ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

Of course האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:42 pm
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm
Of course האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 11:58 am
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 11:05 am
גרויליג צוצוקוקן די באציאונג פון געוויסע דא צום פותח האשכול.

שנית, בילל געיטס נוצט ער אלץ אן אריינפיר צו ארויסברענגען זיין נקודה, זיך אפשטעלן און דעבאטירן בילל געיטס איז א צייכן פון ווילן אוועקקוקן פון די עצם נקודה.

שלישית, איז אינטערעסאנט צו זען ווי געוויסע דא לערנען אפ זיין תגובה פיל מער ראדיקאל ווי ער האט געשריבן.

זיין נקודה איז וואליד, צו בשלימות, צו למחצה לשליש ולרביע. צוריקשיסן איז קינדעריש, דעבאטירן איז ערוואקסן.

ועל הכלל כולו יצא, די לעצטיגע טרענד אז יעדער וואס ברענגט ארויף א נושא ווערט תיכף פארשריגן אלץ אראפרייסער.

צו דיין לעצטע שורה, איך מיין אז די לעצטיגע טרענד איז טאקע דאס, אז יעדער ברענגט ארויף א נושא, ודוק.


איך גיי באלד עפענען אן אשכול

"האלט איר אז געלע באסעס איז חוקת הגוי"
"זענען די ראטן אונטערגעשטעלט דורך די ליבעראלן חרוב צו מאכן וויליאמסבורג וכל הקדוש לנו. ווי דער עוכר בלומבערג טראכט מסתם צו ברענגען אסאך קעצי'ס איינמאל וויליאמסבורג איז ליידיג פון חסידים"
"זענען די בראדוועי מאוויס דוקא גערופן בראדוועי צוצוציען די אינגווארג וואס זענען אויפגעוואקסן מיט בראדוועי מצה בעקעריי"
איז אלטערנעיט סייט א מהלך אפצופירן כלל ישראל דורך הייסן זיין פארנומען מיט די קאר און אנדערע שטותים יעדן שנ"י וחמיש"י

עס איז דא א לאאאאננגע ליסטע פון פראבלעמען וואס "דארט הייבט זיך אלעס אן"
דיין פריערדיגע תגובה פראווט נאר וואס איך שרייב דארט... דו ווייסט אויך אז ער האט נישט מכוון געווען אויף די דייביעטיס ארטיקל, און אויך נישט אויף די ארטיקל פון א אינוואליד וואס שטארקט זיך, פארט האסטו עס אויסגעקליבן אלץ דיין ביישפיל...

און ווידעראמאל קומסטו צוריק מיט די בילל געיטס דעבאטע, אבי נישט צו דעבאטירן די עצם נושא.

דיין וויטערדיגע שורות זענען 100 פראצענט גערעכט, אבער כ’ווייס נאכנישט וואו ס’קומט אריין דא.

אצינד צו דעם תגובה. כ’ווייס נישט וויאהין דו צילסט מיט געלע באסעס און ראטן, אבער די בעסטע דוגמא וואס איך וועל ברענגען איז טאקע די קאווער פון די שטיבל בנוגע די 90 פראצענט פסולע ספרי תורה. ווי איידל א הערה אויף דעם קאווער זאל געשריבן ווערן, האסטו אויפן ארט 10 ניקים מיט לינק’ס פאר מוחאות אשכולות... איינער האט דא מוחה געווען? כ’ברענג דיר פידבעק, וואס איז די אויפברויז דא?

ממש עד כדי כך?! מ’קען שוין נישט זאגן היינט א הערה אויף א מאגאזין? אויב איינער וואגט זיך צו גיבן אפי’ קאנסטראקטיוו קריטיק ווערט ער צעלייגט און צעזויגן אלץ נעגאטיווע אראפרייסער. ס’א גרויל!

מאגאזינען זענען געווארן פארהייליגט ביי די אינגערע חלק פון כלל ישראל אויף א עקלדיגע פארנעם. דאונט געט מי ראנג, איך ליין געוויסע פון זיי מיט גרויס הנאה, און זיי זאלן ווייטער אנגיין אויף א ריכטיגע וועג ביתר שאת.

און אינטערעסאנט איז אז די שטיבל איינגעשטעלטע האבן גלייך פארשטאנען אז דא האט פאסירט א גרייז, אבער די שטיבל אנהענגער קענען עס נישט אראפשלינגען ביז היינט.

אט דאס איז בלויז א דוגמא צו די לעצטיגע עפאכע אז ווען עמיצער ברענגט אפיר א הערה אויף אינע פון די מאגאזינען ווערט ער אטאמאטיש אן אראפרייסער.

די נמשל איז אט דעם אשכול, ווען פון אפירברענגען א ערנסטע נקודה למחשבה איז דער פותח פארוואנדלט געווארן אין א מענטש מלא אראגאנץ וכו’.

און שוין.

איך ווייס נישט אויב איך משוגע.

קענסט מיר זאגן די פוינט אין איין שורה?

דער פותח האט גערעדט פון גרושים פון מאמענט, איך האב גערעדט פון גרושים פון מאמענט.

איך פארהייליג נישט קיין שום מאגעזין, אויב דאס איז דיין פוינט.

מיין תגובה האט זיך באצויגן צו דעם (מבקש?) פותח האשכולס (נערישע) הנחה אז די אלע זאכן מיט וואס די דור ווערט בעסער (חינוך וטיפול מיוחד, ווייזן פאר קינדער אז מען פארשטייט זיי, זיכער מאכן אז אונזערע טינעידשערס האבן אן אוזן קשבת ווען נויטיג, מאכן די קינדער שפירן אז מען פארשטייט וואס זיי גייען דורך, און אז דער באשעפער קוקט צי און שעפט נחת ווען א איד שטארקט זיך איבער א נסיון, די חשיבות פון א מצוה, (שמעקט פון בעל שם הקדוש?), נישט פארשטאפן די געפילן, דאגה בלב איש "ישיחנה", וכו' וכו'.

זאגן אז דאס האט מיט ביל געיטס איז נעריש! חוזק מאכן פון אונזערע ממשיכים איז נעריש! דער אינגערמאן שרייבט זיינע שטורמישע געפילן נאך א דערהויבענע מינוט, אדער איז ער אנגעפיקעוועט מיט טשיפ טעאריעס.

נישט נאר וואס די זאכן זענען נישט שלעכט, נאר דאס איז גוט!


ווי איך האב געשריבן פריער, איז דא משוגעים אויף דיי זייט פונעם ספעקטרום פונקט אזוי.

דו מוזט אויך פארשטיין אז דער אינגערמאן (?) שיסט געפילן, און די פוינטס קומען ארויס צומישט

איך זעה דא פינעף טאפיקס/אשכולות.

1)שרייבן פאבליקלי אינטערוויאס (לגבי גרושים האב איך ערקלרט איז ער ראנג, אחוץ איינער וואס האט געזאגט אלעס איז אין בעסער יעצט. דייעביטיעס איז ער נישט גערעכט, וכו')

2)ביל געיטס, דאס איז סתם שטותים

3)האלט איר אז מען דארף טריעטן די היינטיגע בחורים די זעלבע ווי די נאצי געליטענע האבן געטריעט זייער קינדער

(די נעקסטע איז א פאול)
4)איז גאנץ אידישקייט אין סכנה צוליב וואס געוויסע עלטערן זאגן פאר זייערע קינדער איך האב דיך ליב און איך פארשטיי וואס דו גייסט דורך

וכו' וכו'.


דער גיסט אויס א ליסטע פון פראבלעמען. זאג מיר די פוינט אין איין ווארט, קען זיין איך עגרי, און אויב יא גיי איך דיר הייסן ארויסנעמען אלע משלים און פראבלעמען שלא מן הענין.
אונז רעדן זיך בכלל נישט צוזאם, און ס’קוקט אויס אז דו האסט שלעכט פארשטאנען דעם פותח האשכול. אלא קען גאר זיין אז אונז זענען נישט מחולק.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:49 pm
Of course האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:43 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:40 pm
מיר לעבן היינט אין א וועלט פון ’וויקטימהאד’ ווי מער וויקטים אלס מער ביסטו ’ענטייטלד’ פאר בענעפיטס די הויפט גרמא דערצו איז נישט ביל געיטס אדער די ליבעראלס ווי מאנכע ווילן ליפטערן... ניין די ליבעריליזם פון היינט איז די תוצאהפון אונזער באקוועמע וועלט וואס פון ששת ימי בראשית איז נאכנישט געווען אזא ספוילד ראטטען דור סיי ביי אידן און להבדיל ביי גוים.

כ’האב פונקט געליינט די וואך א גוטע ליין ’גוטע צייטן באשאפט שוואכע מענטשן, שלעכטע צייטן באשאפט שטארקע מענטשן’ מיר זענען גאר גאר גאר שוואכע מענטשן מיר האלטן נישט ביים ארבעטן שווער, וויפיל פון 3 דורות צוריק פלעגן עמטליך דאווענען נאך 9 אזייגער? מענטשן וואס האבן חתונה געהאט פאר איבער 30 יאר צוריק האבן נישט געדארפט אזויפיל סופפארט פון די עלטערן פארקערט סאיז געווען א געפערליכע לאו דיגניטי צו בעטן א דאלער פון א צווייטן. היינט וויל מען נישט טונקען קיין פונגער אין קאלט וואסער, מאיז הייקעל שבהייקל איי מהאט פראבלעמען נא וועט מען ווערן א וויקטים...
נו וואס איז די מהלך?
וואס שלאגסטו פאר?
מסביר זיין פאר יעדעם. און נאכדעם?
נישטא קיין עצה סאיז א פשוטע דרך הטבע פון 1+1 סאיז א גלגל החוזר און אזוי איז די מעכטיגע רוימישע אימפריה צאמגעפאלן

1 א גרופע hard working tough people בויען אן אימפריה
2 די אימפעריה ווערט רייך און שטארק
3 די מענטשן פון די אימפריה הערן אויף צו זיין טאףף און ווערן ספוילד
4 א צווייטע מדינה נעמט דיך איבער

כ’וויל נישט דערשרעקן קיינעם אבער סאיז בלויז א פראגע פון צייט ביז טשיינע ווערט די וועלטסמאכט
ס'איז אמת אז ס'איז א גלגל החוזר, און ס'איז אויך אמת אז פאוערפול פיפל שטייען און שטופן דעי קולטור פון אלע זייטן, און ס'איז ווארשיינליך אויך אמת דיין נבואה איבער טשיינע.

