Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י
יעצט לאמיר גיין און רונדען, פארוואס איז די אלע זאכן בעסער ווי בלומינגבערג אדער לעיקוואד?זשערסי סיטי איז געווען סופליי פון טויזענטער הייזער פאר שפאט ביליג , חבל על דעבדין,חסד השם האט געשריבן: ↑ זונטאג יאנואר 28, 2024 10:59 amאמת, לינדען אפשר טאקע נישט, אבער למשל דזשערסי סיטי איז די קהלה און מוסדות דארט גענוג גוט פאר די קהלה אהינצושיקן מעמבערס. סאיז נאר פשוט נישט געווען קיין נערמאלע סופליי, לאמיר האפן יעצט מיט די נייע דעוועלאפמענטס דארט קען עס ווערן א שטארקע אפשען פאר סאטמארע אידן.סראלי האט געשריבן: ↑ זונטאג יאנואר 28, 2024 10:14 amאויב האט נישט די קהילה א מוסד אין יענע פלאץ פאר סיי וועלכע סיבה קענען זיי נישט נעמען די אחריות צו זאגן מענטשן אהינצוגיין. שטעלט דיר פאר זיי מוטיגן ווען יונגעלייט צו מופן קיין לינדען וואספארא טענות מ׳וואלט געהאט אויף זיי איבער די מוסדות אישו דארטן.בר דעת האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:48 pmדאס זעהט מען, די שאלה איז פארוואס טאקע. עס מאכט גאר אסאך סענס צו שטופן סיי וועלכע ערליכע ישוב, אייגענע מוסדות און בתי מדרשים וועלן שנעל נאכקומען בס"ד.סראלי האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:28 pmזיי גייען ווארשיינליך נישט שטופן אויף א פלאץ וואו זיי האבן נאך נישט קיין מוסדותבר דעת האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:23 pm
ווענדט זיך וואס די אמתדיגע ציהל איז.
אויב די ציהל איז אז זייערע מעמבערס זאלן האבן ווי צו וואוינען אויף א ביליגע אופן בגשמיות און א ערליכע לעבנסשטייגער ברוחניות, דעמאלטס מאכט גאר אסאך סענס אז זיי זאלן שטופן סיי וועלכע געגענט וואס ערליכע אידן האבן זיך דארטן באזעצט. עס מוז נישט דווקא זיין א געגענט ווי עס באזעצן זיך דארט 100 פלאס פון זייערע מעמבערס אויפאמאל און עס מוז נישט זיין גלייך אייגענע מוסדות און בתי מדרשים. סוף הכבוד לבוא!
עס איז דא איבער גענוג מענטשן אנצוהייבן א קבוצה פון צוואנציג יונגעלייט פאר אלע עקזיסטירענדע נייע שטעט, דזשערזי סיטי, לינדען, מאנטיסעלאו, סטעטן איילענד, וכו. איך רעד נישט פון אנפאנגען נייע שטעט, וואס דעיס איז גאר א שווערע אונטערנעמונג. מען דארף פשוט נעמען א ערליכע און פארשטענדליכע מורה הוראה און צוזאמשטעלן א קבוצה.
נישט יעדער איז געמאכט צו מופן אין איין סארט שטאט, און א גרויסע פראצענט מענטשן ווילן נישט קויפן אדער געבן דיפאזיט פאר מען זעהט אז די הייזער שטייען שוין.
אפגערעדט פון געגענטער בגלילות קר"י, לעיקוואד אדער מאנסי ווי האסט געהעריג סאטמארע מוסדות
נקוט האי כלל בידך,
דער וואס האלט ביים מופן מופט,
און דער פוילער טרעפט אייביג תירוצים און זאגט ברענג מיר יענס און דעס ...בקיצור מופן מופט ער קיינמאל.. בלעימען בלעימט ער די גאנצע שטאט