז געווען א ריכטיגע פתח הצלה, איינמאל מ'האט עס באקומען איז מען געלאפן.
ר' רפאל און זיין ווייב מלכה רייזל האבן זיך שנעל צאמגעפאקט, גענומען זייער אינגל, און געזוכט דער ערשטער וועג וואס מ'האט געקענט האבן, מ'האט נישט געקענט וויסן ווען מ'גייט מער נישט קענען פארן, די גרעניצן האבן געקענט ווערן אפגעשפארט פון איין מינוט אויפן צווייטן, האבן זיי גענומען א פליגער וואס איז געפארן פון ראמעניע קיין פראג וואס איז אין טשעכיי, און פון דארט האט מען געפלאנט צו פארן קיין אמעריקא, די פליגער האט זיך געהויבן פרייטיג צופרו, האדמו"ר ר' מרדכי מ'וויזשניץ זצ"ל האט אויך געדארפט פארן אויף דעם פליגער אבער האט ארויסגעבעקט די לעצטע מינוט ווייל ער האט געוואלט בלייבן מיט זיין שווער די סקווירא רבי זצ"ל וואס איז געגאנגען קיין בוקארעסט.
למעשה איז די פליגער אנגעקומען צום לופטפעלד ווען עס איז שוין געווען טונקל, און ס'האט אריינגעקראכט אין די ביימער און אראפגעקראכט ל"ל, ס'איז דא עטליכע טעאריעס וואס דארט איז געווען, פאר עפעס א סיבה איז די לעקטער אינעם לופטפעלד געווען פארלאשן, ס'דא וואס זאגן אז אויף דעם עראפלאן זענען געווען שפיאנען וואס האבן זיך געדארפט אריינשווערצן אין לאנד, אדער אז עס איז געווען געשווערצטע סחורה אויפן פלעין האט מען ערלעדיגט אז די פליגער זאל לאנדן אין די טונקל און פאר דעם איז די עראפלאן אנגעקומען שפעט.
דער פיילעט האט נישט געזעהן ווי ער פארט און ביים לאנדן האט ער אריינגעקראכט אין די ביימער, די עראפלאן האט זיך צובראכן און איבער האלב פון די פאסאנזשירן זענען גע’הרג’עט געווארן ל"ע, ס'האט זיך געוואנדן וועלכע זייט פון די פליגער מ'איז געזעצן, מלכה רייזל האט געהאלטן איר אינגעלע אין איר האנט, זי האט געזעהן אז ס'איז צרות האט זי שטארק ארומגעוויקלט דאס איין יעריגע קינד אין די קאלדרע וואס זי האט געהאט אין די הענט, זי איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו זי איז נפטר געווארן, יענעם טאג ט' כסלו תש"ח, ר' רפאל איז אנגעקומען אין שפיטאל צו’מזיק’ט, ער האט זיך אויפגעוועקט און געשיקט א טעלעגראם פאר זיין פאמיליע זאגנדיג אז ער לעבט, ער האט געפרעגט אין שפיטאל צו איינער איז איבערגעבליבן פון זיין פאמיליע, האט איינער דארט געענטפערט אז ניין, ס'קען זיין אז יענער האט נישט געוויסט אדער קען זיין אז יענער איז געווען סתם א שלעכטיקייט אן אנטיסעמיט, אבער דאס האט אים זייער אפגעשוואכט, און ער איז אוועק י"א כסלו אין שפיטאל.
מ'האט זיי באערדיגט אינעם ארטיגן בית החיים אין די שטאט פראג, ס'איז געווען א מאדערנע פלאץ, אבער ס'איז נישט געווען קיין אנדערע ברירות אין די דעמאלטדיגע תקופה.
נאך עטליכע שעה וואס די רעטונג אגענטורן האבן געארבעט דארט צו ראטעווען פאסאנזשירן האט איינער באמערקט א קליין קינד וויינען אויף א בוים, דאס קינד פון די פארפאלק איז אריינגעפאלן צווישן די צווייגן פון די ביימער דורכדעם וואס די קאלדרע וואס זיין מאמע האט אים ארומגענומען איז פארהאנקערט געווארן, און דאס האט אים געראטעוועט זיין לעבן, מ'האט אים פון דארט שנעל אראפגענומען, און מ'האט אים אפגעשיקט צו די איינע פון די היימישע אידן וואס האבן געוואינט אין פראג וואס האבן זיך מיט אים אפגעגעבן ביז זיין זיידע און באבע האדמו"ר והרבנית מ’סטריזוב האבן געקענט קומען אים אפנעמען, ווען סטריזוב’ע רבי איז אנגעקומען קיין פראג האט אים ר' אלי' בצלאל ט"ב וואס איז נאך דאן געווען א בחור (שפעטער איז ער געווארן אן איידעם ביי סטריזוב’ע רבי) צוגעטראגן צום בית החיים ווייזן וואו זיינע קינדער ליגן, זיי האבן דאן מקדש געווען די בית החיים.
אין פראג האבן דאן געוואינט היימישע אידן צווישן זיי איז דארט געווען ר' אשר יונה וויינבערגער וואס מ'האט גערופן דרייצענע רבי, ר' רפאל האט געלערנט ביי אים ישיבה אין טעמעשוואר, זיי האבן געוויסט אז ס'קומען געסט אויף שבת האבן זיי אנגעגרייט א גרויסע טשולנט, אבער די געסט זענען נישט אנגעקומען ה"י.
