אויפסעטן א אפיס פון סקרעטש ביז ת
האלט מען יעצט א יאר פארביי און איך וויל דא שעירן מיין עקספיריענס. איך גלייב ס׳איז דא וואס צו נאשן, און איך האף איך וועל אויך ארויסנעמען א טובת הנאה אויב מ׳וועט מיר אנווייזן וואס איך קען פארבעסערן.
מיין ציל דא איז נישט צו שרייבן קיין טאג בוך און ממילא וועל איך פארן אהין און צוריק לפי די נושאים, לויט וויפיל איך געדענק. (צו ליינען טאג ביכער וואלט איך רעקאמענדירט דעם ראבינער'ס טאג ביכער…)
די אפערעישאן ביז דעמאלט איז אנגעגאנגען מיט ארויסדינגען א דעסק אין אן אפיס. איך האב באקומען א קאמפיוטער, א פרינטער און אסאך דאקומענטן…
די נייע אפיס איז נאך נישט געווען פערטיג און גרייט אריינצומופן, האט מען מיר געגעבן א זייטיגע רום, פיר ווענט, א קאמפיוטער און א דעביט קארד…
איך בין אראפגעפארן צו קאסטקא, געקויפט צוויי צוזאמלייג פלעסטיג טישן, מיט'ן חשבון אז בבוא העת קען מען דאס ריטורנען… (למעשה נאכנישט אנגעקומען).
איך האב געהאט ביי מיר אויפ'ן בוידעם צוויי אלטע אפיס בענקלעך.
אבער מ׳דארף דאך א קאמפיוטער פאר מיר אויך, און דארפנדיג א גוטע קאמפיוטער וואס זאל פארנעמען פילע פראגראמען אינקלודינג די אדאובי פראגראמען פאר גרעפיק דעזיין וכדו׳ האב איך געמאכט ריסורטש אויף פרייזן. למעשה זייענדיג צוגעוואוינט פון מיין אלטע ארבעטס פלאץ צו ארבעטן מיט א מעק (עפל) האב איך געזוכט א מעק קאמפיוטער.
די נושא צי מעק אדער ווינדאוס איז אן אלטע נושא. איך וועל שרייבן אין קורצן מיין בליק פארוואס א מעק איז בעסער.
ערשטנס, מעק האט נישט קיין אפציע פון ביליגע קאמפיוטערס, און וויבאלד דעם מענטש'נס מח ווערט פארלוירן ביים מאכן דעסיזשענס… איז אלץ בעסער וואס קלענער דער אויסוואל זאל זיין…
למעשה האט עפל גוטע מאשינען (מאנכע וועלן טענה׳ען אז פאר דעם פרייז באקומט מען א ווינדאוס נאך א בעסערע מאשין).
די טעב וויו איז געשמאקער (מייקראסאפט האט לעצטנס אויך אפדעיטעט זייער סיסטעם צו דעם וועג).
דער אויסשטעל פון פיילס ביי ווינדאוס האט עטליכע אפציעס, ביי מעק קומט צו א גאר נוצפולער וויו, וואס מ'זעט די פיילס זייט ביי זייט. דהיינו קאלום 1 די פאולדערס פון דעסקטאפ למשל, ווען מ׳דריקט אויף א פאלדער עפנט זיך זיין אינהאלט אין קאלום 2, און ווען מ׳דריקט אויף א פאלדער אין קאלום 2 עפנט זיך א 3'טע קאלום מיט זיין אינהאלט, און אזוי ווייטער און ווייטער.
איך נוץ נאר דעם וויו, ס׳שפארט א געוואלד מיט צייט, נישט דארפנדיג אריינגיין און צוריקגיין אין פאלדערס כדי צו זען זייער אינהאלט, נאר מ׳זעט דעם גאנצן בילד פאר זיך. ס׳פארט פיילס, פאלדערס, מ׳שלעפט מ׳רוקט, א מחיה.
נאך א גאר נוצפולע טול וואס מעק האט, איז פריוויוען א פייל דורכ׳ן דריקן דעם ספעיס קנעפל ווען מ׳שטייט אויף א פייל. אפגעזען וועלכע פייל דאס איז, פאטאשאפ, אילוסטרעיטאר, בילדער, ווידעאס. מ׳דריקט דעם ספעיס און דער פייל איז במלוא הדרו פאר דיינע אויגן, און ביי ווידעא שפילט דאס אויף דעם ווידעא. און מיט א נאך דרוק אויפ'ן ספעיס איז ער צוריק במקומו. אזוי אויך אודיאו פיילס, ספעיס צו אויפשפילן, און ווידער ספעיס צוצומאכן.
