ברוכים הבאים - סך הכל פונעם אפדעיט
ענדליך, איז דער לאנג ערווארטעטער אפדעיט דא...
דער אפדעיט איז א זאך אויף וואס מיר קוקן שוין אלע אזוי לאנג ארויס, און וועט פיל בענעפיטירן פאר אלע באנוצער. און ווי דער עולם האט מיטגעהאלטן איז כסדר אריינגעקומען פארלאנגען פאר פארשידענע געדאנקען וואס מען קען אלץ מוסיף זיין, און צוגעבן צום סייט בענעפיטן. אבער צוליב די שוועריגקייטן וואס דאס ציט אלץ אריין איז דאס כסדר אפגעשטופט געווארן. איז פארשטענדליך די גרויסע שמחה, אצינד ווען דאס איז ב"ה דערגרייכט געווארן.
וועל מיר יעצט איבערגיין בקוצר אמרים וואס דער אפדעיט נעמט אלץ אריין.
דער סאפטוועיר פונעם סייט איז געבויט געווארן דורך דעם PHBB סיסטעם וואס האט אנטוויקלט דעם סיסטעם, און ווי יעדער טעכנאלאגישער אנטוויקלונג, קומט ביי דעם אויך כסדר ארויס פרישע אפדעיטס צום סיסטעם צו פארווישן אלטע לעכער און אפגרעידן נייע פונקציעס און באקוועמליכקייטן.
און בעצם וואלט מען געדארפט כסדר אפדעיטן דעם סייט צום נייעסטן ווערסיע.
דער פראבלעם איז אבער, אז דא רעדט מען נישט פון סתם אן עפפ, וואס מען קוועטשט 'אפדעי'ט און מען מאכט א ריסטארט און ביז פינף מינוט האסטו אלע אפדעיטס אינסטאלירט. מען רעדט דא פון א פארצווייגטע קאפליצירטע סייט, וואס פארמאגט דערינטער קאמפליצירטע סקריפטס, און עס דארף ווערן אויסגעארבעט אז די סערווערס זאלן עס קענען פארנעמען, וואס ווי באקאנט יעדע קלייניגקייט וואס איז אומריכטיג קען גורם זיין פראבלעמען פאר שפעטער, דערפאר דארף מען זיין זייער פארזיכטיג מיט דעם. און אזוי נאך צענדליגער דעטאלן און פרטים וואס עס נעמט אלץ אריין. און דאס איז די סיבה פארוואס די זאך האט אזויפיל זיך געשלעפט.
למעשה האט זיך מיט די צייט אנטוויקלט א טיעם פון עטליכע חשוב'ע ניקס וואס האבן זיך אריינגעלייגט לתועלת הרבים, און צוביסלעך האט מען אנגעהויבן ארבעטן אז מען זאל קענען צושטאנד ברענגען דעם אפדעיט. עס האט זיך געצויגן לאנגע חדשים, מען איז געגאנגען א טריט נאך א טריט, און ב"ה יעצט האט מען ענדליך דערגרייכט דעם ציל.
דער סיסטעם איז ביז יעצט געווען אויף 3.1.8 און אצינד האט מען דאס אפגרעיטעד צו 3.3.10.
דאס אליינס ברענגט צו פילע נייע פיעטשערס, א היבש געשמאקערע אויסשטעל, און פארדעקט פארשידענע לעכער וואס זענען געווען ביז יעצט.
אלס א בלויזער ביישפיל: ביז יעצט ווען מען האט באקומען א נאטיפיקאציע אויף א באריכט איז עס געווען ווי א טויטע זאך, מען האט נישט געקענט קליקן דערויף עס צו מאכן אויס אומגעליינט. אצינד איז דאס א לינק צום ארט פון די באריכטעטע תגובה.
ווי אויך, האט דער סיסטעם ביז יעצט נישט סופארטעט קיין אלגעמיינע עמאודזשיס, א זאך וואס קומט צו מיט'ן נייעם אפדעיט.
