דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

אחראי: אחראי

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך האב געווארט און געווארט, ביים תהלים אין א ווינקל, מיינע צוויי שבת לעכט, געטאנצט דעם איינזאם טאנץ...! ס'האט אויסגעזעהן פארלאשן, געווען פינסטער און טינקל..... אט האט זיך עס צופלאקערט מיט א נייעם רעוועלוציענערישן טאנץ!!

איך האב געווארט און געווארט, אזויפיל טרערן פארגאסן!! אזוי געוואלט קינדער זעהן, דאס הארץ געווען צושאסן!!!! איך האב געווארט און געווארט, אזויפיל יאר נאכאנאנד, יעצט מיין האפענונג אויפגעשיינט, איך שפיר ענקער ליבליך האנט!!

מזל טוב אייוועלט! פארן זיין דער פלאטפארמע אויף וועמען די געדאנק האט זיך געבויעט, געקומען לכלל מעשה, און צוליב וועמען אזויפיל אידן האבן געשאנקן זייער הארץ פאר אונזערע ברודער און שוועסטער המצפים! וואס קוקן ארויס! וואס גארן, וואס האפן, וואס בעטן, וואס לעכצן, וואס שטרעבן, צו האלזן א רבקה'לע! א משה'לע! אן אייגענע!!! און א באזונדערע מזל טוב פארן האבן אזא הארץ סייט אדמין ווי אונזער וויכי! וואט עי האנער צו שעירן איין פלאטפארם!

מזל טוב @וויכטיג מאכער פארן סוקסעספול פירן אזא מעכטיגן קאמפיין! פארן אהערשטעלן אזעלכע מאסיווע סכומים!! פארן צונויפברענגען כלל ישראל כאיש אחד בלב אחד אויף אזא פארנעם!!!

און מזל טוב פאר אלע הונדערטער און טויזנטער פארפעלקער מצפים לישועה וואס דער זון וועט זיי בעז"ה אויפשיינען!!! מער קיינע טרערן פארגיסן, דאס לעבן פארזיסן, און אסאך אידיש נחת געניסן!
אוועטאר
פיאנא
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 10:28 pm

Re: דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאנא »

מזל טוב אייוועלט!!!



מזל טוב @וויכי


איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!!!
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10004
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך זיץ מיר דא שפעט אויף דער נאכט, ביים קאלטן קאמפיוטער סקרין. און מיינע אויגן רירן הייסע טרערן.
איך זיך פאר ווען אויסצוגעבן מיינע עמאשונס, און מיינע געפילן, אבער איך זע נישט קיינעם דא נעבן מיר, וועל איך עס טון דאהי אויף אונזער וועלטל.

אשריך ישראל, מי כמוך!!

ווי איז נאך דא אזא פאלק ווי כלל ישראל, ווי איין הארץ שפירט א צווייטן!
ווי עס איז נישט א זאך ווי אן איינזאמער צער!

איך גלייב אז אונזערע ברידער המצפים לישועה, האבן ארויסגענומען דאזעס חיזוק פון דעם היינטיגן נאכט!
כלל ישראל איז מיט ענק! כלל ישראל זארגט זיך פאר ענק! כלל ישראל איז מתפלל פאר ענק! כלל ישראל שוויצט פאר ענק! כלל ישראל לאז ט זיך קאסטן פאר ענק!

ובשם ה' נעשה ונצליח!
לאמיר וואונטשן פאר ר' משה און אלע עסקנים, א ברכת צלח ורכב על דבר אמת. אלעס פון דא אין ווייטער זאל פארן געשמירט. מען זאל קענען אריינברענגען שמחה און ליכטיגקייט אין אלע אידישע שטיבער.
און מיר זאלן שוין אלע אויפגעראכטן ווערן בקרוב. אמן.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
יקוש פייוויש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

אגב די קאמפיין האט געהאט אלע (אקעי נישט ממש.. ביגדפ…) אינגרידיענטס פאר דיזעסטער… כ׳בין שוין באקאנט מיט דעם א שיינע פאר וואכן… די סוקסעס איז למעלה מדרך הטבע! ס׳גייט ווערן גוט שטודירט פאר א לאנגע צייט!
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע:אין בעקעריי

