אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:57 am
ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:54 am
צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:45 am
@ראטשילד אזא קורצע זכרון האסטו..?

דערמאן דיך נאר צוריק וואס ביבי האט געשאלטן אבאמא.. נישט פריוואט, נישט ביי זיך אין בעקיארד, און נישט בשעת וואס ער גיסט אריין ביליאנען אין אמעריקא..

נאר ביבי האט אין אמעריקא אין פאבליק זיך מתחצף געווען מיט מיאוסע אויסדרוקן אקעגן אבאמא.

כ'געב נישט גערעכט פאר קיינעם דא, אבער אזא תגובה איז מאדנע ווען די רעדע איז צווישן ביבי און אמעריקא.
טענו ביידן והודה לו באובאמא
איך רעד פון ביידן/ביבי

אז איר ווילט אנהייבן דיסקוסירן די ביבי/אובאמא געפעכטן
אדרבה, אין א באזונדערע אדער עקזעסטירענדע אשכול ביטע שיק א לינק
איך האב וואס צו זאגן.

נאר אבאמא מעג זיך פירן מיט אים וויאזוי ער האט זיך געפירט..

איך ווואלט נישט אזוי געזאגט.

כ''ש דא רעדט מען א פריוואטע שמועס..
ברענג די אובאמא לינק ביטע
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול

ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:24 am

@צוויי גילדען
כאפ א בליק אין די אשכול און צייכן מיר ביטע די שעלט ווערטער וואס ביבי האט געשאלטן אובאמא..
SPUSMN האט געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2015 1:14 pm
◄ ווייז ספוילער
איך פארשטיי נישט דער גאנצע סאמעטוכע; קלערט וואשינגטאן פאר איין סעקונדע אז מד"י ווייסט נישט וואס טוהט זיך אפ אין די העכסטע קאליסען אין איראן; זיי האבען נישט געמוזט אינטערהערען אמעריקע, זיי האבען אינטערגעהערט איראן! ופשוט.

אויב מד"י און אמעריקע ווייסען נישט וואס גייט דארט פאר, וואלט לכתחילה נישט געווען א אפציע פאר ניגאשיעישאן'ס, ווייל מאן יימר אז איראן האט נישט ערגעץ באהאלטען פיפציג טויזענט סענטריפודזעס וואס זיי ווייסען נישט. אלא מאי זענען זיי זיכער אז זיי ווייסען יא; איז דענמאלט מה כל הרעש אז זיי האבען "געגנבעט אינפארמעשאן!? וואס געגנבעט ווען געגנבעט, זיי הערען און ווייסען אלעס (סיי אמעריקע און סיי מד"י), ופשוט.

דער תירוץ איז אז מען וויל באשאפען א נייע פאלארד סינדראום און מיט דעם אפשוואכען דאס אמעריקאנער שטיצע פאר מד"י.

וועגען דעם זאגט מען אז דאס וועט שאטען אפילו שפעטער ווען אבאמא איז שוין אויס פרעזידענט, ווייל דער סטעיט דעפארטמענט וועט קיינמאן נישט מוחל זיין מד"י. גיוו מי עי ברעיק; דער סטעיט דעפארטמענט גיבט נישט מד"י קיין אינפארמעישאן פאר זייער גוט הארץ; נאר ווייל זיי מוזען, און עס איז נישט זיכער ווער באקומט מער אינפארמאציע (לאמיר עס בעסער זאגען "ריכטיגע אינפארמאציע"), מד"י אדער אמעריקע. יעדער שטיקעל אינפארמאציע ווערט דורף געטוהן אויב עס איז נישט "מיס" אינפארמאציע, און ביידע לענדער זענען מומחים אין דעם. עס איז דא נישט קיין נייעס.

--
אז מען רעדט שוין וויל איך שוין אויך זאגען מיינע אבזערוואציעס אויף א טעמע וואס איך האב דענמאלט נישט געהאט קיין צייט צו שרייבען.

פון דעם ארטיקעל זעהט מען קלאר וואס מיר אלע האבען געוויסט אז נתניהו'ס דרשה און חוצפה איז געווען א קאלקולעיטעד ריסק; דער החלטה זיינער (און זיינע מומחים) איז געווען אז א זיכערע דיעל מיט איראן אויב ער קומט נישט (כמו שהוא ווי אמעריקא במכוון לאזט זיך נארען) איז א סאך ערגער ווי יא קומען און מיט גוטע שאנסען אז ער וועט אויף טוהן.

איך גייי נישט אריין צו ער איז יא גערעכט צו נישט במציאות און לויט די שיטה; איך ווייס נישט גענוג צו פסקענען. דאס וועל איך לאזען פאר אנדערע.

זיין דרשה איז דא צוויי חלקים, וואס ער האט געזאגט, און וויאזוי ער האט עס געזאגט. ער האט גערעדט ווי א גוי גמור דאס איז נישט דא וואס צו רעדען. ער האט געזאגט דער ערשטע האלב פון פסוק און איגנארירט דער צווייטער האלב פון פסוק; געפלוידערט כוחי ועוצם ידי, פארדרייט די מעשה אין מגלת אסתר און ארויס גענומען דער "נס" פון פורים (עפרא לפומיה), אבער געווארפען א ביינדעל פאר די פרומע אין יא דערמאנט גאט ביים סוף "גאד בלעס איזרעאל ענד גאד בלעס דע יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקע". (א פזמון וואס אלע פרעזידענטען זאגען און עס איז נישט מחייב נתניהו גארנישט).

אבער דער עצם דרשה איז געווען אייזען שטארק. דא און דארט האט מען געקענט זעהן אז עס איז געווען לעצטע מיניטיגע טוישען וואס האט אפגעשוואכט די געוויכט פון זיינע ווערטער. נישט דא וואס צו רעדען אז שרייבערס האט ער גוטע, און ער אליין קען גאנץ גוט שרייבען; און דער דעליווערי זיינער איז אויך געווען שטארק. בקיצור, אלע וואס האבען עס אויסגעהערט (וגם אני בתוכם אויף דער ראדיא סטאנציע 770 אדער 970) האבען געזאגט אז הי מעיד היס קעיס און מיט גרויס חכמה.

ווי ליגט דער חכמה וועל איך דערמאנען א פאר. קודם כל האט ער זיך אנטשולדיגט אז "עס איז געווארען" דערפון א פאליטישע זאך, און מיט דעם געוואלט בארואיגען די דעמעקראטען און זיי געבען די עמיונישען צו קענען עקסעפטען זיין דרשה (אפילו אז עס איז געווען אויף זיי א געצווינגענע).

נאך דעם האט ער אויס גערימט אבאמע ביזען הימעל פאר קומען העלפען ווען מען האט אים נאר געבעטען (יא אמת צו נישט אמת מאכט נישט קיין חילוק) און כדי מען זאל אים נישט קענען אפפרעגען זיך פארזיכערט מיט די ווערטער אז טייל וואס אבאמא האט געטוהן פא מד"י ווי ער האט זיי ממש געראטעוועט ממות לחיים וועט קיינמאל נישט ווערען באוויסט נאר ביידע גייען גיין מיט די סודות אין קבר. !?

נאכדעם האט ער געטוהן א גרויסע קונסט ארבעט. אבאמא האט אין די לעצטע מיניטען געוואלט אינטער האקען די פיס פון נתניהו און צונישט מאכען זיין גרייטע דרשה (וואס אמעריקע קען זיין האט געזעהן מיט זייער שפיאנאז פון פריער!) האט ער געזאגט אז ער האט מורא אז נתניהו גייט אויס זאגען סודות! מיט דעם האט ער געהאפט אז נתניהו וועט זיין געצווינגען ארויס צו שניידען די בייסיגע חלקים (און די ווירקעדיגע חלקים) פון זיין דרשה.

פאר דעם האט נתניהו געזאגט אין זיין דרשה איידער ער האט אנגעהויבען אריין גיין אין די פרטים, אז ער גייט גארנישט אויס זאגען קיין סודות וואס דער "גאס" ווייסט נישט, ווייל אלעס וואס ער גייט זאגען קען מען "גוגעלען". מיט דעם האט ער ארויס גענומען די ווינט פון אבאמא'ס סעילס.

פארשטייט זיך אז נאך דער דרשה האט אבאמא געזאגט אז ער האט עס נישט אויס געהערט (ווער עס גלייבט אים האב איך א בריק אים צו פארקויפען), און געזאגט אז "נתניהו האט גארנישט געזאגט קיין נייעס, בלא בלא בלא". בקיצור פון די ווערטער וואס אבאמא האט געזאגט וועגען דער דרשה האט מען געקענט זעהן אז ער האט נישט וואס צו ענטעפערען און אז נתניהו'ס דרשה איז געלונגען (קיין חכמים צו טרעפען קריטיק אויף נתניהו'ס דרשה פעלט אים נישט, ווי מען זעהט יעצט אז אבאמא ארבעט אויף קעסעל אין כלים צו נעמען נקמה).

דער דרשה און חוצפה האט ער געטוהן גלייך פאר די וואלען, און 1500 וויכטיגע מענטשען אין מד"י האבען זיל געלאזט הערען אז נתניהו מאכט א גרויסע טעות מיט גיין קיין אמעריקע קעגען דער ווילען פון אבאמא. מיט דעם האבען זיי פארזיכערט אז אויב דער fallout וועט נישט זיין גוט, דענמאלט וועלען די 1500 זאגען "told you so" און הערצאג "וואלט" געווינען און מען וואלט איבער געדרייט דער בלעטעל מיט אמעריקע און דער קאץ און מויז שפיל וואלט ווייטער אנגעגאנגען.

יעצט אבער אז די פונדיטס און אנאליסטען זאגען אז דער דרשה איז געלונגען און דער fallout איז זייער לימיטעד; איז ממילא האט נתניהו געווינען די וואלען און די רעכטע וועלען מאכען א רעגירונג און מפטירין כדאתמול.

בלייבט נאר איין אויף גערעגטע טיגער, און דאס איז אבאמא, ומשנהו קערי; וואס האלטען נישט אויס.

ווי זאגט דער וועלט "טוה נישט זאכען ווען די ביזט אויף גערעגט, ווייל די קענסט נאך שטארק חרטה האבען דערויף". ווען א מענטש איז אין כעס טראכט ער נישט גלייך; בא לכלל כעס בא לכלל טעות.

מען וועט נאך דעבאטירען דער דרשה און אירע רעזולטאטען אין די קומענדיגע יארען, און הונדרעטער ביכער גייען געשריבען ווערען וועגען דעם; אבער דאס זענען מיינע אבזערוואליעס וואס איך געדענק לעת עתה.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

איז דען שייך א "דרך הממוצע"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

איז דען שייך א "דרך הממוצע"?

ניין.
א יעדע זאך אויפן וועלט דרייט זיך צווישן די שקר און די אמת, עס איז נישט דא [באמת] קיין מיטל וועג.
א זאך קען נישט זיין 50% אויסגעהאלטן און 50% אומאויסגעהאלטן.
א 99% שומר שבת איז א געהעריגע 100% מחלל שבת [רבי יונתן אייבעשיץ זצ"ל]

וואס יא, עס איז פאראן א מושג פון "הרע במיעוטו" - צומאל איז מען מקיל און משניידט געוויסע קארנערס ע"ד אמרה תורה "חלל עליו שבת אחת, כדי שישמור שבתות הרבה"
אבער צו קומען זאגן א א געמיש פון שקר און אמת זאל באקריגן א נייע גלאנציגע נאמען והוא "דרך הממוצע"?!
דאס איז הבל ורעות רוח וואס איז ליידער זייער נפוץ ונהוג בתוכינו בעוה"ר.

די חוטא וואס האט זיך אנגעוויקלט מיט שחורים ע"ד "ילבש שחורים ויתכסה שחורים ויעשה כמו שלבו חפץ"... - דאס אז חז"ל האבן אים געגעבן אן עצה ע"מ צו פארמיידן חילול שם שמים בפרהסיה - דאס האט נאכנישט פארברעצירט א נייע דרך הממוצע.
די שקר בלייבט שקר און די אמת בלייבט אמת אין מלכות זו נוגעת בחברתה.

נאר וואס דען, די היינטיגע ליבאראלע וועלט האבן משדך געווען די צווי יעניגע ויצא העגל הזה וזהו "דרך הממוצע" ובאמת אין כאן לא דרך ולא ממוצע אלא "דרך מומצא" א נייע באשעפענע דרך וואס פארהאסט די ערליכע אידן וואס ריקן זיך נישט אוועק פון זייער קוצו של יוד המקובלת להם מדורי דורות.

עד כאן במילי דשמיא.

די זעלבע איז בנוגע להבדיל אא"ה - די פאליטישע וועלט.