ס'האט זיך געמאכט א מורא’דיגע פראבלעם אז סטריזוב’ע רב האט געוואלט פארן קיין אמעריקא מיט זיין גאנצע משפחה אבער ער האט נישט געקענט מיטנעמען זיין קליינע אייניקל דער קליינער יתום'ל, היות אמעריקא האט געהאט זייער פארהארטעוועטע אימיגראציע פאליסיס, זיין טאטע האט געקענט פארן ווערן א רב און מיטנעמען זיין קינד אבער איינמאל ער האט שוין נישט געלעבט איז דאס קינד שוין נישט געווען וועלקאם. למעשה איז האלב משפחה מיט סטריזוב'ע רב געפארן קיין אמעריקא און די צווייטע האלב משפחה איז געבליבן מיט די רביצין אין פאריז וועגן דאס קינד וואס האט נישט געקענט פארן.
מ'האט פרובירט טון וואס מ'האט געקענט, מהאט גע’שתדל’ט אויף אלע אופנים, בייטשע רבי א נאנטע משפחה קרוב האט שווער אריינגעארבעט, ער איז אראפגעפארן קיין וואשינגטאן שתדל’ן, עס איז דא א בריוו פון א פרוי פון איינע פון די גרויסע פאליטישאנ'ס וואס האט געענטפערט זייער הארצלאז נאכדעם וואס מ'האט פרובירט אנצוקומען צו איר מאן זיך צו בעטן מיט רחמנות זאגנדיג אז מיין מאן איז ביזי מיט מיליאנען יתומים פון די קריג ער קען זיך נישט אפגעבן מיט דעם איינצלנעם יתום.
למעשה האט מען אין קאנגרעס באוויזן צו מאכן א טויש אינעם געזעץ וואס זאל ערלויבן אז דער קליינער זאל קענען אריינקומען קיין אמעריקא מיט זיין זיידע באבע, דער פרעזידענט טרומאן האט אונטערגעשריבן די געזעץ, די פעדער מיט וואס ער האט געחתמ'ט די געזעץ ליגט ביים בעל הנס.
ס'איז געווען א גרויסע גערודער דערוועגן אין די מידיא, וואס איז אינטערסאנט ווייל די קראך אליינס איז נישט געדעקט געווארן אזוי שטארק ווי די שפעטערדיגע אימיגראציע סומאטוכע, ווייל עקסידענטן וואס זענען געשעהן אין קאמוניסטישע לענדער זענען כאילו נישט געשעהן ווייל דארט געשעהט נישט אזעלכע זאכן, (א שטיקל גערודער איז יא געווען אויף די מידיא, ווייל צווישן די גע’הרג’עטע איז געווען אן אמעריקאנער פאליטישאן) אבער די שטורעם איבער דאס קליין קינד איז יא שטארק געווארן, ווען דער יתום איז אראפגעקומען פונעם שיף איז ער אפגעווארט געווארן דורך צעהנדליגע רעפארטערס, דער דעמאלסדיגער מעיאר פון ניו יארק איז אויך געקומען אפווארטן דאס קינד.
דאס קינד איז אויסגעוואקסן א גאר חשוב’ער איד, ער האט חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שטוב פון קינדער אייניקלעך און אור אייניקלעך יראים ושלימים וואס גייען בדרך האבות, סטריזובע רב האט געבעטן אין זיין צוואה אז ווען ס'וועט שייך זיין זאל מען זעהן צו מפנה זיין די פארפאלק פון פראג, היות זיי זענען געלעגן צווישן שוואכע אידן, און מ'האט אינזין געהאט ביים באגראבן אז מ'גייט זיי מפנה זיין ווען מ'וועט קענען, מען האט מקיים געווען די צוואה אין יאר תשס"ה מיט די אנווייזונגען פון הרב וואזנער האט די חברה קדישא פון ירושלים זיי מפנה געווען צו די הר המנוחות ווי זיי ליגן יעצט אין זייער אייביגע רוה ביז משיח'ס טאג, זיי ליגן אין די חלקה פון שומרי החומות נאנט צו ר' אשר פריינד’ס אוהל, זייער ציונים איז מערקבאר היות מ'האט מיטגעברענגט די מציבות פון חו"ל וואס קוקן אויס אנדערש פון די ארץ ישראל’דיגע.
אן אייניקל דארט ביים קידוש האט מיר געזאגט אז מענטשן ווען זיי הערן די מעשה זאגן זיי, אינטערסאנט, ווען נישט דעם בוים וואלסטו נישט דא געווען היינט! ער ענטפערט זיי ווען א קאר קלאפט ווען אראפ דיין זיידע אלס בחור וואלסטו אויך נישט דא געווען... ס'איז שווער צו מאכן אזעלכע חשבונות.
צום שלוס א ווערטל וואס איינער האט זיך דארט אנגערופן אז דער איד דער בעל הנס איז געווען א קליין קינד דעמאלטס אבער ווען נישט וואלט ער ווען געדארפט בענטשן הגומל נאך אזא נס, און מאכן א בורא פרי העץ....