Re: דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

כלל ישראל איינגעהילט אין היסטארישע אחדות מאמענטן, יעדער איינער מיט איין ציהל, מיט א הייליגע שטימונג רופט מען גוטע פריינט, די בעלאבאטישע שטייפע געמיטער ווערן מיטאמאל פארוואנדלט אין א העכערע הייליגע אטמאספערע, די כולל יונגעלייט ווערן פארנומען בין הסדרים מיטן טעלעפאון אינעם האנט, דער ארבעטער מאכט א קליינע אפיעל פאר זיינע מיטארבעטער, יעדער איינער ארבעט אויפצוטרייבן ריזיגע סכומים.
עס שרייעט זיך ארויס פון א יעדע ווינקל: מי כעמך ישראל!
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
גם כי אלך
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:32 pm

Re: דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם כי אלך »

יקוש פייוויש האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 1:26 am
אגב די קאמפיין האט געהאט אלע (אקעי נישט ממש.. ביגדפ…) אינגרידיענטס פאר דיזעסטער… כ׳בין שוין באקאנט מיט דעם א שיינע פאר וואכן… די סוקסעס איז למעלה מדרך הטבע! ס׳גייט ווערן גוט שטודירט פאר א לאנגע צייט!
זיי זיך מסבר
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

גם כי אלך האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 2:14 am
יקוש פייוויש האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 1:26 am
אגב די קאמפיין האט געהאט אלע (אקעי נישט ממש.. ביגדפ…) אינגרידיענטס פאר דיזעסטער… כ׳בין שוין באקאנט מיט דעם א שיינע פאר וואכן… די סוקסעס איז למעלה מדרך הטבע! ס׳גייט ווערן גוט שטודירט פאר א לאנגע צייט!
זיי זיך מסבר
וויפיל זאכן? האסטו געזעהן א פערטל די מארקעטינג פון וואס בני עולם האט געמאכט?
איך בין געווען ביי אפאר פרי-קאמפיין איווענטס.. ס׳איז געווען ביי -לכה״פ 2- בושות…
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

און די גרעסטע חידוש איז נאך געווען אז די אייוועלט פאליטישע ליבהאבער און זאך קענער וועלכע זענען גענויט צו רעכטס און ווילן וואס ווייניגער דאס אריינמישונג פונעם פעדעראלע רעגירונג צו פריוואטע ביזנעסער ווי גרויס ס'זאל נישט זיין, זיכער אזוי ווילן זיי נישט דאס עקספענדן פון מעדיקעיד/מעדיקער ווען דאס לאנדס חובות לעכערט דורך דעם דאך איינמאל און ווידעראמאל.

זיי קענען ביישטיין אז מ'דיפאלט די אבליגאציעס אבי צו לערנען די דעמאקראטן בלק אז ס'איז צייט זיך איינציען דעם פאסיק, צייט צוריקשטעלן דעם יוגנט צום ארבעטס קראפט, צייט צו וויסן אז נישט אלעס קען מען האבן און נישט אלעס איז א "רעכט", טייל זאכן אין לעבן זענען א פריוויליגיע, מ'דארף שוויצן דערויף און דאס פארדינען.

בכלל - האלטן די מער דורכדריגענדליכע דענקער שבעולמינו - אז ווי מער די רעגירונג מישט זיך אריין אין העלט קעיר (אדער סיי וואס) אפילו ווען די צילן זענען נאבל און הארציג וועט דאס סוכ"ס האבן א שלעכטע ווירקונג אויף די קוואליטעט פון העלט קעיר און ציטריט צו די סערוויסעס.

