פייטן'ס שרייבעריי טישל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מאטי׳ס חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

פייטן, דיין שרייבעריי דערמאנט מיר פון אן אנדערע אשכול. די סיבה איך לינק עס אהין איז וועגן איך כאפ באמת נישט וואס יענער האט שוין געטון אזוי ראנג.

מאכט זיך עד היום אז מיינע חברותות לערנען מיט א צווייטן אדער האבן נישט קיין געדולד היינט…

מיין געפיל זאגט ס׳איז עפעס אנדערש. עי׳ אין יענעם אשכול ותמצא נחת.
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

פייטן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 12:36 am
מיין (איינציגסטע) צוקריגטע חבר
בס"ד
(צו דיר מיין חבר וואס דו ווייסט יא וואס איך רעד פון, כ'בעט דיך רעד נישט צו מיך דערוועגן נאר דא אויפן וועלטל אדער אין אישי וואס מ'דארף, כ'וויל נישט ליידן פאר מיינע שרייבערייען דא, און צו די חבר וואס ווייסט נישט די מעשה, כ'בעט דיך גריבעל נישט נאך אויף אן אופן וואס כ'קען אפשר געוואר ווערן, מאך עס איידל, ייש"כ)

זיצנדיג איינע פון די נעכט אליין אין מיין אפיס, האב איך מיך אנגעהויבן דערמאנען, אין די אלטע גוטע צייטן, איי זענען זיי געווען גוטע טעג, דעמאלטס ווען כ'בין זארגלאז געזעצן אין ישיבה און פארברענגט מיינע טעג מיט חברים, לאכנדיג פון זאכן וואס אונז האמיר נאכנישט משיג געווען, נישט חלומנ'דיג אז ס'גייט נאך קומען א טאג וואס דאס גייט זיין אונזער אייגענע דאגות, און דאן וועלן די דעמאלטס'דיגע בחורים אונז נעמען אויפן צימבל.

הכלל, אזוי דורכלויפנדיג מיינע מחשבות, דערמאן איך מיך אין אזויפיל גוטע צייטן, און אויך אין אסאך בעסערע צייטן, אבער איין מחשבה האלט מיר אין איין ארויף שווימען, און די מער כ'פראביר עס צו פארשטילן, די מער שרייט ער, און שטורעמט ער, ער האלט מיר אין איין צוריק ברענגן צו א פלאץ וואס כ'וויל פון דארט אנטלויפן ווי פון פייער, און איר ארויסרייסן פון אלע היסטאריע ביכער, אז איך זאל ווען שולט זיין אויף די מלאך פון שכחה, וואלט דאס זיכער געווען מיין ערשטע אויפטוה צו פארמעקן די פיי"ל פונעם ציבור.

כ'גלייב עטס מיינטס אז ס'קומט דא עפעס א גוטע לשון הרע אדער זיינס גלייכן, אז כ'וויל אזוי פארגעסן, אבער כ'מוז ענק זאגן אז ניין, די אלע ארומיגע וואס האבן אביסל מיטגעהאלטן, (כ'האב געשריבן אביסל פאר א סיבה), האבן פעסט הנאה געהאט, אדער אפי' מיטגעשפילט מיט די גאנצע מעשה, אפשר - נאר אפשר - איז יא דא איין צוויי חברה וואס האבן מיטגעהאלטן אביסל מער, זיי פארשטייען מיך מער, און זענען מיט מיר, אבער כאפ נישט קיין הייסע לאקשן, לאמיר גיין טריט ביי טריט, און דערנאך וועט מען אי"ה הערן וואס עטס האלטס דערויף.

איז אזוי, א קורצע הקדמה צו פארשטיין מער די מעשה, וועל איך ענק קודם אראפגעבן מיין קערעקטע"ר, און דערנאך אביסל די מצב ארום, וועט עטס האפנטליך בעסער פארשטיין.

(מינדערוויכטיגע אבער סטראטעגישע פרטים געטוישט צוליב גילוי)

אני הקטן האב זוכה געווען געבוירן צו ווערן צו א רעלאטיוו קליינעע פאמיליע, אין אונזער היימישע ברוקלין, מער צו די יונגערע זייט פון די פאמיליע, איז אויס געקומען, אז מיינע עלטערן זענען קע"ה אן ערך פון מער ווי 35 יאר עלטער פון מיר, אויף לאנגע געזונטע יארן, וואס דאס אליין געט צו צו די גאנצע קערקטע"ר, הן לטב והן למוטב, זייענדיג גערוקט אזויפיל יאר, קומט אפט אויס אז מ'טענה'ט זיך אויף זאכן גאנץ היציג, פשוט לעבנדיג אין אנדערע דורות אינגאנצן, אבער ב"ה כ'בין יעצט, און כ'בין אלעמאל געווען זייער זייער נאנט מיט מיינע עלטערן, און קיינמאל איז קיין פירוד צווישן אונז נישט געווען, אבער ס'האט יא געשטעלט גאר אן אנדערע (און אין א געוויסן זין נענטערע) באציאונג צווישן אונז.

זייענדיג פון נאטור אויס אביסל א סענסעטיווע נאטור, און לערנענדיג אין מיינע יוגנט יארן אין א מוסד, וואס איז געווען אנדערש - אין די שיטה - פון וואס כ'האב געזעהן און געוואוסט פונדערהיים, איז מיר עס היפש ווער געווען אין אנהויב, אבער אריינטרעטנדיג מער אין די ישיבה יארן (האפנטליך נאך אן עקסטערע באשרייבונג דערויף) , האב איך ב"ה מער און מער אויסגעריבן, און גאר געווארן פון די רייבערס, ווי מ'זאגט מער מיט מח ווי מיט כח, א געשליפן צינגל פארמאג איך, און נישט גענוג א שטארקע כח המעצר, אויף וואס כ'קען טיילמאל חרטה האבן שפעטער, אבער מער ווייניגער האבן מיינע חברים און ארומיגע זיך צוגעוואוינט צו מיין שפראך, זייענדיג נאטוררליך א שטיקל אנדרייער און עסקן מיט איבריגע ענערגיע, און אלעמאל זייענדיג גרייט צו טוען צו די זאך, מיין איך אז כ'האב ערווארבן א נאמען ווי א שטיקל אויבנאן פיגור, און דייקא א פריינטליכער מיט יעדעם, דער וואס איז גוט אפי' מיט בחורים פון 5 כיתות יונגער ווי מיר.

און די אלע פאקטן צוזאם האבן מיך אריינגעלייגט אין דעם, נישט קענענדיג דערליידן גאר שטילע מענטשן, וואס שפארן זייער קול (און טאלאנטן), און נישט האבנדיג די נאטורליכע בושה פון נייע בחורים אין ישיבה, (הגם אין די פרעמד בין איך א שטערבליכע ביישן), פלעג איך פירן א מערכה מיט די בחורים וואס מ'הערט ניטאמאל זייער גוט מארגן, אז כאטש איינמאל אין עטליכע טעג מוז איך הערן פון זיי א גוט מארגן, אדער גוטע נאכט, און וואונדער איבער וואונדער אז ביי יעדעם האט עס געהאלפן, אז עכ"פ צו מיך האבן זיי גערעדט דא דארט.

ביז יענע יאר, ווען ס'זענען אריינגעקומען א גאנצע נייע כיתה, און די עלטערע כיתה האט אויך צובאקומען עטליכע נייע מעמבערס, יעצט וויבאלד איך האב שוין באמת נישט באלאנגט אין ישיבה, זייענדיג פון די זקני שארית עמך, און ארויסהעלפנדיג געוויסע ארגונים, האב מיך דאך נישט געהעריג אריינגעפאסט ממש אין די סביבה, (נעמטס נישט ארויס פון דעם אז כ'בין געווען אן אלטע בחור אין קאפ), ממילא האב איך מיר שטארק באפריינדעט ביי די יונגערע עולם אין ישיבה.

איינע פון די נייע בחורים וואס זענען אריינגעקומען יענע יאר, איז געווען זייער א שטילער, איז וויפיל כ'האב פראבירט צו אים צו רעדן איז עס נישט געגאנגען, נישט קיין חי' וויפיל כ'האב פראבירט איז עס נישט געגאנגען, מיט גוטנס און מיט בעסערענס, אינמיטן א שמועס, צו א גוט מארגן, און מ'קען מאריך זיין נאך 100 משלים וויאזוי כ'האב אים געוואלט מאכן רעדן, ולא עלתה בידי, ביז איין טאג האמיר גערעדט מיט אפאר חברים, און איינע פון די טעמעס איז געווען די נושא אז כ'גלייך זייער נישט ווען ס'דא א בחור מיט וועם כ'קען נישט אויסטוישן קיין ווארט, איז איינע פון די חברים דארט ביים שמועס, איז פון די סארט וואס איז גוט מיט יעדעם, און האט נישט קיין פראבלעם אריינצוקומען שיעף ווי מ'רופט עס, האט ער געגעבן א רוף צו יענעם בחור, און ער זאגט אים אזוי אריין בפני, אז איך האב געזאגט, אז כ'קען אים נישט מאכן רעדן, און כ'געמיר נישט קיין עצה מיט אים, "ער וויל שטארק רעדן צו דיר" זאגט ער אים, נו וואס האב איך נאך צו ענטפערן אזא צייט?!?

אזוי אז ער שוין ממילא געמוזט אנהייבן רעדן צו מיר, פלעגט ער מיך רופן דא דארט, ווען זיין חברותא איז ארויס און ער האט געזוכט מיט וועם צו לערנען אפאר מינוט, אדער סתם ווען ער האט געוואלט ענדיגן א סדר וואס ער האט געלערנט פריוואט, אלס אן עלטערער גלייך איך ווען מ'רופט מיר צו לערנען א ווילד פרעמדע נושא, און כ'קען ארויס העלפן דערמיט, ממילא איז עס געווען א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה, און אויטאמאטיש האמיר אנגעהויבן אמאל שמועסן סתם אזוי מער און מער.