וואס ס'דארף געטון ווערן דערצו איז זייער א שווערע פראגע, ווייל ס'איז נאכקיינמאל נישט געווען אזא מציאות אין די היסטאריע אז א קולטור זאל זיך טוישן אויף א פרידליכע אופן, אלץ האט עס פאסירט נאר ווען די קולטור איז עקסטרעם שלעכט געווארן און גורם געווען אז עקסטרעמע שלעכט'ס זאל חל זיין אויף די מענטשן, וואס דעיס האט געברענגט אז א פייער זאל אויסברעכן און בלוט זאל זיך גיסן. ס'איז זייער שווער צו זען ווי אזוי מ'זאל איבערצייגן א געספוילטע דזשענערעישאן אז זיי זאלן איבערלאזן די בעט און ווארעמע דאכענע און זיך ארויפשארצן די ארבל, דו קענסט עס טון מיט אינדערווידואלן - צו איבערצייגן אין די ריכטיגע וועג פון לעבן, אבער די מיארעטעיט פון די דור וועט נאכאלץ בלייבן פארטונקען אין די באקוועמליכקייטן.

און נאכמער שווער איז עס ווען די מאוסט פאוערעפול פיפל אויף די פלאנעט שטופן דעי זאכן בכל הכוח, דו ביסט ווי א פליג קעגן א עלעפאנט.

די איינציגע זאך וואס איז שייך צו טון איז צו פאוקעקסן אויפן אינדערווידואל און די סביבה און פאמיליע און זיך אליינס. אבער מער פון דעם, מ'קען און מ'דארף טרייען צו פייטן בכל הכוח ווילאנג ס'איז שייך, אבער ס'איז העכסט ווארשיינליך א פארלוירענע שפיל, און נאר די אייגענע פאוקוס אויף זיך און אויף די אייגענע אינוועסטירן אין די אמת קען כאטש דיך און דיין דור האלטן אן טרעק.
לעצט פארראכטן דורך גראז אום זונטאג פעברואר 04, 2024 1:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
לעקסוס
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 19, 2022 8:16 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקסוס »

@Notes קודם נאדיר א גרינע פארן אשכול.
א שטארקע פוינט און א גוטע פעדער.
מזעהט אויף זיך אז דו ביסט א מענטש וואס טראכט טיף.

דו ברענגסט ארויס א גוטע פוינט און איך וויל עס איבער גיין צו זיין זיכער אז איך האב ארויס וואס דו זאגסט.
דו זאגסט אז לעצטנס טוט זיך א מוראדיגע אויפוואכונג אין די היימישע וועלט (חסידישע קאמיוניטי) איבער געפילן און ווייטאג און פילן אוקעי מיט די נעגאטיווע פילינגס, און דו קומסט זאגן למען השם פארוואס געבסטו וואלידאציע און באשטעטיגונג פארן שוואכקייט, ער גייט דאך וועלן בלייבן דארט, ענדערש זאג אים ווי נישט גוט סאיז צו זיין שוואך און נעגאטיוו און ברענג ארויס ווי גוט סאיז צו זיין א שטארקע מענטש, אזא מענטש וואס האט נישט קיין שוואכקייט און נעגאטיוויטי אין זיך און דאס גייט אים גורם זיין צו וועלן ארויס גיין פון זיין שוואכקייט און וועלן זיין שטארק און אזוי גייסטו אים ארויס נעמען פון די א.ג. בלאטע. משא"כ אז דו גייסט אים זאגן אז סאיז אוקעי צו פילן שוואך און נישט גוט גייט ער ווערן באקוועם דערמיט און נישט וועלן ווערן שטערקער.

איך האף אז כהאב גוט ארויס דיין פוינט.

ערגעץ וואו אינמיטן מישטו אריין נאך אפאר נושאים וואס איך מיין אז דיין פאקוס איז נישט געווען אויף דעם, נאר כדאי צו מאכן מער אינטרעסאנטער און ציענד די ארטיקל האסטו עס אריין געלייגט. אבער איך וויל עס יא אויסשמועסן פשוט צו מאכן זיכער אז איך האב גארנישט אויס געלאזט.

דו זאגסט אז די גאנצע אויפוואכונג פון געפילן און זיין באקוועם מיט די אייגענע שוואכקייט קומט פון די נייע היינטיגע גואישע ליבעראלע וועלט, וואס דארט איז אין די לעצטערע יארן געווארן א שטארקע נושא אז מאיז באקוועם מיט די אייגענע חסרונות. און פארוואס איז אין די ליבעראלע וועלט טאקע דא אזא אויפוואכונג, זאגסטו אז סאיז וויבאלד ביל געיטס האלט אז אזוי גייט ער מאכן מער געלט, וויבאלד אויב מענטשן גייען זיין באקוועם מיט זייערע שוואכקייט גייען זיי נישט וועלן ארבעטן, במילא גייען זיין ווייניגער ביליאנערן, במילא גייט ביל געיטס מאכן מער געלט, במילא גיסט ער אריין שווערע געלטער און אסאך פלעצער צו מאכן זיכער אז די היינטיגע יונגווארג באקומט די מעסעדש אז בלייבן שוואך איז גוט, במילא גייט ער מאכן מער געלט.

און דו פירסט אויס מיט א שאלה צו זענען די היימישע עולם (חסידישע קאמיוניטי) אויך געווארן נשפע פון ביל געיטס אגענדע פון מאכן געלט און זיי האלטן אויך אז זיין אוקעי מיט די אייגענע שוואכקייט איז א גוטע זאך?

ביז אהער מיין איך אז איך האב מער ווייניגער צאם גענומען דיין פוינט.


יעצט לאמיר זיך נעמען דערצו.
און מגייט אנהייבן מיט די לעצטע פוינט וואס איך האב אראפ געברענגט און דאס איז די ביל געיטס אגענדע.
כוועל דיך זאגן די אמת, סאיז מיר א ריזיגע חידוש וואס דו זאגסט אז ביל געיטס איז דער וואס שטייט אונטער די גאנצע אויפוואכונג. ביז היינט האב איך געוויסט פון 2 זאכן וואס מלייגט ארויף אויף אים, איינס אז ער שטיפט די וואקסינען כדאי צו קאנטראלירן די וועלט און די צווייטע אז ער האט אויפגעעפענט מייקרעסאפט כדאי צו מאכן געלט. די צוויי זאכן האב איך אייביג געוויסט צו זאגן אויף ביל געיטס. דאס אז ער שטיפט די אויפוואכונג פון זיין אוקעי מיט די געפילן האב איך קיינמאל נישט געוויסט אז סאיז זיין ארבעט.
כהאב פראבירט צו מאכן ריסורדש ווי ווייט מיין פילטער האט אדורך געלאזט און כהאב נישט געקענט טרעפן קיין איין מקור אויפן געוועב וואס האט עס באשטעטיגט. קען גאר זיין אז איך וועל דארפן אראפ נעמען מיין פילטער בכדאי צו קענען באקומען עקסעס צו די אינפארמאציע, קען זיין. אבער וואו ווייט שידי מגעת האב איך גארנישט געטראפן.

צו איך גיי יעצט זאגן אז סאיז ליגנט אז ביל געיטס שטיפט די אויפוואכונג, ניין. כהאב נישט קיין אנונג. אז דו ביסט אזוי זיכער קען זיין אז סאיז ריכטיג, כקען נאר זאגן אז ווי ווייט איך האב גענישטערט אויפן געוועב האב איך נישט געטראפן קיין מקור דערצו. און אדרבה ברענג מיך א מראה מקום (לינק בלע"ז) אז ביל געיטס שטיפט אזעלכע זאכן. כבין טאקע נייגעריג צו וויסן פון וואו דו האסט גענומען די הנחה

אבער דאס איז אלעס לגבי די גואישע וועלט, לאמיר אצינד גיין צו די היימישע וועלט (חסידישע קאמיוניטי) ווילסטו זאגן אזוי בדרך אפשר אז די היימישע עולם איז אויך געווארן נשפע פון זיינע זאכן וויבאלד מזעהט אין די היימישע אויסגאבעס די אויפוואכונג, מזעהט אז די אויסגאבעס פראבירט צו שטיפן די אגענדע פון זיין אוקעי מיט די אייגענע שוואכקייט און דו הייבסט אזוי אן צו טראכטן שטילערהייט אז ווער ווייסט? אפשר גאר האט ביל געיטס געזעהן וואס גייט פאר אין די היימישע וויליאמסבורגער גאסן ווי נישט לאנג צוריק האט זיך געגאסן דארט שווערע מיליאנען אין חלוקות און אלעס פון היימישע פילאנטראפן און ער האט אנגעהויבן צו טראכטן אז די מצב הייבט אן נישט צו טויגן און נאך אביסל הייבט ער אן צו באקומען אסאך קאמפעטישנס און ער גייט דערלייגן געלט, ער האט באמערקט אז אין די חסידישע קאמיוניטי איז דא צו אסאך געלט און סגייט אים שאדן.
נאך א לאנגע מיטינג וואס ער האט געהאט מיט זיינע יועצים איז ער צוגעקומען צו די מסקנא אז די עולם דארט איז נישט אזוי באקוועם מיט זייערע אייגענע שוואכקייטן און דאס איז וואס סמאכט זיי ארבעטן און מאכן געלט און אויב וויל מען אז זיי זאלן נישט האבן קיין געלט מוז מען אנהייבן צו שטיפן דארט די אגענדע פון זיין באקוועם מיט זיך אליינס און אזוי וועט קיינער נישט גיין ארבעטן און ער וועט קענען בלייבן מיט די גאנצע געלט.
די שאלה איז נאר וואס טוט מען דא? וואס איז די נעקסטע סטעפ?

איז געווען דארט א קליגע מענטש וואס האט זיך געגעבן א רוף אן, 'ביל, דו געדענקסט נאך פאר נישט א לאנגע צייט צוריק האט די ניו יורק טיימס געמאכט א גאנצע ארטיקל אנטקעגן די אולטרא ארטאדאקסישע קאמיוניטי? און ביל זאגט אים 'יא יא, עפעס דערמאנסטו מיך. אבער וואס האט די אולטרא ארטאדאקסישע קאמייוניטי מיט די חסידישע מענטשן צוטון?' זאגט אים זיין יועץ 'וואס דו ווייסט נישט? סאיז די זעלבע זאך' 'אהה, אוקעי כהאב נישט געוויסט, בושות מיינסט איינער האט געזעהן?'

בקיצור נאך א לענגערע דין ודברים איז געבליבן אז מגייט קאנטאקטן ר' נפתלי משה אינדיג וויבאלד זיין בילד האט פוגירט אויפן ארטיקל ווי ער נעמט זיך ארום מיט עריק עדעמס און לכאורה גייט ער קענען העלפן די מצב דא.

ר' נפתלי משה האט אינאנהייב נישט געוויסט וואס מוויל פון אים, אבער נאכן מסביר זיין אפאר מאל אז מען מיינט נישט גארנישט סך הכל האט ער א פראדוקט וואס ער וויל אדווערטייזן פאר די חסידישע קאמיוניטי און ער וויל וויסן וואו די בעסטע פלאץ צו אדווערטייזן איז, האט אים ר' נפתלי משה געגעבן די נאמבער פון זלמן ווידער און פון מאמענט.