ווען איין צד פארלירט זיין דרך, ער וויל זיין א שיינע איד אן טאנצן מה יפית, ער וועט זינגען קאנטרי אווער פארטי און נאך פארשידענע לחנים אבער ער וועט נישט כאפן אז זיין טענצל האט אים ווייט אוועקגעשלעפט פון זיין מקור.

העולם אומרים אז די היינטיגע רעפאבליקאנער זענען די דעמאקראטן פון 10 יאר צוריק - דאס קומט ווייל זיי קענען נישט גיין מיט זייער אמת ביזן סוף, זיי האבן געזוכט א דרך הממוצע אבער זיי ווייסן נישט אז די שיינע יפי עינים ובלורית דמתקריא ממוצע - איז גאר א ממז** א נעבעכיגע געמויזשאכטס פון שקר און אמת בעירבוביא וואס הינקעט א יעדן טאג אויף די אנדערע פיס, השקר אין לו רגלים אבער ער ווייסט אליינס נישט וואספארא פיס איז די רגלי השקר און אזא פנים האט עס...

ווען די וועלט וואלט געשטאנען נאר פון עקסטרעמיסטן אין ביידע זייטן - וואלטן מיר גלעבעט און געשמייכעלט!
מ'וואלט געוויסט ווער איז דער אוהב און ווער איז די אויב.
מ'וואלט געקענט שליסן דיעלס און לעבן אין פרידן און אפי' זיך שלאגן ווען עס פעלט זיך אויס - אבער מ'וואלט נישט געהאט די שונא זיצן ביי מיר אין דיינינג ראם.
א שיינע רמז'ל קען מען ברענגען א ראיה פון די "מיטל מזרח" אז קיין "מיטל וועג" איז ניט פאראן... די אלע שוחרי שלום וואס האבן געוואלט פארקויפן אז עס איז פאראן א "מיטל וועג" האבן שוין אויך טיילווייז איינגעזען אז עס וועט נישט ארבעטן...

ווייטער, צו זיין אן עקסטרעמיסט איז נישט אזוי באקוועם און צומאל אויך נישט אזוי מכובדיג... אבער זייט וויסן אז פון די אמת קען מען זיך נישט רירן קיין סאך, [א יעדער פון זיין אמת] און ווען מ'רירט זיך יא און מ'באפריינדט זיך מיטן שקר - בלייבט ער א חבר אבער ער ווערט נאכנישט קיין געהעריגע פאמיליע מיטגליד.
שקר איז שקר און אמת איז אמת - א יעדע שידוך פראבע צווישן די צווי צדדים וועט פאראורזאכן אומאנגענעמע וולדות.

פון דא און ווייטער נעמט עס צו וואספארא ריכטונג איר ווילט....
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

ווער איז שולדיג אין אסון מירון - ביבי אדער בג"ץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 4:46 pm
אינטרעסאנט, די אויספארשונג קאמיטעיט האט געשריבן אז בנימין נתניהו די פ"מ דאז בשעת'ן טראגעדיע - טראגט א פערזענליכע אחריות אין די געשעניש.
אין אנדערע ווערטער - ביבי האט געדארפט זיכער מאכן אז אזא טראגעדיע זאל נישט פאסירן.
אקעי, די עולם גולם קויפט אפ די אלע מסקנות און מ'האט פארגעסן אז די ציונים האבן שוין פראבירט צו נעמען די נויטיגע שריט [לשיטתם] און צו איבערנעמען די בעלות אויף די מקום קדוש, [רח"ל] אין יארע 2013 האט די שר האוצר דאז יאיר לאפיד אינטער די דאמאלטסדיגע ראה"כ בנימין נתניהו גע'חתמ'עט אויף א באפעל וואס נעמט איבער די מקום קדוש און געבט עס איבער פאר די רעגירונג [היל"ת]
WhatsApp Image 2024-03-07 at 4.16.15 PM.jpeg
WhatsApp Image 2024-03-07 at 4.16.15 PM.jpeg (95.23 KiB) געזען 1071 מאל
לשיטתם האבן זיי געוואלט איבערמאכן און פארבעסערן דאס גאנצע מקום אז עס זאל זיין מער זיכער פאר די מתפללים. [און באזוכער רח"ל]
אבער דעמאלטס האט די בג"ץ אפגעווארפן די פלאן און נישט צוגעלאזט די רעגירונג צו פארכאפן די מקום קדוש.
WhatsApp Image 2024-03-07 at 4.09.18 PM.jpeg
WhatsApp Image 2024-03-07 at 4.09.18 PM.jpeg (80.61 KiB) געזען 1071 מאל
און יעצט, קומט מען מיט טענות אקעגן ביבי נתניהו היתכן ער האט געלאזט די פלאץ זיך אזוי פירן אנע מינימאלע זיכערהייט מאסנאמען!

לאמיר קלאר מאכן!

די הפקעה שריט וואס נתניהו און לאפיד האבן געוואלט בשעתו אדורכפירן - איז נישט קיין ריכטיגע זאך און בחסדי השם לא עלתה זממם בידם!

אבער לגבי באשולדיגן, ליתא חילונאי דפליגי אז ווען די ציון הרשב"י וואלט געווען תחת שליטת מינים וזדים [אזוי ווי די כותל און מערת המכפלה] וואלט אזא טראגעדיע נישט געקענט פאסירן.

סאו לשיטתם האט ביבי יא גענומען די ריכטיגע שריט און פראבירט צו מסדר זיין די מירון סיטואציע

אלזא פארוואס קומט מען יעצט מיט טענות צו ביבי? לכו לאומן שעשאכם - בג"ץ - און שרייט אויף זיי!

מיר ערליכע אידן ווייסן אז אלעס איז בידי שמים און חלילה וחס מהאי דעתא צו זאגן אז א ציוניסטישע הפקעה וואלט ווען פארמיידט אזא טראגעדיע, הבל הבלים, אבער די אויספארשונג קאמיטעיט, וואס איז מיט זיי? פארוואס קומען זיי נישט מיט טענות צו די עכטע בעל הבית אויף אלעס וואס פירט זיך אפ אין מדינת ישראל?

נאר אין מירון איז בג"ץ שולדיג?

וואס איז מיט די צודרייטע צוריק געבליבענע פאסט סיסטעם אין מדינת ישראל? ווער איז שולדיג אין דעם אז מ'באקומט בר מצווה הזמנות בשעת וואס די בחור האט שוין לאנג צוריק חתונה געהאט?

אויך בג"ץ.

אבער טענות וועט מען קומען צו די קאמיוניקאציע מיניסטאר שלמה קרעי און אדונו נתניהו פארשטייט זיך....
◄ ווייז ספוילער
WhatsApp Image 2024-03-07 at 4.36.36 PM.jpeg
WhatsApp Image 2024-03-07 at 4.36.36 PM.jpeg (102.33 KiB) געזען 1071 מאל
און יעצט לאמיר אייך מגלה סוד זיין - די בג"ץ וואס זיי זענען די דע פאקטא בע"ב אין די מדינה - זיי זענען שולדיג אין אלעס וואס טוהט זיך נאר אפ אין מדינת ישראל.
זיי זענען די וואס האבן אייביג די לעצטע ווארט אין אלע באשליסונגען, בלעדיהם לא ירים איש את ידו ידם בכל אבער קיינער טאר זיי ח"ו נישט קריטיקירן רח"ל

און ביי אונז פלעגט מען רופן אזא באנאנא ראפאבליק מיט די נאמען - דיקטאטארא.

[בג"ץ איז אויך שולדיג אין די אוק' 7 טראגעדיע פאר ווער עס וויל וויסן... ואכמ"ל]
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: איז דען שייך א "דרך הממוצע"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:55 pm
איז דען שייך א "דרך הממוצע"?

ניין.
א יעדע זאך אויפן וועלט דרייט זיך צווישן די שקר און די אמת, עס איז נישט דא [באמת] קיין מיטל וועג.
א זאך קען נישט זיין 50% אויסגעהאלטן און 50% אומאויסגעהאלטן.
א 99% שומר שבת איז א געהעריגע 100% מחלל שבת [רבי יונתן אייבעשיץ זצ"ל]

וואס יא, עס איז פאראן א מושג פון "הרע במיעוטו" - צומאל איז מען מקיל און משניידט געוויסע קארנערס ע"ד אמרה תורה "חלל עליו שבת אחת, כדי שישמור שבתות הרבה"
אבער צו קומען זאגן א א געמיש פון שקר און אמת זאל באקריגן א נייע גלאנציגע נאמען והוא "דרך הממוצע"?!
דאס איז הבל ורעות רוח וואס איז ליידער זייער נפוץ ונהוג בתוכינו בעוה"ר.

די חוטא וואס האט זיך אנגעוויקלט מיט שחורים ע"ד "ילבש שחורים ויתכסה שחורים ויעשה כמו שלבו חפץ"... - דאס אז חז"ל האבן אים געגעבן אן עצה ע"מ צו פארמיידן חילול שם שמים בפרהסיה - דאס האט נאכנישט פארברעצירט א נייע דרך הממוצע.
די שקר בלייבט שקר און די אמת בלייבט אמת אין מלכות זו נוגעת בחברתה.

נאר וואס דען, די היינטיגע ליבאראלע וועלט האבן משדך געווען די צווי יעניגע ויצא העגל הזה וזהו "דרך הממוצע" ובאמת אין כאן לא דרך ולא ממוצע אלא "דרך מומצא" א נייע באשעפענע דרך וואס פארהאסט די ערליכע אידן וואס ריקן זיך נישט אוועק פון זייער קוצו של יוד המקובלת להם מדורי דורות.

עד כאן במילי דשמיא.

די זעלבע איז בנוגע להבדיל אא"ה - די פאליטישע וועלט.

ווען איין צד פארלירט זיין דרך, ער וויל זיין א שיינע איד אן טאנצן מה יפית, ער וועט זינגען קאנטרי אווער פארטי און נאך פארשידענע לחנים אבער ער וועט נישט כאפן אז זיין טענצל האט אים ווייט אוועקגעשלעפט פון זיין מקור.

העולם אומרים אז די היינטיגע רעפאבליקאנער זענען די דעמאקראטן פון 10 יאר צוריק - דאס קומט ווייל זיי קענען נישט גיין מיט זייער אמת ביזן סוף, זיי האבן געזוכט א דרך הממוצע אבער זיי ווייסן נישט אז די שיינע יפי עינים ובלורית דמתקריא ממוצע - איז גאר א ממז** א נעבעכיגע געמויזשאכטס פון שקר און אמת בעירבוביא וואס הינקעט א יעדן טאג אויף די אנדערע פיס, השקר אין לו רגלים אבער ער ווייסט אליינס נישט וואספארא פיס איז די רגלי השקר און אזא פנים האט עס...

ווען די וועלט וואלט געשטאנען נאר פון עקסטרעמיסטן אין ביידע זייטן - וואלטן מיר גלעבעט און געשמייכעלט!
מ'וואלט געוויסט ווער איז דער אוהב און ווער איז די אויב.
מ'וואלט געקענט שליסן דיעלס און לעבן אין פרידן און אפי' זיך שלאגן ווען עס פעלט זיך אויס - אבער מ'וואלט נישט געהאט די שונא זיצן ביי מיר אין דיינינג ראם.
א שיינע רמז'ל קען מען ברענגען א ראיה פון די "מיטל מזרח" אז קיין "מיטל וועג" איז ניט פאראן... די אלע שוחרי שלום וואס האבן געוואלט פארקויפן אז עס איז פאראן א "מיטל וועג" האבן שוין אויך טיילווייז איינגעזען אז עס וועט נישט ארבעטן...

ווייטער, צו זיין אן עקסטרעמיסט איז נישט אזוי באקוועם און צומאל אויך נישט אזוי מכובדיג... אבער זייט וויסן אז פון די אמת קען מען זיך נישט רירן קיין סאך, [א יעדער פון זיין אמת] און ווען מ'רירט זיך יא און מ'באפריינדט זיך מיטן שקר - בלייבט ער א חבר אבער ער ווערט נאכנישט קיין געהעריגע פאמיליע מיטגליד.
שקר איז שקר און אמת איז אמת - א יעדע שידוך פראבע צווישן די צווי צדדים וועט פאראורזאכן אומאנגענעמע וולדות.

