קאזעלעטי און אלעס ארום
קאזעלעטי איז די געדאנק אז אלע פאסירונגען זענען פארבינדן איינס מיטן צווייטן.
צב"ש אויב זעה איך א שטיין פאלן צו די ערד ווייס איך פאר זיכער אז קודם איז געווען א צווייטע פאסירונג וואס האט געברענגט אז די שטיין זאל פאלן צו די ערד.
אזוי איז מיט יעדע זאך, אויב איין באלי קלאפט אריין אין א צווייטע באלי וועט דאס גורם זיין א די צווייטע באלי זאל זיך רירן. אויב א ראבערנע באלי פאלט צו די ערד וועט דאס גורם זיין אז די באלי זאל צוריק טאנצן. אויב א גלאז פאלט צו די ערד גייט זיך די גלאז צעקראכן, עס קען פשוט אנדערש נישט זיין.
אויב איין פאסירונג טוט נאכפאלגן א צווייטע פאסירונג מיינט עס אז די ערשטע פאסירונג איז די גורם צום צווייטע פאסירונג.
און דערפאר קענען מיר זייער קלאר פארשאצן וויאזוי די עתיד גייט אויסקוקן געבויט אויף די פאסירונגען פונעם עבר.
לכאורה איז עס אזא יסודותדיגע זאך אז עס איז אפילו זיך נישט שייך צו שטעלן דערויף.
פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק איז געקומען א געוויסע פארשער מיטן נאמען דעוויד הום ער האט געטענהט אז די גאנצע געדאנק פון קאזעלעטי איז בלויז דמיון פונעם מוח.
זיין ארגומענט איז ווי פאלגענד.
עס איז נישט פארהאן קיין שום וויסנשאפט וואס א מענטש זאל אננעמען פאר ריכטיג אויב ער טוט נישט די זאך אליינס אבזערווירן, צב"ש עס איז נישט פארהאן קיין שום סיבה אז איינער זאל באשטעטיגן אז די זון איז לעכטיג אויב ער אליין טוט עס נישט אזערווירן , און אזוי איז מיט יעדע זאך, דער מענטש מוז עס אליין אבזערווירן עס צו באשטעטיגן אלס א פאקט.
ווען עס קומט צו קאזעלעטי איז נישט מעגליך עס צו אבסערווירן, די מערסטע וואס מיר זעען איז אז איין פאסירונג טוט נאכפאלגן א צווייטע אבער קיינער זעהט נישט פארוואס צו די צוויי פאסירונגען זענען פארבינדן.
לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל.
א קליין איז געבוירן געווארן און מען האט אים איינגעשפארט אין א קליינע טינקעלע צימער פארבינדן די הענט און פיס, די קינד האט נישט קיין השגה וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט.
נאך אסאך יארן נעמט מען אים ארויס און מען האלט א שטיין און פארנט פון אים און מען פרעגט אים, אויב לאזט מען יעצט אויב די שטיין וואס גייט פאסירן דערנאך, גייט די שטיין בלייבן אין די לופט אדער גייט עס פאלן צו די ערד אדער גייט עס גאר ארויפליען?
די קינד גייט נישט קענען ענטפערן די פראגע, כאטש אלע ארימיגע ווייסן אז אויב לאזט מען אפ די שטיין פאלט ער צו די ערד.
פארוואס ווייסט יעדער אז די שטיין גייט פאלן אבער די קינד נישט?
די ענטפער איז איין ווארט "רגילות"
זיי האבן אלע געזען הונדערטער מאל אז ווען מען לאזט אפ א שטיין פאלט ער צו די ערד.
אבער רגילות איז נאכנישט גענוג צו באשטעטיקן עפעס אלס א אמת’ע פאקט.
ווייל אפילו אויב עפעס פאסירט טויזנט מאל מוז נישט זיין אז עס גייט פאסירן טויזנט און איין מאל, ווילאנג מיר ווייסן נישט די סיבה וואס פארבינד ביידע פאסירונגען.