פאר בין הזמנים, אז כ'האב ממילא גענומען חברותות וואס זענען יונגער ווי מיך, האב איך ליב געהאט צו נעמען די חברותות מיט וועם כ'לערן א גאנצע זמן, איז ער געווען אויף די ליסטע, און ער האט מסכים געווען, צו מיין שמחה איז נישט געווען קיין גרעניץ, ווען ער האט מיר געזאגט אז ער איז מסכים צו לערנען א געוויסע סוגיא אין שו"ע וואס איך וואלט שטארק געוואלט קענען, און כ'האב שוין אריינגעלייגט אין דעם א שיינע פאר שעה, במשך די פארגאנגענע יארן, כ'האב שוין אנגעהויבן לערנען די נושא 4 מאל, מיט 3 אנדערע חברותות, און אפי' איינמאל אליין, ס'האט מיר געקאסט בלוט און שווייס, נישט קיין לייכטע נושא אין שו"ע בכלל, איבערהויפט יו"ד וואס איז ווילד פרעמד פאר מענטשן אין מיין יארגאנג עפי"ר, און ס'איז נישטא קיין סאך וועם צו פרעגן באמת מיט א קלארקייט, כ'האב געמוזט אליין איבערקומען רוב שוועריקייטן וואס ס'ברענגט מיט מיט זיך, און כ'האב מיר שוין מייאש געווען פון די נושא מער ווייניגער, איז זעלבסט פארשטענדליך די שמחה וואס כ'האב געהאט ווען ער האט מיר געזאגט אז ער קען באשטיין דאס צו לערנען.

הכלל, האמיר טאקע אנגעהויבן לערנען בין הזמנים, אבער ס'איז נישט געהעריג געגאנגען, ספעציעל אז מיר וואוינען נישט אינעם זעלבן שטאט, און אונז האבן געלערנט אויפן טעלעפאון, ס'האט אבער אזויפיל אויפגעטוען אז אנהייב זמן ווען מ'האמיר זיך צוריק געטראפן, האמיר זיך ביידע געפילט שלעכט, און לכבוד דעם האמיר זיך באמת אריינגעווארפן אין די נושא מיטן גאנצן אייפער, מיטן פולסטן ברען און פלייס, און אזוי איז עס געגאנגען ביז די זומער, צוויי טאג יא, איין טאג נישט, און כ'האב מיר געטראפן מער ווייניגער זיין א רבי ווי א חברותא, ווייל כ'האב געדארפט מסביר זיין, און שלעפן יעדן טאג, און אויך צוריק ברענגן די פאקעסירונג אפאר אמאל א טאג, אבער כ'האב מיך נישט אפגערעדט, ווייל סוף כל סוף וויל איך דאך דעם לימוד, כ'בין גרייט צו שוויצן דערויף, (אזוי האב איך צוגעזעהן ביי מיין חשובע טאטע שליט"א וואס לערנט שוין פאר איבער 40 יאר זייט זיין חתונה ב"ה אויף לאנגע געזונטע יארן).

ממש פאר די זומער איז מיין חברותא א חתן געווארן בשטומ"צ, אבער ס'האט באמת נישט אפעקטירט אונזער לערנען, פארקערט לערך דעמאלטס האט מען אנגעהויבן לערנען זאכן וואס איך האב ביז דאן נישט געקענט, ממילא האב איך מיך מער אריינגעווארפן דערין מיטן לייב און לעבן, און מער אינטערעסירט, און נאך מער, אז זייענדיג עלטער ווי מיין חברותא מיט אפאר יאר, איז מיר כסדר אויסגעקומען צו געבן פון מיר, סיי כ'פלעג מיר קויפן אן אייזקרים ביים לערנען, האב איך אים אויך געקויפט, ווי אויך האט ער געגעבן מיין פאון נאמבער פאר אלע זיינע חברים, און ווען זיי האבן אים געזוכט פלעגן זיי מיך רופן אדער טעקסטן, און זיי פלעגן אים שיקן בילדער, הכלל ער איז געווען א געהעריגע שותף אין מיין פאון אין די זומער, (זייענדיג עלטער און א שטיקל עסקן איז געווען מותר מטעם ההנהלה), פארשטייט זיך אז אים שלעפן איז געווען שווערער, סיי ווייל אין די זומער איז מער מניעות, און אויך ווייל מ'איז אויסגעשפרייט אויף א גרעסערע שטח, אבער דאס האט מיך ב"ה נישט אפגעהאלטן.

פארשטייך זיך אליין אז מיט די צייט זעמיר ב"ה געווארן נישט נאר חברותות, נאר נאנטע חברים סתם אזוי, מ'האמיר אסאך פארברענגט צוזאמען, און זיך אפי' ערלויבט אמאל אמאל צו וויצלען איינער אויפן צווייטנ'ס חשבון.

איינע פון די טעג איז אויסגעקומען אז אינמיטן א טענה'ריי האביך מיך אנגערופן עפעס אזויווי, "פארוואס דארף איך זיין דער וואס שלעפט אייביג צום לערנען", כ'געדענק נישט פונקטליך אלע טענות ומענות אהין און צוריק, אבער דער סוף דבר איז געווען, אז מהיום והלאה וועט ער זיין דער וואס שלעפט צום לערנען, סיי אים און סיי מיך וועט ער שלעפן, אבער זעלבסטפארשטענדליך אז דאס האט אנגעהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים, ער פלעגט קומען שפעט, מיך האט ער גראדע נישט געדארפט שלעפן, אבער איך פלעג אים נישט שלעפן.

איך האב מיך פיין גערעגט אויף אים, אבער שוין, דאס אליין וואלט נאך געקענט דורכגיין, נאר כ'האב אנגעהויבן פילן מחמת איזה סיבה שהוא, אז ער מיינט עס נישט גענוג ערנסט, און ער לייגט נישט אריין גענוג השתדלות, אדער ווי כ'פלעג אים זאגן "Minimum effort", און ס'האט מיר אנגעהויבן צוצוטרעטן צום הארץ אביסל, ווייל איך מצידי פלעג אסאך אוועקגעבן פון מיך פאר דעם סדר, וואס איז מיר געווען פערזענדליך נאנט צום הארץ, משא"כ אים האב איך געפילט ווי ער טוט מיר א גאנצע טובה, וואס ס'פלעגט מיך מער רעגן איז, אז ער האט געהאט נאך א חברותא, פון זיין פאריגן גילגול, וואס כ'האב פא"ר סא"ם א"ד ריזע"ן געפילט אז מיט אים לייגט ער יא אריין מער יגיעה און אינטערעס, ס'פלעגט מיר היפש דערקוטשענען אסאך מאל זיינע נארישקייטן, וואס כ'האב נאכנישט באגריפן ווי ווייט ס'גייט גיין, כ'קען אפי' נישט אויסרעכענען קיין משלים, ווייל כ'קען פון דעם אליין שרייבן צוויי דריי מגילות.

כ'וועל אבער יא שרייבן צוויי מעשיות, איינס איז געווען צווישן זומער און ישיבה זמן, ווען מ'האמיר יענע פאר טעג געלערנט מריחוק המקום, איז אויסגעקומען אז מוצאי שבת האמיר אויך געפלאנט אריינצולייגן א שעה, כדי צו ענדיגן ביז ווי מ'האמיר אפגעמאכט אז דארט מוז מען אנקומען, ביז ביידע זעמיר גרייט געווען איז שוין געווארן היפש שפעט, ענדליך זעץ מיר זיך לערנען אין מזל'דיגע שעה, נאך בערך א האלבע שעה לערנען זאגט ער מיר אז ער האט א בי"פ, הארצן גערן, נאך א מינוט קומט ער צוריק מיט אזא פראגע, היות אז זיין אנדערע חברותא וויל יעצט לערנען, און ער וועט שפעטער נישט קענען, וויל ער וויסן אויב ער קען גיין צו אים, און ער וועט מיך צוריק רופן ווען זיי ווערן פארטיג, וואס וואלט איר געזאגט? נארמאל וואלט ער געכאפט אין קאפ פון מיר, אבער וועלנדיג זיין לויז, האב איך מסכים געווען, מיטן פלאן אז איך דערווייל אנרעכטן סעודת דוד מלכא משיחא, אינמיטן פרעגט מיר מיין פאטער שליט"א, שוין געענדיגט די שעה לערנען? האב איך אים דערציילט די גענצא מעשה, נעמט ער זיך לאכן פון מיך, "דו רעדסט זיך איין ער גייט דיך צוריק רופן?" און איך ענטפער אים נאך "יא, ער מיינט עס גענוג ערנסט, ער האלט באמת דערביי", נו וואס מיינט עטס ווער איז געווען גערעכט?!? זיכער מיין טאטע שליט"א, און ס'האט מיך זייער געבאדערט די פאקט אז כ'האב מיך איינגערעדט אז ער מיינט עס אמת'דיג, און זעה איך פונקטליך ווי שטארק אמת'דיג ער מיינט עס.