פון דא און ווייטער נעמט עס צו וואספארא ריכטונג איר ווילט....
זייער שיינע דיבורים,
אבער צוליב דעם ''אמת'' האבען מיר למשל א פוטין וואס איז גרייט צו גיין עד הסוף פאר זיין אמת, וואס ער געהאט אביסעלע ליבעראלקייט וואלט שוין געווען עפעס א שלום,
די גוים זאלען נאר חלילה נישט גיין מיט זייער אמת, ווייל זיי וועלן חרוב לייגען די האלבע וועלט אזוי ווי אלע עקסטרעמיסטען אין אלע דורות,
די ליבעראלען היינט זענען שוין שקר אן קיין קצת אמת און זיי מאכען חרוב די וועלט אבער ליבעראלקייט בשורשו אמאליגע דעמאקראטען
האט געראטעוועט די וועלט פון מלחמות כנלענ''ד
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין…
קרעדיט יואב זינגערצווייג
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: איז דען שייך א "דרך הממוצע"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

צינגעלע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 5:08 pm

אמת איז נישט קיין סתירה צו חכמה.
ווען עס קומט צו מלחמות ברויך מען נוצן שכל און נישט אלעמאל איז די אמת'דיגע וועג צו גיין ראדיקאל און פארברענען די גאנצע דארף על מזבח האמת.
צו זאגן שקר איז פאראן א היתר מפני דרכי שלום.
אבער צו מאכן א אמת פון די שקר?! שקר בלייבט שקר אפי' ווען מ'נוצט אים פאר שלום צוועקן.

נישט א יעדע ראדיקאלע שוטה טראגט אן אמת מיט זיך, עס איז פאראן אסאך ראדיקאלע ליגענערס.

די ברויך פאנגט זיך אן ווען די עירבוב המוחין איז דער שליט.
די עגל זינד איז אויך געווען א דירעקטע רעזולטאט פון עירבוביא כמובא ברש''י הק' יעוי''ש באריכות.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

שוין לאנג נישט געשריבן דא....
וואזאלעך טוהן, איך ווייס נישט פון וואנעט צו אנפאנגען....
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

איך וויל אויך עפעס מעיר זיין איבער די דרך הממוצע תגובה.

אבער ס'וועט דארפן ווארטן אביסל..
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 1:53 pm
איך וויל אויך עפעס מעיר זיין איבער די דרך הממוצע תגובה.

אבער ס'וועט דארפן ווארטן אביסל..
נו?
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

הילכו שניהם יחדיו??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

די אשכול האט מיר צוגעברענגט צו שרייבן די לענגערע תגובה:

פארשידענע תגובות, לכאן ולכאן, יש דורשין לגנאי ויש דורשין לשוואך, די טעמע איז א ווייטאגליכע, די ניגונים זענען ע"פ געמיינע, נישט אונזער נוסחא און ווייט פון אונזער הברה, די געדאנק איז ווייט, די לחן - גאר ווייט, די ווערטער זענען היבש פארנעפלט און די באמבעס זענען סה"כ דא לבלבל השטן, די תנועות קלעבן נישט, זיי זענען פארנומען צו שרייען און צו מפרסם זיין די ליידיגקייט וואס פולט אן די מוחות קטנים ודחוקים, די מאבילס טראגן אומשולדיגע פארוואגעלטע נשמות ישראל שלא טעמו טעם רוחני, די סוגיא איז היבש פארצווייגט און די צווייפל איז חוגג - וויאזוי האנדלט מען דאס? וויאזוי קען מען זיך אפהיטן פון די מראות שחץ תוהו ואיבה [ת-ו-ע-ב-ה] וויאזוי?
ווער זאגט אז דאס איז שלעכט? ווי שטייט דאס אין די תורה הק'? הללו מנגנים בשלהם ואלו בשלהם, פארוואס קענט איר נישט פארנעמען יענעמס נוסח און פשט אין שמחה של מצווה?
עמי בבית???? ביי אונדז אין עיר ואם בישראל וויליאמסבורג המעטירה זאל מען זינגען אזוינע שירי עגבים???
הישמע כזאת? הזאת נעמי? תהא כהנת כפונדקית?
איך פארשטיי, ס'שטעכט, ס'קראצט, פארן 3 יעריגע שעפעלטע קראצט דאס העמעדל וויילט מאמי האט פארגעסן צו אפשיידן די לעבל... און פאר ערליכע אידן קראצט ווען מ'זעט ל"ע אידן וואס זענען ליידער ארום גענומען מיט די ערלת הלב, יא, די לעבל קראצט אויף די מאביל טאנצט, אבער וואט נאו? וואס טוהט מען?

די ענטפער האט רש"י הק' געענטפערט:

"אינני יודע מה פירושו".

כ'ווייס נישט.

איך וועל נאר אראפשילדערן וואס איך האב מיטגעהאלטן בבית אחד מבעלי הבתים בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג וואס האט געהאט ביי זיך אינדערהיים א צוזאמקום פון אלע ביידע שבטים, די צווי מחנות האבן זיך צוזאמגעטראפן, און מהאט געדארפט טאנצן אויף ביידע חתונות כפשוטו וכמשמעו אט ליינט וויאזוי עס האט אויסגעקוקט:

די שכנים האבן זיך זיכער געוואונדערט און געהויבן מער ווי אויגן ברעמען, פון די חצר האט בוקע געווען עתים שוטה ועתים חלומה, פארשידענע אלערלליי רילליליי מיוזיק אמאל בנוסח ספרד און אשכנז לא נפקד מקומה, לחנים עתיקין מיט נייע ערצייגטע ד"ג מיקסן, די שכנים האבן זיך געוואונדערט צו די מיוזיק קומט פון איין ארט אדער פון צווי באזונדערע שטאקן, אפשר האט די בע"ב פארדינגען זיין בעיסמענט פאר אפאר פוחזים וריקים? אפשר האט ער ליידער אייניקלעך וואס ציען מער צו די דרומית מערבית זייט?

די משמע איז נישט דומה למעשה, איך קען דאס נישט ארויס האבן נאר פון בלויז שטיין אינדרויסן און זיך ברעכן קאפ ווער איז די קראוד די המון וואס האט זיך צונויף געקומען און זיך צוזאמגעשטעלט פאר א פורים טאנץ וואס פון אויבן אויף לא נגעו ופגעו זה אצל זה.

נאכן צולייגן מער אויער ווי קאפ , מ'שפאצירט אריין און מ'געפונט אויס אז ס'איז נישט קיין צווי באזונדערע חגיגות נאר מ'רעדט פון איין פאראייניגטע מסיבה של מצווה משתה ושמחה אור ליהודים וואס די צווי צדדים האבן זיך אפיציעל צוזאמגעטראפן ולא באקראי!

מ'רעדט פון א בע"ב וואס האט אסאך ידידים ממחנה א', און נאך אסאך ארבעטער און ידידים ממחנה ג' און ביידע ווילן זיך קומען פרייען זיך דערהייבםן מיט א כוסה, אלזא וויאזוי איז מען משדך צווישן די מחנות?

איך קום אריין און מיינע אויגן זען א מחזה שלא מעלמא הדין, מ'האט פונקט דעמאלץ געהאלטן ביי די צד הקדושה פארברענג, די עולם איז געזעצן און געזינגען ניגוני השתפכות הנפש, "אִם מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ הַמֶּלֶךְ וְאִם עַל הַמֶּלֶךְ טוֹב תִּנָּתֶן לִי נַפְשִׁי בִּשְׁאֵלָתִי וְעַמִּי בְּבַקָּשָׁתִי" די עולם האט גע'בוכה'ט און געבעטן, די טרערן און וויין האבן זיך געגאסן כנהרות איתן, די תחינות ובקשות האבן געשפאלטן הימלען, איך שטיי ווי אן אורח און איך פראביר צו כאפן וואס דא גייט פאר און דאן פאנגט מען אן נאך א לחן אויף די ווערטער, פשוט און פראסט די עולם בעט דעם מלכו של עולם א יעדע נפש מיט זיין שאלה ובקשה, דער פרומע אינגערמאן האט זיך אויסגעבעטן א חים של תורה ויראת שמים, דער באלעבאס האט געבטן נחת און פרנסה, די קילער בחור האט מען געקענט זען אז אין זיינע אויגן ברענט די "לאוו יו האשעם" וואס ער האט זיך אויסגעבעטן ווייסעך נישט....

און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נאך א תנועה "לָבוֹא אֶל הַמֶּלֶךְ לְהִתְחַנֶּן לוֹ וּלְבַקֵּשׁ מִלְּפָנָיו עַל עַמָּהּ" די עולם האט איינגעריסן וועלטן, געבעטן פארן כלל און פארן פרט, אידן ברויכן ישועות און רפואות, און דערנאך האט מען זיך גענומען טאנצן מיט ריינע לויטערע אלטרא חסידישע מיוזיק!!

אויב האב איך געמיינט אז די סארט מחנה ג' חברה קענען נישט קלעבן צו חסידות און כאניאקישקייט - התבדתי און אלע מיינע אלטע מיינונגען זענען פארשווינדן געווארן צוזאמען מיט הויעכע מחיצות און מויערן.

די עולם האט געהאפקעט און געשפרינגן ווי ממש ביין רבי'ן אויפן טיש, איך בין געשטאנען און געלאכט ווען בלבבי האב איך מיך פארגעשטעלט ווי קאמיש ס'איז צו זען די סארט חברה טאנצן אויף די טראדיציאנאלע חסידישע פארענטשעס... אבער אזוי האט עס אויסגעקוקט, נאר עטליכע מינוט בעפאר האט יוני Z און נאך עטליכע ישראלים געהאלטן די מיקראפאנען און געבאכעט מיט זייערע שפת חרטומים און קורצע מינוטן דערנאך האט שוין ר' יששכר גוטמאן געהויבן די עולם מיט פרישע ווארע, די חסידישע קווייער וואס האט דארטן געזינגען האט אין זייער שענסטן חלום זיך נישט פארגעשטעלט צו שטיין אויף איין סטעידזש מיט די אנדערע סעקעטע בעלי מנגנים...
אבער אזוי האט זיך די שמחה של מצווה געצויגן...

הצו מיין פראגע צו איינע פון די בני המשפחה "וויאזוי באווייזט מען אזוינס"? אזא מין שילוב פון די עולם הזה און עולם הבא, צוזאמגעברענגט די צווי פארקערטע זאלן צוזאמען טאנצן, הללו מהללים און הללו הוללים וויאזוי קענען ביידע עקזעסטירן אינטער קורת גג אחד?

האט ער מיר געענטפערט:

"מיר זענען געווען גרייט דערפאר, מיר ווייסן שוין ווער זענען אונזערע אורחים און מיט די פאסיגע הכנה הראויה האט מען בס"ד באוויזן צו באלאנסירן די שמחה כדבעי.

מיר האבן פאראויס אנגעזאגט און צוגעגרייט אלע משתתפים אז ביי די מסיבה גייען אטיילט נעמען ידידים פון אלע שיכטן און קרייזן, זייט געווארענט אז קיינער איז נישט דא צו בייסן דעם אנדערן, עס וועט זיין צוגעשטעלט מאכל ומשתה לרחצה ובשפע, מ'ברויך זיך נישט עסן דאס געזונט, און די עולם איז דא פאר רויטע וויין און נישט פאר אנדערע רויטע מענטשליכע פליסיגע....

די עולם איז שוין געווען גרייט און געוויסט לקראת מה הולכים, מ'איז אנגעקומען מיט א פאזעטיווע בליק און מיט א גוטע כוונה פון מקרב זיין אחב"י, אלע ביידע צדדים זענען געווען פארנומען צו מחזק זיין דעם אנדערן, די מיוזיק האט מען צוגעגרייט א געשמאקע פלעיליסט פון האצקע דראצקע ניגונים וואס זענען גענוג באמבעדיג און מחרישי אזניים אבער זיכער געמאכט אז עס זאל נישט אריבערגיין די גרענעץ [און תיתי ליה להר"ר קלמן שווארץ פארן אזוי גוט אראפ לייגן די צער בעלי חיים ניגון מיט די פאסיגע גוטע פראסטע ביעטס אז די אפי' געוויסע סארט בעלי חיים קענען זיך דערקוויקן דאס הארץ מיט דעם, אבער דאך איז עס הייליגע טהור'ע וועטער יסודתם מהררי קודש.] און דערנאך האט מען זיכער געמאכט אז די מחנה ג' זאלן קומען גענוג פרי, אזוי אז זיי זאלן קענען באקריגן כבודם והראוי להם

וכך הוה!

מ'האט אנגעפאנגען די חינגה מיט די מזל אדר DGים ניגונים, ס'האט געדינערט און געבאמבעט! אלע מיני טענער, און נאכן זיך אויסטאנצן און דערקוויקן די נשמות הצמאות מיט א דאזע ליידיגקייט האבן אריין מארשירט די חסידישע כאניאקעס, און די קאפעליע [א רעקארדינג] האט גלייך געשיפטעד צו א לעבעדיגע אריין קומען פון א רבי צו שולה"ט ליל פורים, מ'האט געזינגען ליהודים היתה אורה, די פלעשעלעך האבן זיך אויסגעליידיגט אין סעקונדעס, "תשועתם היתה לנצח" און די עולם האט מפזז געווען באחדות און באהבה ואחוה טהורה עומדת לעד!