(פארוואס נפתלי משה אינדיג האט נישט געגעבן די נאמבער פון די וואך און די שטיבל וויס איך נישט, דאס דארף מען אים פרעגן, איך פארצייל נאר די מעשה וואס איז געשעהן.)

געקלינגען האט ביל געיטס נאר מאמענט וויבאלד ער האט נישט געהאלטן אז סאיז נאך דא מענטשן היינט וואס קלינגען א נאמבער צו הערן נייעס און ער האט געהאלטן אז סאיז אשאד די געלט צו אדווערטייזן אויף קול מבשר, אבער מאמענט האט ער פארשטאנען איז א צייטונג און דאס האט ער געהאלטן גייען זיין מער מענטשן וואס גייען עס ליינען.

ווען ער איז אנגעקומען צו די מאמענט אפיס האט ער די ערשטע זאך געזאגט אז ער וויל רעדן מיט די ביג באס, נישט די CEO און נישט קיין מענעדשער, ער דארף די ביג באס. די סעקערעטערי וואס האט אויפגעהויבן די טעלעפון האט געזאגט אז די ביג באס איז נישט אוועלעביל אבער אויב וויל ער האבן א מיטינג מיט אים זאל ער שיקן אן אימעיל צו ביגבאסמאמענט עט דשימעל דאט קאם מיט זיינע דיטעלס און מוועט אים לאזן וויסן.

וויאזוי די מעשה האט זיך געענדיגט איז זייער אומקלאר, גארנישט איז דאקומענטירט, סאיז נישטא קיין ראיות אדער עפעס באווייזן וואס דא איז פארגעגאנגען.
און יעצט קומט @Notes פרעגן זייער גוט צו דא איז נישט עפעס פארגעקומען אינטערן טיש.

אויבן אויף לייקנט עס סיי מאמענט און סיי ביל געיטס אז זיי האבן בכלל עפעס א קשר צווישן זיך. אבער איך וואלט געזאגט אז מזאל עס איבער געבן צו די ניו יורק טיימס און זיי גייען שוין מאכן מטעמים פון דעם. די חברה דארטן גייען זיך פרייען דערמיט כמוצא שלל רב און איך וואלט געזאגט אז זיי גייען לכאורה אויך צאלן אן אפותיקו פאר דער וואס ברענגט זיי די סקאנדאל.


בקיצור המעשה דאס איז לגבי די חלק פון ביל געיטס.
סאיז קלאר ווי די טאג אז סהערשט א מוראדיגע אומקלארקייט איבער די גאנצע נושא און וועגן דעם קען איך מיך נישט באציען צו דעם ווילאנג סאיז נישטא קיין קלארע הארטע באווייזן און ווילאנג די אויספארשונג איז נאך אפן וועט מען ווארטן מיט געדולד.


און יעצט לאמיר זיך נעמען צו די אנדערע חלק און דאס איז דיין עיקר פוינט וואס דו האסט לכאורה געוואלט ארויס ברענגען.
דו זאגסט אזוי, געב נישט קיין גערעכטיגקייט צו פילן נישט גוט ווייל דעמאלט וועט ער וועלן בלייבן דארט. אנשטאט דעם זאג אים ווי נישט גוט סאיז צו זיין שוואך און ווי גוט סאיז צו זיין שטארק און דעמאלט ווער ער וועלן ארויס קומען פון זיין שוואכקייט און ווערן שטערקער.

איז לאמיר אנהייבן אזוי, וואס איז די ציל פון די מענטשהייט?
סאיז אביסל א שווערע נושא אויב מען גייט אריין צו שטארק. איז איך גיי נישט אריין גיין צו שטארק דערינען. און לאמיר קודם מאכן א דיסקלעימער אז די ריכטיגע ציל שטייט שוין אין די הקדמה פון די מסילת ישרים ווי ער פרעגט מה חובת האדם בעולמו. עיין שם ותמצא נחת.

איך וויל נאר אנרירן א פיצי חלק פון די שאלה. און איך גיי עס מסביר זיין.
וואס איז די ציל פון די מענטשהייט? צו וואו אהין ווילסטו אז מזאל אנקומען?
און לאמיר עס פרעגן קלארער, ווען דו שרייבסט אז אויב גייסטו געבן א באשטעטיגונג פארן זיין א שוואכע מענטש גיי יענע וועלן בלייבן שוואך משא"כ אויב גייסטו אים זאגן ווי גוט סאיז צו זיין שטארק גייט ער וועלן זיין שטארק. איז לאמיר דו פרעגן, ווען דו טרעפסט א מענטש וואס אין א שוואכע מאמענט, נעמליך ער פילט נישט גוט מיט זיך אליינס, וואס ווילסטו זאל די מענטש זיין? לאמיר זאגן אז סאיז דיין בחור'ל און דו זעהסט ווי ער איז נישט באקוועם מיט זיך אליינס, וואס ווילסטו זאל דיין בחור'ל יעצט זיין? דו גייסט טון אלעס אין די וועלט אז סזאל אים זיין גוט, און דו ביסט שוין עלטער און דו ווייסט וואס גוט מיינט און דו גייסט זיכער מאכן אז פאר דיין זון גייט זיין גוט, איז זאג דו מיך וואס איז די גוט וואס דו ווילסט אז דיין זין זאל זיין? וויאזוי ווילסטו אז דיין זין זאל זיך שפירן און וויאזוי ווילסטו אז דיין זאל זיך אויף פירן?

און די שאלה אין איין ווארט איז, וויאזוי קוקסטו אן די פערפעקט מענטש? ווער איז ביי דיך די מענטש וואס דו ווילסט אויך זיין אזוי ווי אים? וואס זענען זיינע אייגנשאפטן און וויאזוי פילט יענע מענטש במשך די טאג און וואס טוט ער א גאנצע טאג?

איך גיי פראבירן צו זאגן וואס סקוקט מיך אויס פון דיין ארטיקל וויאזוי דו קוקסט אן די מענטשהייט, סמוז נישט זיין אז דו האלסט טאקע אזוי אבער דאס איז וואס איך נעם ארויס פון דיין ארטיקל.

לדעתך איז די מערסטע געלונגענסטע מענטש איינער וואס איז א שטארקע מענטש עמאושענלי, איינער וואס טראכט נישט במשך די טאג פון ווייטאג, איינער וואס איז ביזי מיט תכלית און אויפטון און ער טראכט נישט א גאנצע צייט וועלכע טראומע ער האט און וויאזוי ער פילט יעצט. אזא איינער איז אין דיינע אויגן א העלד.
און סמיינט נישט אז יענער האט נישט קיין ווייטאג און פעין מיט וואס ער שלעפט זיך ארום, סקען זיין אז ער האט אבער זיין גדולה איז אז ער איז נישט ביזי מיט דעם, ער איז סאך שטערקער פון זיינע געפילן און ער ליגט נישט אין די ווייטאג, ער טוט תכלית, ער איז א גבר, א חברהמאן און נישט קיין שוואכלינג וואס טראכט פון געפילן א גאנצע טאג ממש אזוי ווי די פרויען.

דער מענטש וואלט באמת געווען די געלונגענסטע מענטש, אלע מענטשן וואלטן זיך געוואונטשען צו קענען זיין אזא מענטש, כווייס נישט צו אלע אבער איך זיכער. סאיז דאך ממש די חלום פון די בריאה, זיך צו קענען ארום דרייען אזוי כאילו לא היה, מען פילט נישט קיין פעין, מאיז אייביג און א גוטע מאוד, אייביג אויפגעלייגט, אייביג פרייליך; מאיז קיינמאל טרויעריג, קיינמאל אין א בעד מאוד, מען פילט קיינמאל נישט קיין ווייטאג. כזאג דיר, נאר פון טראכטן פון דעם ווער איך שוין פרייליך. סאיז דאך די בעסטע פון די בעסטע. הלוואי אויף מיר געווינטשן.

די מעשה הייבט זיך אבער אן אז סאיז א גוטע נאוועל געשיכטע ווי מקען אליינס פאנטאזירן ווי אזוי די העלדן זאלן אויסקוקן, די פראבלעם איז נאר אז אין ריעל לייף איז עס נישט פונקט אזוי. אין די ריעל לייף זענען די מענטשן נישט פונקט אזוי ווי אין די נאוועל געשיכטע. סאיז אביסל אנדערש. די מציאות שטעלט זיך ארויס צו זיין אנדערש פון די חלום.

ווען מהייבט זיך אן אביסל ארום קוקן זעהט מען אז די וועג וויאזוי די מעטשהייט ארבעט איז נישט פונקט אזוי ווי מען וואלט לכתחילה געוואלט אז סזאל אויסקוקן.
מקען באמערקן מענטשן וואס דרייען זיך ארום מיט ווייטאג, מקען באמערקן מענטשן וואס האבן אלטע טראומעס, מקען באמערקן מענטשן וואס האבן שוואכקייטן, מקען באמערקן מענטשן וואס פילן נישט באקוועם מיט זיך אליינס. יאפ, אז מהייבט אן ארום צו קוקן קען מען באמערקן אז די מענטשן עקזיסטירן. זיי באשטייען. זיי זענען דא. פון אינדערויסן וואלט מען אפשר נישט געקענט אנמערקן אויף זיי אז זיי האבן ווייטאג, אבער די מעשה גייט אז זיי האבן יא ווייטאג.

שפעטער קען מען באמערקן אויף נאך מענטשן וואו זיי זענען אין א בעד מאוד, זיי זענען טרויעריג, מקען באמערקן מענטשן וואס זענען אויפגערעגט, מענטשן וואס זענען דיסעפוינטעט, מענטשן וואס זענען דעפרעסט, מענטשן וואס האבן נישט גוטע פילינגס. מקען זיי זעהן, זיי זענען דא. זיי לעבן אין אונזערע וועלטל.

סקען זיין אז די וועלט וואלט בעסער אויסגעקוקט ווען די אלע נעגאטיווע פילינגס געפינען זיך נישט דא, און אפשר ווען אונז וואלטן פארגעשריבן וויאזוי די מענטשהייט זאל זיך פירן וואלטן אונז ארויס גענומען די באשטאנדטיילן פון טרויעריג און דעפרעסט און נעגאטיוו און נאר געלאזט די פרייליכע פאזיטיווע געשמאקע געפילן.

אבער ווי די מעשה שטעלט זיך ארויס איז די מענטשהייט נישט פארגעשריבן דורך מיך און אויך נישט דורך דיך און דער וואס האט פארגעשריבן די מענטשהייט האט יא אריין געלייגט אסאך נעגאטיווע טרויעיריגע דעפרעסטע נישט געשמאקע געפילן און דאס איז א געהעריגע חלק פון די עצם מענטשהייט.