וראיה לדבר איז טאקע די א. ג. אנדערע דעמאקראטישע מערב-לענדער ווי די העלט קעיר סיסטעם איז ווינציגער פריוואטיזירט, ווי אויבנאויף קוקט דאס אויס מער צוגענגלעך פאר זייערע בירגער אבער קוק גוט וועסטו זעהן וואספארא צעבראכענע העלט קעיר סיסטעם די לענדער פארמאגן, וואס דארפסטו מער פון דעם אז פון די גאנצע וועלט קומט מען צו פארן צו די גאלדענע אמעריקע זיך צו היילן.

און מער בשיטה, זענען טאקע די לענדער נישט קיין דעמאקראטיע בכלל, ס'איז אזא כמו-צפת פרייע לאנד אנע קאנסטיטוציע, אנע ריינע קאנסערוואטיווע געדאנקען גאנג, אן באגרעניצטע מאכט פון די רעגירונג איבער די בירגער און ביזנעסער, אנגעפיקעוועט מיט ליבעראלע אנשויאונגען וואס קוקט אויס געפיליש אבער איז באמת פארקריפלט און פארפוילט, האלט נישט אויס סיי ווי אינעם לאנגן טערמין.

זיי זאגן קלאר אמעריקע איז די איינציגע עכטע אמת'ע פרייע לאנד, נישט גאנץ אמעריקא נאר דייקא די קאנסערוואטיווע און נישט די ריינאוס נאר די עכטע זויבערע פאליטיקער וואס ווייסן און פארשטייען אז מ'דארף פארקוקן אויפן קאנדידאטס פערזענלעכע התנהגות אזוי לאנג ווי ער קען נאך ראטעווען דאס ביסל וואס איז געבליבן פון א נארמאלע ווירטשאפט ווי מ'שנייד רעגולאציעס, פארמינערט ביוראקראטיעס און מלאזט דאס פרייע האנדלס מארקעט זיך אויסשפילן און קאנקורירן צווישן זיך וואס דאס וועט ארויסברענגען זייער קריעטיוויטיעט.

פארפאלן, דער וואס קען עס עפארדן זאל טאקע האבן וואס ער וויל און ווער נישט נישט, נוצן געזעץ צו באצווינגען ביזנעסער וויאזוי זיך צו פירן איז א רעסעפי פאר דיסעזעסטער. גיב נאר א קוק אויף די קראנקע העלט קעיר סיסטעם פון די אנדערע ג7 לענדער, ווילן מיר דעם אויסקוקן ווי זיי?

אבער, די נאטור איז אז ווען ס'קומט צו די אייגענע אינטערעסן לייגט מען די שכל, ישרות, חשבונות און שיטות אין א זייט. אמת אז פאר ספידינג קומט זיך א הארבן שטראף אבער איך בעט דיך, פאר מיר איצט איינמאל זיי מיך מוחל. בעצם פארשטיי איך פארוואס די גמ"ח האט שטרענגע תקנות ווען און וויפיל צו בארגן אבער פאר מיר איצט דאס מאל טראסט מיך, ס'וועט גארנישט געשען אויב מ'וועט איינמאל ארויסגיין פון די פארשריפטן, זייטס נישט אזוי "ריגיד" און "באקסי", לייגטס ענק אריין אין מיין מצב.

דא האט זיך ארויסגעוויזן ווידעראמאל אז כלל ישראל איז איין גרויסע ריזיגע מעכטיג גיגאנטישע "איך".

מ'האט פארקוקט די שיטות און גלויבונגען, מ'איז אריינגעפאלן אין ווארעמע געפילן פאר אידן המצפים לישועה, כאטשיג ס'איז אונז נישט פערזענליך נוגע אבער יעדער איד איז א חלק פון אונז מילא איז דאס יא פערזענלעך, ס'איז א חלק פון מיך, ס'איז מיך, ס'איז מיין טייער הייליג פאלק וואס פלאגט זיך מיט ברענגען דורות און די געוואלדיגע קאסטן וואס קומט מיט דערמיט.

אראפ מיט אלע מיינונגען, דאס לאנד איז סיי ווי צעפראסקעט, ס'קוקט נישט אויס ווי זאכן גייען זיך נאך סעטלען מיט ישרות און רעכטפארטיקייט ווי די גרונט-פאטער האבן געוואלט, א כפרה מיט לימיטד גאווערמענט און רעכטן פון גרויסע קארפאראציעס, "מיין ברודער דארף א קינד, פארשטאנען?"

