טייערע יודישע ברידערס איך בעט אייך הילף!!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

טייערע יודישע ברידערס איך בעט אייך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

א גוטן טייערע יודישע ברידערס איך בין שוין א גוטע פאר יאר א גרוש, אין אויך געווען א עלטערע בחור ליידער, איך בין אויך געווארן געסקיפט, איך האב עכטע נישט קיין חברים, ווייל איך האב געלערנט אין א שוואכע ישיבה, ווייל איך האב געהאט א שוואכע קאפ אלס קינד, אין איך בין שוין גיין ארבעטן פון די 18 יאר אלט, יעצט קלאפט עס אויס ווייל מיינע אינגערע ברודער אין געשוויסטער קומען נישט מער צו מיינע עלטערן, ווייל זיי האבן שוין קינדער אין איך בין נאך אלץ אויף ווייסער, איך האב צו אסאך פרייע צייט, איך ווער שוין מושגע מיט מיך!!!
לעצט פארראכטן דורך Ny-17 אום דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:14 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1987
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

אוי אוי. מיין הארץ גייט אויס פאר דיר. איך האב נישט קיין ווערטער.
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אוועטאר
nobody
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

איך האב דיר שוין א שטיק צייט אינזין ביי מיינע תפילות,

חזק ואמץ,

דער באשעפער זאל דיך געבן כח און מעגליכקייט אנצוגיין מיט דיינע הייליגע פעולות.
חיים שרייבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:50 pm
דער באלעבאס איז א משלנו וואס האט אפגעריפט א דרייפערטל שטאט און דערנאך געמאכט א ויברח מיט די לא יחרץ געלט... וואטעווער...'
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4593
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

אוי אוי דאס הארץ רייסט אזאנס צו ליינען.

איר האט מיך שטארק אויפגעשקאלט, מענטשען מאכן ליידער גאר אסאך מיט, זאל הקב"ה דיר גיבן די כוחות אנצוגיין און בעז"ה גאר בקרוב זאל מען הערן שמחות ביי דיר אמן.

איז דא עפעס ספעסיפיק וואס מקען אייך העלפן? אדרבה מוועט פרובירן וויפעל מקען.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
קמן
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:43 am
לאקאציע:און מיין פיינט'ס לינקע זאק וואס ליגט און בוידעם

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמן »

😭😭😭😭😭😭😭😭
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:13 pm
- נישט אין סאטמאר גערעדט -
זיכסט מיך❓️ דא ⬇️❗️
ucp.php?i=pm&mode=compose&u=29410
Car Rental Expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 6:19 pm

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Car Rental Expert »

חסד השם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:03 pm
אוי אוי דאס הארץ רייסט אזאנס צו ליינען.

איר האט מיך שטארק אויפגעשקאלט, מענטשען מאכן ליידער גאר אסאך מיט, זאל הקב"ה דיר גיבן די כוחות אנצוגיין און בעז"ה גאר בקרוב זאל מען הערן שמחות ביי דיר אמן.

איז דא עפעס ספעסיפיק וואס מקען אייך העלפן? אדרבה מוועט פרובירן וויפעל מקען.
אפשר א ארבעט א דזאב
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2430
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

מ'קען וויסן דיינע דיטעילס פאר א שידוך? שיק מיר אין אישי
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

אויב האסטו א קשר מיט דיינע געשוויסטער לאדען זיך איין צו זיי ווארט נישט זיי זאלן דיר רופען צומאל כאפט מען זיך נישט אז דו דארפסט עס אפילו אויף א וואכן טאג קענסטו פרעגן דיין שוועסטער צו דו קענסט אריבער קומען צו זיי פארשטייט זיך נאכדעם וואס די קינדער שלאפן שוין די לאנגע מוצ''ש קען זיין א געלעגנהייט אדער אפשר נעמסטו זיי ארויס איינמאל א חודש צו א פארברענג.