נאך א גוטע מעשה, איינע פון די ליל שישי'ס אין די זומער, זעמיר געגאנגען לערנען אין איינע פון די בתי מדרשים אין קעמפ, - צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ - מ'האט אונז ארויס געשיקט, און געהייסן אלע חברותות גיין שלאפן, איך אבער האב נאך אפאר קריגערייען זיך געשאפט פראטעקציע, און געגאנגען רופן מיין חברותא, נאר צו באקומען פון אים דעם תי' אז "נעע, יעצט האב איך שוין נישט קיין נערוון", דאס קומט נאכדעם וואס כ'האב מיר צונער געמאכט ביי די בהערדע אז זיי זאלן מיך לאזן בסוד סודות ארויס גנב'ענען מיין חברותא, און כ'האב נאך געהאט א שטיקל שווערע נאכט ביפאר אויך, ס'האט גוט אויסגעקלאפט אויף מיר, אזש כ'האב אראפגעקנאקט די שו"ע אויפן טיש, און אפגעיאגט ווי א הערש אנטלויפט אין וואלד (קרעדיט ר' יו"ט עהרליך ע"ה), כ'בין היפש לאנג געזיצן אזוי אין די טונקל און גוט געוויינט, (מיט טרערן), ס'הא מיר גענומען בערך פיר פינף שעה, ביז כ'בין צוריק געקומען צו מיין געהעריגע מוט, און געקענט אנגיין ווייטער מיט די סדר הלילה, אויך נאר נאכן באקומען חי' מעבר לים פון א נאנטע חבר מיינער, וואס איז אדורך די יארן אביסל.

פון דא און ווייטער האבן זיך זאכן אנגעהויבן מער און מער פארהאנקענען, ער האט געקענט קאט"ן א טאג, ווייל ער האט א חבר'ס תנאים, אדער סתם ווייל ער דארף זיך אויסלופטערן, דא דארט איז ער נישט אנגעקומען זונטאג, ווייל ס'איז קוים אנפאנג וואך, א.א.וו., כ'דארף ענק זאגן תירוצים פארוואס נישט צו לערנען?!?

אין איינע פון די טעג צוריק צו שטעלן סדר ביינונז, נאך עפעס א רייבעריי, האב איך אים געזאגט אז כ'בין גרייט אנצוהייבן נאכאיינמאל צו פראבירן לערנען מיט אים, אבער ער זאל אינאכט נעמען דאס פאלגענדע: 1- אויב מ'סטא"פ מיר אינמיטן, לערן איך מער קיינמאל נישט דער נושא, פשוט ווייל ס'גייט מיר ארויפברענגען צופיל ווייטאג, והשנית איז אז אויב דו חברותא'שאפט האקט זיך אפ, האק איך אפ פון אים פאר אייביג, אויך פאר די זעלבע סיבה, ווייל יעדעס מאל כ'וועל רעדן צו אים וועל איך מיך שפירן אין הארץ די אלע ווייטאג אויף אים, ווי אויך די חלק אז ער האט מיך גוט געפירט ביי די נאז די גאנצע צייט.

געזאגט האט ער אז ער איז מסכים צוריק אנצוהייבן מיטן גאנצן קנאק, און מ'האמיר טאקע צוריק אנגעהויבן, אבער עפעס נאך א טאג צוויי דריי האט ער עפעס נישט געוואלט קומען איין טאג, ער האט מיר געזאגט אז ער קען נישט קומען היינטף אבער מיין געפיל האט עפעס אנדערש געזאגט, האב איך מיך נישט געפוילט און געשיקט א שליח, זאל אים אנרופן און אזוי בדרך לא דרך געוואר ווערן וואס זיין פלאן איז, און פארשטייט זיך אז ס'איז באשטעטיגט געווארן די חלק אז ער פלאנט מער נישט צו קומען צו מיך לערנען בכלל, דאס איז שוין געווען ט"ו מאט"ש און כ'האב אים געלאזט א מעסעד"ז אז ער זאל פארגעסן מיין נאמען און פאו"ן נומער, און מער וויל איך מיט אים נישט האבן!! (יעצט עטס דארפטס פארשטיין אז כ'האב נישט געשריבן דא אלע פורים וואס ער האט געמאכט פון מיר די גאנצע צייט, וויל הזמן יכלה והם לא יכלו, ווי אויך ווייל נישט אלעס קען שרייבן און מסביר זיין בפומבי), אשר ע"כ בין איך געווען זייער אנגעווייטאגט אויף אים, עד כדי כך אז כ'האב געציילט די שעות און טעג וואס כ'האב שוין פון אים נישט געהערט, ער האט מיך גאר גערופן איין טאג אז ער זוכט א פארטאגס חברותא פאר די נושא וואס אונז פלעגן לירנען, אויב כ'וואלט געוואלט לערנען מיט אים, עטס האטס א מאל געפילט די טעם ווי מ'זאל אין אייך אריינשניידן מיט א שטומפיגע מעסער? דאס האב איך דעמאלטס געפילט!

ויהי היום, אין איינע פון די טעג פאר זיין חתונה, וואס איז פארגעקומען מחוץ לעיר, אין א וואך וואס כ'האב געהאט נאך עטליכע שמחות, און עקסטער אסאך ארבעט צו טוען, האט ער מיך אנגערופן לאדענען צו זיין חתונה כאילו לא היה, ווי אלטע גוטע פריינט, כ'האב ממש געוואלט שיסן דעמאלטס, אוי האב איך באוואשן דעמאלטס, אבער כ'האב געוואוסט ביי מיר אז ס'איז נישט ריכטיג אזוי צו טאן צו א חתן א וואך פאר זיין חתונה, האב איך אים שפעטער צוריק גערופן און איבער געבעטן אויפן שרייען אויף אים, נאכן צוזאגן אז כ'קום צו זיין חתונה ווייל "איך גיי נישט נישט גיין צו איינעם'ס חתונה ווייל איך בין צוקריגט מיט יענעם", האט ער זיך געוואלט איבער בעטן מיט מיר, נאך אפאר שעה אריינקלערן דערין איז מיר געלונגען ביי רובש"ע פאר קר"ש אים מוחל צו זיין, אבער צו זאגן אז כ'הא נישט קיין שווער הארץ אויף אים דאס קען איך נישט זאגן, גאר ווייט פון דעם.

נאך מער, אז איין טאג האב איך געקוקט בילדער פון אים אין ישיבה, און ס'בויך האט זיך מיר אנגעהויבן דרייען דערפון.

יעצט פרעג איך ענק, איז עפעס ראנ"ג מיט מיר? וואס וואלט עטס געטוען אזא צייט? האלט עטס אז כ'קען אים אינגאנצן מוחל זיין? און אויב יא האט איינער אפשר אן עצה???

החותם מתוך דמעות שליש
פייטן
פייטן טייערע איך שפיר מיט דיין צער
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

ס'לעצטע מאל כ'האב אנגעהויבן שרייבן האט מען עס פון הימל צוריק גענומען, כ'האף אז דאס מאל וועט מען עס לאזן דא אויף דעם "וועלט"

הכלל , זיך אזוי און כ'טראכט, "וואס קען איך שרייבן"? כ'פיל אן אינטערעסאנטע אינערליכע דראנג, וואס שלעפט מיר צו שרייבן אן ארטיקל, אבער כ'ווייס נישט וואס צו שרייבן, כ'האב עפעס נישט אין זאפאס קיין שום אינטערעסאנטע נושא אויף צום שרייבן, גארנישט וואס זאל ציען א ריכטיגע באזע שטימער, און אפי' נישט קיין ריכטיגע קריטיק זאגער און דעות טיילער אויך נישט, ס'עפעס נישט, אבער שטיל בלייבן קען מען אודאי נישט, האט די רבי זיכרוינעליווראכע ליארמעט ביים גרויסן דינער המוסדות, ממילא וועל איך לאזן מיינע הענט זיך צופירן אויפן כלי, און וואס ס'וועט ארויסקומען וועט ארויסקומען בעז"ה.
to be continued
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

