אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18859
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך האב באקומען בעזר הבורא אן אויפגאבע אין א געוויסע ארגאניזאציע וואס האט זיך געהאלטן אינמיטן אויפבויען, אריינצוקומען און געבן א בוסט.
האלט מען יעצט א יאר פארביי און איך וויל דא שעירן מיין עקספיריענס. איך גלייב ס׳איז דא וואס צו נאשן, און איך האף איך וועל אויך ארויסנעמען א טובת הנאה אויב מ׳וועט מיר אנווייזן וואס איך קען פארבעסערן.
מיין ציל דא איז נישט צו שרייבן קיין טאג בוך און ממילא וועל איך פארן אהין און צוריק לפי די נושאים, לויט וויפיל איך געדענק. (צו ליינען טאג ביכער וואלט איך רעקאמענדירט דעם ראבינער'ס טאג ביכער…)

די אפערעישאן ביז דעמאלט איז אנגעגאנגען מיט ארויסדינגען א דעסק אין אן אפיס. איך האב באקומען א קאמפיוטער, א פרינטער און אסאך דאקומענטן…

די נייע אפיס איז נאך נישט געווען פערטיג און גרייט אריינצומופן, האט מען מיר געגעבן א זייטיגע רום, פיר ווענט, א קאמפיוטער און א דעביט קארד…

איך בין אראפגעפארן צו קאסטקא, געקויפט צוויי צוזאמלייג פלעסטיג טישן, מיט'ן חשבון אז בבוא העת קען מען דאס ריטורנען… (למעשה נאכנישט אנגעקומען).
איך האב געהאט ביי מיר אויפ'ן בוידעם צוויי אלטע אפיס בענקלעך.

אבער מ׳דארף דאך א קאמפיוטער פאר מיר אויך, און דארפנדיג א גוטע קאמפיוטער וואס זאל פארנעמען פילע פראגראמען אינקלודינג די אדאובי פראגראמען פאר גרעפיק דעזיין וכדו׳ האב איך געמאכט ריסורטש אויף פרייזן. למעשה זייענדיג צוגעוואוינט פון מיין אלטע ארבעטס פלאץ צו ארבעטן מיט א מעק (עפל) האב איך געזוכט א מעק קאמפיוטער.

די נושא צי מעק אדער ווינדאוס איז אן אלטע נושא. איך וועל שרייבן אין קורצן מיין בליק פארוואס א מעק איז בעסער.
ערשטנס, מעק האט נישט קיין אפציע פון ביליגע קאמפיוטערס, און וויבאלד דעם מענטש'נס מח ווערט פארלוירן ביים מאכן דעסיזשענס… איז אלץ בעסער וואס קלענער דער אויסוואל זאל זיין…
למעשה האט עפל גוטע מאשינען (מאנכע וועלן טענה׳ען אז פאר דעם פרייז באקומט מען א ווינדאוס נאך א בעסערע מאשין).
די טעב וויו איז געשמאקער (מייקראסאפט האט לעצטנס אויך אפדעיטעט זייער סיסטעם צו דעם וועג).
דער אויסשטעל פון פיילס ביי ווינדאוס האט עטליכע אפציעס, ביי מעק קומט צו א גאר נוצפולער וויו, וואס מ'זעט די פיילס זייט ביי זייט. דהיינו קאלום 1 די פאולדערס פון דעסקטאפ למשל, ווען מ׳דריקט אויף א פאלדער עפנט זיך זיין אינהאלט אין קאלום 2, און ווען מ׳דריקט אויף א פאלדער אין קאלום 2 עפנט זיך א 3'טע קאלום מיט זיין אינהאלט, און אזוי ווייטער און ווייטער.
איך נוץ נאר דעם וויו, ס׳שפארט א געוואלד מיט צייט, נישט דארפנדיג אריינגיין און צוריקגיין אין פאלדערס כדי צו זען זייער אינהאלט, נאר מ׳זעט דעם גאנצן בילד פאר זיך. ס׳פארט פיילס, פאלדערס, מ׳שלעפט מ׳רוקט, א מחיה.

נאך א גאר נוצפולע טול וואס מעק האט, איז פריוויוען א פייל דורכ׳ן דריקן דעם ספעיס קנעפל ווען מ׳שטייט אויף א פייל. אפגעזען וועלכע פייל דאס איז, פאטאשאפ, אילוסטרעיטאר, בילדער, ווידעאס. מ׳דריקט דעם ספעיס און דער פייל איז במלוא הדרו פאר דיינע אויגן, און ביי ווידעא שפילט דאס אויף דעם ווידעא. און מיט א נאך דרוק אויפ'ן ספעיס איז ער צוריק במקומו. אזוי אויך אודיאו פיילס, ספעיס צו אויפשפילן, און ווידער ספעיס צוצומאכן.

