קאוויד נייעס און אפדעיטס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס דרייט זיך ארום עפעס א וויירוס וואס איז ארום 15 מאל אזוי טויטליך ווי די פלו מיטן נאמען קאוויד. בעת'ן שרייבן די שורות זענען א געשאצטע 25,000 אמעריקאנער אין שפיטאל מיט דעם וויירוס, און ארום 1400 שטארבן דערפון וועכנטליך, עס מאכנדיג פאר די 3'טע אדער 4'טע גרעסטע טויט פאראורזאכער אין די פאראייניגטע שטאטן.

די מאדנע חלק דערפון איז, אז איר וועט כמעט אין ערגעץ נישט הערן רעדן דערפון, אריינגערעכנט דא אויפן וועלטל. מיר שפעקולירן אז די סיבה פארן באגראבן די נושא קומט פון די גלייכגילטיגע רעאקציע פון מאנכע פון די אנוועזנדע, וועלכע האלטן מיט אומרעכט אז אויב עפעס איז אויסגעדראשן מוז בהחלט זיין אז ס'איז מער נישט גילטיג.

דעריבער האבן מיר גענומען די קוראזש, און ווידערגעעפנט א מקום וואס זאל זיין געווידמעט אויף די פאקטישע אפדעיט'ס פון די דאזיגע וויירוס וועלכע אפעקטירט שווער אמיינסטנס די עלטערע 60+ באפעלקערונג אבער לעצטנס אויך אינגע קינדער אונטער די 1 יאר אלט.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4832
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

וואס איז שלעכט מיט די צענטראלע אשכ6אז מען האט עס פארשפארט?
viewtopic.php?t=41344

פאר אווערנעס קען מען פשוט טוישן די נאמען פון יענע אשכול
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

אזוי ווי מען האט פשוט געטוישט די פארצייטישע פלו נאמען מיט קאוויד פעלט נישט אויס קיין נייע עווערנעס נאר פשוט מעלדן דער עולם די נייע נאמען.
והא ראיה קוק פלו טויטע פאר קאוויד און בשעת קאוויד ותמצא נחת.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

קאוויד פעלער אלוועלטליך שטייגט אין די לעצטע וואכן צוליב די נייע pirola וועריענט וועלכע עקספערטן האלטן אז עס כאפט זיך שנעלער אריבער פון איין מענטש צום צווייטן.
אין די פאראייניגטע שטאטן איז יעצט די צענטער פון קאוויד טאקע אין צענטער פונעם לאנד, אין די אהייא, אלינאויס, מישיגען געגנט, ווי דארט איז דא די העכסטע שפיטאליזירונג ראטע זינט אנהויב יאר למספ.

אין ניו יארק איז די מצב דערווייל רואיגער, ספעציפיש אין די סיטי מעטרא עריע ווי מיר זענען, אבער די טשארט ליניע אויפן וועג ארויף קוקט אויס באזארגענד.
אוועטאר
שקר
שר האלפיים
תגובות: 2445
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע:טשעכיי

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר »

עס קומט אפשר וואלן בקרוב?
נעקסט
מען האט געלייגט אויף מיר א געג ארדער
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ר' יום טוב האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:13 pm
עס דרייט זיך ארום עפעס א וויירוס וואס איז ארום 15 מאל אזוי טויטליך ווי די פלו מיטן נאמען קאוויד. בעת'ן שרייבן די שורות זענען א געשאצטע 25,000 אמעריקאנער אין שפיטאל מיט דעם וויירוס, און ארום 1400 שטארבן דערפון וועכנטליך, עס מאכנדיג פאר די 3'טע אדער 4'טע גרעסטע טויט פאראורזאכער אין די פאראייניגטע שטאטן.

די מאדנע חלק דערפון איז, אז איר וועט כמעט אין ערגעץ נישט הערן רעדן דערפון, אריינגערעכנט דא אויפן וועלטל. מיר שפעקולירן אז די סיבה פארן באגראבן די נושא קומט פון די גלייכגילטיגע רעאקציע פון מאנכע פון די אנוועזנדע, וועלכע האלטן מיט אומרעכט אז אויב עפעס איז אויסגעדראשן מוז בהחלט זיין אז ס'איז מער נישט גילטיג.

