Re: קאמפיין פאר גרושים און עלטערע בחורים!
רבותי דאס אלעס איז פון אייגענע ערפארונג וואס איך מאך נאך ליידער מיט.גאלדגרוב האט געשריבן: ↑ דינסטאג אוגוסט 13, 2024 10:42 amא אלטע בחור (פון העכער 30) האט נישט ליב ווען מען באטיטלט אים אלס בחור. ענדערש רוף אים א אומפארהייראטע אינגערמאן. ער וואלט גערן געוואלט גיין מיט א שטריימל שבת ויו''ט און ביי א חתונה פון א קרוב. ווען ער איז מנדב עפעס פאר א שוהל, שרייב נישט הב'! ער עקלט זיך דערפון. עס מאכט אים פיהלן אייניג מיטן 15 יעריגן ראצער וואס וואלט שוין געקענט זיין זיין זוהן. שרייב מוה''ר ווי דו וואלסט געשריבן ביים גרוש. ביי א שמחה, שאקל נישט די האנט לענגער ווי מען דארף און שריי מערצעשעם ביי דיר בקרוב ממש! איך ברויך נישט דיינע אומגעבעטענע ברכות הויך. גיב מיר מזל טוב כאילו איך בין א חתונה געהאַטע אינגערמאן. די וואס פרעגן תמימות'דיג אדער דירעקט ביי א חתונה פון א אייגענע נעפיו (צום באדויערן) וואו איז דיין ביבער הוט? די זענען שופכי דמים! בלוט פארגיסער! וויפיל מאל גייט מען אהיים פון אזא חתונה צושאסן וועגן אזעלכע עפיזאדן. גענוג ווען א אומבאַקאַנטער פרעגט ביי וועם מען איז אן איידעם און מען דארף יעדעס מאל דרייען מיט די צונג נישט וועלנדיג זאגן קיין ליגענט.
האטס אינזין ענקערע אידישע ברידער וואס גייען דעס דורך ולה' הישועה