און צוגאב צום אפדעיט קומט צו נאך א גרויסע צאל באקוועמליכקייטן, וואס מען דארף באזונדער צולייגן צום סיסטעם. בעצם איז יעדער פון זיי א זאך פאר זיך, נאר היות די אלע צוגאבן קענען בדרך כלל זיין בלויז אויף די נייערע סיסטעם, ממילא איז דער אפדעיט געווען א שטער פון דאס צולייגן ביז יעצט, און אצינד וועט מען דאס קענען ערמעגליכן.
בעצם איז געווען דער פלאן אריינצולייגן די אלע בענעפיטן שוין גלייך אינעם אפדעיט, און מאכן טאקע אלעס אויפאמאל. נאר אזויווי מען האט געזען אז די אלע זאכן נעמען אויף צייט, און עס איז א שאד אז מען זאל צוריקהאלטן דעם גאנצן אפדעיט צוליב דעם, איז געבליבן אז צוערשט וועט מען ארבעטן אויפ'ן אפדעיט, און מיט דעם אריינלייגן די געציילטע גאר וויכטיגע זאכן, און במשך הימים וועט מען צולייגן די אנדערע זאכן לויט'ן פארלאנג.
פאלגנד זענען די צוגאבן וואס קומען מיט בנוסף צום סייט אפגרעיד:
דער פארלאנג פאר א דאנק קנעפל גייט שוין צוריק יארן לאנג, עס זענען פארהאנען פילע ניקס וואס געבן זיך באמת אוועק לזכות הרבים, און נישט אלעמאל קען מען דאס גענוג ארויסברענגען און באדאנקען, און עס קען זיך צומאל שפירן ווי ס'איז נישטא קיין אנערקענונג. א דאנק קנעפל וועט ערמעגליכן זיך צו באדאנקען אפי' אין פאל וואס מען קען נישט שרייבן א תגובה.
דער דאנק קנעפל געפינט זיך אויבן פון יעדער תגובה אויף די לינקע זייט, און יעדער איינגעשריבענער באנוצער קען זיך באדאנקען פאר סיי וועלכע תגובה דורכ'ן קליקן אויפ'ן אייקאן.
מען קען אויך זען די סך הכל דאנקען וואס א ניק האט געגעבן פאר אנדערע, אדער באקומען פון אנדערע. די נומערן קען מען זען אינעם באנוצער'ס פראפיל, און מען קען קליקן דערויף צו זען די אלע אקטיוועטעטן וואו מען איז אלץ באדאנקט געווארן.
שלמה המלך זאגט שוין "יהללוך זר ולא פיך", עס איז נישט עטיש אליינס זיך צו באדאנקען, דערפאר [און פאר נאך סיבות] איז אראפגענומען געווארן די פונקציע פון זיך אליינס קענען באדאנקען.
אויף יעדן דאנק וואס מען באקומט, באקומט מען א נאטיפיקאציע, אזוי קען מען וויסן אז איינער האט דיך באדאנקט. מען קען עס אויך אויסלעשן ביי די קאנטראל צימער. [דערווייל באקומט מען פאר יעדע דאנק א באזונדערע נאטיפיקאציע, און עס שטעלט נישט צוזאם פאר איין נאטיפיקאציע פאר יעדן תגובה. מיר האפן דאס צו פארריכטן ווי שנעלער.]
נאך א וויכטיגע פיעטשער וואס מען האט צוגעלייגט איז די קלוגע ציטאטן, דאס איז אז יעדן ציטאט וואס מען מאכט ווערט דערויף אויטאמאטיש א לינק וואס פירט צום ציטירטן תגובה. דאס קומט ארויף אינעם פייל צייכן אנהייב פונעם צוטאט.
אזוי אויך דער ניק וואס ווערט ציטירט, ווערט אויך א לינק צו זיין פראפייל. און ווי אויך שטייט דערנעבן די צייט ווען די ציטירטע תגובה איז געשריבן, וואס דאס פארמיידט קאמפליקאציעס ווען איינער ציטירט אן אלטע תגובה, און מען הייבט צו קאמענטירן אויף אלטע זאכן...