רינעימען א פייל. אין ווינדאוס דארף מען רייט קליקן, דרוקן רינעים. אין מעק ווען מ׳שטייט אויף א פייל און מ׳דריקט ענטער קענסטו גראד עדיטן דעם נאמען. איי מ׳פארלירט דעם ענטער צו עפענען דעם פייל? דאבל קליק אויפ'ן מייז עפנט דעם פייל (אדער קאמענד ענטער). איך מיין אז די מייקראסאפט יוזערס נוצן אויך ענדערש דעם דאבל קליק ווי דעם ענטער צו עפענען דעם פייל.

מעק האט א בילד אין ריקאווערי, קאלד טיים מאשין, גרינגער און מער סימפל צו נוצן ווי דעם ווינדאו'ס ריסטארט פוינט. (איך קען מיר נישט אויס מיט דעם ווייל איך האב דאס קיינמאל גענוצט, איך דארף נישט צוקומען צו דעם, נוצנדיג גוגל דרייוו אלס מיין האוסט, שפעטער אויסשמועסן). טיים מאשין באקומסטו אלע טיים פוינטס און דו קענסט אריבער גיין פון איינעם צום צווייטן אן דארפן ריסטארטן ווי ביי ווינדאוס.
דאס איז וואס איך געדענק פאר יעצט.

האב איך געטרייט אנליין צו קויפן, נישט געקענט געהעריג, געדענק איך שוין נישט פינקטליך. למעשה אראפגעפארן צו די עפל סטאר אין נאנועיט מאלל, די חברה האבן מיר שיין אויפגענומען, אלעס פארט מיט א סיסטעמאטישער וועג, כדרכם של עפל… מ׳קומט אריין, ווארט דיר אפ א יונגאטש מיט א טעבלע… סארי אן אייפעד, ער בעט דיר דיין אינפאו (כמעט אלעס חוץ די סאשעל…), און ווייזט דיר וואו צו ווארטן. אנגעקומען א בריה משונה א זקן מיט א קאמפליצירטער בארדע, געגעבן אן איבערבליק אויף די אויסוואלן און געקויפט א סטודיא מעק, א קיבאורד און א מייזל פאר א שיינעם אפותיקי. א דיספלעי (סקרין בלשונה של עפל) האבן זיי נישט געהאט.

אריבער צו א לאקאלע קאמפיוטער סטאר, געקויפט א ביליגע סקרין פאר צוויי מאות, א hdmi קעיבל, און געפארן צום פראוועזארישן אפיס.

אויפגעשטעלט דעם טיש, בענקל, קאמפיוטער, מ׳פלאגט איין דעם קאמפיוטער און מ׳גייט ארבעטן.

אופ… ׳שטא קיין אינטערנעט… אויס קאפעלוטש מאכער'. (אבי געהאקט אין קאפ, מ׳קען אלעס מסדר זיין אן קיין אינטערנעט… יע יע טעלל מי עבאוט איט.)

אנגעהויבן קאלן די פראוויידערס, ווער וויל כאפן די זכיה מיר צו האבן אלס זייערס א קאסטומער. אהער און אהין, צום סוף איז געבליבן אז ווערייזאן קען נאר אויף מארגן און אפטימום קען איך האבן שוין היינט, איך דארף אבער אראפפארן צו זיי אויפפיקן די עקווימפענטס. ויסע וילך א צוואנציג מינוט וועג פון מאנסי, איך קום אן און זיי הייבן אן באבענען אז מיין ארדער איז נישט געפלעיסד און זיי קענען מיר נישט געבן. נאך עטליכע פאון קאלס בלייבט עס אז ער זעט יא מיין ארדער אבער ס׳גייט אנקומען אויף די פאסט… ווען? נעקסטע וואך. טשאבעס, זיי מיר געזונט. געקענסלט, געקאלט ווערייזאן, ס׳איז שוין עניוועי געווען שפעט נאכמיטאג, נו, א וואקאציע גלייך ביים אנהייבן איז נישט אזוי שלעכט…

אויף צומארגנס איז ווערייזאן אנגעקומען און מסדר געווען על צד היותר טוב, איך מיין איך צאל 90 א חודש, אויב איינער ווייסט פון בעסערע פרייזן קען אריינקומען רעקאמענדירן.
אפטימומ׳ס פעקעדזש איז אנגעקומען אן זייער טיים… און ס׳ליגט נאך דערווייל אין א ווינקל אין אפיס כאבן שאין לו סערוויס…

נעקסט.
האבן מיר כלים וואו ס׳זאל חל זיין די השפעה, דארף מען אבער אנהייבן משפיע זיין… אויפגעסעט דעם קאמפיוטער, יוזער נעים, פעסווארד, פינגער פרינטס (נאך א זאך וואס ווינדאוס האט נישט).