דעריבער האבן מיר גענומען די קוראזש, און ווידערגעעפנט א מקום וואס זאל זיין געווידמעט אויף די פאקטישע אפדעיט'ס פון די דאזיגע וויירוס וועלכע אפעקטירט שווער אמיינסטנס די עלטערע 60+ באפעלקערונג אבער לעצטנס אויך אינגע קינדער אונטער די 1 יאר אלט.
וואס איז די נאמען דערפון?
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

למעלה משבעים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 3:57 pm

עעם.. כ'ציטער. קקאוווי...
https://covid.cdc.gov/covid-data-tracke ... ate-county
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

הייסט מען רעדט פשוט נאכאמאל פונעם זעלבן וויירוס?
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4499
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

שקר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 3:13 pm
עס קומט אפשר וואלן בקרוב?
נעקסט
העי ביסט אביסל צעמישט דא...

דאס יעצטיגע מאל גייען די רעכטע פארפירן און גיין מיט מאסקעס, און נישט אויפהערן צו רידערן ווי טויטלעך די מצב איז.

נאכדעם גייט ביידען ארויסגעבן א נייע גוטע וואקסין, אבער נאר די רעכטע גייען עס נעמען נאכדעם וואס טראמפ גייט שוין זיין אריינגעוועלט.

אבסטראקט ארט.
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4499
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

למעלה משבעים האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 4:07 pm
הייסט מען רעדט פשוט נאכאמאל פונעם זעלבן וויירוס?
אנדערע סטרינעס
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5613
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ווי האלט די געלטער פעקעלעך ?
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3674
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

וואס זענען די סמנים?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

היינט איז באריכטעט געווארן אין ניו יארק 1,791 קאוויד פאציענטן אין שפיטאל און 688 אין ניו דזשערסי. דאס איז די העכסטע זינט די לעצטע ערנסטע קאוויד כוואליע מיט 9 מאנאטן צוריק. אין לויף פון זומער איז די ציפער געלאפן ארום 400 אין ניו יארק און ארום 170 אין ניו דזשערסי.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

היינט האט ניו יארק סטעיט באריכטעט 1,812 פאציענטן אין שפיטאל מיט קאוויד.
אינטערעסאנט אנצומערקן אז די העכסטע ראטע פאזיטיווע קעיסעס איז באריכטעט ביי קינדער אונטער 1 יאר, און די נידריגסטע ביי קינדער פון 1 ביז 4 יאר.
https://coronavirus.health.ny.gov/cases-age
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איז קאוויד טאקע נישט מער ווי א פלו?

די סאמע ערשטע שטודיע דערויף דורכגעפירט דורך די 'וועטאראנס אפעירס' איז די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג ארויסגעקומען אין די מעדעצינישע דזשורנאל 'די לענסעט' מיט דאטא וואס גיבט גאנץ קלארע ענטפערס.

די איין-א-האלב יאר לאנגע שטודיע האט נאכגעפאלגט קאוויד פאציענטן נאכן באפרייט געווארן פון שפיטאל און זיי פארגליכן צו פלו פאציענטן וועלכע זענען באפרייט געווארן פון שפיטאל אין די זעלבע תקופה.

ביי די קאוויד פאציענטן איז די ראטע פון שפעטערדיגע טויט און פרישע געזונטהייט פראבלעמען געווען פילפאכיג העכער ווי ביי די פלו פאציענטן. מער ספעציפיש, די שטודיע האט אנאלאזירט 94 פון פאראויס באשטימטע געזונטהייט פראבלעמען, ווי צ.ב.ש. הארץ פראבלעמען, סטראוק, לונגען, נירן פראבלעם, לונגען, מוח - זכרון, דיפרעסיע, דימענשע, א.א.וו. ביי די קאוויד גרופע איז געטראפן געווארן אזויפיל ווי 64 זענען געווארן אפעקטירט, בעת וואס ביי די פלו גרופע איז געטראפן געווארן בלויז 6 פון די געזונטהייט פראבלעמען - בעיקר ביי די 'לונגען'.

ווי געזאגט איז עס די ערשטע שטודיע, און הגם מ'קען פרעגן דערויף אז אפשר איז די יעצטיגע קאוויד סטרעין שוין שוואכער, אדער אז יעצט איז מען שוין מער אימיוניזירט, איז עס אבער א שוואכע טרייסט, סיי ווייל די מציאות איז אז די יעצטיגע קאוויד איז נאך אלץ 5 מאל מער טויטליך ווי די פלו, קאסטנדיג 1500 אמעריקאנע לעבנס וועכנטליך, און סיי צוליב די גאר שטארקע עווידענס אין די שטודיע וואס לייגט אראפ קאוויד גאר געפארפול פאר רוב ארגאנען אין די מענטשליכע קערפער אויפן שפעטערן טערמין.
Like news
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 26, 2020 12:11 am

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Like news »

ר' יום טוב האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 4:07 pm
איז קאוויד טאקע נישט מער ווי א פלו?