דערנאך האט מען זיך צוגעזעצט צו די חסידישע ניגוני התעוררות, די מחנה וואס זענען געווען "מגושמים" ביז עטליכע מינוט צוריק - זענען יעצט געזעצן כחסידים ואנשי מעשה און געוויינט כתינוקות של בית רבן, די עולם האט זיך ארום גענומען און זיך צוזאמען אויסגעבעטן, דערנאך האט מען נאכאמאל אנגעהויבן מיט ניגוני יראים ושלמים, די עכטע שמחה של מצווה האט בוקע רקיעים געווען, די מחיצה של ברזל האט זיך אויפגעוויזן ווי א דינע גלאזערנע שיכט וואס מיט איין קליינע זעץ צופיצלט ער זיך ווי גארנישט... א נשף בערב יום האט זיך אויסגעלאזט כרסיסי לילה - די עתירות ובקשות זענען געווען נורא ואיום, מ'האט געשפירט די יום פורים כפורים און נאך לאנגע מאמאנטן פנו שני המחנות לדרכם
וליהודים היתה אורה ושמחה מיט א ריכטיגע באלאנסירטע ששון.

דאס איז מיין מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן.
צו מ'קען דאס איבערשפילן ביי אנדערע הויפן און קרייזן?
איך בין כמעט זיכער אז מיט די תבונה פון אונזערע טייערע מחנכים און רבנים בסיוע ותמיכה פון נגידים און בעלי בתים [מיט קרעדיט קארדס און אן...] גלייב איך אז מ'קען.

לאמיר פראבירן און משתדל זיין אז די קומענדיגע יאר זאל רש"י הק' קענען שרייבן - ו"הנני יודע מה פירושו" ולשמחה מה זו עושה - בשמחת עולמים בביאת גוא"צ בב"א.

-----
אויב האלט איר אז די דאזיגע מהלך קען ארבעטן - ביטע שענקט אייער פידבעק מיטן דראפן א לייק.
לעצט פארראכטן דורך ראטשילד אום דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

מה נשתנה "קווין פאון"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

א רעש און א טומל!!
די עולם האקט, תגובות פליעסן.
לאמיר פראבירן אריין צו שמוגעלען מיין אומפאפולערער תגובה ע"מ לצאת ידי חובתי:

מה נשתנה קווין פאון?
לאמיר גיין צום שורש העוון - די אינטערנעט ואביזריהו.
ווער האט גע'אסר'ט די אינטערנעט? עסקנים? בע"ב?
ניין, די רבני ומנהיגי הדור די ראשי ישיבות ומחנכים זיי האבן דאס גע'אסר'ט, זיי זענען ארויס בחרב ובחנית אקעגן די אינטערנעט, זיי האבן אוועק געשטעלט גדרים וסייגים, די רבנים האבן אויפגעשטעלט פארשידענע וועד'ן [וועדות] א יעדע קהילה לויט אירע געברויכן און סייגים.

היינט צו טאגס איז [כמעט] נישט שייך אז א היימישע איד האט נישט קיין געהעריגע אוועקגעשטעלטע וועד לעניני טעכנאלאגיע צו וואס ער דארף זיך צושטעלן.

אלזא, ווען עס קומט צו די קווין פאון, איז די קלארע ענטפער "לא נשתנה".

די קווין פאון האט די זעלבע דין און הלכה ווי די אנדערע אביזריהו דאינטערנעט דהיינו - גיי פרעגן דעת תורה, פרעג דיין רב און מורה דרך "קווין פאון מה דינו" און נעם אן זיין פסק כהלכה למשה מסיני.

צו קומען און דעבאטירן אויף אייוועלט בחברת דעת בע"ב און זיך אריין לאזן אין ענדלאזע געפעכטן איבער די שרשי ושימושי עוון האינטערנעט - לענ"ד איז דאס נישט נוגע ווייל נישט איך און אויך נישט קיין איינע פון די איינגעשריבענע באנוצער דא אויף אייוועלט האבן גודר געווען די גדרים אדער געשטאנען בפרץ.

איר ווילט דווקא וויסן "מה נשתנה קווין פאון" - לך להפה שאסר און פרעג חוות דעתו, ווייל אויב וועט איר אנהייבן אריין צוקריכן אין די שרשי האיסור און מלבן זיין די סויגא מיט די אומריכטיגע מגי"ש וועט איר טיף פארבלאנדזשענען...

אז איר פארלאזט זיך נישט אז די רבנים האבן די ריכטיגע דעת תורה, אז איר האלט [ח"ו] אז מ'קען זיי איינרעדן און יד העסקנים בעלי אינטערעסן בדבר - דעמאלטס פארוואס נאר ביים קווין פאון, גיי ברייטער און גרעסער - קויף דיך א גרויסע סמארטפאון!

אלא מאי? ברוך שנתן עולמו לשומרים און ווען עס ערשיינט אזא ברייטע גליון וואס האט ערהאלטן א שיינע גושפנקא פון מערערע וועדי הקהילות הנכבדות בישראל - דאן גלייב איך באמונה שלימה אז די רבנים פארפירן אונז נישט אין תהום אריין.

לענ"ד איז די גאנצע גליון ערשיינונג א שטיקל "רע במיעוטו"
די עצם זאך פון קומען און אריין גראבן בטעמי ונימוקי האיסור דאס איז פותח פתח צו קומען מערער זיין אויף די דעת תורה וואס האבן גודר גדר געווען.

איינע פון די טעמים וואס חז"ל האבן צוגעלייגט טעמי המצוות איז צו קענען מדמה זיין מילתא למילתא און צו קענען מדקדק זיין במצוות אבער נישט ח"ו צו קומען גורע זיין און אריין לייגן ספיקות בדרי ואיסורי התורה.

די בעסטע זאך וואלט געווען אז די רבנים ומחנכים זאלן קומען מיט א שטייפע הוראה לאיסור אדער להיתר! און ווער עס פארשטייט בעסער זאל ביטע גיין גרויס און קויפן א געהעריגע ס"פ און נישט ארויסשטעלן א דבר אחר פיסל באיצטלא דכשרות.

און יעצט לעצם השאלה "איז די קווין פאון אסור"?
כ'ווייס נישט, גיי פרעג דיי לאקאלע רב.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע:אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

כ'ווייס נישט פארוואס כ'בין נאר היינט אנגעקומען צו די אשכול, דו האסט א שפראך פון גאלד..

פון וואו האסטו אזוי גוט ארויס די איזרעלי פאליטיק? דאס איז איבערגעזעצט פון העברעש, צי אייגענס?

סובסקרייבט
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

אל תדאג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:35 am
כ'ווייס נישט פארוואס כ'בין נאר היינט אנגעקומען צו די אשכול, דו האסט א שפראך פון גאלד..

פון וואו האסטו אזוי גוט ארויס די איזרעלי פאליטיק? דאס איז איבערגעזעצט פון העברעש, צי אייגענס?

סובסקרייבט
איבערגעזעצטע מחשבות מיינע.

ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:36 am
אל תדאג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:35 am
כ'ווייס נישט פארוואס כ'בין נאר היינט אנגעקומען צו די אשכול, דו האסט א שפראך פון גאלד..

פון וואו האסטו אזוי גוט ארויס די איזרעלי פאליטיק? דאס איז איבערגעזעצט פון העברעש, צי אייגענס?

סובסקרייבט
איבערגעזעצטע מחשבות מיינע.
וואו קוקסטו די איזרעלי נייעס?
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: הילכו שניהם יחדיו??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 3:36 pm
די אשכול האט מיר צוגעברענגט צו שרייבן די לענגערע תגובה:

אויב האלט איר אז די דאזיגע מהלך קען ארבעטן - ביטע שענקט אייער פידבעק מיטן דראפן א לייק.
איך בין נישט געווען אין יענע אשכול צו פונקטליך זיין אינעם נושא.

אבער צו איך האלט ס'קען ארבעטן. אוודאי בפרטיות למשל ביי די מענטש, ס'קומען לכתחלה מחנה ג צו אלץ קירוב, צו אלץ ארבייטערס, און מ'שמועסט בעפאר אז ענק פארשטייען אויך עטץ זענטס מחנה ג, איז איך געב ענק ספעיס, אבער ביטע דערנאך זאלט עטץ זיין אנדערש.

אבער ס'זאל זיין א נחלת הכלל איז גאר גאר שווער דאס זאל ארבייטן, כ''ש ווען די רעדע דא איז נישט פון מחנה ג נאר גרופעס וואס געהערן צו מחנה א און ביי זיי איז עס זיכער א פראבלעם.
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

וואס איז מדינת ישראל'ס סטראטעגיע - 4/7/2024

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

אבזערווירער האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:17 pm
כ'וועל זאגן די אמת.

טראץ וואס כ'בין בעצם א גרויסן עקספערט.. ווייס איך נישט פונקליך וואס איז פשט פון די פלוצלינגדיגע טויש און מהלך און סטראטעגיע דארף צו מיינען.

האבן זיי זיך געבראכן צו כאמאס מיט א ארויסציאונג צו קענען צוריקבאקומען משכונות, נאך גרעסערע פראטעסטן דערוועגן ?

טאקע נישט פולקאם ווי כאמאס האט געוואלט, אבער זיי וועלן קענען דערקלערן זיג אויפן מאמענט.

דאס מיינט אז נאך וואס כאמאס איז אוועקגעגאנגען פון די פארהאנלונגס טיש פאריגע וואך, האבן זיי טאקע געוואונען די שאך שפיל און יעצט זינגט מד'י טאקע א אנדערע ניגון און זאגן זיי זענען ווייטער גרייט פאר פארהאנדלונגען, א טויש פון די פריערדיגע ליניע.

וואס מאכט כאמאס אזוי קאנפעדענט ? האט מד'י טאקע נישט די מעגלעכקייט זיי פולקאם אויסצוראטן עכ'פ 95 % , אזויווי טייל פון זייערער געוועזענע מיליטערלייט זאגן, אדער איז עס די דרוק פון אמעריקע וואס האט געגעבן די אויבערהאנט פאר כאמאס ?

טייל זאגן אנדערע סברות ווי אז זיי ווילן געבן א פאלטשע געפיל פון סעקיוריטי פאר חאמאס אזויווי שיפא, אבער ס'איז נישט מסתבר אז זיי וועלן נאכאמאל פאלן דערצו.

אנדערע זאגן אז זיי ווילן שנעלער אויסלייגן רפיח אן דארפן מאכן געהעריגע טשעק-פוינטס וואס נעמט צייט, אבער דאס שטימט אויך נישט וויבאלד זיי קענען עס טהון אפי'זיי זענען יא דארט, און צווייטנס איז עס זייער א שלעכטע געדאנק.

אבער דאס ברענגט ארויף די זעלבע פראגע אויף פארקערט, וויאזוי וועלן זיי טאקע קאנטראלירן די אוועקואציע וואס זיי זאגן אז זיי פאנגען שוין אן מיט אזוי ווייניג פערסאנאל.

פון זייער זייט זאגן זיי אז דאס איז מער ווייניגער א חלק פון די פלאן, אבער ס'איז נישט
.
וואס איז נישט קלאר?
מדינת ישראל גייט קיין רפיח.
זיי ציען זיך יעצט ארויס ווייל מ'איז בעיסעקלי Done מיט די כאן יונעס אפעראציע.
די סאלדאטן דארפן זיך רעארגאניזירן און כאפן פרישע כוחות.
דאס איז די ערשטע פויזע פון די מבצע רפיח.
מדינת ישראל קען זיך נישט ערלויבן צו זיך לאזן פאר כאמאס/אמעריקע און לאזן די אלע איזראעלי הרוגים הי''ד פאלן פאר גארנישט.
אן עקסטרע בושה איז עס פאר מיר אמעריקאנער וואס אונזער יר''ה שטייט שוין היינט צוזאמען מיט די כאמאייסיסטן און פארלאנגט די זעלבע פארלאנגען - א גענצליכע מלחמה אפשטעל.

אבער מדינת ישראל האט דריי וויכטיגע מיסיעס:

1. אויסראטן כאמאס.
2. צוריק ברענגען די משכונות.
3. אוועק שטויסן כיזבאללא און צוריק קערן די צפון איינוואוינער צו זייערע היימען.

די רעכטע איזראעלי רעגירונג טראכט קודם אויף נומער 1 און 3, ווייל אין אירע אויגן זענען אלע מדינת ישראל בירגער געהעריגע משכונות לעתיד רח''ל - אויב נעמט מען נישט יעצט קעיר פון די צוויי באנדיטן כאמאס און כיזבאללא - וועלן די חברה איבערגיין די אוק'7 אקט און איבערשפילן די גאנצע בלוטיגע שפיל.
במילא האלטן זיי זיך ביי זייערס, נתניהו ווארפט אוועק (ביזדערווייל...) די העפטיגע אבנארמאלע מאס פרעשור הן מבית והן מבחוץ און ער פראבירט צוזאמען מיט די לוזערישער מדינת ישראל מיליטער צו צוריק ברענגען די זיכערהייט פאר יושבי מדינת ישראל דורך אויסראטן אלע פיינט.