בס"ד
די נאמען פון די מעשה איז:
די זיידע געמיינדע

דער רבש"ע דער מסבב כל הסיבות, האט אזוי צוגעפירט, אז משום איזה סיבה שתהי', איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו פארוויילן אויף אן ארט, ווא ס'געפינען זיך מערערע עלטערע אידן, לאויש"ט, זייענדיג דארטן אין דער פרעמד, קומט אויב אביסל זיך איינצוקוקן אין יענעמס לעבנס שטייגער, וואס אונזער פאל איז עס געווען די עלטערע חלק פונעם דור.
יעצט כ'וויל מאכן א שטיקל הקדמה: די עולם דא זאל נישט מיינען, אז איך קום ח"ו אפשפעטן און חוזק מאכן פון די עלטערע אידן, איך האב גרויס דרך ארץ פאר זיי, נאר וואס דען, אלס איינער וואס גלייכט צו שרייבן כסדר, און צו דער זייט בין איך א שטיקל אבזערווירער (אדער ווי מ'רופט דאס ביי אונז אין אמעריקע – א יענטע), מוז איך דאך אלעס מיטהאלטן, אין איבעראל מיך אריינשטעקן די נאניע מיינער, האב איך ס'זעלביגע געטוען דא, און ס'איז מיר געווען היבש קאמיש, צו זעהן די ספעקטאל וואס ס'קומט פאר דא, אזש איך מיט איינער פון די חברה מיט וועם כ'בין דא געווען האמיר כסדר געשמייכלט פון געוויסע אינצידענטן, עפעס איין טאג אינמיטן דער גאנצע דערינען, האב איך מיך אנגערופן צו אים, איך וואלט עס גערופן "די זיידע געמיינדע", ער האט אזוי הנאה געהאט פון דעם ווארט, אז ער האט עס כסדר איבערגענוצט, אזש כ'האב אנגעהויבן טראכטן צו מיר, אז אפשר איז כדי ארויסצודערווישן אן ארטיקל איבער דעם, דער עולם קען דאך הנאה האבן, און איין טאג אזוי שמועסנ'דיג מיט א נאנטער מיינער, האט ער מיר טאקע געזאגט אז דער עולם וואלט הנאה געהאט פון אזא ארטיקל, אשר ע"כ האמיר זיך געזעצט שרייבן, און דאס איז ארויסגעקומען.
מיין נסיעה צום זיידע שטעטל:
זונטאג נאכט 11:30 , מיט איין שמחה רוף איך אן מיין חבר, און כ'זאג אים אז כ'האב ב"ה יא באשטעלט דעם טיקעט און כ'קום מיט אויף דער נסיעה'לע.
מאנטאג 12:00 פארמיטאג, מ'זעץ מיר זיך אריין אין קאר, און ויסעו, מ'לאז מיר זיך ארויס צום עירפארט.
נאכמיטאג צייט האמיר אזוי געלאנדעט אין PBI עירפארט אין וועסט פאלם, און מ'זעמיר העפליך אפגעווארט געווארן דורך א היזיגער עלטערער אידל, גראדע א וויליאמסבורגער תושב, אבער ס'איז א גוטע אריינפיר צו א פלאץ, ווען דו זעהסט ווער זענען די מענטשן דא, זיי זענען די מאכערס, עד כדי כך, אז אפי' פון עירפארט זיי זענען זיי דער וואס נעמען דיך אפ.
אנקומענדיג צו מנחה מעריב, בין איך ערשטוינט געווארן, איך קום אריין אין א ביהמ"ד שכולה כהנים, כ'מיין זקנים, פון צווישן ארום 60 חברה דא, זענען דא אפשר 5 שווארצע בערד, אלע אנדערש זענען ברוין, עה אנטשולדיגט ווייס.
שוין כ'טראכט נישט קיין סאך, איך נעם מיר א סידור'ל, און זיך מיר אויף א פלאץ צו זיצן, זיכער מאכנדיג אז כ'נעם נישט אוועק קיינעם'ס פלאץ, אדער אז כ'זיץ נישט צו נאנט צו קיינעמס פלאץ אפי', (ס'הייסט אזויפיל האב איך נאך געוואוסט, האבנדיג אן אייגענע זיידע, אז ס'איז דא זאכן וואס מ'טוט נישט פאר א איד העכער די 60, און דאס איז איינע פון די זאכן).
אין מיין מח פארט יעצט אלעס על מי מנוחות, כ'זעה נישט וואס ס'קען זיין קיין פראבלעם, ווען כ'זעה איינער פון מיינע מיטרייזנדע, וואס איז שוין דע געווען עטליכע מאל, קומט צו רייסן מיט שמייכל, אז ער האט מיר פארגעסן צו זאגן, אז כ'זאל זיין גערישט, אז פון די אלע 60 חברה, גייען מיך כאטש 40-50 פרעגן ווען מ'איז געקומען, און ביז ווען מ'בלייבט, איך לאך מיך אזוי אונטער, ס'איז גאנץ א גוטע ווערטלף און ס'שטימט נאך אויך, און ביפא"ר אי"י נא"ו, קומט שוין איינער צו "ווען איז מען געקומען? ביז ווען בלייבט מען? ווי זענטס עטס? אה... הייסט עס אין יענע הויז, ס'באלאנגט צו הערשלען, ניין?", איך האב געקענט אפקויפן יענע דירה! ס'איז גאנץ גוט דארטן, הא?", ווען בשעת מעשה שטיי איך און איך האלט מיר די זייטן, כ'זעה אז ס'ווערט מקוים זיין נבואה.
הפנים די מער כ'דריי מיך ארום, זעה איך איין אז איך בין אריינגעפאלן דא אין אן ערנסטן זיידע שטאט.
ט"א מעי"ק ד"י לאנ"ג סטאר"י שאר"ט, האב איך אנגעהויבן איינזעהן זייער אן אינטערעסאנטע זאך, פונקט ווי אונז געזענק מיר אלע אין די ישיבה יארן, איז אלץ געווען אלע מינע מענטשן, ווען א טייל פון זיי זענען עסקנים, און א טייל פון זענען שטילע, א טייל עולם איז אייביג גרייט צו פארברענגן, און א טייל ווילן נאר זיין אליינס, וכו' וכו', ס'זעלבע געשעעניש קומט פאר ביי די עלטערע אידן, אבער פיל פיל שטערקער, און מער אויפפאלנד.
אט איז וואס כ'האב מיר צוגעזעהן ווילנדיג אין זיידע טאון:
אריינקומענדיג אין ביהמ"ד, איז מיר אנטקעגן געלאפן א זיס אידל, און מיט איין שמחה גיבט ער מיר שלום עליכם, און וויזט מיר אז אויף די דריטע רייע די צווייטע זיץ, איז ליידיג, און כ'קען דארט זיצן, אבער די דריטע זיץ, דארט זיצט עפעס א ערנסטע באטשי, וואס אויב כ'ברענג א קינד מיט מיר זאל איך וויסן אז דארט קען ער נישט זיצן, ווייל ס'וועט זיין בזיונות.
נאך אזא הקדמה, זעץ איך מיר אויפן דעזעגנירטן פלאץ, און כ'האב אן מאכן הקפות רינגס און ארום, זוכנדיג פאר א סידור, ביז כ'האב ענדליך געטראפן די שאנק ווי זיי ליגן, האב איך נאך מיט אפאר היזיגע איינוואוינער צוטוהן געהאט.
איינער האט - פארשטייט זיך – געמוזט וויסן ווער מיינע עלטערן\שווער\זיידעס זענען, און וואו זיי האבן געלערנט אין ישיבה.
בעת ווען א צוויטער וויל נאר וויסן פארוואס איך בין די, ווי לאנג, אין וועמענס דירה, וואס כ'האב מיט יענעם, און פיל פיל מער וויכטיגע אינפארמאציע.
זעה איך ווי צווי אידן אמפערן זיך ארום אינדערזייט, הערשל שרייט אז מ'דאוונט צו לאנג, ס'האט נישט קיין שום פשט צו דאווענען אזוי לאנג, די רבי זיכרוינע ליבראכע האט אויך נישט געדאוונט אזוי לאנג, אפי' אין די גוטע יארן האט ער נישט אזוי לאנג געצויגן, קוים קוים הייליגע טעג האט ער אזוי געדאוונט, אברהם אבער שרייט צוריק אז ס'איז נישט ריכטיג, ס'איז פשוט אז די רבי האט יא אזוי געוואלט דאווענען, נאר וואס דען, אז די אלע אידן דעמאלטס האבן געדארפט גיין ארבעטן, ממילא האט מען נישט געקענט דאווענען אזוי לאנג, אבער היינטיגע צייטן וואלט ער זיכער יא געהייסן דאווענען אזוי לאנג.
אזוי גייט די טענה'ריי אן פאר א שיינע פאר מינוט, ביז דער בעל תפלה הייבט אן שרייען "שא", ווייל ער דארף קענען זאגן קדיש פאר הודו, שטעלן זיך ביידע אפ, ווייל זיי זאגן אויך קדיש, זייט ביידע עלטערן לעבן שוין נישט, זאגן זיי קדיש נאך אפאר פעטערס וואס זענען אוועק אלס קינד אין קריג.
אויף מיין רעכטע זייט הער איך א שטילע זשומען פון דער איד וואס דאוונט דארט, בעת ווען דער לינקע שכן דאוונט דער גאנצע דאווענען אויף א ניגון פונדערהיים, (אויב איך געדענק גוט איז עס דער בבואו מאדום ניגון פון הרה"ק מ'רימונוב זי"ע), אזש ס'פארגייט מיר די אפעטיט פון דאווענען בכלל.
האב איך אנגעהויבן צו שפאצירן ארויף און אראפ, האפנדיג צו טרעפן א ווינקל זיך אייצוקורטשען דארט אן קיין שכנים, באקום איך בייזע בליקן פון ר'אנטשיל, א איד וואס זיצט אין א רעדער בענקל, "נו אההם", ווייזט ער מיט א שנעלע באוועגונג מיט די הענט, ווי צו זאגן "רוק זיך אוועק, כ'קען נישט זען די בעל תפלה".
בעת ווען פייוויש שרייט פון אונטן "לאז אים אפ, ער איז א גאסט", מיט קענטיגע הנאה, אז ער קין מיטן אלטן ר' אנטשיל האבן א געפעכט, "מיינס'ט ס'באדערט מיר" זאגט ער מיך נאכן דעווענען, "כ'האב אים פשוט געוואלט אנציען".
א קארגע 40 סעקונדעס נאך דער בעל תפלה טרעט אויס, הער איך שוין ציצקען פון הונטן, "נא, נו" שרייען זיי ווי אין א כאר, זיי יאגן זיך שוין, צו גיין וואו פונקטליך??
אבער דער בעל תפלה אונזערע זעהט אויס איז שוין געוואוינט צו די אלע מעשיות, און שטייט פאלזן פעסט, און ווארט אז ר' מענדל, וואס לערנט פאר משניות צווישן מנחה מעריב זאל אויסטרעטן, ווייל ער איז די שיינע איד אין דעם מנין, ענדליך נאך 3-4 לאנגע מינוטן האט ער אויסגטערטן, הערשט דאן טרעט דער בעל תפלה צוריק, און הייבט אן מיט זיין הייזעריגן שטימע די הויכע שמו"ע.
תחנון איז ווידער געווען א געפעכט צווישן צוויי אהבת קדומים אידן, אויב מ'זאגט נישט, ווייל ס'איז דער הילייגער עשבי השדה'ס יארצייט, אבער למעשה זרייט א צווייטער אז ווי באקקאנט האט ער געפירט א מחלוקה מיט רביה"ק, איז דארף מען יא זאגן, פארשטייט זיך אז די צד הקדושה האט צום סוף געזיגט, און מ'האט מיט גרויס טריאומף נישט געזאט תחנון.
ווען ס'איז געקומען צו מנחה, איז א פרישע מהפכה ענטשטאנען, ווען אחד מגדולי רבני דורינו איז אנגעקומען דארט אויף מנוחת הנפש, האט זיך תיכף געטוען א חילוקי דעות אין גרויסן, "די רבי איז אהער געקומען אויף אפרו און ער דארף נישט קיין איבריגע כבוד" שרייט זונדל, "צו ציילן ספירה קען ער בלייבן אינדערהיים", ליארמעט ער, "חוצפה" שרייט חיים יחזקאל, "ער קומט אהער דארפן מיר אים מכבד זיין", בעהט ער זיך, "ווילסט די גבאים זאלן אים מער נישט לאזן קומען אהער??", "א געשעפט האב איך מיט אים, זאל ער נישט קומען דא אויב ער דארף איבריגע כבוד" פארפירט זלמן בעל הגראסערי.
און אזוי איז די שמועס אנגעגאנגעו א שיינע פאר מינוט, ביז די רבי איז אריינגעקומען, און געזאגט פארן גבאי'ן אז ער דארף נישט די שטענדער, "ווייל אין דער פרעמד פירט מען זיך איינגעהאלטן", הערשט דאן האט זיך אלעס בארואיגט.
פארשטייט זיך אז רעדן ביים דאווענען דארט איז פונקט אזא ארטיקל ווי ביינונז אין היימשטאט, געוויסע רידן הויעך, און געוויסע שושעקן נאך העכער.
געוויסע פרייען זיך צו רבנים, און געוויסע באדערט עס.
אפי' בנווגע די מקוה קריגט מען זיך, די וועד ה'זיידעס, כ'מיין ה'מקוה, פארשפארט, און דער עולם שעלט אז 'מ'עג לאזן גיין אין מקוה כאטשיג ביז 12 אזייגער.
און אזוי גייט אלעס אן אזוי ווי ווען זיי זענען געווען אינג.
באמת וואלט איך געקענט שרייבן נאך לענגער, נאר כעת ערלויבט נישט די צייט, אויב כ'וועל האבן איבריגע צייט, וועל איך פראבירן צו שרייבן ווייטער, און אויב נישט וועט עטס ענק מוזן באגנוגן מיט אנדערע ארטיקלען, הצלחה.
נאר איין זאך, היוצא לנו מכל זה, הערט א מאמר החכם: אז מ'ארבעט נישט אין די אינגע יארן קוקט מעו אזוי אויס אין די עלטערע יארן!!
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