יעצט לאמיר צוריק גיין צו דיין בחור'ל וואס פילט אומבאקוועם מיט זיך אליינס און גייסט אים נישט זאגן ווי נארמאל סאיז צו פילן אומבאקוועם נאר דו גייסט אים זאגן ווי גוט סאיז צו זיין די שטארקע מענטש וואס טראכט נישט פון קיין געפילן און איז נישט פארנומען מיט ווייטאג נאר טוט למעשה. פיין, האסט אים עס געזאגט. וואס איז אבער יעצט געשעהן?

לאמיר א סעקונדע אריין גיין אין די קאפ פונעם בחור'ל, ער פילט זייער דעפרעסט. די סיבה דערצו איז וויבאלד זיין מגיד שיעור האט אים געגעבן א פסק ברבים און ער איז געווארן פארשעמט. יעצט קומט זיין טאטע און זאגט אים, נעע מאכט דיך נישט נאריש, טרויעריג איז א שוואכע זאך, נאר מאמי און די מיידלעך זענען טרויעריג אונז מענער און בחורים זענען נישט געפיליגע, אונז זענען שטארקע חברה און אז די מגי"ש זאגט עפעס און מווערט טרויעריג דערפון ווייזט עס נאר אויף שוואכקייט, קאם אן זיי א שטארקע מענטש און ווער פרייליך.

אין די סעקונדע וואס זיין טאטע האט געענדיגט צו רעדן צו אים האט ער פלוצלינג געפילט א מוראדיגע תשוקה צו וועלן זיין א שטארקע מענטש וואס איז נישט טרויעריג, און וואונדער איבער וואונדער סאיז נישט אריבער קיין גאנצע מינוט און ער איז געווארן אויס צובראכן. יא יא. צו דו גלייבסט עס נישט און צו איך גלייב עס אויך נישט, דער בחור איז געווארן אן אנדערע מענטש. ער איז געווארן א מענטש. אזא מאן וואס האט נישט קיין שוואכקייטן נאר שטארקייטן.

אויב האלסטו אז דאס גייט זיין די רעזולטאט פון אזעלכע דיבורים דעמאלטס זאג עס אים טאקע.

אבער אויב דו פרעגסט מיך וועל איך דיך זאגן אז סארבעט נישט אזוי. וועסט קענען זאגן ביז איבער מארגן אז אז צו זיין א מענטש וואס איז טרויעריג איז נישט גוט און איז ראנג און ער גייט נישט ווערן אויס דעפרעסט. סגייט פשוט נישט ארבעטן אזוי.
ער איז נישט דעפרעסט וויבאלד ער וויל זיין דעפרעסט, ער איז דעפרעסט וויבאלד ער איז א חלק פון די מענטשהייט און נאך א באליידיגונג פון די מגי"ש איז ער געווארן דעפרעסט. סאיז נישט געקומען מכוח א סברא וואס ער האט געהאט אז צו זיין דעפרעסט איז א ריכטיגע שטארקע זאך און גוטע זאך, סאיז סך הכל געקומען וויבאלד ער איז געווארן באליידיגט.

און במילא אים זאגן דיבורים ווי גוט סאיז נישט צו זיין דעפרעסט, וועט אים נישט מאכן אויס דעפרעסט.

וואס וועט אים יא מאכן אויס דעפרעסט? א גוטע שאלה. און די תשובה קען זיך א יעדער אליינס צומאכן די אויגן און פראבירן אויפצוקומען מיט אן ענטפער.

פראביר צו טראכטן ווען דו ביסט געווען טרויעריג דעפרעסט, וואס האסטו געוואלט דעמאלטס?

ביי א גרויסע טייל מענטשן וועט די תשובה זיין אז זיי האבן גארנישט געוואלט. פעגער מיך נישט, געב מיך נישט קיין חיזוק און לאז מיך אפ, כוויל זיין אליינס.
ביי אנדערע וואלט געווען די תשובה אז זיי וואלטן געוואלט האבן חיזוק. איינער זאל זיי מחזק זיין.
און אנדערע וואלטן געוואלט אז איינער זאל זיי פארשטיין, איינער זאל זיי געבן די געפיל אז זיי זענען נארמאל און זיי מעגן פילן וואס זיי פילן.
און ביי אנדערע וואלט אפשר געווען אן אנדערע תירוץ. יעדער קען זיך עס אליינס פרעגן און זעהן וואס די תשובה וואלט געווען ביי אים.

בקיצור יעדער קען אליינס טראכטן וויאזוי סאיז די בעסטע וועג צו רעאגירן.
אבער זאגן אז די געפיל וואס דו האסט איז נישט ריכטיג וועט לכאורה פאר קיינעם העלפן, און פאר מאנכע וועט עס נאר מער קאליע מאכן.


און דאס אז דו זאגסט אז אויב מוועט אים געבן צושטימונג אז די נעגאטיווע געפיל וואס ער פילט איז ריכטיג, וועט עס נאר מאכן אז ער וועט וועלן בלייבן אין די נעגאטיווע סיטואציע איז לכאורה אויך נישט ריכטיג. ווייל אין די ענד אוף די דעי וויל קיינער נישט בלייבן דארט. קיינער וויל נישט בלייבן ביים ווייטאג. אלע ווילן מצליח זיין. וויאזוי ווייס איך? ווייל איך זעה די אויפוואכונג וואס איז דא אין די לעצטערע תקופה אין די מענטל העלט אינדערסטרי וויאזוי פיל מענטש זוכן זיך צוגיין העלפן און ווילן ענדיגן מיט זייערע ווייטאג און פעין וואס זיי שלעפן שוין מיט פאר יארן לאנג. די עולם קען שוין נישט מער. קיינער וויל נישט בלייבן ביים נעגאטיוו. און אין די ענדע איינמאל מגעבט אים צו פארשטיין אז דאס וואס ער פילט אז בסדר און ער מעג אויך פילן טרויעריג, טאקע דאס וועט אים העלפן זיך צו קענען ארויס דראפענען פון די ווייטאג און ווערן א סוקסעספולע מענטש (און גיין קאמפעטישן מיט ביל געיטס).

סאו היוצא לנו מכל זה, ווען א מאגאזין געבט א צושטימוג פאר די שוואכערע פון צווישן אונז אז סאיז נארמאל צו פילן שוואך און נישט גוט, און מען מאכן פאר אן העלד איינער וואס קען ארויס קומען בשער בת רבים אז איך בין נישט די בעסטע איך האב אויך שוואכקייטן אזוי ווי דיך און אזוי יעדעם איינעם, טאקע דאס איז וואס סגייט בויען די ליינערס און וועלן ווערן שטערקער און מער מוצלח'דיג. טאקע דאס. און לכאורה נאר דאס.



נו שוין... סאיז געווען א לאנגע מעשה... כהאב מיך פשוט געדארפט אביסל ברייטער אויסשמועסן...
כוויל נאר ענדיגן מעין הפתיחה מיט א דאנק פאר @Notes פארן ארויף ברענגען אזא קריטיש וויכטיגע נושא אויפן טיש.
ביים ברעטל
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 11:12 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביים ברעטל »

גאר א וואלידע נקודה וועגן אידישע ליבעראלן און דאס וואס וואס מזעהט אזא ווילדע רעאקציע דאס אליינס איז די שטערקסטע ראיה צום כותב השורות אז אונז ווערן עטוואס נשפע פון די ליבעראלע מיינד סעט איז צו די קריטעקירער וואס מאכט גאר שטארקע ליצונית וועגן נפשי למאי נפקותא פון ווי ער נעמט זיינע ידיעות און דער וואס שרייט וועגן עידזש קען זיין ער איז און די יונגע צוואנציגער יארן און איך זעה פארוואס איר זאגט אזוי אבער דאס וואלט איך נאר גענומען אלץ קאמפלימענט
אוועטאר
קריספי חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:13 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריספי חלה »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 7:05 pm
כווייס נישט אלעס האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 6:58 pm
ווי זענט איר אזוי באקאנט? "ווי באקאנט"
סאמהאו זייט איך בין נישט באיינפליסט פון די אלע ראדיא טאלק שאוס (ע"ה) א שטייגער ווי ראוש לימבאו, שאון הענעטי, מייקל סעוועטזש, טאקער קארלסאן, מארק לעוין, אלעקס דזשאונס (כגעדענק שוין נישט די אנדערע שימות הנרדפים וואס כפלעג הערן מיינע פאליטישע חברים זיך קאכן און ישיבה... סליחה) אשע"כ די קאטש , עדעלסאון ברודער און נאך האבן נישט קיין וועג ווי זייערע ביליאנען זאלן מיך איינפליסן, בין איך נישט אזוי באקאנט און איבערצייגט....
איך קען נישט די אלע נעמען וואס איר רעכנט דא אויס. און גראדע האב איך אויך נישט קיין וועג צו וויסן אסאך אינפארמאציע וועגן דעם יחיד ביל געיטס.
אבער די אלע זאכן וואס ער רעכנט אויס, איז דאך קלאר די ליבאראלע אגענדע. און מען דארף זיין איגנארענט עס נישט צו זעהן.
אודאי איז פארשטאנד און מיטגעפיל פאר פראבלעמען וויכטיג, אבער ווען דאס ווערט די וועג ווי אזוי צו דילן דערמיט איז א גרויסע חורבן.
הינדערטער מענטשן גייען וואך איין וואך אויס צום טעראפיסט מיטן בלויזן ציל בעסער ארויסצוהאבן זייער ווייטאג (נ.ב. עס איז דא אסאך גוטע טעראפיסטס וואס העלפן באמת ארויסקריכן פון פראבלעמען) עקסעפטאנס מיז אויך האבן א באלאנס, און די איבערגעטריבענע עקסעפטאנס איז בודאי א השפעה פון די ליבאראלע גאס.
אוועטאר
דזשי רי בי
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

געזיכט דרינדינג אפצוקויפן ע.ס.ע.פ. א ניק מיט זיראו תגובות, גרייט צו צאלן וויפיל עס פעלט זיך אויס
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
ביים ברעטל
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 11:12 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביים ברעטל »

שוין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 4:47 pm
Notes האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:51 pm
ווי ס'איז באקאנט, איז אין די גוי'ישע וועלט פארהאן גאר גרויסע פאנדס וואס איז געצילט צו מאכען דעם המון עם מער ליבעראל, ווי די ביליאנערן (צ.ב.ש ביל געיטס, דשארדזש סאריוס) גיסען אריין גאר אסאך געלט, ווייל זיי האלטען אז דורך'ן מאכען דעם עולם מער נידריג, שמיציג, אין אומפראדאקטיוו
באקאנט פארוועם?
פאר ו ווער אימער עס קוקט עטוואס ברייטער און לאזט זיך נישט פארפירן פון די מידיע -וואס אגב האט די זעלבע אגענדע - און זעהט אז ביל געטס האט געפנט א פאנד וואס זאל שטופן נארישקייט וואס ווער סווייסט איז עס היינו הך און אריינגעלייגט איבער פערציג ביליאן מיט א ב דאללער
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4396
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:15 am
פותח האשכול שכח און איז ערליך גערעכט מיט זיינע פוינטס.

