די נייע טענות קעגן דער מיורקס-תכלת
שוין בערך 150 יאהר וואס מען זוכן בפועל צו צוריק מחדש זיין דער מצוה פון תכלת, פארשידענע השערות זענען געקומען אין געגאנגן, אבער בערך דרייסיג יאהר צוריק איז מען געקומן צו דער מסקנא אז דער תכלת פון דער פסוק איז דער מיורק"ס סנעי"ל זינט דעמאלסט גייען דאס כמעט אלע לובשי תכלת [חוץ דער וואס האט שוין א מסורה פארקערט ...]
שוין בערך דרייסיג יאהר וואס געוויסע תומכי המיורקס האבן גענומען אויף זיך דער מצוה צו איבער צייגן גאנץ כלל ישראל אז מען דארף לייגן דמו של המיורקס על כנפי בגדיהם און זיי דרוקן כסדר פארשידנע קונטרסים דאס צו מוכיח זיין
זייער עיקר נקודה איז אז פון אלע היסטארישע מקורות [וואס איז היינט דא זייער אסאך] איז גאנץ קלאר אז דאס און נאר דאס איז געוועהן וואס מען האט געפארבט תכלת מיט און אויף דעם איז געוועהן דער גזירה וכו' וכו' צו זאגן אז עס איז געוועהן א צווייטע תכלת של מצוה וואס מען טרעפט נישט א זכר דערפון איז אינו מתקבל על הדעת
[דער אהנגעבליכע מקורות פון דער יעב"ץ חוות יאיר וכו' איז נאר לסתום פי המקטריגים, ווען איך וועל זיי ברענגן קלארע ראיות פון ראשונים וואס איז זייער שווער צו מיישב זיין מיט דער מיורקס האט ער נישט א פראבלעם צו זאגן אז מען האט נישט געוויסט וכו' אפשר זענען זיי גערעכט אבער קום מיר נישט דרייען א קאפ מיט א שלטי גיבורים וכו']
פון דא און ווייטער איז דא צוויי חלקים אין בית מדרש א געוויסע חלק פארשטייט נישט זייער שפראך בכלל און עס טוט זיך אפ א דור הפלגה במלא הדרתו בזמן וואס איינער ברענגט א מג"א אין הלכות צידה ברענגט דער צווייטע דברי פילני והירמנוס אין בשעת דער איז זיך מפלפל אין א פני יהושע איז דער אנדערע פארנומען ברענגן שטיקלך פון א אראבישע דיקשענער"י [כמש"כ כאן ובהמשך כאן ]
מאידך גיסא איז דא אסאך וואס הגם זיי זענען נישט קיין פראפעסערס אויף ארכלאגיע אדער שפראכן מכל מקום האלטן זיי אז זיי האבען גענוג א פארשטאנד אין דער ענינים צו דן זיין אויב זיי רעדן דברים של טעם אדער סתם נארישקייטן, כ מדומה לי אז פון דער סארט איז כמען אלע וואס האבן עס דורך געטוהן מיט א אפנע קאפ זענען איבער צייגט געווארען אז עס איז נישט דא וואס צו טוהן, יענע רעדען צום זאך
איי פארוואס רוב רובם פון דעם גייען נישט קיין תכלת ? הייבט זוך אהן דער תירוצים, ווילאנג עס איז נישט א ודאי גמור איז מען נישט מחויב, א מח' אין דער מספר החוטים, גדולי ישראל, וכו' וכו' אבער כמדומה לי אז דער אמת'ע סיבה איז עפעס א געפיל אז מען טוט דאס נישט זאל דער ביאור זיין ווי ר' מענדל שפרן אדער א צווייטע ביאור איך שיהיה לעת עתה [אין אזוי איז געוועהן דער לעצטע 150 יאהר] איז דער מציאות איז אז דער געפיהל פון רוב כלל ישראל אז מען טוהט דאס נישט [כמש"כ כאן ]
לעצטענס זענען געקומען געוויסע אין שרייען להד"ם !! דער אלע גריכע און רוימשע ביכער רעדען קלאר וועגען דער קאליר פערפאל נישט בלויאויף געוויסע ווערטער טוהט זיך וויכוחים אויף דער פונקטליכע אפטייטש אבער כמדומה לי אז יעדער איז מודה אז דער היינטיגע scientific consensus איז אז אז אלע רעדן וועגן פערפאל און נישט בלוי
