Re: אלגעמיינע סערוויסעס וואס מען קען ניצען א גוי פאר האלב די פרייז.
יודישע ביזנעסער: שטיצט דעם היימישן ציבור מיט'ן נישט רייסן זייער געלט, איר ווייסט נישט ווער פון אייערע נאנטע קרובים און נישט קרובים וועלן נישט דארפן באקומען קיין קמחא דפסחא דאס יאר!מחשבהטובה האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 02, 2023 6:06 pmלדעתי דארף די אשכול פארשפארט ווערען.
קיינער מוז נישט גיין צום יוד, אבער יידישע געלטער גייט זייער ווייט.
דורכן שטיצען די יוד, קען ער געבען קמחא דפסחא, קען דער מקבל קויפן צרכי החג ביי אנדערע, וואס קויפן זייער סחורה ביי ידישע סופלייערס, וואס האבן יידישע ארבייטער, וואס קענען ווערען באצאהלט און קויפן ביי אנדערע יידען, וואס קענען צאהלען זייער ארבייטער וכו וכו.
יודען זענען טייערער. יא. אבער סאיז די העכסטע ניווא אין צדקה.
די אשכול איז #רשעות ברשות התורה.
דיסקלעימער: איך בין א ידישע ביזנעס אייגנטומער, טייערער פונעם גוי, אין ב"ה דורך דעם וואס די ציבור שטיצט מיין ביזנעס (א חלק, אנדערע גייען צום גוי, און סאיז פערפעקטלי OK) האב איך דעיס יאהר זוכה געווען צו געבען א שיינע סכום קמחא דפסחא, אוועק געגעבען פאר אסאך משפחות צרכי החג בחינם, און געהאלפן מיין קהילה מיט זייער צרכים.
שטיצט יודישע ביזנעס, איר ווייסט נישט ווער פון אייערע נאהנטע קרובים האט באקומען פון זיי דעיס יאהר!
want to hear