ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חוות דעת
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 28, 2019 10:15 am
לאקאציע:ארץ ישראל

ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוות דעת »

איך בין נישט די גרעסטע מומחה אין נגינה. אזויפיל ווייס איך אז געווענגליך איז יעדע ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 אדער 3 ביעטס.
עס איז דא עפעס א ניגון, וואס איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט, די ערשטע פאל איז זיכער 4 ביעטס, און די קומענדיגע פעלער איז 3 ביעטס.
איז פארהאן אזא זאך אין מוזיק??

נ.ב. איך נישט באהאווענט דא אין דעם היכל הנגינה. איז אויב איז די שאלה נישט אויפן פלאץ, זייט מיר מודיע. ואתכם הסליחה.
אוועטאר
מאנדל ברויט
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 7:36 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדל ברויט »

חוות דעת האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 9:41 am
איך בין נישט די גרעסטע מומחה אין נגינה. אזויפיל ווייס איך אז געווענגליך איז יעדע ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 אדער 3 ביעטס.
עס איז דא עפעס א ניגון, וואס איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט, די ערשטע פאל איז זיכער 4 ביעטס, און די קומענדיגע פעלער איז 3 ביעטס.
איז פארהאן אזא זאך אין מוזיק??
זיכער
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

עס זענען פארהאן ניגונים וועלכע טוישן פעלער צווישן 3 און 4 ביטס.

למשל:
אבינו מלכנו גלה כבוד - 3
וקרב פזורינו (שנעלע פאל) - 4
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יא, ס'זענען דא ניגונים וואס לויפן א באר פון 3 און א באר פון 4. דריי, פיר, דריי, פיר, אדער אדער פארקערט.

אסאך מאל וועט מען צוקוועטשען אדער אויסציען. אבער ס'הערט זיך נישט עכט גוט.

שוין אסאך מאל באמערקט אזעלכע ניגונים. דארף איך טראכטן צו טרעפן א דוגמא.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

ס'דא אסאך אזעלכע ניגונים. ס'דא למשל פון ר 'משה ג''מ וכשם שאני טלית דער ניגון טוישט פון 3 צו 4 יעדע 5 סקונדעס. דער ניגון ואזכה לראות טוישט ארום אינמיטן אויך די סאטמאר שלום עליכם טוישט אימיט'ן ביי די הויכע פאל.
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ויהיה זרעי פון יענקי דסקל. די הויכע פאל ואזכה לראות איז שוין נישט א פירער.

די ניגון נפשי פון מוטי שטיינמעץ און ריבו איז די ערשטע פאל א פירער און די הויכע פאל נישט.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9417
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אבינו מלכנו גלה כבוד און וכשם שאני פון ר' משה גאלדמאן טוישט זיך צו פיר ביי די שנעלע פאל, דאס פאסירט ביי יעדע "דרייער" שטייטע ניגון וואס טוישט זיך צו שנעל, ווייל יעדע שנעלע ניגון איז פיר (ס'דא אויסנאמען, אבער די זענען נישט עכט שנעל, ווי למשל די ראפשיצע אשת חיל).
די ניגון יאקאב טוישט אויך פון דריי צו פיר ביי די שנעלע חלק
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

כינור האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 11:54 am
ויהיה זרעי פון יענקי דסקל. די הויכע פאל ואזכה לראות איז שוין נישט א פירער.

די ניגון נפשי פון מוטי שטיינמעץ און ריבו איז די ערשטע פאל א פירער און די הויכע פאל נישט.
פעלער וואס טוישן זיך פון א פיר צו א דריי איז דא גאר אסאך. איך רעד אפילו אין איין פאל אליין. ס'איז זיכער דא ניגונים וואס גייען 3-4-3-4 פער באר. אבער אפילו נישט ממש אזוי, איז דא אין איין פאל וואס ס'טוישט זיך. למשל, די סאטמארע שלום עליכם. די צווייטע פאל, בואכם לשלום (4) מלאכי השלום (3) מלאכי השרת (4) מלאכי עליון (3)... איך מיין אז אזוי הערט זיך עס געשמאק פארן אויער, אז נישט מוזטו מאכן א ליידיגע מעדזשער נאך מלאכי השלום...

נעם די הויכע פאל. ברכוני לשלום מלאכי השלום... איז א דרייער... "ממלך" און ווייטער ווערט פיר.

בינעך גערעכט?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10260
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

לב טהור פון פיטסבורג איז די ערשטע פאל 3, און די איבריגע 4.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10260
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ממוצע האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 2:57 pm
כינור האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 11:54 am
ויהיה זרעי פון יענקי דסקל. די הויכע פאל ואזכה לראות איז שוין נישט א פירער.

די ניגון נפשי פון מוטי שטיינמעץ און ריבו איז די ערשטע פאל א פירער און די הויכע פאל נישט.
פעלער וואס טוישן זיך פון א פיר צו א דריי איז דא גאר אסאך. איך רעד אפילו אין איין פאל אליין. ס'איז זיכער דא ניגונים וואס גייען 3-4-3-4 פער באר. אבער אפילו נישט ממש אזוי, איז דא אין איין פאל וואס ס'טוישט זיך. למשל, די סאטמארע שלום עליכם. די צווייטע פאל, בואכם לשלום (4) מלאכי השלום (3) מלאכי השרת (4) מלאכי עליון (3)... איך מיין אז אזוי הערט זיך עס געשמאק פארן אויער, אז נישט מוזטו מאכן א ליידיגע מעדזשער נאך מלאכי השלום...

נעם די הויכע פאל. ברכוני לשלום מלאכי השלום... איז א דרייער... "ממלך" און ווייטער ווערט פיר.