אה... הייסט עס אין יענע הויז, ס'באלאנגט צו הערשלען, ניין?",
"איך האב געקענט אפקויפן יענע דירה! "



גוט געשריבן!!
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

צו אלע מיינע טייערע חברים דא, איך האב ביי מיר א שטיקל פיוט'ל וואס כ'האב מיר פארשריבן א יאר צוריק פאר שבועות נאר כ'בין נישט אנגעקומען עס ארויסצולייגן מחמת קוצר הזמן, לייג איך יעצט ארויס, ווילאנג ס'איז נאך אין די ז' ימי תשלומין.

פיוט לשבועות


בס"ד

אנו בני ישראל בני האבות הקדמונ ים
אלוקינו שבשמים להודות אנו צריכ ים
בתחילה עובדי עבודה זרה היו הראשונ ים
בלי ידיעת ה' יתברך השוכן במרומ ים
גלה כבודו לאבינו בהיותו ג' שנ ים
גרם לו שהצריך להטמין את עצמו במער ים
דיבר עם בני אדם לעשות גר ים
דבריו בכל הארץ היו נשמע ים
הכרית ברית עם השי"ת עבור גלות מצר ים
התכלית יהיו שיקבלו בניו עשרת הדבר ים
וכן התנה הקב"ה עם מעשיו תנא ים
והיו יושבים ומצפים עם יקבלוהו בני השבט ים
זה הדבר אשר צוה להכין שלש ימ ים
זה כו"ע מודי שבשבת ניתנו המשפט ים
חס ושלום לעבוד אלילים אחר ים
חיבר שני הדברים מה שאי אפשר בשאר ברוא ים
טהור ישראל וגאונו מדבר מתוך ברק ים
טמן בערפל יעננו בקול ובלפיד ים
ישא את שמו לשוא לא ינקה מעונ ים
ישבות ביום השביעי האזרח והגר כאחד ים
כי ששת ימים עשה את השמ ים
כבד את אביך אשר נתן לך מעדנ ים
לא תרצח כי לא יחמול על נפש ההורג ים
לא תנאף כי גם הם מומת ים
מחבירו נלמד שמגונב נפשות מדבר ים
מה חבירו במי שמומת אף הוא באותו דינ ים
נחייב במיתה גם המעיד שקר ים
נפש תחת נפש תיקח בזוממ ים
סוף דבר לא תחמוד מרעים וחבר ים
ס' נתן בין דיבור לדיבור להחזיר עליהם בתמ ים
עם ישראל את הקולות היו רוא ים
עשן ההר כעשן הכבשן ויעמדו ברחוק ים
פה לפה הודו שה' הוא אלוקי האלוק ים
פתחו וענו נעשה ונשמע לכל החוק ים
צוה אותנו לעשות ככל החוקים ומשפט ים
צדק וישר נעשה ונקבל שכר כפלי כפל ים
קרוב הדבר אליך ולא הוא מעבר לימ ים
קום ועשה מצותיו ותגרום נחת רוח מעול ים
רבוש"ע גלוי לפניך ששאור שבעיסה מעכב ים
רחם עלינו ותראה שאנו בתשובה לפניך חוזר ים
שובה אלינו ונשובה לך בתחינה מבקש ים
שתגאלינו במהרה בשובך לירושל ים
תמהר ותחיש לעמך הנרדפ ים
תחינה ותחנון לפנין אנו מרב ים
ישראל אשר בך אתפאר תאמר לנצח נצח ים
חיים כולכם היום בתורה ובמעשים טוב ים
חזק לעמך הנאהבים והנעימ ים
ואמץ להם עד ביאת בני מלכ ים
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

WOW
דו ביסט ריזיג!

נאו ווארדס.
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

זאלצמאן האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:35 pm
WOW
דו ביסט ריזיג!

נאו ווארדס.
אן אמת'ע דאנק פאר דיין דאנק!!
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

בס"ד
צו אלע מיינע טייערע חברים, אזוי ווי כ'האב צוגעזאגט צו שרייבן איבער מיין נסיעה מיט מורי ורבי כ"ק אדמו"ר שליט"א מ'דינוב זעה דא , האב איך מיך גענומען צו די ארבעט, נאר מיט יו"ט אינדערמיט, און אפאר זאכן וואס האבן געווארט צו ווערן ערלעדיגט, האב איך מיך אביסל פארשלעפט, אבער ב"ה מ'האמיר שוין אנגעהויבן.
דא האט איר דעם ערשטן חלק, און איך האף ס'וועט נישט נעמען לאנג ביז די קומענדיגע וועלן נאכפאלגן בעז"ה.
איך וועל מיך זייער פרייען צו הערן הגהות, פראגעס, און קאמענטארן דערויף, אינעם הגהות אשכול אט דא!

מסע המלכות בראשות כ"ק אדמו"ר שליט"א מ'דינוב - לעורר מקד"ם
חלק א' - קאלוב קערעסטיר



