Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!
די פאבריק ווי מען פראדעצירט די אוזעמפיק שאט פאר מענטשן וואס ווילן פאלירן וואג, איז ארויף אין פלאמען היינט אין דענמארק, קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אבער די פאבריק האט געליטן שאדענס
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
די פאליציי אין א סטעיטמענט זאגן אז זיי זיכען אינטער א פארדעכטיגטע פעקל אויפן גאס פארנט פון די געביידע
#ספירה אלערטקוק ארויף האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 8:30 amווידאו.ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 2:05 amדי לוי' צערעמאניע פון פרעזידענט ראיסי איז אונטעוועגנס אין איראן אין שפיץ פונעם אייאטעלע כומעיני וואס איז יעצט ערשינען און פירט אן מיט די טרויעריגע פרעפלערייען.
איינער האט מיך אנגעפרעגט אין אישי וואס איז די קליינע 'רוסלאנד' דארט אריינג'כורך'ט אויף די מאפע וואס איך האב געברענגט.ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 8:02 amשוועדן האט פארשטערקערט די פארטיידיגונג פונעם אינזל גאטלאנד אינעם באלטישן ים, צוליב מורא אז רוסלאנד האט בדעה צו איבערנעמען קאנטראל דערויף. - לויט א סטעיטמענט פונעם הויפט קאמאנדיר פון די שוועדישע קרעפטן, באדען.
שוועדן וועט אויך אוועקשטעלן 7 ביליאן דאלער אין דריי יאר מיליטערישע שטיצע צו אוקריינע.
דער אינזל, מיט א שטח פון 3,140 קוואדראט קילאמעטער, ליגט בערך 90 קילאמעטער מזרח פון די שוועדישע יבשה, און איז דער גרעסטער פון די שוועדישע אינזלען. צוזאמען מיט נאך קלענערע אינזלען אין איר געגנט, פארמירט עס א דיסטריקט - וואס איז אויך א באזונדער לאנד - גאטלאנד קאונטי, און קאמין (לאקאלער ראט). די אדמיניסטראטיווע שטאט קאמין גאטלאנד, וואס איז אויך די הויפטשטאט פון די אינזל, איז וויסבי, און איז די איינציגסטע שטאט אויפן אינזל.
אין 2020, האבן אביסל מער ווי 60,000 מענטשן געלעבט אין גאטלאנד, וועמענס עקאנאמיע איז געווען בעיקר באזירט אויף אגריקולטור און טוריזם. די שטאט וויסבי איז אן אינטערנאציאנאלע טוריסט דעסטינאציע א דאנק צו איר אלט שטאט, וואס איז אין 1995 דערקלערט געווארן אלס א וועלט 'העריטעדזש' ארט.
ביי זיין דרשה האט זיך ארפגעלאזט א רעגן.. ער איז געווארן דורכגעווייקט נאס..
מישיגין איז נישט דאס ווארט....
די צוויי באטלעך בלוט וואס מ'האט געטראפן איז געווען אדרעסירט/געשיקט פאר טראמפ
אביסל קאנטעסט בעסער צו פארשטיין:
אינטערעסאנט צוצולייגן אז רוסלאנד'ס גאנצע באלטישע ים פלאטע איז טאקע דארט סטאנציאנירט, אבער קען נישט פארלאזן די וואסערן אן אדורפארן צווישן שוועדן - היינט שוין אויך א נאטא מעמבער - און דענמארק, וואס באדייט אז נאטא קען האלטן זייער א שארפע און קלארע אויג אויף אלע אירע נעיווי אקטיוויטעטןישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 22, 2024 11:17 am
דאס ווערט גערופן קאלינינגראד, וואס איז היינט א טייל פון די רוסישע פעדעראציע לאמיר בקיצור נמרץ רעדן דערפון.
אן ארבעטער האט בטעות אריינגעשטאכן די שאט אין די געביידע, און ס'האט פארלוירן פונט...