צו די זעלבע צייט זאגט די מד'י מיליטער אז מערסטנס (נאנט צו א מיליאן ) מענטשן פון רפיח האבן שוין אוטעקואירט און בלויז עטליכע הונדערט טויזענט זענען פארבליבן.
די גאנצע יו ען סעקיוריטי קאונסיל וועלכע האלט אן די זיכערקייט פון די וועלט האט היינט אפגעהאלטן א מינוט פון שטילקייט אפצוגעבן עהרע פאר די בוטשער פון טעהראן.
בתוכם איז געווען ראבערט וואד דעפיוטי אמבאסאדאר פון אמעריקע.
טראמפ אליינס בכבודו בעצמו וועט אפהאלטן א ראלי ביי אונז אין ניו יארק.
דער עולם זאל זעהן צו קויפן די לויזע אייער גענוג פרי כדי נישט צו אפעקטירן ווערן פון די מאנגל וואס גייט זיך שאפן אין די ברוקלינע געשעפטן אין צוגרייטונג צום ראלי ווי דער פילקעפיגע ציבור וועט רייטן אויף די שטומ-בענדער ''לייק נאו טומארו''.
די גאסן אין דרומית צפונית פון די בראנקס וועלן זיין שווארץ באדעקט מיט טויזענטער אידן וועלכע וועלן ארויסקומען שרייען די מי לה'אלי, טאקע אין דעם ליבעראלע וויגעלע ניו יארק ווי די כופרים ווילן אויסרייסן אלץ וואס איז ביינונז הייליג.
אנגעהויבן ביי חינוך און גענדיקט ביי גשמיות, אונזערע קינדער מוזן נישט אויפוואקסן אין א דשאנגל פון קריים און אויסגעלאסנקייט און די שפאר ביסל געלט וואס זיי מאכן שוין יא נאך גרויס מיה און פלאג מוז נישט גיין צו אפצאלן די חובות פון די פרא פאליסטינער סטודענטן דעמאקראטן וויילער וועלכע לערנען זיך סייווי גארנישט.
דער עולם מאכט שוין די האנט געמאכטע שילדן ווי '' דשוס פאר טראמפ'' , ''מאגא'' און אנדערע סלאגאנען.
היינט ביים וואקן אויף זיבן און פיפציגסטע עוו' זעה איך א אונגל און זיין שוועסטער מאכן ארטס און קרעפטס פאר זייער רויט שרייענדע ''סטאפ די סטיעל '' שילד.
און בראשם איז ערווארטעט צו שטיין און געבן אנווארעמונג'ס רעדעס איידערן הויפט אויפטריט פון די צוויי טאלאנטפולער טראמפ שטיצער וועלכע האלטן די ציבור אינפארמירט דעם ציבור הרה'ג ר' יוסי געשטעטנער ארענע און דער מגיד משרים ר' יצחק קלאר, ווי זיי וועלן ארויסברענגען וואס האט זיי אזוי געצויגן צום מאגא מאוומענט שוין אין 2014 נאך איידער דער עולם האט אפילו געוויסט ווער טראמפ איז.
קלאוס שוואב גרינדער און פירער פון די וועלט עקאנאמישע פארום וועט אפטרעטן פון זיין פירערשאפט ראלע פון די ארגענעזאציע קומענדיגע יאר.
שוואב האט געגרינדעט די פאראם אין 1971 , שוואב א דייטשע איקאנאמיסט האט באוויזן צו געווינען די צוטרוי פון פילע וועלט פירער פאליטישע און ביזנעסלייט, און זיי איבערגערעדט אז זיין וויזיע איז די וועג פאראויס.
נעכטן ביים דריטער טאג וואס די דעפענס האט געקענט אויספארשן די וויטניס פון די פראקורארן, האבן זיי אויפגעדעקט אז מייקל קאהן האט גע'גנב'עט 30 טויזנט דאלער פון די געלטער וואס ער האט אויסגעגעבן אויף די קאמפיין.
דאס ברענגט ארויף פראגן פארוואס די פראקורארן האבן עס נישט געוויסט אדער אנגעקלאגט, אין די ווייטערדיגע באגלייבטקייט פון קאהן און די קעיס, און צו מ'קען באשולדיגן טראמפ אויף פינאנצן וואס מ'האט נישט מיטגעטיילט מיט אים און אויסגעפאפט.
אבזערווירערהאט געשריבן:↑מאנטאג מאי 20, 2024 12:39 pm
די גאנצע יו ען סעקיוריטי קאונסיל וועלכע האלט אן די זיכערקייט פון די וועלט האט היינט אפגעהאלטן א מינוט פון שטילקייט אפצוגעבן עהרע פאר די בוטשער פון טעהראן.
בתוכם איז געווען ראבערט וואד דעפיוטי אמבאסאדאר פון אמעריקע.
דשאסט אין קעיס איינער איז אינטערעסירט צו וויסן פארוואס טאקע ארבעטן די אנקעטעס אזוי מאדנע, זאלן זיי פרעגן פראגן צום זאך, אט איז די אנטווארט.
לאמיר זאגן די אנקעטע פירמע וויל אן אנקעטע איבער די מיינונגען פון רוב אמעריקאנער איבער שטייער ווס. פראגראמען, וואס זאלן זיי פרעגן?
