און פארשטייט זיך אליינס אז איינער וואס האט נישט קיין טעקסט מעג ווייטער האבן א ניק אויף אייוועלט
סותר? ווי?
יעדער דארף זיך מאכן גדרים לויט זיינע ניסיונות. טעכנאלאגיע, לויט ווי די רבנים פארשטיין, איז א ניסיון פאר יעדעם. טאקע איינער מער, איינער ווייניגער, אבער יעדער דארף גדרים וסייגים.
איינער וויל זיין אזוי פרום, און אוועק שטיין פון טעכנאלאגיע, אז אפילו קיין טעקסט זאל ער נישט קענען האבן. אבער א ניק האט ער יא, האב איך פשוט ארויסגעברענגט אז איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס שטימט.
למשל, איינער וועט מקפיד זיין, אפילו נישט רופן פון א סעלפון, אבער ער האט אפענע אינטערנעט אינדערהיים. דאס הייסט אפגעשיידט פון טעכנאלאגיעלויט זיין מדרגהאדער דאס איז שטותים און לאקשין?
אפשר פעלט מיר אביסל הבנה אין דער איסור פון טעקסט, וואס זאל זיין ערגער ווי זיך שרייבן לשם פארברענגען מיט פרעמדע מענטשן, אויפ'ן געוועב. (טאקע אויף אן הייליג פלאץ, אבער מיין טעקסט איז נאך אזוי הייליג. )
יצחק אייזיקלהאט געשריבן:↑דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:14 pm
אויסגעהיילטהאט געשריבן:↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:19 am
איינער וויל זיין אזוי פרום, און אוועק שטיין פון טעכנאלאגיע, אז אפילו קיין טעקסט זאל ער נישט קענען האבן. אבער א ניק האט ער יא, האב איך פשוט ארויסגעברענגט אז איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס שטימט.
למשל, איינער וועט מקפיד זיין, אפילו נישט רופן פון א סעלפון, אבער ער האט אפענע אינטערנעט אינדערהיים. דאס הייסט אפגעשיידט פון טעכנאלאגיעלויט זיין מדרגהאדער דאס איז שטותים און לאקשין?
אפשר פעלט מיר אביסל הבנה אין דער איסור פון טעקסט, וואס זאל זיין ערגער ווי זיך שרייבן לשם פארברענגען מיט פרעמדע מענטשן, אויפ'ן געוועב. (טאקע אויף אן הייליג פלאץ, אבער מיין טעקסט איז נאך אזוי הייליג. )
איך רעד נישט פון קיין איסור, נאר פון גדרים וואס דו שרייבסט
דו רעדסט מיטן שפראך אז איך בין גוט און יענער נאך בעסער, נו אודאי איז יענער בעסער. די גליון רעדט נישט דעם שפראך, נאר יענער איז גוט און איך בין שוואכער.
אודאי איז אלעס וואס דו זאגסט אמת! אבער וואלט מען דען אמאל געהאנגן צעטלעך קאמפיינען אז דער לכתחילה איד גייט ווערן א כלי קודש און דער בדיעבד אידן (רוב אונזערע טאטעס) גייען ארבעטן אין מאנהעטן?! וואלט די רבי זי”ע דאס צוגעלאזט?
האט די רבי זי”ע איינמאל נאר, און איין תורה נאר, ארויסגעברענגט עפעס א קליינע גרינגשעצונג/צווייטע שטאפל’דיגקייט אויף די ארבעטער בכלל? אדער מאנהעטן ארבעטער בפרט?
וואס דרייסטו א קאפ...
האט יראים גרינגגעשעצט אין די אידן וואס מוזן יא האבן אינטערנעט לצורך פרנסה? זיי רעדן צו די אידן וואס דארפן עס נישט לצורך פרנסתם.
אין רבי'נס צייטן איז געווען אן אויפוואכונג נישט צו פארן קיין מיאמי אויף וואקאציע אלס שמירת עינים, האסט דאס נישט געשטערט די אידן וואס ארבעטן אין מאנהעטן? ניין, ווייל מאנהעטן דארף מען און מיאמי נישט. איינער דארף יא אינטערנעט און איינער נישט.