דא עקא, די לינקע לאגער טראכט נאר אויפן פרט, זיי זענען גאר עמאציאנאל און די טרערן פון די פארכאפטע משכונות מיט זייערע פאמיליע מיטגלידער שטייט זיי אקעגן די אויגן, און דאס מאכט זיי אומקלאר די נויטיגע געזונטע זע קראפט, זיי האבן אין פארנט פון זייערע אויגן בלויז איין ציהל פון "ברינג דעם האום נאו"! פאר א יעדע פרייז!

און דאן פראבירן עטליכע ערוואקסענע באזעצענע מענטשן און מ'וויל אנהייב נעגאטשיעיטן אויף א פרייז - זען וואס געבט מען און וואס באקומט מען צוריק, אבער דאן כאפן זיי צוריק קללות יגון ואנחה.

א לענגערע אנאליז האב איך שוין דא געשריבן.
viewtopic.php?p=4902446#p4902446

למעשה?

מדינת ישראל גייט ווייטער מיט אירע פלענער וואס דאס איז נומער 1 און 3 בשילוב אינטענסיווע פראבעס צו לעזן די 2טע מיסיע אבער נאכאלץ האלטן זיי אז מ'קען נישט מקריב זיין א גאנצע לאנד פאר אפאר משכונות וואס וועלן עווענטועל (היל''ת) נאכאמאל פארכאפט ווערן דורך די פאלעסטינע בארבארן.

(דאס האב איך געהערט מפי אלוף במילואים אמיר אביבי)
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

די רעגירונג און מיליטער פירערשאפט פון די נאנסטע לאנד צו אמעריקע זענען אויפן וועג צו קרימינאל גע'משפט ווערן אין האג.

יחיא סינוואר שטראלט אין זיין געהיימע טונעל.

מיליאנען אנטיסעמיטן און שונאי ישראל גייען באקומען א גושפנקא צו זייער שנאת ישראל.

טענק יו מיסטער פרעזידענט!

א נייע מאדערענע עלילת דם בנוסח 2024
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

ביידן האלט נתניהו אין זיינע קראגן "אדער רפיח אדער אן ארעסט באפעל דורך די האג צדיקים"

אמעריקע איז מדינת ישראל'ס בעסטער פריינט....
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

נארמאליזאציע מיט סאודי אראביע.

אמעריקע זאגט אז עס איז געבליבן נאר איין חודש.

וואס גייט געשעהן שפעטער? נאך די חודש וועט מען נישט קענען מאכן קיין שלום?

מיט אזעלכע פריינט ווער דארף פיינט?

א לאנד וואס מ'קען שלום מאכן נאר אין די נעקסטע חודש - וועט די אפמאך נישט האלטן קיין סאך מער ווי איין חודש.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

איך האב אזויפיל וואס צו שרייבן, ווי הייבט מען אן?
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5177
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:חאן יוניס

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

ראטשילד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 12:47 am
איך האב אזויפיל וואס צו שרייבן, ווי הייבט מען אן?
דו הייב נאר אן, איך וועל דיר זאגן ווען צו ענדיגן…
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: בלינקענ'ס סטעיטמענט אין מדינת ישראל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:35 am

3. די געדאנק פון דיספלעיסינג - פארטרייבן און שיקן די עזה איינוואוינער וואוינען אין אנדערע לענדער איז יהרג ובל יעבור, הס מלהזכיר, קומט נישט אין באטראכט בשופו''א.
דאס איז נייעס!

פארוואס נישט? וואס א חיליק ווי זיי זענען אין גלות אין עזה אדער אין עגיפן?
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: בלינקענ'ס סטעיטמענט אין מדינת ישראל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

באטל וואסער האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 12:14 pm

והוא פשוט.
אויב זענען זיי גלות אין עזה איז מדינת ישראל רעספאנסיבל פאר זייער וואוילזיין און די גאנצע וועלט קען שטיין מיט א פארגרעסערן גלאז און משפט'ן מדינת ישראל פאר א יעדע מינדעסטע פארלעצונג אין מענטשן רעכטן.

אבער אויב זענען זיי אין עגיפטן, און די עגיפטישע רעגירונג איז נישט אזוי איידל ווי מדינת ישראל (ע''ע וואס די סירישער אסאד האט געטוהן מיט די הונדערטער טויזענטער פאלעסטינער פליטים) דאן וועט מען גארנישט קענען פארדינען פון די פאלעסטינערס פיין, ווייל קיינער זארגט זיך נישט 'עכט' פאר זייער וואוילזיין, די מכלומר'שט'דיגע זארג איז בלויז אן איצטלא צו באהאלטן די שנאת ישראל.

נמצא אז די פאלעסטינער מוזן בלייבן אין עזה אלס א שטעקן צו קענען שלאגן מדינת ישראל.

כידוע ליודעים איז די פרייז פון זיך אריבער שמוגלען קיין מצרים 5000$
מדינת ישראל איז גרייט צו צאָלן פאר אלע פאלעסטינער די געלטער צו קענען אנטלויפן און בויען א פרישע נייע לעבן.

אבער צוויי זייטן לאזן דאס נישט צו.

אמעריקע - וואס זיי גייען דאס צאלן די ענד אויף די געים, אבער נישט דאס געלט שטערט זיי - זיי צאלן אסאך מער פאר די וואפן - נאר ענדערש די אויבנדערמאנטע סיבה.

כאמאס - וואס זארגט זיך נישט פאר די פאלעסטינע בירגער נאר זיי זארגן זיך פאר זיך און פאר זייער פארשמייליגטע מלחמה אין איינעמען אל אקצא און אריין ווארפן אלע אידן אין ים היל''ת.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: בלינקענ'ס סטעיטמענט אין מדינת ישראל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

ראטשילד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 12:29 pm
באטל וואסער האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 12:14 pm
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 9:35 am

3. די געדאנק פון דיספלעיסינג - פארטרייבן און שיקן די עזה איינוואוינער וואוינען אין אנדערע לענדער איז יהרג ובל יעבור, הס מלהזכיר, קומט נישט אין באטראכט בשופו''א.
דאס איז נייעס!

פארוואס נישט? וואס א חיליק ווי זיי זענען אין גלות אין עזה אדער אין עגיפן?
והוא פשוט.
אויב זענען זיי גלות אין עזה איז מדינת ישראל רעספאנסיבל פאר זייער וואוילזיין און די גאנצע וועלט קען שטיין מיט א פארגרעסערן גלאז און משפט'ן מדינת ישראל פאר א יעדע מינדעסטע פארלעצונג אין מענטשן רעכטן.

אבער אויב זענען זיי אין עגיפטן, און די עגיפטישע רעגירונג איז נישט אזוי איידל ווי מדינת ישראל (ע''ע וואס די סירישער אסאד האט געטוהן מיט די הונדערטער טויזענטער פאלעסטינער פליטים) דאן וועט מען גארנישט קענען פארדינען פון די פאלעסטינערס פיין, ווייל קיינער זארגט זיך נישט 'עכט' פאר זייער וואוילזיין, די מכלומר'שט'דיגע זארג איז בלויז אן איצטלא צו באהאלטן די שנאת ישראל.

נמצא אז די פאלעסטינער מוזן בלייבן אין עזה אלס א שטעקן צו קענען שלאגן מדינת ישראל.

כידוע ליודעים איז די פרייז פון זיך אריבער שמוגלען קיין מצרים 5000$
מדינת ישראל איז גרייט צו צאָלן פאר אלע פאלעסטינער די געלטער צו קענען אנטלויפן און בויען א פרישע נייע לעבן.

אבער צוויי זייטן לאזן דאס נישט צו.

אמעריקע - וואס זיי גייען דאס צאלן די ענד אויף די געים, אבער נישט דאס געלט שטערט זיי - זיי צאלן אסאך מער פאר די וואפן - נאר ענדערש די אויבנדערמאנטע סיבה.

כאמאס - וואס זארגט זיך נישט פאר די פאלעסטינע בירגער נאר זיי זארגן זיך פאר זיך און פאר זייער פארשמייליגטע מלחמה אין איינעמען אל אקצא און אריין ווארפן אלע אידן אין ים היל''ת.
מיין פראגע איז צי בלינקען האט זיך נישט אפשר דערמיט ארויס געשטעלט אלס אן ספאוקס מען פון כאמאס??

בד''וו א ריזיגן ייש''כ פאר דיינע ארטיקלען, גיי אן!!!

מיר קענען ערווארטן א אנאליז אויף רפיח? מיר זעהט אויס ווי ביבי האט איין מאל פאר אלעמאל אנערקענט אז די שמאטע קעפ פארשטייען איין שפראך און טאקע בלויז די איין שפראך..
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

מיין ענטפער צו @שלמה הילדעסהיימער #1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

מיין ענטפער צו @שלמה הילדעסהיימער #1
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 2:28 pm
ווי די נתניהו דאקטרינע האט אויפגעריסן אין זיין פנים.

דער איזראעלי פירער און כאמאס זענען טויטליכע פיינט - און נאנטע אליאנטן אין זייער קעגנערשאפט צו א צוויי-שטאטן לעזונג.

איזראעליס זענען נישט איינשטימיג איבער אסאך, בפרט לעצטענס, אבער אנקעטעס ווייזן אז זיי באשולדיגן פרעמיער-מיניסטער ביבי נתניהו פארן לאזן דאס לאנד אומפארזיכערט און אויסגעשטעלט צו א כאמאס אטאקע אויף די 7טן אקטאבער.
זייטיגע נאטיץ
די אנקעטעס גענומען דורך די לינקע שונאי ביבי, די רעכטע אנקעטעס ווייזן דאס פארקערטע, און די בירגער באשולדיגן די מיליטערישע פירער מיט'ן פארראטן די רעגירונג.
די באשולדיגונגען געצילט קעגן נתניהו גייען ווייטער פון בלויז נישט פאראויסזען אדער פארמיידן די כאמאס אנגריף אויף די 7טן אקטאבער, נאר פילע באשולדיגן אים אז ער האט אויפגעבויט די גרופע פאר לאנגע יארן אלס א סטראטעגיע צו שטערן א צוויי-שטאטן לעזונג באזירט אויף די פרינציפ פון לאנד פאר פרידן.
זייטיגע נאטיץ
צו זאגן אז נתניהו האט געבויט כאמאס דאס איז די ליגענט וואס די לינקע נוצן איבער נאכאמאל און נאכאמאל אן מיד ווערן, נתניהו האט געצווינגענערהייט געמוזט אדורך לאזן די פינאנציעלע הילף וואס איז געשיקט געווארן דורך קאטאר און די אנדערע אראבישע לענדער, די גירוש גוש קטיף וואס האט בעצם געמאכט די וועג פאר כאמאס צו זיך מאנסטערירן און איבערנעמען די עזה סטריפ - דאס איז מעשי ידי אריק שרון וחבריו השמאלנים.
"עס איז געווען א סך קריטיק פון נתניהו אין מדנ"י פארן איינשטעלן א פאליסי פאר יארן פון פארשטארקערן כאמאס און האלטן עזה אויפן שוועל, און אינעם זעלבן צייט אונטערמינעווען און אפשוואכן די פאלעסטינער אויטאריטעט," האט געזאגט מירב זונשיין פון די אינטערנאציאנאלע קריזיס-גרופע. "און מיר האבן דאס מיטגעהאלטן זייער קלאר 'אן דע גראונד.'"

"(כאמאס און נתניהו) פארשטארקערן זיך איינער דעם צווייטן אינעם זין אז זיי פארזארגן דעם צווייטן מיט א וועג פארצוזעצן די באנוץ פון כח און רידזשעקשעניז"ם אנשטאט מאכן סעקריפייסעס און קאמפראמיסן אנצוקומען צו א לעזונג אינעם קאנפליקט."