א גוט יאר אייך מיינע טייערע חברים, איך זעץ מיר ענדליך אראפ, שרייבן איבער די נסיעה קיין מקומות הקדושים, פארגאנגענע דינסטאג במדבר העעל"ט, בראשות מורי ורבי כ"ק אדמו"ר שליט"א מ'דינוב.
אום דינסטאג 2:15 האב מיר געהאט די זכיה אזוי ווי יעדן טאג, צו דאווענען מנחה, מיטן מנין פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, אין בית מדרשינו הגדול, ברוב עם, ווען מיט א פארלייכטערונג אין קאפ, זאג איך מיר תפלת הדרך ביי שמע קולינו, זיך גרייטנדיג אויף דעם שוין אזו לאנג געגארטן נסיעה, ווי מ'וועט אי"ה אויסבעטן כל טוב וטוב ביי קברי האבות, און אהיימברענגן השפעות טובות מיט אלעם גוטן, לנו ולכל ישראל, פאר אלע חברים, גוטע פריינט, און די גאנצע משפחה.
ביז מיר האבן זיך דערזעהן אויפן פליגער, בין איך נאך א דורך אפאר גילגולים, אבער כ'וועל יעצט אלעס אויסלאזן, כדי צוצוקומען צום ציל.
2:15 אונגארישע זייגער
מ'האמיר ב"ה געלאנדעט אין הויפטשטאט בודאפעסט, וואו מ'טרעף מיר זיך צוזאם מיט נאך אפאר אידן, זייענדיג אלס צוזאמען אויף ביזדערווייל א קיימא לן פון ארום 50 אין צאל, ביז מיר טרעפן זיך אינדרויסן פון עירפארט, אפגעזיגלט, און גענומען די פעקלעך יעדער איינער באזונדער, מ'האט שוין אויפגעהאלטן אפאר חברה פארן האבן צופיל צוגארעטליך, און פארשטייט זיך אליינס אז צוויי בחורים האבן באוויזן אנצוקומען אויף עפעס אן אנדערן שטאק, אבער ב"ה ללכת האט אונז אפגעווארט דארטן, און מ'זעץ מיר זיך אנידער אויפן באס בשטומ"צ, און פיעכאלה.
מ'לאז מיר זיך ארויס צום ערשטן סטאנציע, צום הייליגן שטאט קאלוב, ווי ס'ליגט אינעם אלטן ביה"ח הרה"ק ר' אייזיקל קאלובער זי"ע, וואס זיין גדלות דארף מען פאר קיינעם נישט מסביר זיין, און די התעוררות האט זיך תיכף אנגעהויבן, אפי' נאך זייענדיג האלב פארקלעבט און מיד פונעם וועג, איז אבער בלויז דערמאנען דעם שטאט קאלוב גענוג געווען אויף צו וועקן דעם ציבור, און איבערהויפט ווער ס'האט שוין געהאט די זכיה דארטן צו זיין אמאל, פאר דעם דארף מען דאך זיכער נישט מסביר זיין די גרויסקייט פון אט דעם מקום קדוש, אבער מיט דעם אלעם האט הגה"צ די דיין און ר"י שליט"א געגעבן א שטיקל שיעור אויפן וועג, דורך די לייוו הוקאפ פון קול דינוב, אז אלע טענדערס זאלן קענען מיטהאלטן, (ס'האט אונז געפעלט א באס אנהייב, און מ'האט ממילא נישט געהעריג געפיט אין צוויי באסעס געהעריג, האמיר געהאט אפאר טענדערס אויך, פרעג מיך נישט פארוואס מ'האט נישט גענומען קיין דריטע באס), ער האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון הרה"ק מ'קאלוב זי"ע, און דערציילט וואס דער ד"ח זי"ע האט געזאגט איבער די קדושה פון הרה"ק מ'קאלוב זי"ע, און דערנאך האט מען געזינגען א ניגון התעוררות, אויף זיך צו דערווארעמען.
אנקומענדיג קיין קאלוב איז מען אפגעשטיגן פון די באסעס, און זיך געגרייט בחרדת קודש אריינצוגיין צום ציון הקדוש, ווי טויזענטער אידן פלעגן פארן, נאך בימים ההם, אין די צייטן פון אונזערע רבי'ס, און ווי יעדעס מאל איך בין דארט, האט זיך געטוען א רודעריי, איבער ווי אזוי ס'קען זיין אז הונדערטער טויזענטער מענטשן פלעגן אהין צו פארן אין יענע יארן, בעת ווען ס'איז נישט דא קיין פלאץ פאר גאנצע צוואנציג מענטשן אויפאמאל דארט אונטן, אבער אויף אזעלכע הייליגע מענטשן פרעגט מען נישט קיין שאלות, און מ'לאז מיר זיך אריין צום ציון זאגן תהלים.
נאכן צינדן ליכט, האט רבינו שליט"א אנגעהויבן דעם יהי רצון קודם אמירת תהלים, ווען אין זיין שטימע הערט זיך אן אויסגערגעווענדליכן הכנעה און בענקעניש לקדושים אשר בארץ המה, זעלטן וואס איך האב זוכה געווען צו זען רבי ומאורי אזוי בדביקות, אנהייבנדיג אמירת תהלים פון קאפיטל א', האט דער גאנצער עולם מיטגעזאגט, אזש די ווענט האבן מיט אונז מיטגעוויינט, ס'איז געווען מורא'דיג א ווארעמער מצב.
דערנאך איז רבינו שליט"א אראפ אין די מערה, ווי ער האט געזאגט דברי כיבושין והתעוררות, און ארומגערעדט איבער די השפעה וואס הרה"ק מ'קאלוב זי"ע האט משפיע געווען, הן בעניני גשמיות והן בעניני רחניות, ער האט ארויסגעברענגט בתוך דבריו, מה נורא המקום הזה, די יראת שמים וואס פלעגט זיין אויסגעשפרייט דא, און אז די ריכטיגע יראת שמים וואס דער צדיק פלעגט משפיע זיין, איז געווען אזעלכע יראה ווי די הימל האט פונעם איישטער, אזוי ווי ס'שטייט אז דער אייבישטער האט מיט זיין געשריי שטייף געמאכט די הימלען, און אזוי האלטן זיי זיך נאך ביז צום היינטיגן טאג, און אזא יראה האט ר' אייזיקל קאלובער זי"ע משפיע געווען, און וועט ווייטער משפיע זיין פאר אונז אלע.
תהלים האט מען געזאגט פון קאפיטל א', ביז י', יהי רצון, און קדיש, דערנאך האט מען געזינגען די ניגון סאל-א-קאקאש, מיט אירע ארגינעלע אונגארישע ווערטער, ווי אויך דער ניגון גלות גלות, המיוחסים צו הרה"ק זי"ע, ווען דא און דארט מערק איך אן שנירלעך טרערן רינען פון אידנ'ס אויגן.
ארויסגייענדיג פון ציון הק' האט מען זיך געוואונטשן איינער פארן צווייטן, "מ'זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס", אזוי וויי מיר האבן מקובל פון רביה"ק בעל מנח"א, אז מ'זאל זיך וואונטשן איינער דעם צווייטן.
די ציבור איז אריינגעלאפן אין בנין ר' יעקב פיש, נדבת ר' אברהם בראך פון וומס"ב, זיך אפצוקילן אביסל פון די שרעקליכע היצן דארט ביים ציון, (נעם 50 -60 אידן, און לייג זיי אריין אין א קליינע צימערל, אן עירקאנדישן, און זיי זאלן זאגן הויעך תהלים, און זינגען ניגונים, קענסטו זיך שוין די היצן וואס זענען דארט געווען), און עפעס טועם צו זיין, און ויסעו.
מ'פארט קיין קערעסטיר.
אנקומענדיג קיין קערסטיר, איז מען געגאנגען כאפן א מקוה, וואס ס'רוב עולם האט נאכנישט זוכה געווען דערצו היינט, נאכן פליען די ערשטע האלב טאג, און דערנאך איז מען אריין אין קוויטל שטוב פון הרה"ק מ'קערעסטיר זי"ע, ווי רבינו שליט"א וועט דאווענען מנחה, נאך אפאר קורצע מינוטן איז רבינו שליט"א ערשינען אין צימער, און צוגעשיקט צום עמוד בנו הגה"צ אב"ד ב"פ שליט"א חתן אב"ד קערעסטיר בערבעשט שליט"א, נכד הרה"ק זי"ע, בעת ווען אין צימער קען מען טאפן די ערנסטקייט אין די לופטן, האט זיך דער גאנצער ציבור געשטעלט דאווענען, (פאר די וואס קענען דעם פלאץ, ווייסן ווי אזוי אזא מנחה קוקט אויס, די בעל תפלה איז אין קוויטל שטוב, און דער עולם ציט זיך ארויס אינעם גרויסן צימער, און אינעם דערנעבנ'דיגע ביהמ"ד, אזש די גאנצע הויז ווערט פאראלאזירט ביי אזא מנחה), נאך א לענגערע שמו"ע מיט א כונה יתירה, האט מען געענדיגט דאווענען, זיך גרייטנדיג ארויפצוגיין צום ציון הק'.
ארויפקומענדיג צום ציון הק', האט רבינו שליט"א געצינדן פיר ליכט כמנהגו, און אנגעהויבן זאגן תהלים ברוב עם, פון קאפיטל י"א, מיט א השתפכות הנפש, ווען יעדע צוויי דריי מינוט שטראמען אריין נאך א מנין אידן, וואס זענען יעצט ארויף געקומען מיט דעם שאטל, וואס נעמט נאר בערך צען – צוועלף חברה אויפאמאל.
נאך א לענגערע פאר מינוט זאגן תהלים, אנקעמנדיג צו קאפיטל ל"א, האט מען געזאגט דעם יהי רצון, און י"ג מדות של רחמים, ווי דער גאנצער ציבור האט איינגעריסן וועלטן, להוושע בדבר ישועה ורחמים, בזכות הרה"ק פועל ישועות זי"ע, דערנאך האט רבינו שליט"א מעורר געווען די לבבות נשברות, און ארויסגעברענגט אז דער צדיק האט משפיע געווען גשמיות פאר אידן, נישט נאר פרנסה, נאר אלס וואס מ'דארף האבן, אלס כדי אז מ'זאל קענען דינען דעם רובש"ע בהרחבת הדעת, אן קיין זייטיגע שטערונגען, אויב אזוי וועט ער ווייטער משפיע זיין פון אלעם גוטן, לנו ולכל ישראל, אז מיר זאלן קענען דינען אבינו שבשמים אן קיין שום דאגות און טרדות, דערנאך האט רבינו שליט"א פארגעליינט די נוסח המציבה, און דערציילט א מעשה איבער די גדלות פון ר' ישעי'לע, איבער א איד וואס האט מער נישט געקענט עסן קיין טריפות נאכן עסן ביי ר' ישעי'לע איינמאל ביי מלו"מ, און ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אז "נאכן עסן ביי ישעי'לע איינמאל, קען מען שוין נישט עסן א זאך וואס איז נישט כשר'ס".
דערנאך האט רבינו שליט"א געליינט קוויטלעך, און מ'האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות און א ניגון שמחה.
דערנאך איז מען צוריק געגאנגען צום בית הרה"ק זי"ע וואו עס האבן זיך געשטעלט מניני מעריב, נאך מעריב איז פארגעקומען א קליינע לחיים בראשות רבינו שליט"א, ווי ער האט ארומגערעדט און דערציילט עובודות וסיפורים פון הרה"ק זי"ע, געוואונטשען לחיים פאר נכדי הרה"ק זי"ע, און דערנאך האבן זיי ארומגעוויזן דעם פלאץ פאר רבינו שליט"א, (דאס האבן מיר שוין נישט מיטגעהאלטן, כ'האב עס נאר נאכגעהערט שפעטער פון די מקורבים, כ'ברענג עס נאר דא אז עטס וועטס זעהן אין די בילדער, זאלט עטס נישט זאגן אז כ'האב עפעס אויסגעלאזט), די ציבור איז ארויף צום חדר האוכל, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע מאלצייט דורך ר' ישעי'לעס גאסטהויז, געפירט דורך נכדי הרה"ק זי"ע, נאכן בענטשן איז די ציבור געגאנגען מיט די שאטעלס צום דערנעבנ'דיגע האטעל אין טערצאל, ווי מיר האבן זיך איינקווארטיר פאר די נאכט, ס'איז ב"ה געווען שיין צוגעשטעלט, איך האב מיר אנגעגרייט פארן מארגענדיגן טאג, און ווי נאר מיינע אויגן האבן אנגערירט די קישן, בין איך ארויפגעפלויגן אויבן, (כ'דארף דאך באשרייבן דעם היינטיגן טאג דארט, נישט אזוי?).
המשך יבוא אי"ה

לעצט פארראכטן דורך פייטן אום דינסטאג יוני 18, 2024 11:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8865
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הערליך

די דינובע ניקס דא מערן זיך שנעלער ווי די פרעש אין מצריים...
סייקהעלפ
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:09 am

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייקהעלפ »

אויסטערליש, הערליך, זייער שיין באשריבן.