דאס איז גלייך צו אן אויפוואכונג נישט צו פארן קיין מיאמי ביעטש פאר וויקאציע...
Wow, just wow
פאר איינער וואס דארף דאס נישט לצורך פרנסה? זיכער אזוי.
דו ספינסט, די בראשור רעדט ווען אלעס איז געבאלקט מיט א גוטע קהילה פילטער, לצורך פרנסה.
דאס איז דאך די קאמפיין, אז לצורך פרנסה איז עס אויך נישט גוט, נאר מען זאל גיין אין ווערהאוז אדער ווערן טעקסי דרייווער.
עס איז נישט ווי הענגן צעטלעך אראפברענגן דעם מענטש וואס וויקאציעט ביים ביעטש, נאר רוב אמאליגע דור וואס האבן געארבעט אין מאנהעטן, צו אין עני אנדערע אלגעמיינע זשאב צווישן די גוים.
לאנטש טייםהאט געשריבן:↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:25 am
אויסגעהיילטהאט געשריבן:↑פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:19 am
איינער וויל זיין אזוי פרום, און אוועק שטיין פון טעכנאלאגיע, אז אפילו קיין טעקסט זאל ער נישט קענען האבן. אבער א ניק האט ער יא, האב איך פשוט ארויסגעברענגט אז איך פארשטיי נישט ווי אזוי דאס שטימט.
למשל, איינער וועט מקפיד זיין, אפילו נישט רופן פון א סעלפון, אבער ער האט אפענע אינטערנעט אינדערהיים. דאס הייסט אפגעשיידט פון טעכנאלאגיעלויט זיין מדרגהאדער דאס איז שטותים און לאקשין?
אפשר פעלט מיר אביסל הבנה אין דער איסור פון טעקסט, וואס זאל זיין ערגער ווי זיך שרייבן לשם פארברענגען מיט פרעמדע מענטשן, אויפ'ן געוועב. (טאקע אויף אן הייליג פלאץ, אבער מיין טעקסט איז נאך אזוי הייליג. )
איך רעד נישט פון קיין איסור, נאר פון גדרים וואס דו שרייבסט
איך פרעג נאר איין פשוטע זאך, איז דא איינער האלט אז אין צען יאר ארום וועט מען נאך קענען טוהן סיי וואס אן אן אימעיל? מען וועט אפילו נישט קענען אנצינדן די קאר אן קיין אימעיל.
נו די חסידים שוטים ווילן טוהן היינט וואס די פרושים האבן געטון אין די צייטן פון חז"ל. גוד לאק און עטס וועט האבן גענוג סוקסעס ווייל דער שטן העלפט ענק.
הייסט אז דיין דאגה איז איבער צען יאר ארום? כאילו דו ווייסט יא אויף זיכער אז דיין דזשאב גייסטו האבן אין צען יאר ארום מיט אלע ראבאטן אין AI וואס נעמען איבער די וועלט.
א איד טוט וואס ער שפירט פאר ריכטיג צו טון, און דאס איבריגע פארלאזט מען זיך אויפן רבוש"ע. ס'איז א חסרון אמונה זיך יעצט מקבל זיין א קבלה ווייל אין צען יאר גייט נישט זיין קיין דזשאב אן דעם.
יא יא, צעהן יאר צוריק האט מען אויך געשריגן אז ביז צעהן יאר וועט מען נישט קענען עפענען קיין פריזשעדער אן קיין סמארטפאון... מ'דארף טוט וואס מ'שפירט פאר ריכטיג צו טוהן, און אוודאי נאכן אנפרעגן דעת תורה.
אז מרעדט שוין וועגן השומרים, געדענק איך, זעמיר געווען אין ישיבה, און ס'געווען בחורים מיט אביסל ליידיג צייט, האבן זיי אריינגעקאלט די האטליין און אריינגעזאגט "אמתע" מעשיות, און אפאר וואכן שפעטער איז עס געווען אינעם גליון... כ'גלייב זיי זענען נישט געווען די איינציגסטע ליידיגייער.... שטא ווער זאל לאכן.