ועוד יותר הגם היינט קען מען נאטירלעך פארבען בלוי פון דער מיורקס דאס איז נאר ע"י דער היינטיגע גלאז מיט דער כלים וואס מען האט געהאט אין דער פריעדיגע דורות ווייסט מען נישט פון קיין שום אופן ווי אזוי מען האט דאס געקענט באווייזן [עס איז דא איינער וואס טענה'ט אז ער האט דאס געטוהן מיט א מאדנע מיש פון ליים און האניג ושאר דברים, אבער חוץ מזה אז מען טרעפט נישט א זכר פון אזעלכע דרכים אין דער היסטארישע ביכער, ווייס איך נישט ווי פארלעסליך יענער איז]
דאס שטעלט דער תומכי המיורקס איז זייער א מאדנע פאזיצע, מצד אחד שרייען זיי אז מען דארף נאך גייען דער סיינטיפשע וועלט אבער ווען עס קומט צו עפעס וואס שמעקט זיי נישט הייבן זיי פלוצינג אהן צו זינגען אן אנדערע ניגון
פון געוויסע האב איך געהערט אז בעצם קען מען אפלערנען אז אלע ביכער וכו' מיינן יא בלוי נאר היות זיי ווייסן נישט ווי אזוי מען מאכט דאס זאגט מען אז עס איז פערפאל אבער היות אונז האבן א מסורה אז עס איז בלוי ווייסן מיר בעסער ווי צו פארשטיין דער גויש'ע ביכער, דער פראבלעם מיט דעם איז אז נישט איך און נישט זיי זענען מוכשר צו מכריע זיין אין דער נושא איז עס גאנץ שווער צו זאגן אז איך בין בוחר צו גלייבן דער וועלטליכע חוקרים ווען איך וויל אבער וועך איך וויל נישט דריי איך אריין זייערע ווערטער אין מיין פשט
עס איז טאקע דא א קבוצה פון אידן וואס האבן מחליט געוועהן אז מען פארבט דער ציצית פערפאל און שוין, אבער כמדומה לי אז עס איז דא זייער ווייניג היימישע אידן וואס זענען גרייט אויף דעם [אויב שוין יא זאל מען אפשר פארבן גרין ווי עס זעהט אויס פון רש"י ....]
דער עיקר זאך וואס איך פארשטיי נישט וועגען דער מפיצי הקו' והארטיקלען וכו' וכו' איז, פארוואס פאפסטו מיר ?האלט וואס דו ווילסט אבער שרייב דער גאנצע אמת, ביטע נאר מיר [און נאך טויזענטע אידן] נישט אויס ! זאג קלאר אז דער חכמי האומות האלטן אז עס איז פערפאל און דו האלסט אנדערש
אדרבה עס איז דא דא אסאך תומכי התכלת לאמיר הערן וואס איהר זאגט ?
אבער דברי חכמים בנחת נשמעים ביטע אלע מגיבים פון ביידע זייטן זאלן רעדן ווי עס פאסט [מאיזה סיבה ווען עס קומט צו תכלת ווערען געוויסע [פון ביידע צדדים] זייער ווילד], אין ביטע זיך האלטען צו דער נושא, אויף דער נושא פון תכלת אליינס איז שוין דא א גאר לאנגע אשכול [וואס איז אפען און פארשפארט לסירוגין....]
נ.ב. איך בין נישט א מומחה אין דעם איך שרייב נאר דער רושם וואס איך האב פון ליינן אביסל, ובמקום שאין איש [איך האב עס נישט געזעהן געהעריג באשריבען באתרא הדין] השתדלתי להיות איש, ואני אמרתי בחפזי כל אדם כות"ב, אדרבה אז איינער ווייסט בעסער זאל ער ביטע שרייבן
[א בקשה צו דער מנהלים, היטע נישט צאמשצעלצען מיט דער גרויסע אשכול, איך מיין אז עס איז נישט געוועהן געהעריג באשריבן באתרא הדין, וויל איך נישט אז עס זאל פארלוירן ווערען אין א ים פון בלעטער]