"האלטן כאמאס לעבעדיג און שטויסנדיג"

דעם סימביאטישן פארבינדונג צווישן נתניהו און כאמאס איז געווארן אנגעמערקט שוין פאר יארן, פון ביידע פריינט און פיינט, שפארבערס און טויבן.
זייטיגע נאטיץ
הוילע און פרעכע לינקע כזבים, די אלע אקציעס אין די לעצטע יארן זענען אדורך געפירט געווארן מיט'ן ציהל צו אויפבויען כאמאס?!?! מ'האט זיי טאקע נישט אויסגעראטן אינגאנצן ווייל מיר זען דאך ווי אפי' היינטצוטאגס נאך די שוידערליכע אוק'7 אטאקע - לאזט נישט די וועלט עלימינירן די בארבארישע כאמאס, אלזא איז נישט געווען מעגליך צו אויסראטן כאמאס בעפאר.
יובל דיסקין, אמאליגער שעף פון די מדנ"י שין בית זיכערהייט אגענטור, האט געזאגט פארן טאג-צייטונג ידיעות אחרונות אין 2013 אז "אויב מיר קוקן צוריק איבער די יארן, איינער פון די הויפט מענטשן וואס האבן ביישטייערט צום פארשטארקערונג פון כאמאס איז נתניהו, זייט זיין ערשטע טערמין אלס פרעמיער-מיניסטער."
◄ ווייז ספוילער
נאום יובל דיסקין פון די גרויסע קאפלאניסטן, באקאנט מיט זיין גרויסע 'אהבה' צו נתניהו, ער ליידט אויך פון די מיסטעריעזע סינדראם וואס כאפט זיך ארויף אויף א מערהייט פון די געוועזענע זיכערהייט באאמטע וואס ווי נאר זיי טריטן ארויס פון זייער פאזיציע פארלירן זיי די שכל הישר און פאנגען אן צו רעדן נאנסענס אין די מאסן.
ער איז פון די NSS מכון וואס זענען באקאנט מיטן פאראויס שאצן זאכן וואס האבן מיטן מציאות נישט קיין שייכות, די לעצטע מאל וואס זיי האבן מצליח געווען צו פאראויס שאצן עפעס ריכטיג איז געווען לאנגע יארן צוריק... אלע חברה וואס האבן זיך געטראפן ארבעטלאז און מאכטלאז געבן ארויס דארטן זייער ווייטאג און שנאה אויף די נארמאלע מענטשן וואס זיצן אויפן בענקל.
די חברה זענען שולדיג אין די לינקע בייזע ווינטן וואס האבן איבערגענומען די איזראעלי זיכערהייט קארידארן און דערנאך קומען זיי באשולדיגן נתניהו גאר
אלזא נעמט זיינע ווערטער מיט א שענערע הויפן זאלץ.

אין אויגוסט 2019, האט דער אליגער פרעמיער-מיניסטער אהוד באראק געזאגט פאר די איזראעלי ארמיי-ראדיא אז נתניהו'ס "סטראטעגיע איז צו האלטן כאמאס לעבעדיג און שטויסנדיג... אפילו אויפן חשבון פון די איינוואוינער פון דרום... כדי אפצושוואכן די פאלעסטינער ממשלה אין ראמאללא."
◄ ווייז ספוילער
נאום הגבר שתום העין, די צעיועזשטע קראנקע משוגענער וואס האט אויך געהאט א גרויסע חלק אין חרוב מאכן די איזראעלי מיליטער דורך אריין ברענגען לינקע מהלכים און פאנטאזיעס וואס קלעבן נישט צו די ערד.
ווער עס קען אהוד באראק ווייסט אז קיין ראיה פון אים קען מען נישט ברענגן, די אלע רעכטע וויילער האבן סאמהאו אויסגעוועהלט נתניהו פאר זייער פירער טראץ די געפערליכע 'באשולדיגונגען' פון די אלטע זקן וואס אטעמט קנאה ושנאה מידי רגע ברגע.
די לאגיק וואס שטעקט אונטער דעם סטראטעגיע, האט באראק געזאגט, איז אז "עס איז גרינגער מיט כאמאס צו ערקלערן פאר איזראעליס אז עס איז נישט דא קיינער מיט וועם צו זיצן און קיינער נישט מיט ווען צו רעדן."
זייטיגע נאטיץ
דאס איז א מציאות און נישט קיין סטראטעגיע, צו קומען זאגן אז אמעריקע האט געשטיצט על קאידע צוליב זייער עקסטרעמיזם איז שוין בעסער און גרינגער.
נתניהו'ס קריטיקער זאגן אז כאמאס –מיט איר בלוטיגער רעטאריק, אפענע אנטיסעמיטישע לויזונגען און ליניע קיינמאל נישט צו צעטיילן דאס לאנד– האט אריינגעשפילט אין די הענט פון א פרעמיער-מיניסטער וואס האט אויך געוואלט קענען זאגן פאר די מערב וועלט רעגירונגען אז איזראעל האט "קיין פארטנער" פאר פרידן.

שטיצן א כאמאס רעגירונג אין עזה, זאגן יענע קריטיקער, האט ערמעגליכט פאר נתניהו צו באגרעניצן די פאלעסטינער אויטאריטעט צום מערב ברעג און עס אפשוואכן, צעטיילנדיג די פאלעסטינער אין צוויי קעגנערישע בלאקן.
זייטיגע נאטיץ
ווי שוין ערווענט, די פאקט אז נתניהו איז געצווינגען געווארן צו לאזן כאמאס לעבן (דורך אמעריקע און נאך גוטע פריינט) מאכט נאכנישט נתניהו אלס די גרויסע כאמאס שטיצער.
מדינת ישראל האט טאקע פארדינען אז דורך כאמאס האט די צווי שטאטן לעזונג נישט געהאט קיין האפענונג - אבער דאס מאכט נאך נישט נתניהו און סמוטריטש (הילדעסהיימער, ער הייסט סמוטריטש און נישט שמוצריך) פאר כאמאס שטיצער אפי' ווען זיי זאגן אז כאמאס איז א נכס.
ווען איינער ליידט פון קאפ ווי און מאגן וויי און ער פאלט אריין אין א טיפע שלאפ צוליב די קאפ וויי ווערט ער נאכנישט קיין פריינט פון די מאגן שמערצן וקל להבין לבעלי שכל.
כאמאס לייגט איר פינגער אויף די וואג-שאל

נתניהו איז די ערשטע מאל געקומען צו מאכט אין די 1996 וואלן וואס האבן נאכגעפאלגט די סוקסעספולע אטענטאט אויף פרעמיער-מיניסטער יצחק ראבין דורך אן עקסטרעמיסט וואס איז געווען קעגן די אָסלאָער אפמאכן.

פריע אנקעטעס האבן געוויזן אז ראבינ'ס נאכפאלגער שמעון פערעס איז געווען באקוועם פאראויס.

אנטשלאסן צו פאר'הרג'נען אסלא, האט כאמאס זיך געלאזט אין א ברוטאלע זעלבסט-מארד באמבע-קאמפיין וואס האט געהאלפן נתניהו איבערשטייגן פערעס און געווינען די וואלן אויף די 29סטן מאי 1996.

היינט, די סאמע זעלבע עקסטרעמיסטן וואס האבן גערופן פאר ראבינ'ס רציחה, האבן די מאכט אין נתניהו'ס רעגירונג.
זייטיגע נאטיץ
שקר וכזב, די רעכטע האבן קיינמאל גערופן אפן פאר ראבין'ס רציחה! עס איז טאקע געווען א מיעוטא דמיעוטא וואס האבן אזוי געהאלטן אבער דאס קומט נישט צו צו די היינטיגע רופן פון די לינקע לאגער וואס רופן בריש גלי ותחת כל עץ רענן פאר ביבי'ס טויט!
טלו קורה מבין עיניכם איך גיי נישט אראפ ברענגן אלע צודרייטע טוויטס ווי מענטשן רופן אים אפיציעל צורר, בוגד, רודן, דיקטאטור, נידון למוות, מענטשן שרייבן און שרייען מידי שבוע בשבוע ביי די וועכענטליכע ארבעטסלאזער מוצ''ש פראטעסטן אז ביבי ברויך צו שטארבן.
נתניהו'ס סטאטוע וואס איז אוועק געשטעלט געווארן אין כיכר רבי'ן דורך די לינקע איז שוין עטליכע מאל אראפ געווארפן געווארן אויף די ערד מיטן פראבע צו סימבאליזירן א רעגירונג פוטש און רצח הרודן, ריזיגע שילדן אויף די גאסן מיט נתניהו'ס געזיכט בדמות היטלער ימ''ש - דאס איז גארנישט?
היפא היפא קראטיע במיטבה.
נאר צוויי וואכן פאר ראבינ'ס רציחה, האט א יונגער מערב ברעג עקסטרעמיסט זיך געלאזט פאטאגראפירן מיטן קעדילעק עמבלעם וואס ער האט געזאגט אז ער האט גע'גנב'עט פון ראבינ'ס אויטא. "פונקט ווי מיר זענען אנגעקומען צו דעם עמבלעם," האט ער געזאגט, "קענען מיר אנקומען צו ראבין."

היינט, איז יענער יונגערמאן, איתמר בן גביר, 45 יאר אלט און האט אכט מדנ"י קרימינאלע אורטיילן- אריינגערעכנט אורטיילן פארן שטיצן א טעראריסטישע ארגאניזאציע און אויפהעצונג צו ראסיזם. אמאל איז ער געווארן אפגעווארפן געווארן דורך די מדנ"י מיליטער פאר זיינע עקסטרעמיסטישע אידעאלאגיעס. היינט, מוז די איזראעלי פאליציי ענטפערן צו אים, אלס דער מיניסטער פון נאציאנאלע זיכערהייט אין נתניהו'ס רעגירונג.
זייטיגע נאטיץ
ככככככ, דו רעדסט פון א רעכטע מיניסטער וואס האט בימי חורפו געהאלטן א קאר סימבאל?
וואס איז מיט גרויסע הויכראנקיגע לינקע פאליטיקאנטן און געוועזענער מיליטערישע פיגורן וואס זאגן אפן אין גראב אין די אולפנים אז נתניהו ברויך צו געשטעלט ווערן אין פארנט פון א ''כיתת יורים'' און געשאסן ווערן צום טויט?
א לינקע פאליטיקאנט וואס זאגט אז ער וואלט געראטן ביבי צו טאנצן פון מגדלי עזריעלי צוליב זיינע בלוטיגע הענט - דאס איז יא בסדר?
איר קומט רעדן וועגן בן גביר'ס קאדילאק סימבאל פון צוואנציק יאר צוריק??
הרוצה לשקר ירחיק עדותו - די רעכטע ברויכן נישט גריבלען און זוכן ראיות און עבירות פון יארן צוריק, זיי קענען בלויז נישטערן אויף טוויטער און גלייַך וועט ארויף שווימען די לינקע זוהמה.
אין א מערקווירדיגער רעדע פאריגע וואך אין יוסטאן, טעקסאס, האט דער סאודיער פרינץ טורקי בין פייסאל אטאקירט כאמאס פאר זייערע גרויזאמקייטן און צעשטערונג. אבער ער האט אויך געהאט ווערטער פאר מדנ"י.

"איך פארדאם כאמאס פאר נאכאמאל אונטערגראבן די פאלעסטינער אויטאריטעט, ווי די מדנ"י רעגירונג טוט כסדר," האט געזאגט דער אמאליגער סאודי שפיאנאזש-שעף און אמבאסאדאר צו די פאראיינגטע שטאטן. "איך פארדאם כאמאס פאר חרוב לייגן די פראבע פון סאודי אראביע צו דערגרייכן א פרידליכע פראבלעם-לעזונג פאר דעם לאגע פון די פאלעסטינער פאלק.

"איך פארדאם אויך איזראעל פאר ווייטער שיקן קאטארישע געלטער צו כאמאס."

דער פרינץ טורקי האט זיך באצויגן צו די געלטער וואס די קאטארער קעניגליכע משפחה האט געשיקט קיין עזה, אן ערך פון א ביליאן אמעריקאנער דאלער, דורכאויס די יארן.

"כאמאס איז אן עססעט"

נתניהו וויל כאמאס אויף די פיס און איז גרייט צו באצאלן אן אוממעגליכן פרייז דערפאר: העלפט פון לאנד פאראליזירט, קינדער און עלטערן טראומאטיזירט, הייזער באמבאדירט, מענטשן דער'הרג'עט," האט גאלית דיסטעל-עטבאריאן, היינט די אינפארמאציע מיניסטערין און א באקאנטע נתניהו שטיצערין, געשריבן אין מאי 2019. "און נתניהו, אין א מין חוצפה'דיגער, כמעט אומפארשטעלבארער איינגעהאלטנקייט, טוט נישט די גרינגסטע זאך: ער לאזט נישט די מדינת ישראל מיליטער איבערווארפן די ארגאניזאציע.
זייטיגע נאטיץ
און פארדעם האט מען פארשיקט עופר ווינטער פון מדינת ישראל מיליטער? ווייל נתניהו וויל נישט זיגן?
נתניהו שטייט און שרייט בכל עת מצוא "א טאטאלער זיג"!
די אלע לינקע באשגצן אים היתכן ער שטרעבט פאר אזוינע צודרייטע שטרעבונגען און דא קומט שלמה הילדעסהיימער און ציטירט עפעס א הלכה לגלית דיסטל מסיני?
איך בין זיכער אז זי האט געמיינט ארויס צו ברענגן דאס וואס איך האב שוין פריער ערווענט - אבער דאס מאכט נישט אויס, גאנץ און אייזענקאט זיי ווילן אריין שמייסן אין עזה אבער ביבי איז גאר דער וואס לאזט נישט... נאר א לינקע קאפ קען אזוי שרייבן.
"די פראגע איז, פארוואס?" האט זי געפרעגט, און דערקלערט: "אויב כאמאס פאלט, קען אבו מאזן [מאכמוד אבאס] קאנטראלירן די פאס. און אויב ער וועט עס קאנטראלירן, וועלן זיין פארלאנגען פון לינקס וואס וועלן מוטשען אויף פארהאנדלונגען און א פאליטישע לעזונג און א פאלעסטינער שטאט, אויך אין די מערב ברעג... דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס נתניהו עלימינירט נישט די כאמאס פירער, אלעס אנדערש זענען נארישקייטן.