געקאלט גדר, געלייגט א פילטער, געענטפערט אויף אלע שאלות יא יא יא, אווי מ׳פילט אויס א לייף אינשורענס אפליקאציע און מ׳פילט אויס אלע קוועסשאנס נאו נאו נאו… באקומען א פילטער. ויסעו.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג פעברואר 26, 2023 2:45 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18859
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

דאמעין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

א קאמפעני דארף אן אידענטיטעט (איך האף איך שרייב עס גוט…). א קאמפעני וואס זייער אימעיל אדרעס איז 'יאצמעך עט גימל דאט קאם' געבט טאקע אן אנבליק פון א גימל אן קיין פינטל… איך ווייס נישט פארוואס מאנכע קויפן נישט אן אייגענעם דאמעין, מ׳רעדט פון א פשוט'ע פראסעס, נעמט כמעט נישט לענגער ווי אויפמאכן א דזשימעיל אקאונט, און קאסט א נישטיגער אפצאל.

ארויף אויף גוגל, געעפנט א דזשי סוט אקאונט, געזוכט א דאמעין, די קורצטע וואס איך האב געוואלט איז נישט געווען עוועילעבל האט מען געטרייט עטליכע ביז געטראפן איינס וואס איך בין געווען צופרידן. געקויפט א דאמעין, געצאלט 12 טאלער פער יאר, פלאס 7 טאלער פער חודש פאר די אימעיל אקאונט (טיימס צוויי פאר די צווייטע אימעיל אקאונט).

ענד נאו ווי אר עי לעדזשיט קאמפאני…
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג פעברואר 26, 2023 2:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18859
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

פאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דארף מען פאונס אויך, און איך האב קיין אנונג וואו הייבט מען אן, האט מען מיר אויסגעלערנט אז ביים טעסט קוקט מען ביים שכן און אזוי איז מען פארזיכערט מיט'ן ענטפער…
געעפענט אן עמעזאן אקאונט, געקויפט די זעלבע פאון וואס מיין פאריגע ארבעטס פלאץ האט געהאט, א נייע אקאונט פריים פאר פרי פאר א חודש, נעקסט דעי דעליווערי. אויף צומארגנס פלאגט מען איין דעם פאון, אן אינטערנעט ווייער, און… שטייצעך גארניש.

געמיינט האב איך אז ס׳ארבעט אז מ׳קויפט א פאון, זיי האבן אנליין אקאונטס און מ'סיינט זיך ארויף און מ׳קען רעדן.
למעשה, די פאון קאמפעניס זענען נישט קיין ליין פראוויידערס און איך בין געבליבן מיט א הארד פאון וואס קען נישט מער ווי ליגן שיין אויפ'ן טיש און געבן די געפיל ווי כאילו איך פיר דא ביזנעס...
געטרייט צו קאנעקטן א גוגל וואויס נאמבער, למעשה קען מען נישט נוצן קיין גוגל וואויס נאמבער מיט א voip פאון. (אויב געדענק איך גוט איז יא דא עפעס איין מין פאון וואס קען ארבעטן מיט דעם.)

למעשה האט די ארגאניזאציע שוין געהאט א האטליין, האב איך געקאלט די קאמפעני צי זיי שטעלן צו אויך ליין סערוויסעס, וכן הוא, זיי האבן באשטעלט פאונס, געמאכט עקסטענשאנס און א וואך שפעטער געהאט צוויי פאונס.

מיט די צייט געקויפט נאך צוויי, און געקויפט ביי זיי א עקסטערע נאמבער פאר'ן אפיס.
אויפסעטן די ליין האט געקאסט 150 דאלער, ס'קאסט נישט חודש'ליך.
טעקניקל קען מען אנשטעלן אז ווען מ'דריקט למשל 1 זאל דאס ווערן געפארווערד צו א סעל אדער גוגל וואויס נאמבער און ס'קאסט 4 סענט א מינוט.
סאו מ'קען ווען האבן עקסטערע עקסטענשאנס און בעיסיק אפציעס אויך אן א הארד פאון אבער ס'איז גרינגער און באקוועמער און סאך פראקטישער מיט עקטשועל פאונס, בפרט מיט'ן טרענספערן פאון קאלס צווישן עקסטענשאנס.
איך צאל 30 טאלער פער פאון.