--
צו די וועלעכע האלטן אנדערש. איר זענט בארעכטיגט צו האלטן אנדערש, פעלט נישט אויס אראפצורייסן. בעיקר איז אומריכטיג זיך ארויפצוכאפן אויף trivia ווי צי וואס בילל געיטס טוט יא אדער נישט אדג. לאמיר האבן אן אינטעליגענטע דיסקוסיע אויף די קאנצעפט.
לאמיר טאקע האבן אן אינטעליגענטע דיסקוסיע אויף די קאנצעפט.

ביל געיטס געט אויס "ביליאנען" איעדעס יאר פאר צדקה צוועקן. עס איז איבערגעטריבן צו שרייבן "ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון", בשעת ווען ער טוט אן א שיעור גוטס מיט די מענטשהייט.

נ.ב. אויב זענט איר פון די מענטשן וואס גלייבן אז ביל געיטס האט אריינעלייגט טשיפס אין וואקסינען, אדער אז ער געט וואקסינען צו פארמינערן ישוב העולם, דאן זענען מיר זייער נישט אויף די זעלבע page.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
Of course
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:26 am
ריעל ניוז האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 9:08 am
איך עגרי און דיסעגרי מיט א רייע פונקטן אין דעם פותח האשכול'ס תגובה, איר זאלט מיר אבער אנטשולדיגן, אבער די שפראך וויאזוי מען באציט זיך דא צום פותח האשכול איז א שאנדע.


יאפ. אויב געפעלט אייך נישט די ארטיקל דאן פליע”ד ד”ע פיפ”ט און פליעט ארויס פון דא. אני כשלעצמי האב דערווייל נאר גערעדט איבער וואס איך עגרי, אויף דאס וואס נישט געטרוי איך די אינטעליגענץ פון די ליינער וואס צו דיסמיסען.

כבוד חבירים. פליז... אפילו יענער איז נאך (מעגליך) אביסל יונגער ווי אייך. פילן פילט ער די זעלבע ווי אייך.. בס”ה האסטו אביסל (אדער לאמיר זאגן: אביסל אסאך) מער שכל, נו הלא ללוקים הוא. הזהרו בכבוד חביריכם!


איך פלי נישט די פיפט ווייל ער מאכט שאדן! ער איז חב לאחרינא!

מאמענט זאל ברענגען נאך פסח ווייס'ס און דייעביטיעס דעקלעך ווי איידער נאך דשעלי פיאות!

נפשי זאל ווייטער אנגיין אפילו איך ברויך עס ב"ה נישט!

ווייניגער מכות און מער אור איז די מהלך און דאס זאל מען פרעדיגן!

טיפול מיוחד און ווארימע חינוך איז וואס מען ברויך. די אידן וואס נויטיגן זיך אין מערכות זאלן עס נישט טון דא!


און ניין, ביל געיטס האט נישט געהארגעט עפשטיין.. וויאזוי גייט עס נאר?
Of course
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

גראז האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:48 pm
דעי אשכול וואלט געקענט זיין א הערליכע אשכול פיל מיט דעת ותבונה איבער ערשיינונגען ביי די נייע דזשענעראציעס אין די גויאישע וועלט ווי וויקטעמהוד און פעיליער ווערט צעלעבערירט און אירע אייגנטומער באשיינט - און וואסערע השפעה דעיס האט אויף אונזער מחנה עז וועל.

אנשטאט דעם קומען ניקס - וואוילע מענטש זיכער - וואס האבן עקטשולי יעצט די ערשטע מאל געהערט פון דעי קאנצעפט, און אנשטאט זיך אראפזעצן מיט ישוב הדעת בינה והשכל און טרייען צו פארשטיין וואס דעי קאנצעפט איז אבאוט - וואס קומט פאר אויפן וועלט - וואס זענען די אפעקטן וכו', קומט מען מיט אומפולסיווע שנעלע געפילישע רעאקציעס וואס שליידערט גראד אוועק די מעגליכקייט פאר דעי סברה צו גענומען ווערן אין באטראכט בכלל און אזוי זיך בארואיגן די מוח אז ס'איז שוין יעצט טאטאל אומרעלעוואנט צו טרייען צו געבן עני שאנס פאר דעי געדאנק צו גענומען ווערן אין באטראכט - ווייל מ'האמיר דאך שוין געשאסן דעם שיסער און צוגענומען זיין פייל און בויגן.

ס'איז אומערוואקסן און היפך סימני החכמה.

יא, די פותח האשכול האט ארויסגעוויזן א געוויסע מאס איגנראנץ וואס איז ווערט קלארצושטעלן, אבער צו זיין עיקר נקודה איז דא אסאך וואס צוצעלייגן מחשבה און אבזערוואציע.



דער פותח האט גענומען א גוטע טאפיק און.. עס געשאכטן!!


דער פתיחה ברויך ווען זיין מעסיג, אן קיין צדדים, אן קיין אומזאכליכע משלים און אומנויטיגע בלעימערייען.

פשוט כזה.

"דער רוח אין די ליבעראלע גאס איז לעצטנס זייער שטארק פארנומען אז מענטשן מוזן זיך פארשטיין אפילו ווען מען טוט אן עולה אדער עפעס נגד השכל.

וואס איז די תורה'דיגע מהלך איבער דעם, וויאזוי מאכן מיר זיכער אז די דרויסנדיגער גאס דרינגט נישט אריין במחנינו, און וואו איז דער ליין צווישן "זיך פארשטיין" און "עקסעפטענס אלץ א מיטל צו טאן וואס מען וויל"






און וויבאלד דער פותח האט נישט געשריבן אזוי, נאר אריינגעברענגט צענדליגער נערישע טאלקינג פוינטס און נערישע משלים, קוקט עס אזוי אויס.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

Kosher Travel האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:11 pm
שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:15 am
פותח האשכול שכח און איז ערליך גערעכט מיט זיינע פוינטס.

--
צו די וועלעכע האלטן אנדערש. איר זענט בארעכטיגט צו האלטן אנדערש, פעלט נישט אויס אראפצורייסן. בעיקר איז אומריכטיג זיך ארויפצוכאפן אויף trivia ווי צי וואס בילל געיטס טוט יא אדער נישט אדג. לאמיר האבן אן אינטעליגענטע דיסקוסיע אויף די קאנצעפט.
לאמיר טאקע האבן אן אינטעליגענטע דיסקוסיע אויף די קאנצעפט.

ביל געיטס געט אויס "ביליאנען" איעדעס יאר פאר צדקה צוועקן. עס איז איבערגעטריבן צו שרייבן "ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון", בשעת ווען ער טוט אן א שיעור גוטס מיט די מענטשהייט.

נ.ב. אויב זענט איר פון די מענטשן וואס גלייבן אז ביל געיטס האט אריינעלייגט טשיפס אין וואקסינען, אדער אז ער געט וואקסינען צו פארמינערן ישוב העולם, דאן זענען מיר זייער נישט אויף די זעלבע page.
רבי לעבן ליין איין תגובה פאר דיינס
ביים ברעטל
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 11:12 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביים ברעטל »

אדלמאן האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 7:23 pm
לא'מיר לייגן אין א זייט וואס האסט אנגעכאפט ביל געיטס - דער פעיווארעט רשע פון אלע רעכטע קאנספיראציע דענקער. אבער דו שרייבסט א שטיקל תרתי דסתרי.

פון איין זייט רעדסטו זיך אפ אז מען איז באקוועם צו בלייבן מיטן פראבלעם, ומצד שני לויבסטו דעם אמאל ווען מ'איז געבליבן פארהייראט אבער אן קיין שלום בית. וואס איז יענס, אויב נישט בלייבן אן ארעסטאנט?
אוודאי אין א פאל ווי ארויסקריכן פון די פראבלעם איז געבן א גט, איז געוועהן די פערטע אפציע צו געבן א גט!!..

עס זעיט אויס ווי די דריטע אפשען האט ער זיך בלויז באצויגן צו א פאל, וואס עס איז באקוועמער צו געבן א גט, אבער "אין דע לאנג ראן" גייט ער צאלן א גרעסטע פרייז, וואס דעס מיינט, "אריינגעפארן אין א פראבלעם פאר באקוועמליכקייט"...
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

Of course האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:53 pm
גראז האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:48 pm
דעי אשכול וואלט געקענט זיין א הערליכע אשכול פיל מיט דעת ותבונה איבער ערשיינונגען ביי די נייע דזשענעראציעס אין די גויאישע וועלט ווי וויקטעמהוד און פעיליער ווערט צעלעבערירט און אירע אייגנטומער באשיינט - און וואסערע השפעה דעיס האט אויף אונזער מחנה עז וועל.

אנשטאט דעם קומען ניקס - וואוילע מענטש זיכער - וואס האבן עקטשולי יעצט די ערשטע מאל געהערט פון דעי קאנצעפט, און אנשטאט זיך אראפזעצן מיט ישוב הדעת בינה והשכל און טרייען צו פארשטיין וואס דעי קאנצעפט איז אבאוט - וואס קומט פאר אויפן וועלט - וואס זענען די אפעקטן וכו', קומט מען מיט אומפולסיווע שנעלע געפילישע רעאקציעס וואס שליידערט גראד אוועק די מעגליכקייט פאר דעי סברה צו גענומען ווערן אין באטראכט בכלל און אזוי זיך בארואיגן די מוח אז ס'איז שוין יעצט טאטאל אומרעלעוואנט צו טרייען צו געבן עני שאנס פאר דעי געדאנק צו גענומען ווערן אין באטראכט - ווייל מ'האמיר דאך שוין געשאסן דעם שיסער און צוגענומען זיין פייל און בויגן.

ס'איז אומערוואקסן און היפך סימני החכמה.

יא, די פותח האשכול האט ארויסגעוויזן א געוויסע מאס איגנראנץ וואס איז ווערט קלארצושטעלן, אבער צו זיין עיקר נקודה איז דא אסאך וואס צוצעלייגן מחשבה און אבזערוואציע.



דער פותח האט גענומען א גוטע טאפיק און.. עס געשאכטן!!


דער פתיחה ברויך ווען זיין מעסיג, אן קיין צדדים, אן קיין אומזאכליכע משלים און אומנויטיגע בלעימערייען.