אויסשטעלן די פראגן 'הויכע שטייער מיט אסאך פראגראמען' אדער 'נידריגע שטייער מיט ווינציג פראגראמען' וועלן די לינקע פארפירן אז דאס איז נישט ריכטיג, זיי אדוואקאטירן נישט פאר הויכע שטייער, נאר בלויז די רייכע וועלן דארפן באצאלן הויכע שטייער.
דערויף וועלן די רעכטע אנטווארטן אז עס איז במציאות נישט מעגליך, ווייל דאס מאכט עס זאל זיך לוינען נישט צו פארדינען אסאך ווייל מען פארדינט מער דורך די פראגראמען, וואס דאס וועט שטערן די עקענאמיע, ווי אויך קומט אויס אז דו באשטראפסט סוקסעס, וואס וועט פארשטייטערן די עקענאמיע, קומט אויס אז סך הכל דערלייגסטו מער ווי די פארדינסט.
שטייצעך די לינקע העלן קומען מיט די חשבונות פארוואס ס'שטימט יא, און די אנקעטע וועט סיי זיין זייער קאמפליצירט, צ.ב.ש. אסאך שטייער אויף רייכע אויף אן אופן וואס באשטראפט נישט הויכע פארדינערס און איז צוגענגליך פאר די עשירים און פארשטייטערט נישט די עקאנאמיע און און און און און און אסאך פראגראמען, אדער פארקערט... און הערשט העלן ביידע זייטן נאכאלץ זיין אומצופרידן איבער די אופן השאלה...
טא פרעגט מען אלסדינג באזונדער, און די פארטייען מאכן זיך זעלבסט די חשבון וואס ווילן מער מענטשן און פראבירן צו שלאגן קאפיטאל איבער דעם.
שטייצעך אז דיזע אויבנדערמאנטער אנקעטע מאכט קנאפ אויס פאר סיי וועלכע פארטיי, ווייל זינט ווען גייט עימיצן אן וואס רוב אמעריקע האלט? מען קוקט נאר וואס ארום זעקס פראצענט פון די באפעלקערונג פון ארום זעקס סטעיטס האבן צו זאגן, זאלן אלע איבריגע בירגער גיין בארן קלאפן....
דשאסט אין קעיס איינער איז אינטערעסירט צו וויסן פארוואס טאקע ארבעטן די אנקעטעס אזוי מאדנע, זאלן זיי פרעגן פראגן צום זאך, אט איז די אנטווארט.
לאמיר זאגן די אנקעטע פירמע וויל אן אנקעטע איבער די מיינונגען פון רוב אמעריקאנער איבער שטייער ווס. פראגראמען, וואס זאלן זיי פרעגן?
אויסשטעלן די פראגן 'הויכע שטייער מיט אסאך פראגראמען' אדער 'נידריגע שטייער מיט ווינציג פראגראמען' וועלן די לינקע פארפירן אז דאס איז נישט ריכטיג, זיי אדוואקאטירן נישט פאר הויכע שטייער, נאר בלויז די רייכע וועלן דארפן באצאלן הויכע שטייער.
דערויף וועלן די רעכטע אנטווארטן אז עס איז במציאות נישט מעגליך, ווייל דאס מאכט עס זאל זיך לוינען נישט צו פארדינען אסאך ווייל מען פארדינט מער דורך די פראגראמען, וואס דאס וועט שטערן די עקענאמיע, ווי אויך קומט אויס אז דו באשטראפסט סוקסעס, וואס וועט פארשטייטערן די עקענאמיע, קומט אויס אז סך הכל דערלייגסטו מער ווי די פארדינסט.
שטייצעך די לינקע העלן קומען מיט די חשבונות פארוואס ס'שטימט יא, און די אנקעטע וועט סיי זיין זייער קאמפליצירט, צ.ב.ש. אסאך שטייער אויף רייכע אויף אן אופן וואס באשטראפט נישט הויכע פארדינערס און איז צוגענגליך פאר די עשירים און פארשטייטערט נישט די עקאנאמיע און און און און און און אסאך פראגראמען, אדער פארקערט... און הערשט העלן ביידע זייטן נאכאלץ זייןאומצופרידן איבער די אופן השאלה...
טא פרעגט מען אלסדינג באזונדער, און די פארטייען מאכן זיך זעלבסט די חשבון וואס ווילן מער מענטשן און פראבירן צו שלאגן קאפיטאל איבער דעם.
שטייצעך אז דיזע אויבנדערמאנטער אנקעטע מאכט קנאפ אויס פאר סיי וועלכע פארטיי, ווייל זינט ווען גייט עימיצן אן וואס רוב אמעריקע האלט? מען קוקט נאר וואס ארום זעקס פראצענט פון די באפעלקערונג פון ארום זעקס סטעיטס האבן צו זאגן, זאלן אלע איבריגע בירגער גיין בארן קלאפן....
ארויסגעברענגט די גרעסטע חורבן אין אמעריקע צום פינטל!
עס הייבט נישט אן צו מאכן קיין סענס אז 90% אמעריקאנער האבן נישט דאס מינדנסטע מיינונג ווער עס זאל זיין פרעזידענט.
איך ווייס נישט וואס האט עס גורם געווען, אבער ס'איז א מעסס..