אבער ווער עס האט עס נישט מיטגעהאלטן וועט עס נישט פארשטיין.
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

תרמב האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 5:09 pm
הערליך

די דינובע ניקס דא מערן זיך שנעלער ווי די פרעש אין מצריים...
דאס טייטש נגוף ורפוי, אמאל זענען די מכות גוט
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
סייקהעלפ
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:09 am

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייקהעלפ »

תרמב האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 5:09 pm
הערליך

די דינובע ניקס דא מערן זיך שנעלער ווי די פרעש אין מצריים...
ביי א נסיעה פון +100 מענטשן מעיגסטו האבן 20 אייועלט ניקס. ניין?
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

סייקהעלפ האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 5:10 pm
אויסטערליש, הערליך, זייער שיין באשריבן.


אבער ווער עס האט עס נישט מיטגעהאלטן וועט עס נישט פארשטיין.
א טאטעלי עגרי
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
סייקהעלפ
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:09 am

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייקהעלפ »

פייטן האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 5:12 pm
סייקהעלפ האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 5:10 pm
אויסטערליש, הערליך, זייער שיין באשריבן.


אבער ווער עס האט עס נישט מיטגעהאלטן וועט עס נישט פארשטיין.
א טאטעלי עגרי
ביסט א גוטע שרייבער
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

פיין פיין!!! זייער גוט געשריבן!!!


מיר ווארטן און קוקן ארויס אויפן המשך!
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

