Re: במסתרים תבכה נפשי - א בריוו צו דיר, מיין קראש פרענד, יצחק.
און וואס איז דיין פוינט יעצט?דער מענעדזשער האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 04, 2023 3:19 pmלאמיר זיין קלאר
דו און איך זענען עס אדורך, און יענער אישי זיכער אויך!
איך וואלט ווען געוואלט ציטירן פון מיינע פריוואטע נאטיצן און אלע מיינע פילינגס בשעת מעשה (יעצט איז נישט בשעת מעשה געלויבט דעם פון אויבן, נישטא קיין ווערטער צו דאנקען דעם אייבערשטן דערפאר)
איך שרייב מיך דארט כמה פעמים זייער אסאך לאגישע טענות און הסברים וואס דער מח האט געהאט צו פארקויפן פארן הארץ, אבער... דער הארץ איז נישט געווען גרייט עס צו אדאפטירן און שפירן למעשה! די פילינגס זענען פארטעמפט און משוגע לאותו דבר, קענסט רעדן צום דופן עקומה, די ראנגלענישן און יסורי הנפש קען מען נישט אוועקווישן מיט לאגיק אזוי במחי יד...
נאר וואס'זשע דען? דאס איז געווען איידער עס איז געווען אן אשכול, איידער כ'האב געוויסט אז עס איז נארמאל, כ'האב געסטראגלט אליינס, כ'האב נישט געקענט רעדן צו קיינעם, דער מח האט זיך אליינס געשלאגן מיטן הארץ.
משא"כ אז מען שרייבט דערפון, 1) דו דערציילסט מיט א מעשה - א פאקטישע מעשה און א פערזענליכע מעשה האט א שטארקערע השפעה.
2) דער מח האט סופארט פון דרויסענדיגע מענטשן, ער איז נישט אליינס אויפן פראנט.
3) און בכלל, איינמאל מען שרייבט דערפון, מען פעיסט עס ברבים, גייט אראפ אסאך פרעשור און אנגעזאמלטע אומבאהאנדלטע געפילן, דאס מאכט אסאך גרינגער דעם לאסט און איז אטאמאטיש אסאך אסאך גרינגער צו באהאנדלען.
אז כ'זאל שרייבן מיין מעשה דא?