נאך א זאך, אנדערש ווי ביז יעצט וואס מען פלעגט באקומען פילע נאטיפיקאציעס פון ציטירטע תגובות. [כדוגמת גא"מ וכדומה, ווען מען ציטירט איינער דעם צווייטן עטליכע מאל אין איין צי]. וועט פון היינט און ווייטער, בלויז דער לעצטער באקומען א נאטיפיקאציע.
אלס א גרויסער פראיעקט און א זייטיגער טייל פונעם אפדעיט, האט מען אריינגעלייגט גרויסע כוחות איבערצוגיין די גאנצע שפראך פונעם סייט, וואס האט געהאט פילע טעותים און צומאל אומפארשטענדליכע איבערזעצונגען, און מען האט דאס אלעס פארבעסערט און פארשענערט, קלאר און געשמאק. אן ארבעט וואס האט זיך געצויגן וואכן און חדשים.
בנוסף לזה, האט מען צום ערשטן מאל איבערגעטייטשט די 'אפט געפרעגטע פראגן' צו אידיש. שאלות וואס מען באגענגט זיך כסדר נאכאמאל און נאכאמאל, וועט פון היינט זיך געפינען אויף יעדן בלאט א לינק צו אלע ענטפערס אויף א קלארער שפראך. וזאת למודיע, אז צוליב די פיל ארבעט וואס דאס נעמט אריין, פעלט נאך אויס געוויסע תיקונים דא דארטן, אבער אזויווי מיר ווילן דאס נישט צוריקהאלטן פונעם ציבור, לייגן מיר עס ארויס מיט'ן אפדעיט, און מיר האפן עס צו פארענדיגן אין די קומענדיגע תקופה.
אזוי אויך די אימעילס וואס ווערן ארויסגעשיקט דורכ'ן סיסטעם, ווערט אצינד איבערגעארבעט אויף אידיש, און אין א קורצע צייט וועט דאס בעזר ה' ארויפגעלייגט ווערן אויפ'ן סיסטעם.
כשם שאי אפשר לבר בלי תבואה כך אי אפשר לספר בלי שגיאות, ווי פארשטענדליך איז נישט מעגליך אז עס זאלן נישט פארט אריינפאלן געוויסע טעותים, און מען קען אלעמאל מאכן די לשונות נאך קלארער און באקוועמער, בעטן מיר אז אויב מערקט איר טעותים, לאזט אייך הערן אינעם אשכול וואס מען וועט דעזיגנירן ספעציעל פאר דעם, און מען וועט עס בעז"ה פארריכטן.
נאך א רינגעלע אין די קייט פון די נייע שפראך פארריכטונגען, איז דאס גענצליך איבערמאכן אלע אפציעס וואס קומען ארויף ביים באריכטן א תגובה, און צולייגן עטליכע פרישע אפציעס, דאס צו מאכן מער פארשטענדליך סיי פאר די באריכטערס און סיי פאר די חשוב'ע אחראים.
און אין די צייט איז כדאי אויסצושמועסן עטליכע ווערטער איבער די באריכטן, וואס די אחראים האבן איבערגעגעבן ביים איבערשמועסן די אפציעס.
ראשית, מאנכע קוקן אן דאס באריכטן אלס אן אומאנגענעמע אקט, א שטייגער ווי א "מסור קעצל", למעשה ברויך מען אבער צו פארשטיין, אז פונקט ווי יעדער אייוועלט באנוצער פארשטייט אז עס פאדערט זיך אחראים וואס זאלן האלטן זאכן אויפ'ן העכסטן און ריינסטן שטאפל, די זעלבע זאגן די אחראים, איז נישט מעגליך זיי זאלן טון זייער ארבעט גענצליך אליינס, נישט אלעמאל באמערקן זיי דעם סיטואציע, און נישט אלעמאל כאפן זיי אויף אז עפעס גייט פאר. דערפאר איז אן אחריות אויף יעדן איינעם, צו באריכטן אויב מען זעט עפעס. ווי זאגט מען אין ניו יארק? אויב איר זעט עפעס, זאגט עפעס...