רינעימען א פייל. אין ווינדאוס דארף מען רייט קליקן, דרוקן רינעים. אין מעק ווען מ׳שטייט אויף א פייל און מ׳דריקט ענטער קענסטו גראד עדיטן דעם נאמען. איי מ׳פארלירט דעם ענטער צו עפענען דעם פייל? דאבל קליק אויפ'ן מייז עפנט דעם פייל (אדער קאמענד ענטער). איך מיין אז די מייקראסאפט יוזערס נוצן אויך ענדערש דעם דאבל קליק ווי דעם ענטער צו עפענען דעם פייל.
מעק האט א בילד אין ריקאווערי, קאלד טיים מאשין, גרינגער און מער סימפל צו נוצן ווי דעם ווינדאו'ס ריסטארט פוינט. (איך קען מיר נישט אויס מיט דעם ווייל איך האב דאס קיינמאל גענוצט, איך דארף נישט צוקומען צו דעם, נוצנדיג גוגל דרייוו אלס מיין האוסט, שפעטער אויסשמועסן). טיים מאשין באקומסטו אלע טיים פוינטס און דו קענסט אריבער גיין פון איינעם צום צווייטן אן דארפן ריסטארטן ווי ביי ווינדאוס.
דאס איז וואס איך געדענק פאר יעצט.
האב איך געטרייט אנליין צו קויפן, נישט געקענט געהעריג, געדענק איך שוין נישט פינקטליך. למעשה אראפגעפארן צו די עפל סטאר אין נאנועיט מאלל, די חברה האבן מיר שיין אויפגענומען, אלעס פארט מיט א סיסטעמאטישער וועג, כדרכם של עפל… מ׳קומט אריין, ווארט דיר אפ א יונגאטש מיט א טעבלע… סארי אן אייפעד, ער בעט דיר דיין אינפאו (כמעט אלעס חוץ די סאשעל…), און ווייזט דיר וואו צו ווארטן. אנגעקומען א בריה משונה א זקן מיט א קאמפליצירטער בארדע, געגעבן אן איבערבליק אויף די אויסוואלן און געקויפט א סטודיא מעק, א קיבאורד און א מייזל פאר א שיינעם אפותיקי. א דיספלעי (סקרין בלשונה של עפל) האבן זיי נישט געהאט.
אריבער צו א לאקאלע קאמפיוטער סטאר, געקויפט א ביליגע סקרין פאר צוויי מאות, א hdmi קעיבל, און געפארן צום פראוועזארישן אפיס.
אויפגעשטעלט דעם טיש, בענקל, קאמפיוטער, מ׳פלאגט איין דעם קאמפיוטער און מ׳גייט ארבעטן.
אופ… ׳שטא קיין אינטערנעט… אויס קאפעלוטש מאכער'. (אבי געהאקט אין קאפ, מ׳קען אלעס מסדר זיין אן קיין אינטערנעט… יע יע טעלל מי עבאוט איט.)
אנגעהויבן קאלן די פראוויידערס, ווער וויל כאפן די זכיה מיר צו האבן אלס זייערס א קאסטומער. אהער און אהין, צום סוף איז געבליבן אז ווערייזאן קען נאר אויף מארגן און אפטימום קען איך האבן שוין היינט, איך דארף אבער אראפפארן צו זיי אויפפיקן די עקווימפענטס. ויסע וילך א צוואנציג מינוט וועג פון מאנסי, איך קום אן און זיי הייבן אן באבענען אז מיין ארדער איז נישט געפלעיסד און זיי קענען מיר נישט געבן. נאך עטליכע פאון קאלס בלייבט עס אז ער זעט יא מיין ארדער אבער ס׳גייט אנקומען אויף די פאסט… ווען? נעקסטע וואך. טשאבעס, זיי מיר געזונט. געקענסלט, געקאלט ווערייזאן, ס׳איז שוין עניוועי געווען שפעט נאכמיטאג, נו, א וואקאציע גלייך ביים אנהייבן איז נישט אזוי שלעכט…
אויף צומארגנס איז ווערייזאן אנגעקומען און מסדר געווען על צד היותר טוב, איך מיין איך צאל 90 א חודש, אויב איינער ווייסט פון בעסערע פרייזן קען אריינקומען רעקאמענדירן.
אפטימומ׳ס פעקעדזש איז אנגעקומען אן זייער טיים… און ס׳ליגט נאך דערווייל אין א ווינקל אין אפיס כאבן שאין לו סערוויס…
נעקסט.
האבן מיר כלים וואו ס׳זאל חל זיין די השפעה, דארף מען אבער אנהייבן משפיע זיין… אויפגעסעט דעם קאמפיוטער, יוזער נעים, פעסווארד, פינגער פרינטס (נאך א זאך וואס ווינדאוס האט נישט).
געקאלט גדר, געלייגט א פילטער, געענטפערט אויף אלע שאלות יא יא יא, אווי מ׳פילט אויס א לייף אינשורענס אפליקאציע און מ׳פילט אויס אלע קוועסשאנס נאו נאו נאו… באקומען א פילטער. ויסעו.