היינט איז דא שוויצען אין אלע היימישע געגענטער אפשר לוינט זיך אהין צו גיין א ליל שישי אדער א זונטאג קענסט אנקניפן פריינדשאפט די עולם זיצט דארט געווענליך לכתחילה אויף צו קאלעצען אן די טעלעפוין
אוועטאר
גרעי עריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 26, 2023 5:21 pm

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעי עריע »

מיין טייערער חבר שליט״א איך שפיר באמת דיין צער אין ווייטאג.
קיינער וואס גייט דאס אדורך קען דאס נישט פארשטיין.
איך אין דיינע שיך וואלט שוין לאנג נישט דא געשריבן, דאס אז די שרייבסט דא אויפן וועלטל וויזט דיין שטארקייט וואס די האסט.

דוד המלך איז געווען אויף א שפלדיגע מצב בגשמיות, פאסטיך, פארפיינטעט ביי זיין משפחה. אין ווי איז ער אנגעקומען, צום שפיטץ גדלות.

ומגביה שפלים עדי מרום!
מקימי מעפר דל ומאשפת ירים אביון

עס קומט מיטן אויבערשטענס הילף ליכטיגע טעג. איך בעט דיר נאר איין זאך אז ווען די טעג וועלן קומען בקרוב זאלסטו אונז מיטיילן די גוטע בשורות😀
מיין מיינונג פון היינט, איז דיין מיינונג פון מארגן
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

דאס הארץ רייסט
אוי טאטע האב שוין רחמנות אויף אלע יודישע קינדער!
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

איך האב דיר געלייקנט נישט ווייל איך האב ח"ו הנאה פין דיין תגובה, וואס איז דורכגעווייקט מיט פיין און ווייטאג וואס קיינער חוץ די בוכ"ע ווייסט,

נאר דיר צו ווייזן שטיצע, און דיר מחזק זיין, האלט דיר שטארק, די אייבערשטער וועט דיר נאך אויפרעכטען, וועסט נאך זיצן ביי דיר אינדערהיים ארומגענומען מיט דיינע לעכטיגע קינדער און אייניקלעך כשתולי זיתים סביב לשולחנך, וועסט האבן אי"ה א דור פון תלמידי חכמים און רבנים און שיינע אידן, מען וועט שטיין ביי דיין טיר נאך געלט, און מען וועט ווארטן זיך שואל עצה זיין מיט דיר, און וועסט נאך צו די זייט קאמפאזיטארן שיינע שלאגער ניגונים.... אוי קומט צייטן ברודערל האלט דיר שטארט תחזיק חזק אח שלי.
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

צ"ק מיין פריינט, מיט וואס קענען מיר אייך גרינגער מאכן אדער העלפן?
---
בד"ו בינעך נתפעל פון דיין איבערגעגעבנקייט און פון דיין דרייוו און עסקנות לטובת חברים כל ישראל אחים בדרך !! האסט ב"ה א שטארקע ענערגי, דארף מען וויסן ווי מען קען עס ניצן לטובה
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

אח שלי אחי הגדול בכמות ובאיכות,
ווער בין איך דיר צי מחזק זיין אבער אז די קענסט שרייבן מיט אזוי פיל ווי טאג מיז זיין אז די ביסט אויף גאר א הויעכע מדריגה.
נישט קיין סאך קענען דאס. ה' עמך אין דאנק דעים אייבישטער אז די קענסט אים ממליך זיין (דינען) אין נישט ער דינט דיר. עס זאגט זיך גרינג אבער חזר עס אין חזר עס. אין מלך בלא עם. אינז דארפען אים דינען נישט ער אינז.

עפעס ספעציעל די פילסט אינז מענטשעלעך קענען העלפן? לאז אינז וויסען
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

מי כעמך ישראל!! טייערע ברידערס איך האב נישט קיין ווערטער פאר ענק!!
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע:נישט ביי זיך

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

Ny-17 האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 10:45 pm
א גוטן טייערע יודישע ברידערס איך בין שוין א גוטע פאר יאר א גרוש, אין אויך געווען א עלטערע בחור ליידער, איך בין אויך געווארן געסקיפט, איך האב עכטע נישט קיין חברים, ווייל איך האב געלערנט אין א שוואכע ישיבה, ווייל איך האב געהאט א שוואכע קאפ אלס קינד, אין איך בין שוין גיין ארבעטן פון די 18 יאר אלט, יעצט קלאפט עס אויס ווייל מיינע אינגערע ברודער אין געשוויסטער קומען נישט מער צו מיינע עלטערן, ווייל זיי האבן שוין קינדער אין איך בין נאך אלץ אויף ווייסער, איך האב צו אסאך פרייע צייט, איך ווער שוין מושגע מיט מיך!!!
אוי טאטע, ווי פארנעמט מען אזויפיל פעין אויף איין רוקן.

