איז גוט צו גיין שטרענג מיט זיי?
כ'בין נייגעריג צו הערן וואס די אייוועלטער זאגן,
ס'איז דא אסאך אידן וואס טוען מיט די אוועקגעפאלענע, געוויסע פון זיי האבן א מהלך פון אהבה און געוויסע זענען שטרענג, און שטרענג מיין איך זייער שטרענג, ממש בייסיג,
ס'איז א פאקט אז ביידע טוען אויף,
מיר אבער מיט מיין קליינטשיג מח קוקט אויס אז דער בייסיגער טוט מער אויף, ד.ה. ער האט א גרעסערע סוקסעס רעיט, לכאו' איז עס אזוי ווייל א מענטש קומט אן צו א געוויסע מצב וואס 'לאמיר שוין הערן דעם אמת'
אודה ולא אבוש אני הק' האב ליב זיך צו דרייען אויף אסאך מאדנע מקומות, איז טייל פון די מקומות איז אזאנע פלעצער וואס היילן די סארט נשמות, האב איך מיר א שטיק צייט געדרייט ביי איינעם וואס דארף צו זיין פון די גרעסטע אין די ליין, אבער ער איז סקערי בייסיג, ממש שרעקליך,
האב איך געטראפן א בעל תשובה דארט, און כ'האב אים געפרעגט, זאג מיר דעם אמת, וואס טוסטו דא? וויאזוי אנטלויפסטו נישט? זאגט ער מיר "דא הער איך דעם אמת,"
פרעג איך אים 'אבער ער גיבט דיר נישט קיין עדיטוט? זאגט ער מיר הער א גוטע מעשה וואס ער האט מיר געטון,
(דיטעיל'ס במערכת,)
הפנים דער טעראפיסט האט אים פיין מסדר געווען, פרעג איך אים נו? פארוואס ביסטו נישט אנטלאפן? זאגט ער מיר הער אויס, מיינע צוויי נאנטסטע פרענדס זענען איינער אין דזשעיל און איינער אין קבר, ביידע פאר די זעלבע סיבה, האב איך אפגעמאכט 'אויב דער איד קען מיר העלפן בלייב איך דא'
שוין ס'איז יש להאריך בזה, דער עולם זאל ביטע אריין קומען!
דיסקליימער! כ'רעד דווקא פון מחנכים! נישט פון עלטערן...