די שאלה איז וויאזוי איך קען מאכן אז איך זאל קענען פארנעמען שווערע געפילןתשמח האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 07, 2024 3:08 pmאסאך אסאך מענטשן מוטשענען זיך ליידער פון אלע סארט עמאציאנאלע שוועריקייטן (און אויך נישט עמאציאנאלע).
דיין ניק נאמען Let GO איז איינס פון די מהלכים וואס קען העלפן גרינגער מאכן.
פון איין זייט דארף מען האבן דעם טול פון 'לאזן גיין' און נישט בלייבן סטאק און זיך נישט ווייקן אגאנצן טאג אין די פראבלעמען, אבער פון די צווייטע זייט דארף א מענטש טון השתדלות צו פרובירן זיך צו העלפן און בעסער מאכן.
וואס האסטו שוין פרובירט צו טון? אפשר וועט דיר איינער קענען העלפן מיט אנווייזונגען און חיזוק.
ווייל דאס איז אזאך וואס איך האב זיך אייביג געמיטשעט, אין איך פארשטיי אז קיינער האט נישט ליב שווערע געפילן, אבער ביי מיר איז עס אסאך מאל אזוי שווער אז איך קען פשוט אפלאזן א זשאב אדער עני אנדערע אחריות, ציליב וואס מיין ענזשין ממש לעשט זיך אויס .