עס איז ריכטיג אז אויב עפעס פאסירט זייער אסאך מאל גייט עס לכאורה ווייטער פאסירן, אבער דאס איז בלויז פראבעבילעטי, עס איז אבער נישט קיין הונדערט פראצענט באשטעטיגט אז עס גייט ווייטער פאסירן .
כדי צו קענען באשטעטיגן קאזעלעטי אלס א פאקט מוז מען אבסערווירן די סיבה וואס פארבינד די צוויי פאסירונגען און דאס האט נאך דערווייל קיינער נישט באוויזן.
זעלבסטפארשטענדליך אז דאס וואס אלעס פאלט צו דער ערד ווערט אנגערופן מיטן נאמען גראוועטי, ווערט עס נאכנישט קיין באשטעטיגטע פאקט בלויז מיט דעם וואס ער פארמאגט א נאמען.
א צווייטע פארשער מיטן נאמען עמנואל קענט האט זיך שטארק געקריגט מיט הום,
זיין ארגומענט איז ווי פאלגענד.
דאס וואס די מוח שטעלט צוזאם צוויי פאסירונגען איז נישט בלויז צוליב רגילות, נאר דאס א פונקציע וואס ליגט אריינגעבויט אונעם מוח, דאס איז וויאזוי די מוח נעמט אויף רעאליטעט אז ווען איין פאסירונג פאלגט נאך א צווייטע וועט עס די מוח פארבינדן.
צב"ש אויב איינער געפינט זיך אין ניו-יורק און גלייך דערנאך געפינט ער זיך אין לאנדאן, וועט די מוח ארבעטן פיבערדיג צו פארבינדן ביידע פאסירונגען.
אויב איז קאזעלעטי א פונקציע פונעם מוח קען ער נישט ווערן אנגערופן א דמיון, פונקט ווי קאלירן איז נישט קיין דמיון כאטש וואס קאלירן זענען עפעס וואס די מוח פראדוצירט.
א דמיון איז בלויז עפעס וואס שפילט אויס דעם מוח אזוי ווי אילוזיעס אבער עפעס וואס איז א חלק וויאזוי די מוח ארבעט איז עס רעאליטעט.
איך האלט אז ביידע סיי הום און סיי קענט זענען נישט גערעכט, נאר קאזעלעטי און עפעס וואס מוז געשען, עס איז נישט קיין דמיון און אויך נישט קיין פונקציע פונעם מוח.
א יעדע פאסירונג וואס פאלגט נאך א צווייטע איז נישט בלויז א צופאל נאר עס קען פשוט אנדערש נישט זיין.
כדי דאס צו פארשטיין לאמיר קודם זעהן וואס די ערשטע צוויי געזעצן פון טערמאדינאמיק זענען.
כדי צו פארשטיין די געזעצן פון טערמאדינאמיק פעלט זיך אויס צו מאכן א קורצע הקדמה.
די גאנצע וועלט באשטייט פון חומר און ענערגיע, חומר איז די פיזישע שטאף וואס אין פארהאן אויף דער וועלט, ענערגיע איז די קראפט וואס די חומר פארמאגט צו קענען טאן ארבעט.
ארבעט נעמט אריין, זיך רירן,היץ, ליכטיקייט אד"ג.
אויב א שטיין פליט פארמאגט ער ענערגיע צו פליען, א הייסע גלעזל וואסער פארמאגט ענערגיע פון היץ, אויב הייב איך אויף א שטיין פון דער ערד פארמאגט יעצט די שטיין פאטענציעלע ענערגיע צו פאלן צו דער ערד.
די ערשטע געזעץ, ענערגיע קען נישט באשאפן אדער פארלוירן ווערן.
ענערגיע קען אריבערגיין פון חומר צום צווייטן, ער קען טוישן פון איין סארט ענערגיע צום צווייטן, ער ווערט אבער נישט באשאפן אדער פארלוירן.
