Re: GO WOKE GO BROKE
קענסל קולטור איז די וועג, פשוט וואס איך רעספעקפולי דיסעגרי איז אז פארהאן גוים וואס זענען נאך אזוי אפגעהאקט אז עס האט אויף זיי נישט קיין ווירקונג, און גאר אסאך קאנסערוואטיוון וואס לעבן זיך אין זייער וועלטעל.כאלעט'ל האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 23, 2023 3:05 pmס'איז באמת א פשוט'ע נקודהאבזערוואציע האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 23, 2023 2:24 pmאיך פארשטיי נישט ווי עס קומט אריין טעלעוויזיע, שענק, טוויטער, יו טוב.כאלעט'ל האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 23, 2023 12:54 pmוואס הייסט ממש וואו אונז?אבזערוואציע האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 23, 2023 12:42 pmגוט געזאגט, נאר איין זאך.כאלעט'ל האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 23, 2023 12:24 pm
@כאלעט'ל איז א אידיש קינד, וואוינט אין א היימישע געגנט, שיקט אין היימישע מוסדות און ווייסט אז וואס אימער עס פאסירט אין די גוי'אישע גאס, הויפטזעכליך אין פובליק סקול און אין פארוויילונגס ערטער האט קיין שייכות און װעט האבן קיין שום השפעה מיט אים און מיט זיינע קינדער וויבאלד ער לעבט גענצליך אפגעטיילט פון די אמעריקאנער קולטור און אז ער וועט האבן סיי וועלכער פראבלעם זענען פארהאן געטרייע ברודער זיינער וואס וועלן אים שטיין צו די האנט אויף טריט און שריט.
דזשעק, וואוינט אין א דארף אין אלאבאמא, קיין הילף וועט ער נישט באקומען, וויבאלד זיין קאמיונעטי באשטייט פון א קארגע צוואנציג אנגעביסענע לייט, אלעס- אבער אלעס וואס קומט פאר אינעם גוי'אישן גאס האט א דירעקטער השפעה אויף אים, די קינדער און די בני בית, וואס העלפט אים בעת צר? זיין שטימע. פאליטיק.
געוויסע קאנסערוואטיוון זענען די זעלבע ווי היימישע אידן פון א געוויסע פערספעקטיוו, עס גייט זיי נישט אן קיין קולטור אדער נאציאנאלע פאליטיק, לאקאלע פאליטיק לאזט ער זיך הערן וויבאלד עס וועט האבן אויף אים א דירעקטע השפעה.
ער האט נישט קיין טעלעוויזיע?
ער גייט נישט אין שענק?
ער ניצט נישט טוויטער?
ער זיצט נישט אויף יוטוב?
זיינע קינדער האבן חתונה בלויז מיט מענטשן פון זיין דארף?
איינצעלנע אזוינע גרופעס זענען פארהאן, וואס אגב עקזעסטירט אויך ביי לינקע עלעמענטן וואס לעבן אין זייער אייגענעם באבל און קוקן נישט ארויס פון זייער ד' אמות.
די מערהייט איז נישט אזוי.
ווי איזאלירט ער איז מאכט נישט אויס צום פאקט אז ער איז נישט אנגעהאנגען אין נאציאנאלע פאליטיק.
אינטערנעט האט מען גע'אסר'ט נישט בלויז צוליב ראיות אסירות נאר וויבאלד עס ברענגט אריין דער גוי צו דיר אין שטוב.
א טעלעוויזיע, זיצן אויף יוטוב, זיצן אויף טוויטער און זיך דרייען אין שענק מיט די גאנצע שטאט ברענגט אריין אין דיר די קולטור וואס הערשט אין גאס און מאכט צודרייטע זאכן נארמאל.
דער גוי ווערט בלי שום ספק נשפע און אפען מיינדעד צו כל מיני שטות והבל און די עצה איז אדער אפצוהאקן גענצליך וואס זיי טוען נישט, אדער צוריקשלאגן וואס זיי פרובירן צו טוהן און דאס איז קענסל קולטור