נתניהו'ס שפארבערישער דאן פארטיידיגונגס מיניסטער, אביגדור ליבערמאן, איז געווען דער ערשטער צו באריכטן אין 2020 אז ביבי האט געשיקט דעם מוסד-שעף יוסי כהן און דעם מיליטערישן הויפט באאויפטראגט איבער עזה, הרצי הלוי, קיין דאָהאַ צו "בעטלען" ביי די קאטארער צו פארזעצן צו שטיצן כאמאס פינאנציעל.

"ביידע מצרים און קאטאר זענען ברוגז אויף כאמאס און האבן געפלאנט אפצוהאקן זייער פארבינדונגען מיט זיי. פלוצלינג וואקסט ארויס נתניהו אלס דער פארטיידיגונג פון כאמאס," האט דער רעכטער מיניסטער גע'טענה'ט דאן.

א יאר שפעטער, איז נתניהו נאכאמאל געכאפט געווארן מיט די הויזן אראפ, ווען בילדער פון זעק פול מיט געלט אויפן וועג צו כאמאס זענען געווארן פארעפנטליכט. ליבערמאן האט שליסליך איינגעגעגעבן זיין רעזיגנאציע אין פראטעסט איבער נתניהו'ס כאמאס-פאליסי וואס, ער האט געזאגט, צייכנט אן "די ערשטע מאל ווען מדנ"י פינאנצירט טעראריזם קעגן זיך אליין."

נתניהו'ס ערציאונג מיניסטער נפתלי בענעט האט אויך פארדאמט די צאלונגען, און האט דאן אויך רעזיגנירט פון די אדמיניסטראציע אויס פראטעסט.

נאך ביידע בענעט און ליבערמאן האבן אפגעהאקט מיט נתניהו, איז ער געווארן באזיגט דורך א נייע רעגירונג וואס האט אפגעשטעלט די געלט-פייפליין צו כאמאס.
זייטיגע נאטיץ
כא כא כא, @אבנר בן-נר האט שוין זייער שיין פארענטפערט, אבער מיר געפעלט זייער די לינקע וועג פון אראפ לייגן פארציעס ליגענט מיט א בלעכענעם פנים ווי גארנישט... "א נייע רעגירונג וואס האט אפגעשטעלט די געלט פייפליין????
איז אזוי:
1. אוהד חמו פון די 12 קאנאל נישט באקאנט אלס א גרויסע 'נתניהו שטיצער' שרייבט אין 2022 אז בנט און לפיד האבן אריין געלאזט אסאך מער געלט קיין עזה.
אבער וועם אינטרעסירט פאקטן??
◄ ווייז ספוילער
7thqgzbm.jpeg
2. א באריכט אין די תאגיד "כאן11" ברענגט אז בנט לפיד האבן פיין אריין געטראגן געלט, טאקע נישט קעש אין רענצלעך אבער פיין אריין געטראגן.
◄ ווייז ספוילער
וז"ל:
מה שכל בר דעת כאן יודע, גם יחיא סינוואר ידע מהרגע הראשון – הכסף הקטרי, יותר משהוא מציל את שלטון חמאס בעזה, הוא מציל את ממשלת בנט-לפיד. זו שנבנתה על כרעי תרנגולת עם תרנגולת אחת חשובה במיוחד, מנסור עבאס.

בלי כסף קטרי, עזה הייתה צועדת במוקדם או במאוחר להסלמה חדשה שהייתה יכולה להתפתח למלחמה. לא צריך מחשבון משוכלל של קאסיו כדי לעשות את החישובים הפוליטיים של מה היה קורה במקרה כזה ומה חוסנה של תמיכת עבאס בממשלה בזמן מלחמה בעזה. מכאן ועד לתוצאה שהתקבלה בבלפור הדרך הייתה קצרה: מוטב להכניס את הכסף הקטרי ולא לסכן את הממשלה השברירית הנוכחית בראשית דרכה.
אבער יענע רעגירונג האט אנגעהאלטן נאר 18 חדשים. דאן איז נתניהו צוריקגעקומען צו די מאכט מיט נייע, מער עקסטרעמע קאאליציע מיטגלידער וואס האבן געשטיצט די פאליסי פון קולטיווירן כאמאס כדי צו פארמיידן א פארהאנדלטע פרידנס-אפמאך.

נתניהו'ס איצטיגער פינאנץ-מיניסטער, דער מערב-ברעג זידלער בצלאל סמוטריטש, האט ערקלערט דעם צוגאנג צו די מדנ"י כנסת פארלאמענט נייעס-קאנאל אין 2015: "כאמאס איז א הילף, און (פאלעסטינער אויטאריטעט פירער) אבו מאזן (מאכמוד אבאס) איז א לאסט."
זייטיגע נאטיץ
ווי פאסיג איז עס צו קומען באשולדיגן די עקסטרעם רעכטע מיטן שטיצן כאמאס...
איז אזוי, בצלאל סמוטריץ באלאנגט צו די נארמאלע מענטשן לאגער אין מדינת ישראל וואס ווייסן מיט וועם זיי האנדלען, די אלע לינקע וואס חלומען שוין יארן אז מיט די פאלעסטינער קען מען לעבן צוזאמען אין פרידן אפי' זיי זינגען הויעך אין די גאסן די אלעמען באקאנטן פזמון "From the river to the sea Palestine will be free"
אבער סאמהאו רעדן זיך די לינקע איין אז אין די סטעיט אוו פאלעסטיין וועלן זיי געניסן פון די מינעמאלע מענטשן רעכטן... די פאלעסטינער רעגירונג וואס שטיצט אפענערהייט די רעדיקאלע איסלאמישע הלכות און פסקי דינים ואכמ"ל - זיי גייען צולאזן די לינקע ליבעראלע מערב וועלט לעבן סטייל??? די מגדלי עזריעלי וועט זיין פארנומען די גאנצע טאג מיט מעמדי סקילה והרג דורך די פאלעסטינע אינסטאנצן....

די רעכטע און סמוטריץ בכללם ווייסן דאס, זיי לעבן דאס מיט אין די מערב ברעג וואס דארט גייט פאר טעגליכע רציחות על "כבוד המשפחה" און זיי האבן נישט קיין בת היענה אויגן, און דערפאר האט סמוטריץ זיך אויסגעדריקט אז כאמאס איז א "נכס" - יא, עס איז ענדערשער צו האבן א רעדיקאלע ביטערע שכן וואס זיינע מאטיוון זענען נישט באהאלטן, ווי איידער צו זיך דארפן ספראווען מיט א זיסע מעסיגער שונא וואס וויל דיר אויפעסן פון אינעווייניג.
עס איז ענדערשער זיך צו פלאגן מיטן עזות פנים ווי איידער צו באגעגענען "א זיס פנים"...
סמוטריץ איז נישט געקומען אויסלויבן די כאמאס - נאר ער איז געקומען ארויס צו ברענגען די שעדליכקייט פון די זיסע אש"ף/פת"ח.
יעצט צו קומען און באשולדיגן ביבי און סמוטריץ און די גאנצע רעכטע לאגער מיטן שטיצן כאמאס - דאס איז זינלאז און נעריש, די רעכטע האבן אייביג געשריגן אז די גירוש גוש קטיף וועט ברענגען א שואה און די לינקע האבן זיי ברוטאל דערשטיקט.
עס קומט צו לאכן ווי די אלע לינקע וואס האבן אייביג קריטיקירט די רעכטע רעגירונג פארן אפהאלטן די פאלעסטינע געלטער קומען יעצט באשולדיגן.
שטיצן כאמאס אפצושוואכן אסלא

אויפן 12טן מארטש 2019, האט נתניהו פארטיידיגט די כאמאס צאלונגען צו זיין ליכוד פראקציע אויפן גרונט אז עס טוט אונטערמינעווען די פרא-אסלא פאלעסטינער אויטאריטעט, ווי באריכטעט אין די דזשערוזאלעם פאוסט:

"דער פרעמיער-מיניסטער בנימין נתניהו האט פארטיידיגט מדנ"י'ס רעגלמעסיגע ערלויבענישן פאר קאטארער געלט צו ווערן איבערגעפירט אריין צו די כאמאס קאנטראלירטע עזה, זאגנדיג אז עס איז א טייל פון א ברייטערע סטראטעגיע צו האלטן כאמאס און די פאלעסטינער אויטאריטעט צעטיילט, האט א קוואל אין מאנטאג'ס ליכוד פראקציע פארזאמלונג איבערגעגעבן," באריכטעט די פאוסט.

"דער פרעמיער-מיניסטער האט אויך געזאגט אז 'ווער עס איז קעגן א פאלעסטינער שטאט זאל זיין פארן איבערפירן די געלטער קיין עזה ווייל אנהאלטן א צעטיילונג צווישן די פאלעסטינער אויטאריטעט אינעם מערב ברעג און כאמאס אין עזה העלפט פארמיידן די גרינדונג פון א פאלעסטינער שטאט."

נתניהו האט אפעלירט אז נישט די געלט און נישט די קאנסטרוקציע מאטעריאלן געגעבן צו כאמאס וועלן ווערן דייווערטע"ט צו מיליטערישע צוועקן. אבער היינט, געפינט די מיליטער זיך דעמאנסטרירנדיג ווי כאמאס האט טאקע געטון דאס – דורך אריבערפירן און טוישן ציווילע געלטער און מאטעריאלן פאר מלחמה-צילן.

די מיליטער האט פרובירט אים דערמאנען דעמאלט, האט דער געוועזענער מיליטער-שעף גדי אייזנקאט געזאגט פארן מעריב צייטונג. ער זאגט אז נתניהו האט געהאנדלט "אין גענצליכע אפאזיציע צו דער נאציאנאלער זיכערהייטס קאבינעט באשלוס, וואס האט באשטימט אז עס איז געווען נויטיג זיך אפצוטיילן פון די פאלעסטינער און אויפשטעלן צוויי שטאטן."
זייטיגע נאטיץ
גדי אייזענקאט?! ער האט גאר דערמאנט ביבי?!
ווער האט אפגעהאלטן די פלאן פון פארניכטן אלע כאמאס טונעלן אין מבצע צוק איתן?
די רמטכ"ל דאז בעני גאנץ. זיין סגן גדי אייזנקוט און די ראש אמ"ן דאז איז געווען די געוועזענע רמטכ"ל אביב כוכבי, אט זיי זענען די אבי אבות ה"צבא קטן וחכם" קאנסעפציע און זיי האבן דעמאלטס אפגעהאלטן די מיליטער פון צו גענצליך פארניכטן די כאמאס טונעל צעל.
אבער זיי זענען געווען גאר די וואס האבן אנגעווארענט ביבי...
ווי זענען די שב"כ אין די בילד? זיי קענען נישט נאכגיין ווי דאס געלט גייט? די מיליטער ווייסט נישט וויאזוי צו באמבעדירן טונעלן?
"מיר עזה גרעניץ-איינוואוינער באצאלן דעם פרייז פאר דעם פאליסי מאנגל און די אראגאנץ קעגן דעם פנים פון טעראר," האט געזאגט דער ארבעטער פארטיי כנסת-מיטגליד חיים יעלין אין 2019.

יענע ווערטער וועלן זיך ארויסווייזן צו זיין שרעקליך נבואה'דיג פיר יאר שפעטער.

א קעטש-22 פאר א צוויי-שטאטן פראבלעם

מוסטאפא בארגוטי א דאקטער און מיטגליד פון דעם פאלעסטינער צענטראלער קאונסיל, איז געווען א שליסל-פיגור אין געשפרעכן צווישן כאמאס און פאטאך וואס האבן געזוכט צו פאראייניגן די פאלעסטינער אין אן איינציגע בלאק וואס זאל קען פארהאנדלען איבער א צוויי-שטאטן פלאן.