אויך דא אן אפציע פון טעקסט, און מ'רעפלייט דורך אימעיל.

אזוי אויך קען מען אויפסעטן עקסטענשאנס אן א הארד פאון און מ׳קען נוצן סאפט פאונס עפפ אויפ'ן קאמפיוטער, פאון, אדער טעבלעט. (בעצם די הארד פאון איז די זעלבע געדאנק, מ׳סעט אויף א יוזער און מ׳סיינט אריין צום הארד פאון.)
האט אויך אן אפציע אז ווען מ'קאלט א געוויסע עקסטענשאן זאל דאס קאלן אויף צוויי פאונס. אזוי קען מען אנשטעלן אז ווען מ'דריקט א געוויסע עקסטענשאן זאל דאס קאלן אויך אויפ'ן הארד פאון און אויך ביי דיין פריוואטע פאון, קאמפיוטער, אדער טעבלעט.

מ'קען ארויס שיקן באלק פאונס, הנקרא ראבאו קאלס, קאסט אן אפצאל אויף יעדע נאמבער.

איך נוץ טעלעגראונד, איך בין גאנץ צופרידן, אויב איינער האט בעסערע עקספיריענס אדער בעסערע פרייזן זאל זיך ביטע לאזן הערן.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג פעברואר 26, 2023 2:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

זייער פיין געשריבן....

ווי איז די קאמענטארן אשכול?
אה דא? אקעי.... F2 ביי ווינדאוס קען מען רינעימען א פייל...
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
ווייל נישט מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 10:29 am
לאקאציע:ווי נישט

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייל נישט מיך »

Keep it up!

Sounds intresting!
דריק גאז און פאאאאאררררר!! קוק נישט אויף קיייינננעעעעם!!
רק להתענג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:18 am

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רק להתענג »

זייער אינטערעסאנט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18859
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יישר כח די בדאנקערס, און די לייקערס (פיינעלי קען מען דאס שוין שרייבן…)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18859
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

האטליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ווי געשריבן, צו די פאונס בין איך אנגעקומען דורכדעם וואס מ'האמיר געהאט א האטליין געפארווערד ביי טעלעגראונד.

ביז דעמאלט איז דאס געווארן געראנט ביי א דרויסנדיגער. אים אנגעקאלט, ער האט גערן ארויסגעהאלפן די אריבערגאנג און צוגעוויזן די בעיסיקס.

א האטליין איז נישט קיין קאמפליצירטע זאך, טעלעגראונד'ס סיסטעם איז זייער פרענדלי און געשמאק אויסגעשטעלט.
די פרייזן הייבן זיך אן מיט 150 צו אויפסעטן. און 100 א חודש פאר בעיסיק פלאן.

בעיסיקלי איז דא א ivr סיסטעם וואס מ׳שטעלט אן וואס זאל געשען ווען מ'דריקט א נאמבער.
ס'איז דא ברענטשעס. מ'עפנט א לידינג ברענטש וואס דארט קומט מען אן ווען מ'קאלט אריין.
דארט לייגט מען צו אז ווען מ׳דריקט 1 זאל דאס גיין צו א נעקסטע ברענטש, און ווען מ׳דריקט 2 צו אן אנדערע ברענטש, און אזוי ווייטער.
און די נעקסטע ברענטש קען מען ווידער אנשטעלן אז ווען מ׳דריקט 1 זאל גיין ווייטער, און אזוי ווייטער און ווייטער.
אין יעדע ברענטש לייגט מען אריין אודיאו פיילס וואס געבט די אינסטראקשענס וואס צו טון "פאר אפטיילונג איינס דריק 1 פאר אפטיילונג צוויי דריקט 2). סאיז אויך דא אן אפציע צו שרייבן (נאר ענגליש), און דער מאשין ליינט דאס פאר.

אין די סעטינגס פון יעדע ברענטש איז דא עטליכע סעטינגס אנצושטעלן:
וואס זאל געשען ווען מ'דריקט נישט גארנישט: גיין צו א צווייטן ברענטש, אפהאקן די ליין, איבער'חזר'ן די אינסטראקשאנס (און וויפיל מאל). וואס זאל געשען ווען מ'דריקט א נישט ריכטיגע קנעפל: צוריקגיין, אפהאקן, אויפשפילן אן אודיאו פייל ("איר האט געדריקט אן אומריכטיג קנעפל." מיט אן אתנחתא…) און אזוי ווייטער.

