GO WOKE GO BROKE
ווי מער לינק און וואויק א קאמפעני, ענטעטי, סטעיט וכד''ו גייט, אלץ טיפער פארט ער אריין און תהום...
עס זעהט זיך אן און צענדליגער אספעקטן, קאמפעני'ס לייגען פאליטיק איבער די וואוילזיין פון די קאמפעני, ווי למשל אנשטאט אהערשטעלן א פעסטע באוירד פון ריכטיגע בחורים, וואס איז די יסוד פון א גוטע קאמפעני, זיכען די וואויק קאמפעני'ס אנצופולען די באוירד מיט שווארצע און מיט פרויען. די קוואליפיקאציע'ס זענען שוין נישט נוגע, אויב איז מען א מינארעטי איז מען שוין עלידזשעבעל צו דינען אויף די באוירד. די רעזאלטאטען זענען מובן מאיליו...
איך גיי דא ארויפלייגען אפאר עקזעמפעל'ס וואס קומען מיר כרגע אויפן געדאנק, און די עולם זאל ביטע ממשיך זיין...
1- בעד בעטה ענד בעיאנד. ווען די געשעפט האט זיך געמיטשעט מיט ליידיגע שעלפ'ס , האט די קאמפעני אפגעהאקט איין גוטע קאנטראקט וואס זיי האבן נאך געהאט מיט מייק לינדעל צוליב יאנאוואר 6. די ריזאלט'ס: בעד בעטה ענד בעיאנד האלט פארן פיילען טשעפטער 11, (פאר מער זעהט דא ), מייק לינדעל'ס מיי פילאוי, בליעט לייק נעווער ביפאר.
2- דיזני. דיזני האט זיך די לעצטע יארן באקאנט געמאכט אלץ איינע פון די מערסט וואויק קאמפעני'ס, מיטן שטיצן אלע תועבות, און אויך האבן זיי אפגעשטעלט אלע GOP דאנעישענ'ס נאך יאנאוואר 6, די ריזאלט'ס: דיזני פארלירט מיליאנען וויא'ערס אויף זייערע מאווי'ס, בעת וואס זיי כאפן אריין מכת רצח פון די'סענטאס און פלארידע.
3- סיליקאן וועלי און סיגניטשור באנק. צוויי וואויק בענק וואס האבן גע'שפיעלט פאליטיק, סיליקאן וועלי איז געווען באקאנט אלץ די מערסט וואויק באנק, און סיגנוטשער איז זיך אויך ווערט געווען דאס געלט, מיט'ן אפהאקן מיט די טראמפ פאמיליע (א גרויסע קלייענט זייערע) צוליב יאנאוואר 6.
4- ניו יארק סיטי. ווי מער ניו יארק סיטי גייט וואויק, צוזאמען מיט זיינע אנדערע לינקע ענדליכע סיטי'ס, אלץ מער פארן זיי אריין און תהום, (פאר מער זעהט דא )
5- באד-ווייזער. האט געפירט א מארקעטינג קאמפעין צו סופארטען אלע דזשענדער'ס (אויסער נאטורליכע) און די סעיל'ס זענען געפאלן מיט 80%, וואס האט געפירט די רעזיגנאציע פון די CEO.
אזוי גייט די ליסט ווייטער און ווייטער, בעת רעכטע אדער נוטראל פירמע'ס, טרייווען ווייטער מיט הצלחה.