מיינט עס דען אז אלעס איז פאלש?? סך הכל האבן אפאר חברה אליינס חוזק געמאכט פון זיך דורך אריינרופן מאכן פאלשע זאכן. יא יא, אין די נקדישך קענען אויך פאלשע מענטשן אריינרופן, און אזוי ווייטער
אינטערעסאנט אז ווער ס'האט די אלע אנדערע סאושעל מידיע עפפ'ס, האט אויך די זעלבע תירוצים ווי דיר אויף וואטצעפ, און דער וואס האט נאר א סמארטפאון אן וואטצעפ האט אויך די זעלבע תירוצים פארן האבן א סמארטפון ברבים.
סך הכל, יעדער איינער שרייט חי וקיים אז וואס ער טוט און וויאזוי ער פירט זיך איז גוט, ווייניגער פון אים איז טאקע א פראבלעם, און מער פון אים איז שוין איבערגעטריבן...
די חילוק מיט חבורת יראים איז נאר, אז אסאך רבנים האבן למעשה גערעדט ביי זייערע דרשות אז די בעסטע וואלט געווען אינגאנצן נישט צו האבן קיין אינטערנעט, און נאר אויב מ'מוז עס לצורך זאל מען טאקע האבן די בעסטע פילטער'ס, ממילא האבן זיי געמאכט א חבורה זיך צו קענען האלטן אינאיינעם בכח הרבים כהוראת הרבנים.
און די וואס ווילן זאגן אז די הוראת הרבנים איז יא האבן אינטערנעט מיט א גוטע פילטער איז נישטא וואס מורא צו האבן, זאל ביטע נאכאמאל איבערהערן די דרשות הרבנים...
און צו דיר מיין טייערע שכנט'ע וואס איז שוין אן אלטע מעמבער אין די ארגענעזאציע וויל איך מעלדן, אז אלס אחריות פון איש לאשתו כדי מיין פלג גופא זאל חלילה נישט נכשל ווערן מיט קיין הארבע איסורים, ווען פון היינט אן מיין רעבעצין מער נישט נעמען אייער אנליין ארדערס זינט זי איז א פלעינע שבת און נישט קיין שבת גוי, אויך ווען די שבת גוי האט דיר עפעס געקויפט און ס'איז נישט גוט, ווען מען עס בעז"ה מער נישט ריטורנען צו די געשעפט אין די טריפנה מאנהעטן,
ביטע הערט אויף צו פרעגן אלע פרויען ביים טעגליכער קאנפערענץ אינדערפרי ווער ס'קען עפעס באשטעלן אדער ריטורנען, ווייל איך ריר נישט צו קיין אינטערנעט,
הכ"ד משפחת הקראכערס
יא יא, זיי כאפן נישט, אבער זיי זענען געהעריג מכשל אידן צו נוצן די אינטערנעט! און ווער סקען די הלכה, שליחו של אדם כמותו....
אזוי ווי שוין ארויסגעברענגט, אז חבורת יראים קוקט נישט ווי די וואס באנוצן זיך מיט אימעיל ווען ס'איז לצורך, און ס'איז מיט אן אחריות און דעת תורה, ווי שקצים וכדומה,
און אוודאי קוק איך ארויף אויף אזעלכע אידן, און איך האף צו זיין אין די מדריגה, ואקווה שהשי"ת מצטרף למעשה. ממילא בעת מיין צייט אין אפיס, אויב קען איך העלפן אזא איד מיט אימעיל געברויכן, זעה איך נישט די פראבלעם דערפון.
אפי' זיי אליינס זאגן נישט אז מ'טאר נישט נעמען סערוויס פון איינער וואס באנוצט זיך מיט אימעיל... (נאר סאושעל מידיע און סמארטפאון איז דא אזא דערווייטערונג, און איך פארשטיי עס).