די סאמע ערשטע שטודיע דערויף דורכגעפירט דורך די 'וועטאראנס אפעירס' איז די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג ארויסגעקומען אין די מעדעצינישע דזשורנאל 'די לענסעט' מיט דאטא וואס גיבט גאנץ קלארע ענטפערס.

די איין-א-האלב יאר לאנגע שטודיע האט נאכגעפאלגט קאוויד פאציענטן נאכן באפרייט געווארן פון שפיטאל און זיי פארגליכן צו פלו פאציענטן וועלכע זענען באפרייט געווארן פון שפיטאל אין די זעלבע תקופה.

ביי די קאוויד פאציענטן איז די ראטע פון שפעטערדיגע טויט און פרישע געזונטהייט פראבלעמען געווען פילפאכיג העכער ווי ביי די פלו פאציענטן. מער ספעציפיש, די שטודיע האט אנאלאזירט 94 פון פאראויס באשטימטע געזונטהייט פראבלעמען, ווי צ.ב.ש. הארץ פראבלעמען, סטראוק, לונגען, נירן פראבלעם, לונגען, מוח - זכרון, דיפרעסיע, דימענשע, א.א.וו. ביי די קאוויד גרופע איז געטראפן געווארן אזויפיל ווי 64 זענען געווארן אפעקטירט, בעת וואס ביי די פלו גרופע איז געטראפן געווארן בלויז 6 פון די געזונטהייט פראבלעמען - בעיקר ביי די 'לונגען'.

ווי געזאגט איז עס די ערשטע שטודיע, און הגם מ'קען פרעגן דערויף אז אפשר איז די יעצטיגע קאוויד סטרעין שוין שוואכער, אדער אז יעצט איז מען שוין מער אימיוניזירט, איז עס אבער א שוואכע טרייסט, סיי ווייל די מציאות איז אז די יעצטיגע קאוויד איז נאך אלץ 5 מאל מער טויטליך ווי די פלו, קאסטנדיג 1500 אמעריקאנע לעבנס וועכנטליך, און סיי צוליב די גאר שטארקע עווידענס אין די שטודיע וואס לייגט אראפ קאוויד גאר געפארפול פאר רוב ארגאנען אין די מענטשליכע קערפער אויפן שפעטערן טערמין.
האלט דיך שטארק
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

היינט האט ניו יארק באריכטעט 2,077 קאוויד פאציענטן אין שפיטאל. ניו דזשערסי האט באריכטעט 830.
דאס איז די העכסטע זינט פאברואר.
Jay Weiland וועלכער איז א הויפט קאוויד פארשאצער האלט אז ס'איז דא א שטארקע שאנס אז pirola סטרעין זאל איבערשטייגן די פאריעריגע סעזאן מיט אינפעקציעס.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10566
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ר' יום טוב האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:13 pm
עס דרייט זיך ארום עפעס א וויירוס וואס איז ארום 15 מאל אזוי טויטליך ווי די פלו מיטן נאמען קאוויד. בעת'ן שרייבן די שורות זענען א געשאצטע 25,000 אמעריקאנער אין שפיטאל מיט דעם וויירוס, און ארום 1400 שטארבן דערפון וועכנטליך, עס מאכנדיג פאר די 3'טע אדער 4'טע גרעסטע טויט פאראורזאכער אין די פאראייניגטע שטאטן.

די מאדנע חלק דערפון איז, אז איר וועט כמעט אין ערגעץ נישט הערן רעדן דערפון, אריינגערעכנט דא אויפן וועלטל. מיר שפעקולירן אז די סיבה פארן באגראבן די נושא קומט פון די גלייכגילטיגע רעאקציע פון מאנכע פון די אנוועזנדע, וועלכע האלטן מיט אומרעכט אז אויב עפעס איז אויסגעדראשן מוז בהחלט זיין אז ס'איז מער נישט גילטיג.

דעריבער האבן מיר גענומען די קוראזש, און ווידערגעעפנט א מקום וואס זאל זיין געווידמעט אויף די פאקטישע אפדעיט'ס פון די דאזיגע וויירוס וועלכע אפעקטירט שווער אמיינסטנס די עלטערע 60+ באפעלקערונג אבער לעצטנס אויך אינגע קינדער אונטער די 1 יאר אלט.
נישט ריכטיג די תגובה.