פשוט כזה.

"דער רוח אין די ליבעראלע גאס איז לעצטנס זייער שטארק פארנומען אז מענטשן מוזן זיך פארשטיין אפילו ווען מען טוט אן עולה אדער עפעס נגד השכל.

וואס איז די תורה'דיגע מהלך איבער דעם, וויאזוי מאכן מיר זיכער אז די דרויסנדיגער גאס דרינגט נישט אריין במחנינו, און וואו איז דער ליין צווישן "זיך פארשטיין" און "עקסעפטענס אלץ א מיטל צו טאן וואס מען וויל"






און וויבאלד דער פותח האט נישט געשריבן אזוי, נאר אריינגעברענגט צענדליגער נערישע טאלקינג פוינטס און נערישע משלים, קוקט עס אזוי אויס.
נישט דא אזא זאך ווי א מעסיגע דעבאטע. מעסיג מיינט אז מען האט נישט קיין געהעריגע מיינונג, נאר מען שלעפט פון איין דאס און פון דער אנדערער זייט יענץ ביז מען איז שוין אליין נישט קלאר וואו מען שטייט. א דעבאטע מאכן געווענליך מענטשן מיט פארקערטע מיינונגען און פערספעקטיוון.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8818
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

חיים יצחק האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 4:15 pm
היינט פערצופאל האט מוסדות סאטמאר און וויליאמסבורג אהיים געשיקט צעטלעך מיט די קינדער אז מען טאר נישט קויפן די מאגאזינען..

יעצט אפ געזען צו זיי זענען גערעכט צו נישט ( וואס לכאורה זענען זיי הייליג גערעכט!) הרט מען אזוי בעקיפין אריין געריקט די קינדער אין די מערכה און ליידער זייער אסאך קויפן די מאגעזינען און דאס גייט שיקן א שלעכטע מעסעדזש פארן קינד .. ווייל די שכל זאגט אז זייער אסאך עלטערן גייען עס ווייטער קויפן און דאס קינד זעט אז מען פייפט אויפן סיסטעם..
א טאטע וואס פייפט אויפן סיסטעם זעט עס די קינד ביי אנדערע זאכן, לאו דוקא ביי מאגאזינען
און איינער וואס וויל ווייזן פארן קינד אז איך שטעל מיך צו און פאלג וואס די מוסד הייסט, וועט עס טון אפילו ס'איז אים נישט אזוי באקוועם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

Kosher Travel האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:11 pm
שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:15 am
פותח האשכול שכח און איז ערליך גערעכט מיט זיינע פוינטס.

--
צו די וועלעכע האלטן אנדערש. איר זענט בארעכטיגט צו האלטן אנדערש, פעלט נישט אויס אראפצורייסן. בעיקר איז אומריכטיג זיך ארויפצוכאפן אויף trivia ווי צי וואס בילל געיטס טוט יא אדער נישט אדג. לאמיר האבן אן אינטעליגענטע דיסקוסיע אויף די קאנצעפט.
לאמיר טאקע האבן אן אינטעליגענטע דיסקוסיע אויף די קאנצעפט.

ביל געיטס געט אויס "ביליאנען" איעדעס יאר פאר צדקה צוועקן. עס איז איבערגעטריבן צו שרייבן "ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון", בשעת ווען ער טוט אן א שיעור גוטס מיט די מענטשהייט.

נ.ב. אויב זענט איר פון די מענטשן וואס גלייבן אז ביל געיטס האט אריינעלייגט טשיפס אין וואקסינען, אדער אז ער געט וואקסינען צו פארמינערן ישוב העולם, דאן זענען מיר זייער נישט אויף די זעלבע page.
טשיפס ווייס איך נישט אבער די צווייטע איז נישט קיין סוד, נישט דוקא וועגן וואקסינען, נאר בכלל איז ער נישט באקוועם מיט אזויפיל מענטשן ואכהמ"ל. ביי קאוויד האבן מאנכע אין זיין לאגער גערעדט פון בעטן סיניאר סיטיזאנס צו גיין דרימלען פשוט וואלונטיריש. ער וויל אויך די קינדער זאלן לערנען וועגן געצן דינערס אין די הימאלייען בערג.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
Of course
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

ריעל ניוז האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 4:34 pm
Of course האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:53 pm
גראז האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:48 pm
דעי אשכול וואלט געקענט זיין א הערליכע אשכול פיל מיט דעת ותבונה איבער ערשיינונגען ביי די נייע דזשענעראציעס אין די גויאישע וועלט ווי וויקטעמהוד און פעיליער ווערט צעלעבערירט און אירע אייגנטומער באשיינט - און וואסערע השפעה דעיס האט אויף אונזער מחנה עז וועל.

אנשטאט דעם קומען ניקס - וואוילע מענטש זיכער - וואס האבן עקטשולי יעצט די ערשטע מאל געהערט פון דעי קאנצעפט, און אנשטאט זיך אראפזעצן מיט ישוב הדעת בינה והשכל און טרייען צו פארשטיין וואס דעי קאנצעפט איז אבאוט - וואס קומט פאר אויפן וועלט - וואס זענען די אפעקטן וכו', קומט מען מיט אומפולסיווע שנעלע געפילישע רעאקציעס וואס שליידערט גראד אוועק די מעגליכקייט פאר דעי סברה צו גענומען ווערן אין באטראכט בכלל און אזוי זיך בארואיגן די מוח אז ס'איז שוין יעצט טאטאל אומרעלעוואנט צו טרייען צו געבן עני שאנס פאר דעי געדאנק צו גענומען ווערן אין באטראכט - ווייל מ'האמיר דאך שוין געשאסן דעם שיסער און צוגענומען זיין פייל און בויגן.

ס'איז אומערוואקסן און היפך סימני החכמה.

יא, די פותח האשכול האט ארויסגעוויזן א געוויסע מאס איגנראנץ וואס איז ווערט קלארצושטעלן, אבער צו זיין עיקר נקודה איז דא אסאך וואס צוצעלייגן מחשבה און אבזערוואציע.



דער פותח האט גענומען א גוטע טאפיק און.. עס געשאכטן!!


דער פתיחה ברויך ווען זיין מעסיג, אן קיין צדדים, אן קיין אומזאכליכע משלים און אומנויטיגע בלעימערייען.

פשוט כזה.

"דער רוח אין די ליבעראלע גאס איז לעצטנס זייער שטארק פארנומען אז מענטשן מוזן זיך פארשטיין אפילו ווען מען טוט אן עולה אדער עפעס נגד השכל.

וואס איז די תורה'דיגע מהלך איבער דעם, וויאזוי מאכן מיר זיכער אז די דרויסנדיגער גאס דרינגט נישט אריין במחנינו, און וואו איז דער ליין צווישן "זיך פארשטיין" און "עקסעפטענס אלץ א מיטל צו טאן וואס מען וויל"






און וויבאלד דער פותח האט נישט געשריבן אזוי, נאר אריינגעברענגט צענדליגער נערישע טאלקינג פוינטס און נערישע משלים, קוקט עס אזוי אויס.
נישט דא אזא זאך ווי א מעסיגע דעבאטע. מעסיג מיינט אז מען האט נישט קיין געהעריגע מיינונג, נאר מען שלעפט פון איין דאס און פון דער אנדערער זייט יענץ ביז מען איז שוין אליין נישט קלאר וואו מען שטייט. א דעבאטע מאכן געווענליך מענטשן מיט פארקערטע מיינונגען און פערספעקטיוון.

נישט געזאגט "דעבאטירן מעסיג"

געזאגט ארויפברענגען אויף א מעסיגן וועג און פרעגן דעם ציבור וואס זיי האלטן.
נישט געזארגט, יעדע זאך אויף אייוועלט האט למעשה אפאר הונדערט מיינונגען

ווען איינער הייבט אן מיט נערישע הנחות און מיטן נעמען א צד ווערט עס אפענטפערס אויפן מאנאלאג, אנשטאט די נאטירליכע דייאלאג
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

Notes האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:51 pm
ווי ס'איז באקאנט, איז אין די גוי'ישע וועלט פארהאן גאר גרויסע פאנדס וואס איז געצילט צו מאכען דעם המון עם מער ליבעראל, ווי די ביליאנערן (צ.ב.ש ביל געיטס, דשארדזש סאריוס) גיסען אריין גאר אסאך געלט, ווייל זיי האלטען אז דורך'ן מאכען דעם עולם מער נידריג, שמיציג, אין אומפראדאקטיוו, וועלען מענטשען נישט וועלען זיין סוקסעספול, אין אנשטאט צו זיכען צו זיין בעסער, וועט מען זיך באקוועם מאכען אין די פראבלעמען, אין נאר ווערן נידריגער, אין שוואכער, אין אינגאנצען באגראבן דו אייגענע כוחות הנפש, אזוי וועט דו המון עם זיין שטיל, אין מער נישט האבען קיין מיינונג, וועלען די ביליאנערן האבן דו מענאפעלי, אין קענען אלעס אויספירען לויט זייער אידילאגיע!!

אין דורך'ן אריין לייגען ביליאנען אין גויאישע מאוויס, האבן זיי מצליח געווען צו טוישן דו גאנצע מעסעדזשינג, אנשטאט עס זאל ברענגען צו א ספיריטשעל מעשה ווי איינער האט זיך ארויסגעדראפעוועט פון א פראבלעם, האט מען עס געטוישט צו בארעכטיגטע געפילען צו זיין אומסוקסעספול, בארעכטיגונג צו זיין נידריג, אין אויסגעריסן דאס גאנצער געפיל וואס ציהט צו נארמאליזעם!!

ווי אויך לערנט מען שוין מיט דו קליינע קינדער אין דו פובליק סקול'ס גאר געמיינע זאכען.. אז מ'זאל שוין לכתחילה אויסוואקסן אן קיין עדענטעטי, און מיט דעם געדאנקנגאנג אז דו וועלט "עקסעפט" "אלעס"...

און ליידער האבן זיי שוין היפש מצליח געוועהן, און געטוישט דו גויאישע גאס, פון א פלאץ וואס מען זוכט צו האבן א משפחה אין לעבן א רעספעקטירטער לעבן, צו א פלאץ וואס קיינער ווייסט נישט פון קיין צוקונפט אין מענטשליכקייט, און אנשטאט צו ארבייטן אויף זיך צו ווערן בעסער, מאכט מען זיך באקוועם אין די אייגענע פראבלעמען, ווייל יעדער איז אזוי, און ווייל ווער זאגט אז לעבן מיט א ציל איז סוקסעס, אפשר איז ווי מער מען גיבט זיך נאך, ווי מער מען כאפט, אריין אלטס מער האט מען דערגרייכט!
...................
כלפי מה דברים אמורים, האב איך לעצטנס געטראכט צו מיר, אז מי יודע..? אפשר זענען אינזערע היימישע מאגאזינען אויך נשפע געווארן פון די מאלטי ביליען דאלערדיגען קאמפיין!!