הרה"ק מזלאטשוב רבי מיכלע פון נתניה זצ"ל און אויך נאך צדיקים פלעגן גיין אויף די גאס מיט צוגעמאכטע אויגן, און זיך באנוצט מיט א גבאי... די גבאי האט דען יא געמעגט גיין אויף די גאס מיט אפענע אויגן? און האט ער דען אראפגעקוקט די גבאי אלס באנדיט און ליידיג גייער פארן נישט טוהן די זעלבע ווי אים?
מען נעמט עס אויף בערך ווי מען וואלט ווען אויפגענומען א ערשטע קלאס חבורת יראים 30-40 יאר צירוק פין מענטשן וואס נעמען זיך אונטער נישט אריין צו פארן אויף מאנהעטען אפילו לצורך פרנסה, אדער לצורך רפואה
אין די בראשור ווערט זייער קלאר ארויסגעברענגט אז אזוי ווי די היינטיגע וועלט איז למעשה אויסגעשטעלט זיך צו דארפן באנוצן דורך אימעיל כסדר, איז דא עטליכע עצות, אדער ווירטואל מעיל, אדער שבת גוי, אדער אפי' אין אן אפיס ווי א איד וועט עס טוהן פאר דיר... בו בזמן ווען אין השמיעני ווערט וואך איין וואך אויס געשריבן די הארבקייט פון זיך באנוצן מיט יענעמ'ס סמארטפאון...
סך הכל: קיינער זאגט נישט אז איינער וואס נוצט אימעיל לצורך פרנסה אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן עפ"י הוראת דיינו איז א שייגאץ וכו', סך הכל טוט מען ווי רב וואזנער שרייבט אין זיין בריוו ווען ער רעדט פון אינטערענט לצורך פרנסה מיט פילטער'ס וכדו', שרייבט ער אויך צו, והירא דבר השם וכו', אז מ'זאל זיך בכלל נישט באנוצן מיט קיין אינטערנעט, וכו'.
ווי חשוב זענען די אידן, און יא, איך קוק זיי אויך ארויף, אפי' כעת איז מיין פרנסה געבינדן מיט אימעיל והמסתעף, און איך ווייס טאקע אז וויבאלד השי"ת האט מיר אריינגעלייגט אין אזא מצב איז דאס דער רצון השי"ת, אבער איך ווייס אויך, אז דער אייבערשטער האט געפירט אז ס'זאל זיך עפענען אזא חבורה פאר א סיבה, סיי מחזק צו זיין אינאיינעם די וואס זענען אין די חבורה מיט א כח הרבים, און סיי אז די וואס זענען נישט אין די חבורה זאלן האפן און זיך וואונטשן צו זיין דארט, און מחשבה טובה הקב"ה מצטרף למעשה.
און בנוגע מאנהעטן, אויך זייער חשוב, איי איך דארף יא זיין אין מאנהעטן לצורך פרנסה, דאס איז מיין עבודת השי"ת, און ער פלאגט זיך נישט צו דארפן זיין דארטן, דאס איז זיין עבודת השי"ת... ער מאכט א חבורת 'יראים' נישט צו זיין אין מאנהעטן, און איך וועל מאכן אן אנדערע חבורה פאר אן אנדערע נסיון וואס איך קען ארבעטן דערויף, ס'איז נישט קיין סתירה, און חבורת יראים האט עס קיינמאל נישט אראפגעלייגט ווי זיי זענען די שומרי שבת אין אמעריקע און איך בין ליידער נכשל געווארן (און נישט אויסמישן מיט כלים אן קיין פילטער אדער סאושעל מידיע וואס רבנים ביי זייערע דרשות האבן עס יא אראפגעלייגט אזוי)
און בנוגע די אופן וויאזוי עס גייט צו די מארקעטינג צו דעם קאמפיין. מארקעטינג און פראפאגאנדע איז געווארן היינט די מיטל דורך יעדעם, און די ליצני הדור נוצן עס גוט אויס, ממילא נוצט מען עס גוט אויס במידה טובה מרובה פאר גוטע זאכן, און אוודאי אויך אסאך מאל לצינותא דעבודה זרה, און ווילאנג די גלאנציגע ווירטואלע וועלט האט א כח המושך, מוז מען טוהן אלע פעולות מיט א פארקערטע כח המושך צו קענען אויפטוהן גוטע זאכן, כהוראת הרבנים.