צווייטנס, די אחראים זענען נישט קיין מלאכים און אויך נישט קיין נביאים, פון א בלויזער דווח - אויסגעוועלט דעם ערשטן אפציע וואס מען טרעפט, וועט דער אחראי אפט מאל נישט כאפן אפילו וואס יענער האט געזען דא פאר אומריכטיג. דערפאר איז אלעמאל כדאי ארויסצושרייבן מיט קלארע ווערטער, וואס דער פראבלעם איז, איז וואס מען וויל עס זאל געטון ווערן. עס פעלט נישט אויס א גאנצער אריכות, דער עיקר עס זאל זיין קורץ און שארף, און צום פינטל.
נאך א נקודה, צומאל איז דא אז איינער שרייבט עפעס בטעות, און ער פארריכט דעם תגובה איבערלאזנדיג א בלויזער פינטל. אזוינע סארט תגובות, פעלט נישט אויס צו באריכטן, און עס פארשווערט בלויז די ארבעט פון די אחראים, זיך לייגנדיג צולאסט אויף זיי. אין אזא פאל, זאל מען דאס פשוט לאזן לויפן, און ווען אן אחראי וועט דאס באמערקן, וועט ער דאס שוין אליינס פארריכטן.
דאס איז אן אפציע וואס פילע האבן דאס שוין פארלאנגט. צוליב חששות איבער גילוי וויל מען נישט אז דער ניק נאמען זאל שטיין אויפגעשריבן אויפ'ן סקרין אז יעדער וואס שפאצירט דורך זאל אים קענען אידענטיפיצירן. עס איז שוין צוגעשטעלט געווארן ביז יעצט דורכ'ן מאביל עפפ אדער דער קראום עקסטענשאן, אבער אצינד ווערט עס א סעטינג אין סייט פרעפערענצן אינעם באנוצער קאנטראל צימער פאר יעדן איינעם.
ווי דערמאנט איז דאס בלויז דער אנהייב, וואס ווערט צוגעלייגט יעצט אויף דער מינוט.
אבער דער עיקר איז נישט די פיעטשערס וואס קומען יעצט צו, נאר דער חלק אז מען עפנט די טיר צו פילע פרישע קלענערע און גרעסערע אפדעיטס וואס וועלן בעזר ה' נאכפאלגן אין די קומענדיגע וואכן און מאנאטן. וואס אצינד נאכ'ן אפדעיט ווערט עס ערמעגליכט צוצולייגן שנעל און גרינג און מיר וועלן דאס צולייגן בעז"ה בהמשך הזמן.
צווישן די זאכן וואס מען קלערט צוצולייגן מיט די צייט, רעכנט זיך:
בעסערע סורטש מעגליכקייטן.
גוגל סורטש (אפילו אן די עקסטענשאן).
מעגליך א גענצליך איבערגעמאכטע סייט דעזיין.
א גרעסערע לימיט פאר ווי גרויס אטעטשמענטס קענען זיין.
צו קענען דערמאנען אנדערע ניקס אין א @מענשאן טעג, זיי זאלן באקומען א נאטיפיקאציע.
אויטאמאטישע פייל ריסייזער צו אפלאודן גרעסערע פיילס, פאר אוועטארס און תגובה אטעטשמענטס.
ועוד ועוד...
דאס אלעס וועט זיך ווענדן לויט די פידבעק וואס מען וועט הערן פונעם ציבור, און וויאזוי דער איצטיגער אפדעיט וועט זיך שטעלן אין פלאץ.
ווי פארשטענדליך קען זיך נאך אנהייב מאכן פארשידענע אומפאראויסגעזעענע פראבלעמען און שוועריגקייטן, אונזערע עסקנים זענען כסדר גרייט צו שטעלן זאכן און פלאץ אין פאל עפעס פאסירט.