דער איד: אויפדעקונג! עדיוקעישאן דעפט. צוזאמענארבייט מיט די נ.י. טיימס
זיי האבן באקומען אימעילס וואס מ'האט געדארפט שיקן צו די טיימס חברה וויבאלד איינער פון די איד דשורנאליסטן האט געהאט א ענליכע לעצטע נאָמען.
דאס איז געקומען אין א צייט וואס די סטעיט האט געוואלט פאראויס שטופן אירע אגענדע מיטן צווינגן צו לערנען מער פון זייער קארוקאלום ( און ווי מ'ווייסט זענען די ליבעראלן לעצטנס ווילד מיטן ברעינוואשן די קינדער מיט זייער האר-אויפשטעלענדע אידעאלאגיעס אפי'אין די אלגעמיינע וועלט .)
די רעפארטער האבן קלאר פארלעצט דשורנאליסטישע סטאנדארטן מיט'ן ארבייטן מיט די רעגירונג און נישט זיין פארקערט א "וואטשט- הינטל" אויף די רעגירונג.
אויך האבן זיי געוויסט אז זיי שטעלן ארויס פאלטשע אינפארמאציע און נומערן , אבער דאס איז שוין נישט קיין חידוש פאר אלע וואס לעבן אין די 21'סטע יאר הונדערט און ווייסן אז די חברה זענען נישט קיין דשורנאליסטן נאר אגענדע אויספירער און פאלטשע
נומערן זענען פון די קליינע עבירות.
אויך איז אויפגעדעקט געווארן אז די סטעיט האט זיי געגעבן אלטע און נייע נומערן צוזאמגעשמאלצן אזוי אז עס זאל זיין מער.
סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!