און צו דיר מיין טייערע שכנט'ע וואס איז שוין אן אלטע מעמבער אין די ארגענעזאציע וויל איך מעלדן, אז אלס אחריות פון איש לאשתו כדי מיין פלג גופא זאל חלילה נישט נכשל ווערן מיט קיין הארבע איסורים, ווען פון היינט אן מיין רעבעצין מער נישט נעמען אייער אנליין ארדערס זינט זי איז א פלעינע שבת און נישט קיין שבת גוי, אויך ווען די שבת גוי האט דיר עפעס געקויפט און ס'איז נישט גוט, ווען מען עס בעז"ה מער נישט ריטורנען צו די געשעפט אין די טריפנה מאנהעטן,
ביטע הערט אויף צו פרעגן אלע פרויען ביים טעגליכער קאנפערענץ אינדערפרי ווער ס'קען עפעס באשטעלן אדער ריטורנען, ווייל איך ריר נישט צו קיין אינטערנעט,
הכ"ד משפחת הקראכערס
יא יא, זיי כאפן נישט, אבער זיי זענען געהעריג מכשל אידן צו נוצן די אינטערנעט! און ווער סקען די הלכה, שליחו של אדם כמותו....
אזוי ווי שוין ארויסגעברענגט, אז חבורת יראים קוקט נישט ווי די וואס באנוצן זיך מיט אימעיל ווען ס'איז לצורך, און ס'איז מיט אן אחריות און דעת תורה, ווי שקצים וכדומה,
און אוודאי קוק איך ארויף אויף אזעלכע אידן, און איך האף צו זיין אין די מדריגה, ואקווה שהשי"ת מצטרף למעשה. ממילא בעת מיין צייט אין אפיס, אויב קען איך העלפן אזא איד מיט אימעיל געברויכן, זעה איך נישט די פראבלעם דערפון.
אפי' זיי אליינס זאגן נישט אז מ'טאר נישט נעמען סערוויס פון איינער וואס באנוצט זיך מיט אימעיל... (נאר סאושעל מידיע און סמארטפאון איז דא אזא דערווייטערונג, און איך פארשטיי עס).
הרה"ק מזלאטשוב רבי מיכלע פון נתניה זצ"ל און אויך נאך צדיקים פלעגן גיין אויף די גאס מיט צוגעמאכטע אויגן, און זיך באנוצט מיט א גבאי... די גבאי האט דען יא געמעגט גיין אויף די גאס מיט אפענע אויגן? און האט ער דען אראפגעקוקט די גבאי אלס באנדיט און ליידיג גייער פארן נישט טוהן די זעלבע ווי אים?
ווי עס זעט אויס איז אדער ביי אייך אין משפחה נוצט יעדער דעם אינטערוועש אדער ווייסט קיינער נישט אז איר נוצט עס קענסט מיר אפדעיטן ווען זיי ווייסן אדער ווען מען הייבט דיר אן צו נוצן דעמאלט וועסטו פארשטיין וואס איך האב געשריבן וועגן אויסנוצן אנדערע
און צו דיר מיין טייערע שכנט'ע וואס איז שוין אן אלטע מעמבער אין די ארגענעזאציע וויל איך מעלדן, אז אלס אחריות פון איש לאשתו כדי מיין פלג גופא זאל חלילה נישט נכשל ווערן מיט קיין הארבע איסורים, ווען פון היינט אן מיין רעבעצין מער נישט נעמען אייער אנליין ארדערס זינט זי איז א פלעינע שבת און נישט קיין שבת גוי, אויך ווען די שבת גוי האט דיר עפעס געקויפט און ס'איז נישט גוט, ווען מען עס בעז"ה מער נישט ריטורנען צו די געשעפט אין די טריפנה מאנהעטן,
ביטע הערט אויף צו פרעגן אלע פרויען ביים טעגליכער קאנפערענץ אינדערפרי ווער ס'קען עפעס באשטעלן אדער ריטורנען, ווייל איך ריר נישט צו קיין אינטערנעט,
הכ"ד משפחת הקראכערס
יא יא, זיי כאפן נישט, אבער זיי זענען געהעריג מכשל אידן צו נוצן די אינטערנעט! און ווער סקען די הלכה, שליחו של אדם כמותו....