דערנאך איז דא אן אפטיילונג וואס רופט זיך לייברעריס. דארט עפנט מען פאלדערס וואו מען אפלאודט אודיאו פיילס, יעדע זאך אין א באזונדערע פאלדער (לדוגמא 114 פון קול מבשר ליגן אלע אין איין פאלדער, 113 אין א צווייטע, און אזוי ווייטער.)
און אזוי אויך א אפטיילונג פאר וואויס-מעיל באקסעס, מ'עפנט עטליכע, איינס פאר מערכת איינס פאר שמעזנער און אזוי ווייטער.

אין די ברענטשעס קען מען אנשטעלן וואס זאל געשען ווען מ'דריקט א קנעפל. ווי געשריבן קען מען אנשטעלן אז ס'זאל פירן צום נעקסטן ברענטש אדער קען מען אנשטעלן ער זאל פירן צו א געוויסע וואויס-מעיל באקס. אדער אז ער זאל אויפשפילן א געוויסע אודיאו פייל, אדער גאר א גאנצע אלבום, וואס מיט'ן דריקן # זאל עס גיין צום נעקסטן.

קיצער, מער ווייניגער אלעס וואס קול מבשר האט…

מ'קען מאכן לעיבלס, אז נאר וועלכע פאון נאמבער ס'האט דעם לעיבל קען אריינגיין אין דעם אפטיילונג (דאס נוצט מען ביי באצאלטע האטליינס אדער פריוואטע האטליינס).

אזוי אויך קען מען אנשטעלן א בעק סיסטעם, אז ווען מ'דריקט א געוויסע קנעפל זאגט מען אריין א מעסעדזש און ס'גייט אויטאמאטיש אריין צו א געוויסע פאלדער, און אזוי קענען די צוהערער גלייך אויסהערן.
שטייצעך מ'קען אנשטעלן יעדער זאל קענען אריינזאגן (בחצרות האט ליין, אזוי אויך די יושבי אוהל, אדער די אלטע דעת הקהל אויף קול מבשר). דארט קען מען אויך אנשטעלן צי די רעקארדינגס זאל אויטאמאטיש ארויפגיין צום פובליק אדער איינער דארף וועריפייען).

מ'קען מאכן קאנפרענסעס, און קאנעקטן פעימענטס, אנשטעלן אז א געוויסע ברענטש קען מען נישט אריבערמישן (אזוי ווי די ערשטע ביי קול מבשר).

און אזוי קען מען פארציילן און פארציילן….
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג פעברואר 26, 2023 2:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18985
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איינס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 10:14 pm
.

אופ… ׳שטא קיין אינטערנעט… אויס קאפעלוטש מאכער (אבי געהאקט אין קאפ, מ׳קען אלעס מסדר זיין אן קיין אינטערנעט… יע יע טעלל מי אבאוט איט.)

דיע שורה דיזערווט א גרינע...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18859
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

קאנטאקטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

צו קענען אפערעיטן מיט קאסטומערס, ווענדערס וכדו׳ (אין מיין פאל איז דאס אפשר נישט די ריכטיגע ווארט אבער די זעלבע כונה) דארף מען האלטן די קאנטעקטס מסודר.
נישט אז יעדע מאל איך דארף שיקן עפעס אן אימעיל דארף איך מיר גיין דערמאנען אז צוויי וואכן צוריק האט מיר יענער געשיקט אן אימעיל, נו, וואס איז עס נאך געווען? אה, כ׳מיין עפעס וועגן פאונס, יעצט גיי דערמאן זיך צי ער האט געשריבן אין אידיש אדער ענגליש און צי ער האט גוט געספעלט, זוך אויף זיין אימעיל און דריי דיך ארום און ארום…
פאונס, נעמען, אימעילס, אדרעסן, און אזוי ווייטער אלע אינפארמעישאן אויף יעדן באזונדער.

איך האב געטרייט זוכן אויף גוגל, באקומען זיבעציג ענטפערס אז דאס איז ״די בעסטע״… געשפילט אהער געשפילט אהין, למעשה בין איך צוריקגעקומען צו גוגל קאנטעקטס.
גוגל קאנטעקטס איז זייער געשמאק און גרינג צו נוצן. ס'האט אלע בעיסיק אינפאו פיעלדס. נאמען, לעצטע נאמען וכו׳ אזוי אויך קאמפעני פאזישען, טאטע מאמע ברודער שוועסטער מענעדזשער… און מ'קען אייביג צולייגן קאסטעם פיעלדס.
מאכן לעיבלס, טעגס, מערדזשען דאבלס.