"יעדע מאל וואס מיר האבן פראבירט צו גיין אין ריכטונג פון אן אחדות רעגירונג האט נתניהו אנגעהויבן א קאמפיין האמערנדיג אז (פאלעסטינער אויטאריטעט פירער מאכמוד) אבאס קאאפערירט מיט טעראריסטן," האט בארגוטי געזאגט.

"אבער יעדע מאל ווען נתניהו איז געפרעגט געווארן 'פארוואס פארהאנדלסטו נישט מיט אבאס', האט ער געענטפערט 'איך קען נישט פארהאנדלען מיט א פאלעסטינער אויטאריטעט וואס שטעלט נישט פאר אלע פאלעסטינער.' און אזוי נוצט ער כאמאס און די צעטיילונג צו בארעכטיגן זיין אבסאלוטע אפלייקענונג פון סיי וועלכע פארהאנדלטע פרידנס-אפמאך."
זייטיגע נאטיץ
נאך א פרעכע ליגענט.
נתניהו'ס פראבלעם מיט מאכמוד אבאס איז נישט דאס אז ער פארטראגט זיך נישט מיט כאמאס, דאס איז סה"כ א [געלונגענע] סטארטעגיע צו אפשאקלען די פאלעסטינער פון א צוויי שטאטן לעזונג
נתניהו האט א פראבלעם מיט א פאלעסטינער לאנד צוליב די פשוטע סיבה וואס נאר די רעכטע כתה א' קינדער קענען פארשטיין, "די פאלעסטינער זענען רוב רובם כאמאייסיסטן און זענען נישט קיין פאסיגער פארטנער צו שלום מאכן". דאס איז די אמת ויש בלתה אבער דאס ליגט נאר אין די הוילע לינקע פאנטאזיע פלאנעט, די אראבער וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן מיט וואס מ'וועט זיי געבן און וועלן אייביג פראבירן צו אויפעסן די האנט וואס האט זיי געשאנקען דאס לאנד.
די בלוטיגע מדינת ישראל בירגער נאך די אוסלו אפמאכן האבן נאר דעמאלטס אנגעהויבן צו כאפן אז עפעס מיט זייער חשבון האט נישט געשטימט, 1+1 קבלה בידם באטרעפט 2 אבער דא האבן זיי באקריגן 2 טויטע אידישע זעלנער וואס זענען ברוטאל צוריסן געווארן אויף שטיקער אין די באוואוסטע ראמאללא לינטש הי"ד.
אהוד באראק האט דעמאלטס מודה געווען אז עס איז נישט דא קיין פארטנער פאר שלום.
אבער דאן האבן זיך אלע איזראעלי מידיע קוועלער גענומען צו די ארבעט צו ווייטער פארקויפן די שלום חלום פאר די איזראעלי בירגער און דא טרעפט זיך נתניהו מיט א געפאר וואס הייסט א פאלעסטינער לאנד - און ער גייט דאס נישט צולאזן בשום פנים ואופן.
מיטוואך, האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דזשאו ביידען געווארנט מדנ"י אפצושטעלן די אטאקעס פון רעכטע זידלער –א הויפט טייל פון נתניהו'ס קאאליציע– אויף פאלעסטינער ציווילע. אטאקעס האבן זיך געהעכערט דאס יאר.

"זיי אטאקירן פאלעסטינער אין ערטער וואו זיי זענען בארעכטיגט צו זיין, און עס מוז אפגעשטעלט ווערן," האט ביידען געזאגט. "זיי מוזן ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך."
זייטיגע נאטיץ
אין וועלעכע גיהינום מיינט ער אז ער איז???? מען ברויך אפשטעלן די אטאקעס פון די רעכטע זידלער?! און וואס איז מיט די קריסטליכע בלוט וואס די מתנחלים האבן אריין געשליידערט אין די מצות? פארוואס דערמאנט נישט אונזער יר"ה די שרעקליכע זינד?? ביידן, איר ווייסט אפשר פון אזא בחור מיטן נאמען בנימין אחימאיר הי"ד?! איר ווייסט אפשר וויאזוי זיין קאפ איז צושטיקלט געווארן און דורך וועם? רמז: נישט דורך איזראעלי זידלער.
איר ווייסט אפשר ווער האט אינטערגעצינדן ריזיגע שטחים אין יו"ש?? עס פארפעסטיגט די הייליגע לופט און שעדיגט די שמייליגע ענוויערמענט? וואס איז מיט דעם?
איר שעמט זיך נישט צו נאכזאגן די ליגענטס מפי שונאי ישראל די פאלעסטינע בארבארן?
דאס איז איזראעליפאביע במלוא מובן המלה.
ביידען האט אויך גערעדט הער וואס די פאראייניגטע שטאטן וויל זען נאכדעם ווי די מלחמה איז פאריבער.

"ווען די איצטיגע קריזיס איז פארביי, מוז זיין א וויזיע וואס קומט דערנאך," האט ער געזאגט. "און אין אונזער בליק, מוז עס זיין א צוויי-שטאטן לעזונג."
זייטיגע נאטיץ
יאפ, נאך אזא געלונגענע אוק' 7 שחיטה קומט זיך זיי טאקע אן אייגן לאנד, און טקע לויט די דאזיגע חשבון וועלן זיי באקומען גאנץ ני יארק סטעיט נאך די שחיטה וואס די פרא פאלעסטינע קאלעדזש רוצחים וועלן אדורך פירן אין די אמעריקאנע יוניווערסיטעטן...
אוי לאותה בושה אז מ'האט נישט געשאנקען די גאנצע כדור הארץ פאר אותו צורר היהודים היטלער ימ"ש, לויט די היינטיגע ביידעניסטישע קאלקולעיטאר האט מען אים געדארפט שענקען כל חללי דעלמא + די לבנה וגרמי השמים און אפ' אויך אפאר כוכבי לכת...
נישט כאמאס און נישט נתניהו טיילן יענע וויזיע.
זייטיגע נאטיץ
איז דאך סמוטריץ יא גערעכט
ווי נתניהו האט אונטערגעשטראכן, אנערקענט כאמאס נישט מדנ"י עקסיסטענץ רעכט און שטעלט פאר א פאדערונג אויף דעם גאנצן לאנד "פון טייך ביז ים."
זייטיגע נאטיץ
ערעב שלמה, דאס איז נישט כאמאס דעה יחידה נאר דאס איז די ברייט אנגענומענע שטעלע ביי אלע פאלעסטינער און פרא פאלעסטינער בכל קצוות תבל.
די פטב"י סלאגאן איז נישט קיין כאמאס קלישאה נאר דאס איז די פאלעסטינער חלום און אפי' די מילדער אראפאט האט אזוי געהאלטן און געשטרעבט
די חילוק צווישן כאמאס און אש"פ איז נאר געווען די וועג.
כאמאס האלט פון די דזשיהאד און טעראר מהלך, אש"פ האט געהאלטן פון די "תכנית השלבים" פון אראפאט ימ"ש - וואס לויט דעם וועט מען באפרייען פאלעסטיין דורך א צוזאמשטעל פון פאליטישע און דעמאקראטישע טאקטיקן בשילוב טעראר אקטיוויטעיטן ווען די צייט וועט זיין רייף דערפאר...
און אט פון די תכנית השלבים האבן די רעכטע מורא ווייל דאס איז אין א געוויסע וועג אסאך ערגער - ווייל ווען זייער צייט ועט אנקומען און די פאלעסטינער וועלן געוועלטיגן אויך א דריטל שטח פון מדינת ישראל [די סענטער] זיי וועלן האבן אן אייגענע לופט פעלד אייגענע געווער ווער וועט זיי אפהאלטן פון להפיק זממם היל"ת???
מיר זען אז די צה"ל האט ניטאמאל געקענט אפהאלטן די כאמאס וואס איז פארשפארט אין עזה, זאלן זיי קענען אפהאלטן די פאלעסטינער וואס הערשן אין א ריזיגע שטיקל לאנד אין סענטער פון מדינת ישראל?!
זע דא באריכות.
נאר צוויי וואכן פאר די כאמאס בלוטיגע שחיטות אין דרום מדינת ישראל, האט נתניהו גערעדט צו די יו ען גענעראל פארזאמלונג, האלטנדיג א מאפע פון וואס ער האט גערופן "די נייע מיטל-מזרח" וואס האט געוויזן דעם גאנצן מערב-ברעג און עזה, מזרח ירושלים און די סירישע גולן הויכן, ווי טיילן פון א גרעיטער איזראעל, אן קיין פאלעסטינער שטאט אויפן האריזאנט.

די שאדן וועט אומפארמיידליך זיין לאנג-טערמיניג

עס איז א ברייטע געפיל אין מדנ"י אז נתניהו'ס קאריערע איז ענדגילטיג פארענדיגט. א משפט אויף ערנסטע קארופציע קלאגעס ווארט אים אין זיין צוקונפט.
זייטיגע נאטיץ
איך ווייס נישט פארוואס, אבער הרב הילדעסהיימער איז בכלל נישט אפטדעיטעד אינערהאלב נתניהו'ס קלאגעס סטאטוס
פאר מער אינפא קענט איר זען אביסל דא אדער נאכקוקן די טוויטער פעידזש פון אלי ציפורי. אויב מזעט אז די לינקע מידיע רעדט נישט פון די קלאגעס דאס מיינט אז זאכן גייען זייער גוט פאר נתניהו.
"ער איז געענדיגט. עס איז פאריבער," האט געזאגט בארגוטי.
זייטיגע נאטיץ
"תם עידן נתניהו" - די לחש וואס איז שוין געזאגט געווארן דורך חורשי רעתו איבער א ביליאן מאל אבער ביזדערווייל אן ערפאלג...
ווער קעןו מיט זינגען די מינה צמח ניגון??
"די פראבלעם איז אז די אלטערנאטיוון זענען נישט קיין סך אנדערש פון אים בנוגע צו ענינים מיט די פאלעסטינער. זיי אונטערשיידן זיך פון אים אין אנדערע זאכן, אבער בנוגע צו פאלעסטינער, זע איך נישט קיין פרידן לאגער אין מדנ"י."

כאמאס און נתניהו קענען זיך ארויסווייזן צו זיין שווערער צו אויסמעקן ווי זייערע פיינט האפן. אבער אפילו אויב זיי פארלאזן די סצענע, איז די שאדן צו דער צוויי-שטאטן פלאן נישט גרינג צו פארעכטן און די יעצטיגע מלחמה וועט אומפארמיידליך פארערגערן די סיטואציע, האט זאנסזיין געזאגט.

"איך בין באזארגט אז די שרעק און די טראַומע און שאק פון וואס האט פאסירט וועט נאר מאכן איזראעליס מער פארפיינטעט ביי פאלעסטינער, און פאלעסטינער מער פארפיינטעט ביי איזראעליס," האט זי געזאגט. "און איר זעט א סך איזראעליס וואס באוואפענען זיך איצט מיט פערזענליכע געווער ווייל זיי געטרויען נישט אז די ארמיי און פאליציי וועלן זיין דא פאר זיי."

און אויך וועלן גאזאנער נישט גרינג שלום מאכן מיט א פריש איינגעשטעלטע פארדארבענע פאלעסטינער אויטאריטעט, בפרט איינע וואס ווערט געזען ווי רייטנדיג צוריק צו מאכט אויף א מדנ"י טאנק.

"די פאלעסטינער אויטאריטעט האט שוין פארלוירן די מערהייט פון איר לעגיטימיטעט און גלויבווירדיגקייט אויף דער גאס אין די מערב-ברעג," האט זונשיין געזאגט. "עס זענען נישט געווען קיין וואלן פאר 16 יאר און זיי האבן נישט די פעאיגקייט צו רעגירן אפילו אויף דעם מערב-ברעג, פארוואס זאל איינער מיינען אז זיי האבן די פעאיגקייט צו רעגירן איבער עזה?"

בארגוטי האט צוגעשטימט אז די איצטיגע פאלעסטינער אויטאריטעט און אירע פירער זענען ביי א דעד-ענד.

"קיין פאלעסטינער פירער וועט קיינמאל נישט האבן לעגיטימיטעט אן פרייע, דעמאקראטישע וואלן, און דאס איז אמת צי ער רעגירט אויף עזה אדער נישט," האט ער געזאגט.
זייטיגע נאטיץ
און וואס ער האט נישט געזאגט איז אז:
ווער גייט געוואונען ביי די וואלן אין די מערב ברעג?
כאמאס!!
און טאקע דערפאר ברויכן די אלע לינקע זיך א שאקל געבן און זיך אויפוועקן פון זייער טיפע שלאפ ווייל אז נישט וועלן די כאמאסניקעס זיי אויפוועקן כפי שעשו בחבריהם אין די לינקע קיבוצים אין די עוטף עזה ה"י היל"ת.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”