א דוגמה,
ווען איין באלי פליט און ער קלאפט אריין און א צווייטע באלי וועט די צווייטע באלי יעצט אנהויבן צו פליען ווייל ער האט איבערגענומען ענערגיע פונעם ערשטע באלי, און די ערשטע באלי וועט יעצט פליען שטייטער ווייל ער האט איבערגעגעבן אביסל פון זיין ענערגיע צום צווייטן באלי, קומט אויס איז ענערגיע איז נישט באשאפן אדער פארלוירן געווארן, עס איז פשוט אריבערגעגאנגען פון איין באלי צום צווייטן.
נאך א דוגמה,
ווען א מענטש הייבט אויף א שטיין גיט ער איבער אביסל פון זיין ענערגיע פארן שטיין.
ווען די שטיין פאלט צו דער ערד פארניצט ער די ענערגיע וואס ער האט באקומען פונעם מענטש, וואס האט באקומען די ענערגיע פון די פירות וואס ער האט געגעסן, וואס האט באקומען די ענערגיע פון די זון.
קומט אויס אז די ענערגיע איז געגאנגען פון די זון צו די פירות צו די מענטש צו די שטיין.
זעהן מען פון דעם אז ענערגיע קען נישט באשאפן אדער פארלוירן ווערן.
די צווייטע געזעץ ווערט אנגערופן ענטראפי.
די צוויטע געזעץ זאגט אז ענערגיע וועט אייביג גיין פון סדר צו אויסגעמישט.
א דוגמה צו דעם, א הייסע גלעזל וואסער וועט ביז א קורצע זמן ווערן אפגעקילט, ווי איז די היץ פונעם גלעזל געגאנגען? עס קען נישט זיין אז עס געווארן אויס, ווייל די ערשטע געזעץ זאגט דאך אז ענערגיע קען נישט פארלוירן ווערן.
די ענטפער איז אז די היץ איז געווארן אויסגעמישט אין די לופט.
ווילאנג די היץ איז געווען קאנצענטרירט אונעם גלעזל איז ער געווען נוצבאר אבער איינמאל די ענערגיע האט זיך אויסגעמישט אין די לופט איז ער געווארן אויס נוצבאר.
דאס פאסירט כסדר מיט ענערגיע, ער גייט פון סדר צו אויסגעמישט, פון נוצבאר צו אויס נוצבאר, פון נידעריגע ענטראפי צו הויכע ענטראפי.
בשעת בריאת העולם האט די בריאה פארמאגט די נידעריגסטע ענטראפי, זינט דאן פארמערט זיך ענטראפי יעדן טאג, ענערגיע ווערט מער און מער אויסגעמישט אין די בריאה און אויס נוצבאר.
אלע פאסירונגען אין די בריאה איז געוואנדן אין די צוויי יסודות, ווען נישט די צוויי יסודות וואלט די בריאה געווען ווי א דומם, גארנישט וואלט זיך נישט גערירט פון ארט.
די גאנצע חיות פון די בריאה איז צו פארדאנקען די צוויי יסודות . דאס וואס די זון שיינט אויף, וואסער פליסט, די ווינט בלאזט, געוויקסן וואקסן, אלעס אלעס איז צו פארדאנקען די צוויי יסודות.
זעהט מין פון דעם אז קאזעלעטי איז ריכטיג און אלעס וואס פאסירט מוז פאסירן.
לדוגמא, ווען איין באלי קלאפט אריין און א צווייטע באלי, אויב וועט די צוויטע באלי זיך נישט רירן קומט אויס אז די ענערגיע פונעם ערשטע באלי איז פארלוירן געגאנגען.
און אויב די צווייטע באלי וועט זיך רירן אן דעם וואס די ערשטע באלי זאל אריינקלאפן און איר קומט אויס א ענערגיע איז באשאפן געווארן.
ווען איך הייב אויף א שטיין און איך לאז אים אפ, אןיב וועט די שטיין נישט פאלן צו די ערד, קומט אויס אז די ענערגיע וואס איך האב אריינגעלייגט אונעם שטיין בשעתן אויפהייבן איז פארלוירן געגאנגען.
קומט אויס אז א יעדע פאסירונג וואס פאלגט נאך א צווייטע פאסירונג מוז עס אזוי געשען, עס קען פשוט אנדערש נישט זיין.
המשך יבא