און שטייצעך דו האסט די אינפאו אין דיין דזשימעיל אקאונט, סאו ווען איך דארף שיקן אן אימעיל פאר משה זרח דארף איך נישט געדענקען זיין אימעיל אדרעס, נאר איינמאל ס'איז אריינגעלייגט אין גוגל קאנטאקטס אז פירסט נעים 'משה' לעסט נעים 'זרח' אימעיל אדרעס [email protected] קענסטו שרייבן אין אימעיל ביי די to פיעלד ״משה זרח״ און ער וועט ארויפברענגען זיין אימעיל.

אזוי אויך אויב ווילסטו ארויסשיקן אן אימעיל פאר א געוויסע גרופע, מאכט מען א לעיבל ״פלוני גרופ״ און לייגסט צו דעם לעיבל פאר וועם דו ווילסט ארויפלייגן אויף דעם גרופ. און ביים שיקן די אימעיל שרייבסטו אריין ״פלוני גרופ״ און ער ברענגט אריין די אלע אימעיל אדרעסן. און אויב וויל מען נישט יעדער זאל זען שרייבט מען אין 'בי-סי-סי'.
דזשימעיל איז אבער לימיטעד צו שיקן נאר ביז 100 קאנטעקטס אין איין אימעיל (און נאך א קרישקעלע איבער דזשימעיל אין הונדערט, אן אימעיל קען נאר האבן 100 ריפלייס. אויב גייט עס אריבער דעם לימיט וועט ער עפענען אן עקסטערן אשכו.. איי מיען א נייעם געהענגל און ממשיך זיין דעם שמועס אונטער א 're')

נאך א מעלה פון גוגל קאנטעקטס, ער ארבעט מיט גוגל און מיט דזשימעיל און ער פילט דיר אויס אינפאו. לדוגמא, אויב שיקסטו אן אימעיל צו א קאמפעני און זיי ריפלייען, וועט ער נעמען אינפאו פון זייער סיגניטשער און צולייגן אלס מעגליכע אינפאו פאר דעם קאנטעקט, און דו קענסט דאס עפראוון אדער דענייען.
אזוי אויך ווען דו לייגסט אריין א קאמפעני אין קאנטעקטס וועט ער דיר ברענגען זייער אינפאו וואס ער טרעפט אויף גוגל. אדרעס, פאון נאמבער, פראפיל בילד, און לאגא.
די חסרון פון גוגל קעגן רוב אנדערע קאנטעקטס סייטס איז אז מ'קען נישט עדיטן באלק קאנטעקטס. אויב וויל איך איין טאג צולייגן א טיטל פאר מיינע קאנטעקטס דארפסטו אריינגיין ביי יעדן איינעם און אריינלייגן עקסטער.

למעשה האב איך געטראפן א טול וואס מ'קען דאס צולייגן, ס'הייסט 'גוגל קאנטעקט עדיטער', דארט באקומסטו אלע דיינע קאנטעקטס אזויווי אין אן עקסעל שיעט. ס'איז א פיצי שטאט אבער זייער גוט און שפארט א געוואלד מיט צייט.

יעצט לעצטנס בין איך אריבער צו וויקס. (שפעטער צוריקקומען ווען מ'וועט רעדן וועגן ארויסשיקן מארקעטינג אימעילס.)
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג פעברואר 26, 2023 2:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18859
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ווער סהאט הערות ביותר וואס איך קען פארבעסערן, אדער בעסערע פרייזן יתברך.

איך וועל מערצאשעם שרייבן כפי משאת הפנאי.

די נושאים וואס איך געדענק יעצט:
פורניטשער, קאמפיוטערס, קלינינג, בענקלעך (דערווייל נאכנישט מסודר געהעריג), וועבסייט, זעפ, רעמאוט דעסקטאפ,
און אויך אנקומען עקספיריענס פון 'שרייבער מאגאזין': עפענען א ליגעל קארפארעישאן, ביזנעס באנק אקאונט, און עמעזאן אקאונט.