בינעך גערעכט?
בנוגע די הויכע פאל ביסטו גערעכט, אבער די צווייטע פאל וואלט איך געזינגען אינגאנצן 4. קודם 4 און נאכדעם 3 הערט זיך מיר נישט אויסגעהאלטן, פארקערט זענען דא אסאך ניגונים.
ציר
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 20, 2022 2:07 am

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציר »

אל הנער הזה פון רעכניץ?
אבינו מלכינו פון חב״ד, ביי די דריטע פאל איז דא א גרויסע צומישעניש ביים עולם וויאזוי די ביעט גייט.
דאכטצעך אז אברהם פריעד אויף ״לייוו אין איזרעל״ זינגט עס 3/4
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ציר האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 3:02 pm

אל הנער איז א 3/4 און די צווייטע פאל א 6/8.

די דריטע פאל פון אבינו מלכינו איז אביסל טשעלענדזשינג. מ'דארף עס ווען זינגען אן א ביעט. אבער דארף מען עס מאכן מיט א ביעט איז עס א 3/4

ממוצע האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 3:25 pm
ציר האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 3:02 pm
אל הנער הזה פון רעכניץ?
אבינו מלכינו פון חב״ד, ביי די דריטע פאל איז דא א גרויסע צומישעניש ביים עולם וויאזוי די ביעט גייט.
דאכטצעך אז אברהם פריעד אויף ״לייוו אין איזרעל״ זינגט עס 3/4
אל הנער איז א 3/4 און די צווייטע פאל א 6/8.

די דריטע פאל פון אבינו מלכינו איז אביסל טשעלענדזשינג. מ'דארף עס ווען זינגען אן א ביעט. אבער דארף מען עס מאכן מיט א ביעט איז עס א 3/4
🙏
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

די ניגון פון רבי מרדכי'לע נאדבורנא זי"ע. די חופה ניגון. די ערשטע פאל. הייבט זיך אן א פירער, און ענדיגט זיך א דרייער.
חוות דעת
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 28, 2019 10:15 am
לאקאציע:ארץ ישראל

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוות דעת »

וואוו, הערשט יעצט כאפ איך וויפיל ניגונים עס איז אזוי, איך האב געמיינט אז די ניגון פון וואס איך האב גערעדט איז עפעס אן אויסנאם.\

ייש"כ פאר א יעדעם.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6598
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

פאראן אסאך חסידישע ניגונים אזוי, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי מען רופט די ניגונים...
אוועטאר
Mr. President
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 12, 2023 8:58 am

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mr. President »

השבעתי. מה תגידו
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

Mr. President האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 12:42 am
השבעתי. מה תגידו
קלעסיק עקזעמפל!
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

ותראה,
ליל שימורים,
יודע בגוים,
פון משה גאלדמאן
דיע טוישן זיך אינמיטן דעם אטעם, אהין און צוריק...
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

ממוצע האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 12:49 am
Mr. President האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 12:42 am
השבעתי. מה תגידו
קלעסיק עקזעמפל!
פונעם זעלבן מחבר א ניגון אויף ’חנני ה’ כי אמלל אני’ ביי די הויכע’ר פאל טוט זיך אויך א גע’טויש’אכצט... (אגב, ס’א הערליכע ניגון)
אוועטאר
לייבל פריש
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 09, 2023 12:14 am

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל פריש »

נישט סתם!
קום אריין אין די וועלט פון עבודת השם viewtopic.php?t=62210&start=25
די נסיון און די עצה viewtopic.php?t=62515
אוועטאר
פריפיטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:16 am

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריפיטשיק »

די קה אכסוף ניגון איז א 3 אדער 4 ביעט? אדער צוזאמגעשטעלט?
אויף לחיים טיש איז עס אויף א 3, אבער ווען מ'זינגט עס אן מוזיק מיין איך הערט זיך עס ענדערש ווי א 4 ביעט
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10260
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

פריפיטשיק האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:25 pm
די קה אכסוף ניגון איז א 3 אדער 4 ביעט? אדער צוזאמגעשטעלט?
אויף לחיים טיש איז עס אויף א 3, אבער ווען מ'זינגט עס אן מוזיק מיין איך הערט זיך עס ענדערש ווי א 4 ביעט
כ'ווייס נישט וויאזוי דו זינגסט עס, אבער איך זע נישט וויאזוי ס'זאל קענען זיין א 4.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

@קלאץ קאפ איך מיין אז פארשידענע מוזיק טיאעריקער, האלטן אז טעקניקלי קען מען יעדע 3ערל זינגן אויף פיר, ס'איז פשוט נישט שיין. (אפאר חברה ביי אונז אין בית מדרש נעמען אזוי למעשה(

(די בארס זענען פשוט אנדערש, יעדע באר פון 3, מאכט מען פאר איין ביעט וואס מאכט אז יעדע נאט זאל זיין זייער קליין, אויך די ריטעם קומט אויס זייער שטייט)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10260
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: ניגון צוזאמגעשטעלט פון 4 און 3 ביעטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:05 pm
@קלאץ קאפ איך מיין אז פארשידענע מוזיק טיאעריקער, האלטן אז טעקניקלי קען מען יעדע 3ערל זינגן אויף פיר, ס'איז פשוט נישט שיין. (אפאר חברה ביי אונז אין בית מדרש נעמען אזוי למעשה(

(די בארס זענען פשוט אנדערש, יעדע באר פון 3, מאכט מען פאר איין ביעט וואס מאכט אז יעדע נאט זאל זיין זייער קליין, אויך די ריטעם קומט אויס זייער שטייט)
מיר שווער צו פארשטיין מתוך הכתב וואס דו זאגסט, אבער איך וואלט געגעסט אז פריפיטשיק האט נישט דאס געמיינט.

[אגב, האסט געפינגט דעם נישט ריכטיגן ניק.]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”