מסע הקודש - לעורר מקד"ם
חלק ב' - אוהעל אונגוואר





יום ה' במדבר, כ"ט אייר – ב' לנסיעה
אויפשטייענדיג צופרי אביסל פאר די צייט, ווייל איך גלייך צו זיין צייטליך, און ווארטן אויף יענעם, נישט מ'זאל דארפן ווארטן אויף מיר, האב איך מיך געפילט ב"ה פריש און מונטער, פולשטענדיג גרייט פאר א פולער טאג, איך מאך מיר גרייט פארן טאג, און צוטייל די רענצלעך, עקסטער דאס וואס איך דארף פאר היינט און מארגן, וואס דאס קומט מיט מיר אויפן באס, און עקסטער די רענצל מיט זאכן וואס מ'דארף נאר פאר שבת, וואס דאס גייט אויפן טראק קיין דינוב, אז מ'זאל דאס נישט דארפן ארייננעמען קיין אקריינע, ווייל אויפן וועג ארויס מאכט דאס די וועג פיל פיל לענגער.
איך גיי אראפ, און לייג מיינע זאכן נעבן דעם באס, ווייל עס איז נאך פארשפארט, און מיינע זאכן גייען אריין אין טראק, דערנאך גיי איך צוריק אריין זיכער מאכן אז כ'האב גארנישט איבער געלאזט, איך געב צוריק די קארטלעך פארן דעסק, און מ'גרייט מיר זיך צו פארן.
זעלבסט פארשטענדליך אז מיט אזא גרויסער עולם איז נאך די זאך געווען פארשלעפט, און מ'איז ערשט ארויסגעפארן 7 אזייגער היזיגער זייגער, אנשטאט 6:30, ממילא האב איך נאך געהאט צייט פאר א שטיקל שפאציר, מיט איינער פון אונזערע מיטרייזנדע, אויף די שטאטישע גאסן, נעבן דעם טייכל דארט, אה! מחי' די לופט דארטן, אבער לאמיר זיך נישט אויפהאלטן מיט נארישקייטן, נאר זיך האלטן צום ענין.
מ'פאר מיר קיין אוהעל!
נאך איין קרישקעלע, אויפן וועג צו אוהעל, פארנדיג אזוי איבער בארג און טאל, דארט וואו אונזערע עלטערן זענען געזיצן אויף פערד און וועגענער לאנגע וואכן און מאנאטן, פארנדיג צו זייערע רבי'ס, אדער צומאל אויף מסחר, צו סיי וואס, האב מיר איינגעזאפט די הערליכע נפלאות הבורא פון ביידע זייטן, זעענדיג מיילן אויף מיילן פון וויינגערטנער, מיט וואס טאקאי איז געבענטשט געווארן, און ווייץ פעלדער, און קארן פעלדער, און פיל נאך, ס'האט זיך פון זיך אליין ארויס געשריגן דעם מה רבו מעשיך ה'.
7:45 מ'קומט אן קיין אוהעל, צוליב אן אומבאקאנטע סיבה האט דער באס אונז נישט אראפגעלייגט ביים ביה"ח, נאר ביי א דערנעבנדיגע געשעפטל, האמיר שוין געקענט אביסל שפאצירן אין אוהעל אויך פאר דעם פרייז.
אנקומענדיג צום בית המדרש שע"י הציון זעה איך די זריזין מקדימין חברה קאווענען שוין, א חלק עולם מקוה'ט, און ס'רעשט ציט זיך אויס די ביינער, זיך גרייט מאכנ'דיג אויף א תפלה במחיצת הצדיקים מ'אוהעל ומ'קאמארנא זי"ע, ב"ה ס'איז געווען הערליך שיין צוגעשטעלט קאווע מיט אלעם גוטן, צוקער, ספלענדא, און וואס ס'פעלט זיך אויס, אמת טאקע מ'טרונקט אין פאפירענע גלעזלעך, אבער ווען מ'קומט מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, איז דאך דער קאווע נאר דא ארויסצוהעלפן, ממילא האט עס באמת קיינעם נישט געבאדערט.
נאך די מקוה מיט די נאסע פיאות (ס'וויל זיך מיר עקסטער אויסשרייען א ש'כח פארן גרויסן טאטע אין הימל פאר די פיינע מקוה דארטן ב"ה), נאכן מיטהאלטן א טענה'ריי צווישן עטליכע אידן איבער דער ענין פון א טבילה לע"נ די קדושים אשר בארץ המה, צו מ'דארף קענען די טאטעס נאמען צו נישט, און נאך וואס עטליכע האבן זיך טאקע גע'טובל'ט לע"נ, האט זיך די זאך בארואיגט, און מ'גיימיר דאווענען שחרית בשטומ"צ.
צו שחרית איז צוגעגאנגען אחד מבני החבורה, און אראפגעלייגט א ווארעמע שחרית כדבעי, זייענדיג אויף א דאנערשטאג האט מען געזאגט די לאנגע תחנון, און געליינט, מ'האט פארקויפט די עליות, און היות ס'איז נישט געווען קיין לוי אין אונזער מנין, (האבנדיג געדאוונט שוין פריער), האבן עולה געווען דרי ישראלים, (כמ"ש רביה"ק בעל מנח"א שכהן לא יעלה שני פעמים, משום ברכה לבטלה), מיט ראשון איז מכובד געווארן הגה"צ ר' בנציון שליט"א בן כ"ק רבינו שליט"א רב דביהמ"ד שמן למאור, מיט שני איז מכובד געווארן מו"ה ששז"מ הי"ו משמש, און מיט שלישי כ"ק רבינו שליט"א, וועלכער האט עולה געווען און דערנאך מוצא געווען די ציבור מיט ברכת הגומל, (אינטערעסאנט אנצומערקן אז רבינו שליט"א האט דאסמאל געמאכט די ברכה מיט שם ומלכות שלא כמנהגינו, צוליב וואס עס זענען פארהאן אידן וואס מאכן די ברכה מיט א שם ומלכות, און רבינו שליט"א האט זיי געוואלט מוצא זיין אפי' כמנהגם), דער בעל קורא הרב ר' שמחה שליט"א ראה"כ, בן הגה"צ דיין און ר"י שליט"א איז געשטאנען אויף די רעכטע זייט, כמנהג זקן משפחת המלוכה הרה"ק מ'קאמארנא זי"ע וואס מנו"כ איז דארטן אין אוהעל, מיט הגבה גלילה זענען מכובד געווארן צוויי כהנים, כאילו אלס בקשת מחילה פארן נישט עולה זיין.
בעת וואס דער עולם עסט פת שחרית אין צווייטן (האלבן) שטאק אין ביהמ"ד אין צוטיילטע חבורות, זעה איך ביי די זייט איינע פון די כותבי קהלתנו, וואס האט אויך שוין געדאוונט מיט א פריערדיגע מנין, זיצט איבער געבויגן איבער זיין דיגיטאלער אוצר, און איז מלקט פארשידענע ספרים, און עובדות אויפן פערזענדליכן בקשה פון רבינו שליט"א.
בערך 9:45 בין איך ארויף צום ציון, זייענדיג דארט אליין מיט נאך איינעם האב איך מיר געצינדן ליכט אנגעגרייט א שטענדער פאר רבינו שליט"א, און מיך געשטעלט זאגן תהלים מיט א מורא'דיגע רואיגקייט ב"ה, אום 10 אזייגער איז רבינו שליט"א מיט א גרויס חלק עולם אריבער געקומען צום ציון, וואו רבינו שליט"א האט געהייסן זאגן דעם יהי רצון קודם אמירת תהלים המיוחס צום ישמח משה זי"ע, און דערנאך אנגעהויבן זאגן קאפיטל ל"א, ווען רבינו שליט"א דינט אלס שליח ציבור ווי אלעמאל, מ'האט געזאגט ביז נאך קאפיטל מ"א, אויסלאזנדיג סוף ספר ראשון שבתהלים, ברוך ה' אלוקי ישראל מהעולם ועד העולם אמן ואמן, האט מען געזאגט דעם יהי רצון און י"ג מדות של רחמים מיט א גרויסע ערנסטקייט, שוין זייענדיג דאן ער"ח, וואס איז מסוגל צו פועל'ן ישועות כידוע, ווייל די נשמות געפינען זיך דאן אויפן ציון (ווי כ'האב שוין זוכה געווען צו הערן עטליכע מאל פון הגה"צ די דיין און ר"י שליט"א, ואכמ"ל), דאן האט רבינו שליט"א ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון די שוכני עפר, הרה"ק מ'אוהעל ומ'קאמארנא זי"ע, רבינו שליט"א האט דערמאנט דעם פסוק ומשה עלה אל האלוקים, און אז אלע צדיקים האבן א ניצוץ הק' פון משה, איז ומשה עלה אל האלוקים, א בחינה פון צדיק גוזר והקב"ה מקיים, ווען די צדיקים גייען ארויף זאלן זיי גוזר זיין פיל מיט גזירות טובות, וישם המלך מ"ס על הארץ, מ"ס איז ר"ת משה און סענדר, וואס זענען די נעמען פון די הייליגע צדיקים וואס ליגן דא, ווי אויך האט רבינו שליט"א איינגעריסן איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק, און געבעטן אז די צדיקים זאלן איינרייסן וועלטן פאר אונז.
(פאר די קרישקע גלייכערס, רבינו שליט"א האט אינמיטן תהלים זאגן צוגערופן אחד מבני החבורה, און אים מרמז געווען ער זאל אריינשטעקן די ציצית זיינע וואס האט זיך אים ארויסגעשטעקט פון אונטער די כאלעטל.)
11:00 איז מען ארויף אויף די באסעס אויפן וועג קיין אונגוואר אקריינע.
אויפן וועג האבן מיר געזינגען ווארימע חסיד'ישע ניגונים וואס זענען נאך מיוחס צום מנח"א ולמעלה בקודש, זיך דערהאלטנדיג פריש אויף די שווערע אויסמאטערנדיגע וועגן, אנקומענדיג קיין אקריינע האט מען נאר אראפגענומען די מינדעסטע זאכן וואס מ'דארף האבן פאר די קומענדיגע פאר שעה, ווארום די באס (און ווען מ'קומט צוריק וועט שוין זיין עטליכע) בלייבט דא ווארטן, זיי פארן נישט אריין קיין אקריינע, (צוליב די מצב המלחמה האבן זיך שוין אידן געטראפן אן דרייווערס נאכן גרעניץ והשתיקה יפה), מ'גיימיר אריבער שפרייזן דעם גרעניץ, האפנטליך וועט עס נישט נעמען צו לאנג, און דערנאך ארויפגיין אויף די ספעציעלע באסעס וואס וועלן אונז נעמען נאר היינט אין אקריינע.
בשטומ"צ נאך א נישטיגע שטונדע, און פארשידענע מיספארשטעדענישן, אין וואס עטליכע היימישע האבן זיך אריינגעמישט און געמאכט סדר בעז"ה, געפינען מיר זיך שאפצירנדיג צו די באסעס אויפן אוקריינישער זייט פונעם גרעניץ, און מיר פארלירן איצט א שעה אויפן זייגער, (פון דא און ווייטער וועל איך שרייבן אוקריינישער זייגער ביז ביינאכט ווען מ'קומט צוריק).
אויפן וועג קיין אונגוואר האט אחד מבני החבורה אונטערגעהאלטן דעם ציבור אביסל, און אויך דערציילט א מעשה פלא, וואס האט פאסירט ביים פאריגן נסיעה בראשות כ"ק רבינו שליט"א, מיט איינעמ'ס פארלוירענעם פאספארט, וואס יענער האט געהאט ממש השגחה פרטית, און פילע אידן האבן נאך געדענקט בערך יענע מעשה, שוין גייענדיג צוריק מיט אכט יאר.
אום 4:10 אוקריינישער זייגער זענען מיר אנגעקומען ב"ה קיין אונגוואר, מקום מנוחתם פון הגאון בעל קיצור שו"ע און הרה"ק הרמ"ל מ'סטריזוב זי"ע, (וואס איז ארגינעל געליגן אין מונקאטש, נאר מ'האט אים מפנה געווען יארן צוריק), דודו זקינו פון רבינו שליט"א, (ווי אויך ליגן דארט דער מהר"ם א"ש און נאך).
פארן עליה לציון איז רבינו שליט"א אריבער אויף א קורצע באזוך צו הרב ווילהעלם, ארטיגער חב"ד רב, וואס טוט אויף אסאך פאר די ארטיגע אידישקייט, און רבינו שליט"א האט אים אנגעוואונטשן בברכת תחזקנה ידיכם, מיט כל טוב וטוב.
אנקומענדיג צום ציון פונעם בעל קיצור שו"ע, האט מען אונז געעפנט די טויערן פונעם אוהל, און מ'זעמיר אריין זאגן תהלים, מיט א קליינער עולם, (ליידער נישט געקענט זאגן קיין י"ג מדות של רחמים, ווייל ס'איז נישט געווען קיין מנין אויפאמאל), און דערנאך זענען מיר געגאנגען צום ציון פון הרה"ק מ'סטריזוב זי"ע, ווי רבינו שליט"א איז שוין דארט געווען, ווען איך בין אנגעקומען, קוים מיט צרות האב איך מיר אריינגעשטופט אין אוהל, און מיטגעזאגט תהלים, בעת ווען צענדליגע אידן שטייען און פועל'ן מיט פון אינדרויסן, נאך תהלים קאפיטל מ"ב – נ"א, ואמירת יהי רצון האט רבינו שליט"א ארומגערעדט און דערציילט א מעשה פון זקיה"ק השוכן שם, איבער ווי אזוי מ'ווישט אפ א יתומ'ל וואס איז פארשמירט געווארן (ואכמ"ל, מ'קען אפשער עפענען א פרישער אשכול איבער אלע תוכן פון די נסיעה, אפשר וועט מען אנהייבן ארבעטן דערויף), אזוי זיך אריינקוקנדיג זיך אין צורת קדשו פון רבינו שליט"א, האב איך באמערקט טרערן רינען פון זיינע הייליגע אויגן, א זאך וואס איך האב שוין לאנגע יארן נישט געזעהן ביי אים, (אע"פ וואס איך האב שוין אסאך זאכן געזעהן דא, זיך דרייענדיג אסאך במחיצתו), דאס אליין האט מיר אויפגעשאקלט טיף אין מיין נשמה אריין, און יעדעס מאל איך דערמאן זיך דערפון גיבט עס מיר א שטיקל ציפ אין הארצן, (מיין השערה איז אז דאס איז צוליב וואס ער האט דערציילט א מעשה פון איתומ'ל, וואס רבינו שליט"א איז שטארק עמפפינדליך צו יתומים, זייענדיג אליין א יתום מאמו הרבנית ז"ל, און ווי ס'איז אנגענומען פארשעדענע האר אויפשטעלנדע מעשיות וואס רבינו שליט"א האט אלס געטוען פאר יתומים, וואס מ'קען נישט פארציילן צוליב כבוד המשפחות, שוין צופיל גערעדט, כ'האף מ'וועט מיר נישט הייסן שניידן שטיקער), אבער דאס איז אלס כפי קוצר שכלי, ס'קען גיין אסאך אסאך טיפער ווי דעם, ומי יעמוד בסוד קדושים.
ענדליך ס'איז שוין 5:06 אוקריינע צייט און מ'לאז מיר זיך שוין ארויס צום עיר האבות מונקאטש, אחד מעסקני הנסיעה רופט אויס אין קורצן די סדר הזמנים פאר מונקאטש, ויסעו מ'אונגוואר.
הגה"צ די דיין און ר"י שליט"א נעמט איבער די לייצעס, און פארציילט אפאר הערליכע עובודת וסיפורים, פון זקיה"ק רבינו הקוה"ט בעל מנח"א זיעועכי"א, און ווארעמט אן אונזערע הערצער לקראת עליה לציון, וואס וועט ערשט פארקומען א שיינע פאר שעה ארום).
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
לג בעומר
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 04, 2024 9:09 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לג בעומר »

די רב איז צוגעגאנגען צו ר סענדערל קאמארנערס ציון?
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

לג בעומר האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 2:06 pm
די רב איז צוגעגאנגען צו ר סענדערל קאמארנערס ציון?
אודאי
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
לג בעומר
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 04, 2024 9:09 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לג בעומר »

לויט ווי איך געדענק האט די רב אמאל געזאגט אז ער גייט נישט צו וועגן ער ליגט נעבן די רעבעצין פונעם ישמח משה
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

לג בעומר האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 2:14 pm
לויט ווי איך געדענק האט די רב אמאל געזאגט אז ער גייט נישט צו וועגן ער ליגט נעבן די רעבעצין פונעם ישמח משה
און ממילא?
אונז קענען אריין אין די קאמענטארן אשכול?
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
סייקהעלפ
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:09 am

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייקהעלפ »

Wow is an understatement!!

איך בין דארט געווען אבער אזוי גוט אראפגעשריבן מיט אזוי פיל דיטעילס, זייער זייער א גוטע ארבעט.


איך בין געווען אויף די אנדערע באס ווי דיר, דארט האט איינער פון דעי היימישע וואס האבן געהאלפן ביים גרעניץ מיט דעי אוקריינע פויערן וועכטער, פארציילט אויך א היינטיגע מעשה פון די מנחת אלעזר וואס האט פאסירט פאראיאר ביים יארצייט און דינובער בית המדרש און קרית יואל .

איך האב געזעהן טרערן און די אויגן פון די רב ביים ציון און קערעסטיר און עס האט מיר זייער אויפגעשאקלט.

Keep it coming.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”