און שטייצעך דיי וויכטיגסטע איז ווען מ'האט קנאפער ידען׳ס נאמבער הענדי, און א ניק אויף אייוועלט…

ועל כולנה סייעתא ממרומים.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג פעברואר 26, 2023 2:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10252
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

זייער אינטערעסאנט!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10252
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א קליינע הערה: מ'קען רינעימען א פייל אין ווינדאוס, פשוט דורכ'ן קליקן אויפ'ן נאמען ווען דער פייל איז שוין סעלעקטעד.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15014
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: דאמעין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

איינס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 10:15 pm
א קאמפעני דארף א אינדעטיטעיט (איך האף איך שרייב עס גוט..). א קאמפעני וואס זייער אימעיל אדרעס איז יאצמעך עט גימל דאט קאם, געבט טאקע א אנבליק פון א גימל אן קיין פינטל… איך ווייס נישט פארוואס מאנכע קויפן נישט א אייגענע דאמעין, מ׳רעדט פון א פשוטע פראסעס, נעמט כמעט נישט לענגער ווי אויפמאכן א דזשימעיל אקאונט, און קאסט א נישטיגע אפצאל.

ארויף אויף גוגל געעפנט א דזשי סויט אקאונט, געזוכט א דאמעין, די קורצטע וואס איך האב געוואלט איז נישט געווען עוועיליבל האט מען געטרייט עטליכע ביז געטראפן איינס וואס איך בין געווען צעפרידן, געקויפט א דאמעין, געצאלט 12 טאלער פער יאר, פלאס 7 טאלער פער חודש פאר די אימעיל אקאונט (טיימס 2 פאר די צווייטע אימעיל אקאונט).

ענד נאו ווי אר עי לעדזיש קאמפאני…
עט גימל דאט קאם איז די מערסטע פארזיכערט פון העקקערס, ביי אן אייגענע דאמעין קען מען זייער גרינג אריין העקען
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18859
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אפילו אויב סאיז געקויפט ביי דזשימעיל? זייער מאדנע אויב יא.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער אינטערעסאנט. יישר כח.

איין הערה האט שוין קלאצקאפ אויסגעכאפט. וועגן רינעימען.

פריוויאו: ווינדאוס האט אויך א פריוויאו אויף די בעיסיק טייפס ווי ווארד, PDF, פיקטשערס, וכדומה.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

די אייגענע דאמעין קאסטיר למעשה 96 דאללער א יאר...

#בודזשעטינג...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דעי גאנצע פאון סיסטעם האבעך נישט קולט געוועזן... צו קאמפליקעיטעד געווען פאר א זאך וואס זעט מיר נישט אויס צו זיין נוגע פאר יעצט...
סטעישאן וועעגן
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 03, 2022 8:07 pm

Re: פאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטעישאן וועעגן »

איינס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 10:26 pm

געמיינט האב איך אז ס׳ארבעט, אז מ׳קויפט א פאון, זיי האבן אונליין אקאונטס און מסיינט זיך ארויף און מ׳קען רעדן.
למעשה די פאון קאמפעניס זענען נישט קיין ליין פראוויידערס און איך בין געבליבן מיט א הארד פאון וואס קען נישט מער ווי ליגן שיין אויפן טיש און געבן די געפיל ווי כאילו איך פיר דא ביזנעס..
געטרייט צו קענעקטן א גוגל וואיס נאמבער, למעשה קען מען נישט נוצן קיין גוגל וואויס נאמבער מיט א voip פאון. אויב געדענק איך גוט איז יא דא עפעס איין מין פאון וואס קען ארבעטן מיט דעם.
OBi2182 WiFi VOIP Phone
https://www.amazon.com/Obihai-OBi2000-G ... 350&sr=8-3
הכל הבל האט געשריבן:
אויב דו האסט באשלאסן צו גיין מיט קאנדידאט פלוני מוזטו נישט פארענטפערן אויך יעדע בולט'ע חסרון זיינע און אויב דו האסט זיך געשטעלט אקעגן עימיצן מוזטו נישט קריטיקירן די מעניו פון יענעם'ס מאלצייט
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1525
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

ממוצע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:51 am
די אייגענע דאמעין קאסטיר למעשה 96 דאללער א יאר...

#בודזשעטינג...
נאר $12 אויך געלד די שאלה איז אויב עס וועט דיר ברענגען איין קאסטומער האט זיך עס שוין געלוינט
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10252
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ממוצע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:49 am
זייער אינטערעסאנט. יישר כח.

איין הערה האט שוין קלאצקאפ אויסגעכאפט. וועגן רינעימען.

פריוויאו: ווינדאוס האט אויך א פריוויאו אויף די בעיסיק טייפס ווי ווארד, PDF, פיקטשערס, וכדומה.
היינט שוין אויף אינדיזיין פיילס אויך.