מיין ווארעמע ברידער, מיין הארץ איז אפען פאר דיר.💔
איך ווייס נישט ווער די ביסט, אבער איך שפיר פאר דיר זייער שטארק. די האסט א פלאץ אין מיין הארץ וואס איך האלט אפען פאר דיר בעילום שמך.
איך בין דא פאר דיר, איך בין גרייט פאר דיר. איך בין גרייט צי אונטערהאלטן דיין רוקן פון איר שווערע לאסט.❤️‍🩹

איך ליב דיר ווי א גוטע ברידער, און איך בין מתפלל פאר דיין גאולה.
איך האף צי הערן פון דיר גוטע בשורות בקרוב ממש.

דיין ליבע חבר❤️
עם הארץ
אוועטאר
שעווראלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:36 pm
לאקאציע:אין קווארטל

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעווראלעט »

מיין הארץ איז ציפיצעלט אין צושפאלטען כגיי אויס פאר דיר אין יעדע עקסטערע צרה וואס די גייסט אריבער איך ווייס אז סשווער ביסט נישט קיין קינד וואס האט א מאמע וואס דעקט דיך צו ביינאכט מיט א ווארמע דעקע אין גיט דיר ריסעס מיט א שמייכל יעדן אינדערפרי ביסט אן ערוואקסענע מער נישט קיין קליין נפש'ל סשווער איך וויל דיר באגיסען מיט האפענונג אפי' איך האב נישט די רעכט נפשי חולת אהבתך איך האב דיר ליב איך שעץ דיין גבורת הנפש גיי אן האלט דיר שטארק די גייסט דיר ארויסזעהן פינעם מצב הזה איינטאג וועסטו זעהן אז נאר דורך דעם וואס איז דיר געווען שווער ביסטו געוואקסען מער

איך וויין מיט דיר יא סגעזונט צו וויינען ווען סטוט וויי

מיט טרערן געשריבן
כ'וויל זאלסט דערהערן
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:חאן יוניס

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

אוי מיין הארץ איז צעבראכן…

אבער געדענק אז יעדע זאך וואס דו גייסט נעבעך דורך, טוט נישט קיין צווייטער נאר דיין ״טאטע״ וואס וויל דיר נאר גוטס טוהן…

עם השם חזקו ונתחזקו!!
אוועטאר
שעווראלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:36 pm
לאקאציע:אין קווארטל

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעווראלעט »

אבנר בן-נר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 2:50 am
אוי מיין הארץ איז צעבראכן…

אבער געדענק אז יעדע זאך וואס דו גייסט נעבעך דורך, טוט נישט קיין צווייטער נאר דיין ״טאטע״ וואס וויל דיר נאר גוטס טוהן…

עם השם חזקו ונתחזקו!!
דאס קענסטו זאגן פאר דיר אליין נישט פאר יענעם וואס גייט דורך א צרה יענעם דארפסטו נאר מחזק זיין
כ'וויל זאלסט דערהערן
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:חאן יוניס

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

שעווראלעט האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 2:53 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 2:50 am
אוי מיין הארץ איז צעבראכן…

אבער געדענק אז יעדע זאך וואס דו גייסט נעבעך דורך, טוט נישט קיין צווייטער נאר דיין ״טאטע״ וואס וויל דיר נאר גוטס טוהן…

עם השם חזקו ונתחזקו!!
דאס קענסטו זאגן פאר דיר אליין נישט פאר יענעם וואס גייט דורך א צרה יענעם דארפסטו נאר מחזק זיין
וואס דען האב איך דא געזאגט אויב נישט חיזוק??
מה מקוה מטהר
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:29 am