נישט ח"ו אויף אזא לעוועל וואס זוכט שמוץ, אבער דער געדאנק פון "עקסעפטינג" און "בארעכטיגונג" פאר יעדע מצב, שרייט לעצטנס צו שטארק ארויס פון צווישן די שורות,

צו מיט די פארשידענע קאלעמס ווי גרויסע טאטעס זענען פארנומען מיט זייער "הערצעלע", און מיט זייערע אלטע ווייטאג'ן, און לערנען אויס אינזער יוגענטום ווי אזוי באמת צו "שפירן א טעם אין ווייטאג", און ווי טיפער די ווייטאג איז, אלטס א גרעסערע געשמאק שפירט מען...
(אין פאר ווער ס'באקאנט ווייסט, אז דאס איז איינע פון די גאר שטארקע זאכן וואס די ביליאנערן ווילען שטארק אריינברענגען איז, אז גרויסע טאטעס זאלן זיך אנפאנגען אפצוגעבן מיט זייער "הערצעלע" גענוי אזוי ווי א פרוי!!, אזוי וועט ער נישט טראכטן פון קיין פיוטשער, אין ער וועט נישט קענען זיין סוקסעספול, ווייל ער וועט זיך טינקען אין אלטע ווייטאג'ן..)

צו מיט די מעשות אין די באקאנטע מענטל העלט אויסגאבע, וואס ברענגט ארויס ווי שווערע לעבנס מענטשען גייען דורך, אבער אן א סוקסעספולע ענדע, אזוי ווי אלע מעשיות פלעגען אמאל גיין,

נישט ח''ו אז אינזערע אויסגאבעס האבן חלילה א מטרה מיט דעם, איך גלייב אז זיי כאפן נישט וואסערע אפעקט עס האט אויף דו יונגווארג, ווען מ'נעמט פיר גירושים אין מען מאכט זיי פאר אינזערע העלדן!! אנשטאט צו מאכן א תלמוד חכם, אדער א געלונגענע ביזנעס מאן, פאר אינזער העלד..
הגם עס קען טאקע זיין, אז טעכניש גערעדט זענען זיי אסאך גרעסערע העלדן..
פארשטייט אבער יעדער איינער אז פינקט ווי א איד א עם הארץ, וואס קומט פון רוסלאנד, און ער האט זיך געשלאגן פאר יודישקייט מיט מסירות נפש ממש!! טראץ וואס ער איז אסאך א גרעסערע העלד, ווי דער פשוטער דיין וואס איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, מיט א גוטן קאפ אין קיינמאל נישט עכט געארבעט אויף זיך, אודאי איז דער רוסישער איד אסאך א גרעסערע העלד! אין קען טאקע זיין אז ער וועט באקומען אסאך א העכערע פלאץ אין גן עדן..
אבער יעדער פארשטייט אז אויף דעי וועלט ברויך מען לייגן אויפ'ן אויבן אן דעם דיין, און נישט דעם רוסישען, ווייל אויב וועט אונזער אויבן אן באשטיין פון "העלדישע" עם הארצים!! העמער נישט איבערבלייבן מיט קיין דורות...

און אז איר ווילט דוקא ברענגען עכטע האפענונג פאר א גרוש, דאן מאך א אינטערוויא מיט א גרוש וואס האט פיין חתונה געהאט דו צווייטע מאל, אין האט א שיינע שטוב, דאן האסטו עכט געהאלפן דעם באטראפענעם!! אבער ווען דו ברענגסט סתם אן אינטערוויא מיט א פערציג יעריגער גרוש, אין דו ביסט מסביר אז עס איז נישט קיין פראבלעם, דאן האסטו אים געהאלפן בלייבן אין זיך באקוועם מאכן אין זיין צרה,

אודאי איז דא א טענה אז מ'דארף אראפ נעמען סטיגמע'ס, אלעס זייער שיין אין וואויל, מ'ברויך אבער אויך קוקען אויף דו אנדערע זייט, דו שאדן וואס עס ברענגט מיט זיך...

ווייל דו פאקט איז, אז א מענטש וויל זיין ארויפגעקוקט אין זיין סעסייעטי.. און ווען ער זעיט אז דא איז ארויפגעקוקט איינער וואס ארבעט אויף זיך, און ער איז סוקסעספול, דעמאלטס נוצט ער אלע זיינע כחות הנפש, ארויסצוקריכען פון זיינע פראבלעמען, אין ווערן סוקסעספול..
אבער ווען ס'ווערט א סאסייעטי וואס, ווי מער פעין דו האסט, אלטץ מעכטיגער ווערסטו.. דאן פארוואס..? און פארוועם..? זאלעך מיך אנשטרענגען..!

ווער ווייסט וויפיל פון די בחורים, (אייבישטער'ס צדיקים'ליך😝) וואס דרייען זיך אויפן גאס, וואלטן זיך אנגעשטרענגט צו זיין א נארמאלע מענטש, ווען נישט זיי ווייסן אז, סעסייטי בארעכטיגט יעדן'ס געפילען!!

ווער ווייסט וויפיל גיטין וואלטן געווארן אויסגעמיידט, ווען נישט ער ווייסט אז, ער ווערט יעצט כלל ישראל'ס העלד!!

אינדערצייט וואס אמאל, איז א גט געווען די פערטע פלאן..

1) די ערשטע פלאן איז געווען די מעריזש זאל גוט ארבייטן!
2) די צוויטע איז געווען, צו ארבייטן אויף זיך אין עס מאכן ארבייטן!
3) אין אויב עס האט נאכאלץ נישט געהאלפן, איז געווען דו דריטע אפשען פון לעבן אן דו בעסטע שלום בית!!
4) אבער אין גאר שווערע פעלער, איז געוועהן גאר א אומבאקוועמע אפציע, וואס ווערט גערופן ג-ט!!

היינט צוטאגס איז ליידער דא "צוויי" אפשענס

1) אדער קליקט מיין מעריזש
2) אדער ווערעך א גרוש!!

אין יעצט וויל איך צו ענדיגען, מיט א רוף צו אלע אינזערע סטיגמע קלינערס.. אין צו אלע אינזערע ווארנעבעל שרייבערס אין מגידים.. זייט מוחל אין קוקט ענק אום, אין ענטפערט מיר ביטע וועמען העלפן ענק, מיט'ן מאכען יעדעם איינעם שפירען "באקוועם" אין זיין תפיסה!! ווען אין דו זעלבע צייט, קענט איר עוסק זיין אין פדיון שבוים ממש!
אין געבן הדרכה ווי אזוי ארויס צו גיין פון דו אייגענע תפיסה... אויפקלערן פארוואס עס לוינט זיך אליינס אויסצולייזן פון תפיסה..
(נישט אזוי ווי דער וואס האט מורא צו זאגען פאר זיין חבר, אז דו האסט אן א שלאף קאפעל!😛ווייל זיין חבר גייט שפירן זייער אומבאקוועם..)

און דעמאלטס האט איר יענעם עכט געהאלפען, אין איר וועט דעמאלטס, עכט האבן א חלק אין זיינע דערגרייכונגען....
הפלא ופלא


ערליך געשריבן

גערכטע פונקטן

און דאך.... קוים אנגערירט אויפן שפיץ גאפל
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

Of course האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:53 pm


דער פותח האט גענומען א גוטע טאפיק און.. עס געשאכטן!!


דער פתיחה ברויך ווען זיין מעסיג, אן קיין צדדים, אן קיין אומזאכליכע משלים און אומנויטיגע בלעימערייען.

פשוט כזה.

"דער רוח אין די ליבעראלע גאס איז לעצטנס זייער שטארק פארנומען אז מענטשן מוזן זיך פארשטיין אפילו ווען מען טוט אן עולה אדער עפעס נגד השכל.

וואס איז די תורה'דיגע מהלך איבער דעם, וויאזוי מאכן מיר זיכער אז די דרויסנדיגער גאס דרינגט נישט אריין במחנינו, און וואו איז דער ליין צווישן "זיך פארשטיין" און "עקסעפטענס אלץ א מיטל צו טאן וואס מען וויל"




און וויבאלד דער פותח האט נישט געשריבן אזוי, נאר אריינגעברענגט צענדליגער נערישע טאלקינג פוינטס און נערישע משלים, קוקט עס אזוי אויס.
WOW אזוי גוט ארויסגעברענגט די נקודה פונעם פה"א

די לימוד זכות אויפן פותח האשכול וואס פאלט מיר יעצט ביי.
@Of course ביסטאך יא ביכולת צו אנכאפן א טאפיק אין פינטעל און פילטערן די מיש מאש ארום. און דאך האסטו געדארפט שרייבן עטליכע תגובות ביז דיין טענה איז ארויסגעקומען אזוי סימפל און געפילטערט
לכאורה קען מען דעם פותח פארענטפערן מיטן זעלבן לימוד זכות.
Of course
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

יוד אלף האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 5:12 pm
Of course האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:53 pm


דער פותח האט גענומען א גוטע טאפיק און.. עס געשאכטן!!


דער פתיחה ברויך ווען זיין מעסיג, אן קיין צדדים, אן קיין אומזאכליכע משלים און אומנויטיגע בלעימערייען.

פשוט כזה.

"דער רוח אין די ליבעראלע גאס איז לעצטנס זייער שטארק פארנומען אז מענטשן מוזן זיך פארשטיין אפילו ווען מען טוט אן עולה אדער עפעס נגד השכל.

וואס איז די תורה'דיגע מהלך איבער דעם, וויאזוי מאכן מיר זיכער אז די דרויסנדיגער גאס דרינגט נישט אריין במחנינו, און וואו איז דער ליין צווישן "זיך פארשטיין" און "עקסעפטענס אלץ א מיטל צו טאן וואס מען וויל"




און וויבאלד דער פותח האט נישט געשריבן אזוי, נאר אריינגעברענגט צענדליגער נערישע טאלקינג פוינטס און נערישע משלים, קוקט עס אזוי אויס.
WOW אזוי גוט ארויסגעברענגט די נקודה פונעם פה"א

די לימוד זכות אויפן פותח האשכול וואס פאלט מיר יעצט ביי.
@Of course ביסטאך יא ביכולת צו אנכאפן א טאפיק אין פינטעל און פילטערן די מיש מאש ארום. און דאך האסטו געדארפט שרייבן עטליכע תגובות ביז דיין טענה איז ארויסגעקומען אזוי סימפל און געפילטערט
לכאורה קען מען דעם פותח פארענטפערן מיטן זעלבן לימוד זכות.


אמממ... שקויעך.