אין אמעריקא אליין איז נישט דא 1400 טויטע וועכנטליך. אלוועלטליך יא.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:25 am

לויט די אפיציעלע CDC ציילונג איז דאס ביי 1400 אין אמעריקא זעלבסט.
https://covid.cdc.gov/covid-data-tracke ... _select_00
די לעצטע פאר וואכן דארט ווי עס איז "גרעי" אויפן טשארט איז נאכנישט דא קיין רעזולטאטן געהעריג ווייל עס נעמט ווילאנג די אינפארמאציע קומט אריין.
לכאורה האלט יעצט די ציפער נענטער צו 2000 וועכנטליך לויט די טרענד פון אינפעקציעס.
עובדיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:01 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובדיה »

די צייט פון יאר גייען די קאוויד קעיסעס אייביג ארויף גאר שטארק.

די גוטע נייעס איז אז די טרענד לויט די יארן איז קלאר אויף אראפ. דהיינו אין יאר 2020 אזא צייט האט מען געהאלטן ביי בערך 20,000 טויטע א וואך, אין 2021 בערך 10,000 אין 2022 בערך 3,000 אין יעצט בערך 1,500 סא מ'גייט אין די גוטע ריכטונג זאל דער אייבערשטער ווייטער העלפן.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

היינט איז די האספיטאליזאציע ציפער אין ניו יארק 2,132 און ניו דזשערסי 899.
די פאריאריגע peak - די העכסטע טאג איז געווען 4,350 אין ניו יארק און 1,790 אין ניו דזשערסי.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די פרייטאג אפדעיט פון די CDC צייגט ווי פאלגענד:
- עס איז געווען 25,577 האספיטאליזאציעס אין די וואך פון 12.16 - ארויף מיט 10.4% פון א וואך בעפאר.
- 3 פראצענט פון אלע טויטפעלער אין לאנד זענען אפיציעל פון קאוויד.
- 44% פון די פאזיטיוו טעסט'ס אין די wastewater איז פון די אנשטעקיגע PIrola וועריענט.
דאס איז ווי געזאגט דאטא פון איבער א וואך צוריק, די סטעיט דאטא וואס גייט ביז ממש יעצט ווייזט אז זינט דאן איז דאס שוין נאכמער ארויף.

די פארשאצער האלטן איצט אז די peak וועט זיין ערגעץ אין JANUARY, און עס וועט נישט זיין די זעלבע צייט אין אלע סטעיט'ס.
די מיליאן דאלער פראגע? צו עס גייט איבערשטייגן די פאריעריגע ווינטער כוואליע. וואס הגם עס איז יעצט נאך נידריגער, גייט עס פיל שטערקער ארויף ווי פאריאר, און עקספערט קוקן אויף סינגאפאר וואס דארט האלט מען שוין ווארשיינליך ביים peak און עס איז אין בלויזע צוויי וואכן איבערגעשטיגן די פאריעריגע וועיוו און ארויפגעפלויגן ביז דאפלט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אויב פילט איר זיך נישט גוט אין די איצטיגע טעג, פיבער, טשילס, הוסטן, טשעסט-פעין, דאן זאגט העלאו צו pirola.
אויב זענט איר וואנארעיבל, ד.ה. 60+ אדער סיי וועלכע זייטיגע קאנדישאן, דאן איז וויכטיג עס צו אנהויבן טריעטן אין די ערשטע 24 שעה מיט אנטיוויירעלס.

לויט די היינטיגע אפדעיט האט ניו דזשערסי 963 פאציענטן אין שפיטאל מיט קאוויד, מיט 95% שפיטעלער באריכטעט. ד.מ. ארום א טויזנטער.
דאס איז דאפלט ווי מיט 4 וואכן צוריק, און איבער האלב ווי די 1790 הויכפונקט פאראיאר ווינטער.

ניו יארק האט נאכנישט באריכטעט פון די וואך צוליב די חגאות.
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2809
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע:עפעס א פלאץ

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

איז דאס טאקע ערנסט אויף זיך צו זארגן?
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8031
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: קאוויד נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מיר זענען עס שוין ב"ה דורך יעצט. דער עולם האס עס אין גרויסן, אבער ב"ה עס מאכט נישט שווער דעם אטעם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”