און פלוצלינג דזומעט אריין פון כלל ישראל און פון די סאמע אמת'ע רעכטע אגיטירער אונזערע, אריינגערעכנט אנערקענטע אייוועלט שרייבער סכומים אדירים, מעכטיגע קאמפיינס, צוטריט צו גרויסע פאליטיקאנטן און לאביאיסטן, צאללאזע אשכולות און פיעטשערס, אנע שיעור קהילות און ארגאניזאציעס האבן זיך אנגעשלאסן אין איין גרויסע געשריי: "ווען מיין ברידער איז אין נויט טוט מיר וויי, און ווען ס'טוט וויי פאלן אוועק אלע כללים".

אין אלע אנדערע לענדער איז די סארט פראצעדורן אין די מעדיקל קאטעגאריע, נאר נישט אין אמעריקע. נאו מאר גייט אמעריקע זיין צוריקגעבליבן, מ'גייט מיר צוזאמעננעמען "פראקטישע" פאליטיקאנטן פון ביידע זייטן, לייגן די פרינציפן און שיטות אין א זייט און דאס בעזר הבורא ברוך הוא דורכברעכן!

ווי איז נאך דא א שענערע הכנה צו קבלת התורה, ויחן שם ישראל נגד ההר, כאיש אחד בלב אחד אחד, איך בין דו און דו ביזט איך.

ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה, אלא אנדערע כללי החיים איז גוט פאר שמועסן און פארברענגען. ווען ס'קומט צו העלפן אונזערע ברודער און שוועסטער נעמט מען דעם כלל גדול בתורה און מ'לאזט דעם אויבערשטען פירן זיין וועלט כרצונו הפשוט אויך אין די פארשמייליגטע אמעריקע.

אתה אחד ושמך אחד, ומי כעמך ישראל גוי אחד.
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2436
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע:דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

איך וויל רעאגירן צו די ווערטער פון ידידינו הרב @פראקטיש
אין אט די מינוטן און טאקע די נקודות וואס דו האסט ארויסגעברענגט קען מען זעהן דעם "אשרי העם שככה לו, אשרי העם שהשם אלוקיו"
גאר אסאך מאל אראפארנדיג די פאליטישע בלעטער און די אייגענע תגובות קען זיך שפירן א מוראדיגע פרעמדקייט און אסאך מאל אפילו א עקל, וואו קומט צו אידישע קינדער אזא סימפאטיע צום גוי, און אזוי אפקויפן די שיטות און מיינונגען פונעם פראסטן אמעריקאנער, דער נקודה דארף נאך ברייט און שיין באהאנדלט ווערן, ס'איז עפעס וואס דער שרייבער פון די שורות ברויך אויך א גרויסן תיקון דערין ועוד חזון למועד בעז''ה
אבער דא האט זיך ארויסגעוויזן מיט די גאנצע פעסטקייט
איך בין נישט קיין רעכטער
איך בין נישט קיין אמעריקאנער
איך בין נישט קיין טראמפיסט
איך בין נישט קיין קאנסערוואטיוו
איך בין א אידיש קינד, מיט א אידיש הארץ און אידישע בלוט, איך בין דא פאר איין ציהל: דינען דעם באשעפער מיט'ן גאנצן כח און מח און איך וועל גיין אין פייער צו ראטעווען און העלפן זיינס א קינד, מיינס א ברודער!
אשרינו מה טוב חלקנו!
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

@פראקטיש
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מזל טוב @וויכי
א געזונטער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 6:16 pm

Re: דערגרייכט די ר-ע-וו-א-ל-ו-צ-י-ע!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געזונטער »

די הותרגשות נעכטן נאכט אין זאל איז געווען עפעס נישט נארמאל איך וועללס נישט אזוי שנעל פארגעסן ........אשריכם כלל ישראל!!!!!!!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “רעוואלוציע”