Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?
ווי קען א יוד וואס פלוסט אין זיינע אדערן בלוט פון אונזערע זיידעס וואס זענען ברוטאליש אויסגעמארדערט געווארן ביי די אלע פאגראמען במשך השנים, זיך אנעמען פאר א... מענטש(?) וואס 1 ער וויל צוברעכן די סדר פון דעמאקראטיע, יא! דעמאקראטיע, די ווארט וואס איז היינט געווארן א סימבאל פאר אלע גארבידזש וכו', האט אונז אלע געראטעוועט פון די רוסישע אוקריינע וכו' פאגראמטשיקעס, און דאס וויל ער צוברעכן 2 ער הרג'ט מענטשן פאר זיינע בלוט-תאוות, צו איז עס אלע יארן ווען מענטשן פליען פון פענסטער ווי זיי וואלטן געווען געצייג אנצוקומען צו זיין תאוה, צו איז עס דורך פארסמ'ען (ווי נאוואלני) זיינע קעגנער, פלעין און פראסט א נידריגער רוצח!!! אבער ניין, ער זאל געווינען, פארוואס? איין באשעפער אין הימל, פארוואס? פארווען? פארווי? ווער רעדט נאך יעצט ביי די מלחמה, קודם די גאנצע מלחמה ווי שוין אויסגעשמועסט דורך די עולם דא, סתם פאר זיין תאות השלטון און מאכט, צו איז עס מיט זיינע ברוטאלע רציחות אין בושטא וכו', ווי איז אביסל רחמנות אויף טויזנטער - הונדערטער טויזנטער, מענטשן, משפחות, עלטערן, פיצל קינדער, זיידעס, און עלטער עלטער באבעס (דערונטער אויך ליידער פיל מיט יודן, היימישע שומרי תומ"צ מיט בארד און פיאות, חסידישע יודן, מיינע און דיינע ברודער), וואס האבן אלס פארלוירן, זייערע הייזער, זייער גאנצע האב-און-גוטס, זייערע ביזנעסער וכו' ווייל דער רשע האט זיך אנגעשמעקט אז אמעריקע טאר נישט זיין אין זיינע ד' אמות, ווי איז די יודישע געפיל פון פשוט מיטפילן מיט נרדפים, פוטין איז א נרדף?! איינער האט עם געבעטן צו מאכן זיין גרעסטע טעות אין לעבן און אינוואדירן אוקריינע? איינער האט עם געצווינגען צו בלייבן דארט, אויך יעצט א יאר שפעטער, זייענדיג קלאר אז וואס ער האט געוואלט גייט ער נישט באקומען, האלטנדיג נאך טויזנטער געהרג'טע? צווישן זיי פון זיינע אייגענע מענטשן, מענטשן וואס האבן עם אויסגעקליבן (יא צו ניין, א שמועס פאר זיך) ער זאל זיין דער פירער פונעם לאנד, זיך פארלאזנדיג אז ער גייט זיי האלטן סעיף, און אנשטאטס דעם שיקט ער זייערע קינדער און זיי אליינס צו זיין קאנאנען פלייש פאר זיין פריוואטע מאכט-זוכנדיגע קריג
אבער נאכאלץ דארף מען מוחה זיין
ניין! א יוד א שומתומ"צ וואס האט א נאטורליכע רחמנות אויף באשעפענישן, כש"כ וכש"כ אויף מענטשן, קען נישט מיטהאלטן מיט א רוצח, און וועלן ער זאל געווינען!
ס'איז דא נאך אסאך צו שרייבן, ועוד חזון למועד