ער רעדט אבער בעיקר פון די חלק אז יעדע מעניו עפנט זיך אין א פרישע קאלום, און די דרויסנדיגע מעניו בלייבט. (אויב כ'האב גוט פארשטאנען)
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ער רעדט פון ביידע.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18859
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ממוצע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:49 am
פריוויאו: ווינדאוס האט אויך א פריוויאו אויף די בעיסיק טייפס ווי ווארד, PDF, פיקטשערס, וכדומה.
אינדיזיין ארבעט גראדע נישט אין מעק
אבער סהאט א פריוויו אויך פאר אודיאו און ווינדאו, איך מיין ווידאוס האט עס נישט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18859
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

וועבסייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איינמאל מ'האט א דאמעין קען מען גרינגערהייט אויפסעטן א בעיסיק וועבסייט.

די גרינגסטע איז צו גיין צו גוגל סייטס עפענען א סייט, זיי האבן גרייטע טעמפלעטס, און אפילו איינער וואס קען נישט צו סאך דעזיין און גרעפיק קען גרינגערהייט ארבעטן.

ס'איז גוט צו געדענקען צו מאכן אויך אלע זייטיגע זאכן ווי לדוגמא די אייקאן אויפ'ן טעב (favicon) וכדו׳ אזוי געבט דאס א פראפעשאנעל לוק.

גוגל סייטס האט ממש נאר בעיסיק אפציעס, די מעלה פון דעם איז אז ס'איז פרי און קאסט נישט קיין געלט.
ס'איז דא נאך וואס מ'קען בויען געהעריג א וועבסייט אבער ביי זיי קען מען נישט קאנעקטן די אייגענע דאמעין ביי די פרי פלען, אזוי אויך וועט ארויפקומען אויבן אדער אונטן א בענער, אויבן אדער אונטן פונעם פעידזש.

סאו ערשט האט מען געמאכט א פשוט'ע בעיסיק וועבסייט אויף גוגל סייטס.
דער נאמען פונעם וועבסייט וועט זיין googlesites.moshezichmich.com\moshezichmich
צו קאנעקטן די אייגענע דאמעין אז די סייט זאל זיין moshezichmic.com איז זייער א גרינגע וועג פון אפאר סטעפס.
איין נארישע גוגל סורטש וועט ווייזן וואס צו טון (און בכלליות ביי יעדע אזא קוועסשאן וועט גוגל געבן זייער גוטע ענטפערס).

איינמאל איך האב געוואוסט וואס איך וויל האב איך געעפנט אן אקאונט ביי wix.com דארט קען מען זיך בעסער ארומשפילן און האט א געוואלד מיט טולס און עפפס.
זיי האבן אויך אן אפציע צו קענען שרייבן געהעריג און זיך שפילן מיט די קאודס, אבער אויך ווער ס'קען נישט די שפראכן קען זיך ארומשפילן מיט'ן עדיטער אן דארפן צוקומען צו טאטשן קאודס.
דא אויך, עני קוועסשאן שרייבט מען אין גוגל, וויאזוי טוט מען דאס און וויאזוי יענץ און ער קען בוכאשעם פיין די גמרא…

כדי צו קאנעקטן אן אייגענע דאמעין דארף מען האבן א באצאלטע אקאונט, בערך 30 טאלער. זיי האבן עטליכע פרייז אפציעס.
צו קאנעקטן די אייגענע דאמעין געבן זיי פינקטליכע אינסטרוקציעס דארט.

וויקס איז נישט די איינציגסטע אפציע, ס'איז דא א געוואלד פון וועבסייטס, איך גלייך אבער זייער וויקס. וויאזוי זאגט נאר יענער? מיר פארשטייען זיך אויפ'ן ווינק..

דערצו קומט צו דארט אלעס וואס מ'דארף פאר מארקעטינג. קאנטאקטס, אימעיל, רעפארטס, מארקעטינג אימעילס, סובסקרייבן וכו' ועוד.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג פעברואר 26, 2023 2:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עלינו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

איינס האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:19 am
ממוצע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:49 am
פריוויאו: ווינדאוס האט אויך א פריוויאו אויף די בעיסיק טייפס ווי ווארד, PDF, פיקטשערס, וכדומה.
אינדיזיין ארבעט גראדע נישט אין מעק
אבער סהאט א פריוויו אויך פאר אודיאו און ווינדאו, איך מיין ווידאוס האט עס נישט.
האט יא
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “פארשידענע הילף”