אזוי ווי שוין ארויסגעברענגט, אז חבורת יראים קוקט נישט ווי די וואס באנוצן זיך מיט אימעיל ווען ס'איז לצורך, און ס'איז מיט אן אחריות און דעת תורה, ווי שקצים וכדומה,
און אוודאי קוק איך ארויף אויף אזעלכע אידן, און איך האף צו זיין אין די מדריגה, ואקווה שהשי"ת מצטרף למעשה. ממילא בעת מיין צייט אין אפיס, אויב קען איך העלפן אזא איד מיט אימעיל געברויכן, זעה איך נישט די פראבלעם דערפון.
אפי' זיי אליינס זאגן נישט אז מ'טאר נישט נעמען סערוויס פון איינער וואס באנוצט זיך מיט אימעיל... (נאר סאושעל מידיע און סמארטפאון איז דא אזא דערווייטערונג, און איך פארשטיי עס).
הרה"ק מזלאטשוב רבי מיכלע פון נתניה זצ"ל און אויך נאך צדיקים פלעגן גיין אויף די גאס מיט צוגעמאכטע אויגן, און זיך באנוצט מיט א גבאי... די גבאי האט דען יא געמעגט גיין אויף די גאס מיט אפענע אויגן? און האט ער דען אראפגעקוקט די גבאי אלס באנדיט און ליידיג גייער פארן נישט טוהן די זעלבע ווי אים?
סך הכל: קיינער זאגט נישט אז איינער וואס נוצט אימעיל לצורך פרנסה אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן עפ"י הוראת דיינו איז א שייגאץ וכו', סך הכל טוט מען ווי רב וואזנער שרייבט אין זיין בריוו ווען ער רעדט פון אינטערענט לצורך פרנסה מיט פילטער'ס וכדו', שרייבט ער אויך צו, והירא דבר השם וכו', אז מ'זאל זיך בכלל נישט באנוצן מיט קיין אינטערנעט, וכו'.
ווי חשוב זענען די אידן, און יא, איך קוק זיי אויך ארויף, אפי' כעת איז מיין פרנסה געבינדן מיט אימעיל והמסתעף, און איך ווייס טאקע אז וויבאלד השי"ת האט מיר אריינגעלייגט אין אזא מצב איז דאס דער רצון השי"ת, אבער איך ווייס אויך, אז דער אייבערשטער האט געפירט אז ס'זאל זיך עפענען אזא חבורה פאר א סיבה, סיי מחזק צו זיין אינאיינעם די וואס זענען אין די חבורה מיט א כח הרבים, און סיי אז די וואס זענען נישט אין די חבורה זאלן האפן און זיך וואונטשן צו זיין דארט, און מחשבה טובה הקב"ה מצטרף למעשה.
און בנוגע מאנהעטן, אויך זייער חשוב, איי איך דארף יא זיין אין מאנהעטן לצורך פרנסה, דאס איז מיין עבודת השי"ת, און ער פלאגט זיך נישט צו דארפן זיין דארטן, דאס איז זיין עבודת השי"ת... ער מאכט א חבורת 'יראים' נישט צו זיין אין מאנהעטן, און איך וועל מאכן אן אנדערע חבורה פאר אן אנדערע נסיון וואס איך קען ארבעטן דערויף, ס'איז נישט קיין סתירה,און חבורת יראים האט עס קיינמאל נישט אראפגעלייגט ווי זיי זענען די שומרי שבת אין אמעריקע און איך בין ליידער נכשל געווארן(און נישט אויסמישן מיט כלים אן קיין פילטער אדער סאושעל מידיע וואס רבנים ביי זייערע דרשות האבן עס יא אראפגעלייגט אזוי)
איך הער נישט, זאג העכער ביטע.
אטעטשמענטס
אויסצוג פון השמיעיני גליון די וואך, בנוגע די יראים קאמפיין