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה מקוה מטהר »

אבנר בן-נר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 2:59 am
שעווראלעט האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 2:53 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 2:50 am
אוי מיין הארץ איז צעבראכן…

אבער געדענק אז יעדע זאך וואס דו גייסט נעבעך דורך, טוט נישט קיין צווייטער נאר דיין ״טאטע״ וואס וויל דיר נאר גוטס טוהן…

עם השם חזקו ונתחזקו!!
דאס קענסטו זאגן פאר דיר אליין נישט פאר יענעם וואס גייט דורך א צרה יענעם דארפסטו נאר מחזק זיין
וואס דען האב איך דא געזאגט אויב נישט חיזוק??
נישט דעס וויל ער הערן, אז די האסט נישט וואס צו זאגן,ביטע זאג נישט,מען ברויך וויסן ווי אן און ווי אויס
עם הארץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:31 am
לאקאציע:נישט ביי זיך

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הארץ »

מה מקוה מטהר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 3:16 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 2:59 am
שעווראלעט האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 2:53 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 2:50 am
אוי מיין הארץ איז צעבראכן…

אבער געדענק אז יעדע זאך וואס דו גייסט נעבעך דורך, טוט נישט קיין צווייטער נאר דיין ״טאטע״ וואס וויל דיר נאר גוטס טוהן…

עם השם חזקו ונתחזקו!!
דאס קענסטו זאגן פאר דיר אליין נישט פאר יענעם וואס גייט דורך א צרה יענעם דארפסטו נאר מחזק זיין
וואס דען האב איך דא געזאגט אויב נישט חיזוק??
נישט דעס וויל ער הערן, אז די האסט נישט וואס צו זאגן,ביטע זאג נישט,מען ברויך וויסן ווי אן און ווי אויס
איז דא א דיסלייק קנעפל ביי טשענס?
איך וואלט עס דא געניצט.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אייך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

וויפיל צער און פיין ליגט אין די שורות......
ניין אונז קענען נישט מחזק זיין, אונז קען מען העלפן זה בכה וזה בכה.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אייך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אזוי מאכן פילע מענטשן מיט און געבן עס נישט ארויס פון זייער פארווייטאגטע הארץ...
אוועטאר
ben chaimy
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 10, 2021 12:32 am

Re: טייערע יודישע ברידערס איך בעט אייך הילף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ben chaimy »

❤️
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר...........

איך קען דיר ס"ה זאגן, אז ווען איך בין געווען אין דעם מצב האב איך געטאן צוויי זאכן

א' געהאט א טשאב פון 4 נאכמיטאג ביז 12 ביינאכט
(איי וועסטו זאגן אז דו דארף זיך ווייזן אלס געסעטעלעטע אינגערמאן* אדער איז דיר שווער צו ארבעטן ביינאכט, איז צוויי סיבות פארוואס לוינט זיך צו ארבעטן אוף זיך צו דאס יא טוהן אין אזא מצב
1 פשוט יעצט טוסטו עפעס אנדערש .............?
2 אלץ גרוש איז צו זיין אן א עול פון 630 ביינאכט ביז 12 דו ערגסטע
*אלס די פראבלעם פון געסעטעלעטע אינגערמאן גענעך דיר ס"ה זאגן אז רוב מאל מען האט חתונה ווערט דאס מסודר, (וויפעל אינגעלייט איך קען) (נאך בעסער ווי א אינגערמאן וואס איז קלאמפערשט געווען מסודר ...........)

ב' (זייער וויכטיק מיי אפיניען) צו גיין צו א אינגערמאן איין מאל און 3 וואכן אדער אויב פעלט אויס איין מאל א וואך(אזוי ווי איך האב געטאן אנפאנג) פאר א שעה (אפילו דו האסט נישט עפעס מעטשע צו זיך אויס רעדן, סתם רעדן איז אויך מוראדיק גיט) "וואס טוט דאס פאר געלט" דארף נישט זיין משה גרויס אבער האבן א גוטע אויער און די 5טע שולחן ערוך

א גוט שבת💕
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”