מיין ערשטע תגובה איז גלייך געווען אז דאס,כאטש נישט אזוי גוט אויסגעשמועסט.

אבער דן לכך זכות איז אלץ גוט..


ווי גייט דאס ווערטל, איינער איז אריין צו זיין רבי פאר א ברכה אויף קינדער. דער רבי האט אנגעוואונטשן און געגעבן א פראסק (ווי אסאך צדיקים פלעגן טון). דער איד איז למעשה נישט געהאלפן געווארן.
ענדליך נאך צוועלף יאר האט ער געהאט א בן זכר.

דער רבי וועלנדיג טעסטן דעם אידס אמונת צדיקים פרעגט אים נא, האסטע געגלייבט די אלע יארן אז דו וועסט נאך געהאלפן ווערן? יעצט ביסטע נאכאלץ ברוגז אויפן פאטש?

זאגט ער ניין, כעל זאגן דעם רבי'ן דעם אמת, איך בין קיינמאל ברוגז געווען אויפן פראסק. איך האב אלץ דן געווען דעם רבי'ן לכף זכות אז דער רבי איז סתם א משוגענער.
אוועטאר
Notes
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:28 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Notes »

לעקסוס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 1:03 pm
@Notes קודם נאדיר א גרינע פארן אשכול.
א שטארקע פוינט און א גוטע פעדער.
מזעהט אויף זיך אז דו ביסט א מענטש וואס טראכט טיף.

דו ברענגסט ארויס א גוטע פוינט און איך וויל עס איבער גיין צו זיין זיכער אז איך האב ארויס וואס דו זאגסט.
דו זאגסט אז לעצטנס טוט זיך א מוראדיגע אויפוואכונג אין די היימישע וועלט (חסידישע קאמיוניטי) איבער געפילן און ווייטאג און פילן אוקעי מיט די נעגאטיווע פילינגס, און דו קומסט זאגן למען השם פארוואס געבסטו וואלידאציע און באשטעטיגונג פארן שוואכקייט, ער גייט דאך וועלן בלייבן דארט, ענדערש זאג אים ווי נישט גוט סאיז צו זיין שוואך און נעגאטיוו און ברענג ארויס ווי גוט סאיז צו זיין א שטארקע מענטש, אזא מענטש וואס האט נישט קיין שוואכקייט און נעגאטיוויטי אין זיך און דאס גייט אים גורם זיין צו וועלן ארויס גיין פון זיין שוואכקייט און וועלן זיין שטארק און אזוי גייסטו אים ארויס נעמען פון די א.ג. בלאטע. משא"כ אז דו גייסט אים זאגן אז סאיז אוקעי צו פילן שוואך און נישט גוט גייט ער ווערן באקוועם דערמיט און נישט וועלן ווערן שטערקער.

איך האף אז כהאב גוט ארויס דיין פוינט.

ערגעץ וואו אינמיטן מישטו אריין נאך אפאר נושאים וואס איך מיין אז דיין פאקוס איז נישט געווען אויף דעם, נאר כדאי צו מאכן מער אינטרעסאנטער און ציענד די ארטיקל האסטו עס אריין געלייגט. אבער איך וויל עס יא אויסשמועסן פשוט צו מאכן זיכער אז איך האב גארנישט אויס געלאזט.

דו זאגסט אז די גאנצע אויפוואכונג פון געפילן און זיין באקוועם מיט די אייגענע שוואכקייט קומט פון די נייע היינטיגע גואישע ליבעראלע וועלט, וואס דארט איז אין די לעצטערע יארן געווארן א שטארקע נושא אז מאיז באקוועם מיט די אייגענע חסרונות. און פארוואס איז אין די ליבעראלע וועלט טאקע דא אזא אויפוואכונג, זאגסטו אז סאיז וויבאלד ביל געיטס האלט אז אזוי גייט ער מאכן מער געלט, וויבאלד אויב מענטשן גייען זיין באקוועם מיט זייערע שוואכקייט גייען זיי נישט וועלן ארבעטן, במילא גייען זיין ווייניגער ביליאנערן, במילא גייט ביל געיטס מאכן מער געלט, במילא גיסט ער אריין שווערע געלטער און אסאך פלעצער צו מאכן זיכער אז די היינטיגע יונגווארג באקומט די מעסעדש אז בלייבן שוואך איז גוט, במילא גייט ער מאכן מער געלט.

און דו פירסט אויס מיט א שאלה צו זענען די היימישע עולם (חסידישע קאמיוניטי) אויך געווארן נשפע פון ביל געיטס אגענדע פון מאכן געלט און זיי האלטן אויך אז זיין אוקעי מיט די אייגענע שוואכקייט איז א גוטע זאך?

ביז אהער מיין איך אז איך האב מער ווייניגער צאם גענומען דיין פוינט.


יעצט לאמיר זיך נעמען דערצו.
און מגייט אנהייבן מיט די לעצטע פוינט וואס איך האב אראפ געברענגט און דאס איז די ביל געיטס אגענדע.
כוועל דיך זאגן די אמת, סאיז מיר א ריזיגע חידוש וואס דו זאגסט אז ביל געיטס איז דער וואס שטייט אונטער די גאנצע אויפוואכונג. ביז היינט האב איך געוויסט פון 2 זאכן וואס מלייגט ארויף אויף אים, איינס אז ער שטיפט די וואקסינען כדאי צו קאנטראלירן די וועלט און די צווייטע אז ער האט אויפגעעפענט מייקרעסאפט כדאי צו מאכן געלט. די צוויי זאכן האב איך אייביג געוויסט צו זאגן אויף ביל געיטס. דאס אז ער שטיפט די אויפוואכונג פון זיין אוקעי מיט די געפילן האב איך קיינמאל נישט געוויסט אז סאיז זיין ארבעט.
כהאב פראבירט צו מאכן ריסורדש ווי ווייט מיין פילטער האט אדורך געלאזט און כהאב נישט געקענט טרעפן קיין איין מקור אויפן געוועב וואס האט עס באשטעטיגט. קען גאר זיין אז איך וועל דארפן אראפ נעמען מיין פילטער בכדאי צו קענען באקומען עקסעס צו די אינפארמאציע, קען זיין. אבער וואו ווייט שידי מגעת האב איך גארנישט געטראפן.

צו איך גיי יעצט זאגן אז סאיז ליגנט אז ביל געיטס שטיפט די אויפוואכונג, ניין. כהאב נישט קיין אנונג. אז דו ביסט אזוי זיכער קען זיין אז סאיז ריכטיג, כקען נאר זאגן אז ווי ווייט איך האב גענישטערט אויפן געוועב האב איך נישט געטראפן קיין מקור דערצו. און אדרבה ברענג מיך א מראה מקום (לינק בלע"ז) אז ביל געיטס שטיפט אזעלכע זאכן. כבין טאקע נייגעריג צו וויסן פון וואו דו האסט גענומען די הנחה

אבער דאס איז אלעס לגבי די גואישע וועלט, לאמיר אצינד גיין צו די היימישע וועלט (חסידישע קאמיוניטי) ווילסטו זאגן אזוי בדרך אפשר אז די היימישע עולם איז אויך געווארן נשפע פון זיינע זאכן וויבאלד מזעהט אין די היימישע אויסגאבעס די אויפוואכונג, מזעהט אז די אויסגאבעס פראבירט צו שטיפן די אגענדע פון זיין אוקעי מיט די אייגענע שוואכקייט און דו הייבסט אזוי אן צו טראכטן שטילערהייט אז ווער ווייסט? אפשר גאר האט ביל געיטס געזעהן וואס גייט פאר אין די היימישע וויליאמסבורגער גאסן ווי נישט לאנג צוריק האט זיך געגאסן דארט שווערע מיליאנען אין חלוקות און אלעס פון היימישע פילאנטראפן און ער האט אנגעהויבן צו טראכטן אז די מצב הייבט אן נישט צו טויגן און נאך אביסל הייבט ער אן צו באקומען אסאך קאמפעטישנס און ער גייט דערלייגן געלט, ער האט באמערקט אז אין די חסידישע קאמיוניטי איז דא צו אסאך געלט און סגייט אים שאדן.
נאך א לאנגע מיטינג וואס ער האט געהאט מיט זיינע יועצים איז ער צוגעקומען צו די מסקנא אז די עולם דארט איז נישט אזוי באקוועם מיט זייערע אייגענע שוואכקייטן און דאס איז וואס סמאכט זיי ארבעטן און מאכן געלט און אויב וויל מען אז זיי זאלן נישט האבן קיין געלט מוז מען אנהייבן צו שטיפן דארט די אגענדע פון זיין באקוועם מיט זיך אליינס און אזוי וועט קיינער נישט גיין ארבעטן און ער וועט קענען בלייבן מיט די גאנצע געלט.
די שאלה איז נאר וואס טוט מען דא? וואס איז די נעקסטע סטעפ?

איז געווען דארט א קליגע מענטש וואס האט זיך געגעבן א רוף אן, 'ביל, דו געדענקסט נאך פאר נישט א לאנגע צייט צוריק האט די ניו יורק טיימס געמאכט א גאנצע ארטיקל אנטקעגן די אולטרא ארטאדאקסישע קאמיוניטי? און ביל זאגט אים 'יא יא, עפעס דערמאנסטו מיך. אבער וואס האט די אולטרא ארטאדאקסישע קאמייוניטי מיט די חסידישע מענטשן צוטון?' זאגט אים זיין יועץ 'וואס דו ווייסט נישט? סאיז די זעלבע זאך' 'אהה, אוקעי כהאב נישט געוויסט, בושות מיינסט איינער האט געזעהן?'

בקיצור נאך א לענגערע דין ודברים איז געבליבן אז מגייט קאנטאקטן ר' נפתלי משה אינדיג וויבאלד זיין בילד האט פוגירט אויפן ארטיקל ווי ער נעמט זיך ארום מיט עריק עדעמס און לכאורה גייט ער קענען העלפן די מצב דא.

ר' נפתלי משה האט אינאנהייב נישט געוויסט וואס מוויל פון אים, אבער נאכן מסביר זיין אפאר מאל אז מען מיינט נישט גארנישט סך הכל האט ער א פראדוקט וואס ער וויל אדווערטייזן פאר די חסידישע קאמיוניטי און ער וויל וויסן וואו די בעסטע פלאץ צו אדווערטייזן איז, האט אים ר' נפתלי משה געגעבן די נאמבער פון זלמן ווידער און פון מאמענט.

(פארוואס נפתלי משה אינדיג האט נישט געגעבן די נאמבער פון די וואך און די שטיבל וויס איך נישט, דאס דארף מען אים פרעגן, איך פארצייל נאר די מעשה וואס איז געשעהן.)

געקלינגען האט ביל געיטס נאר מאמענט וויבאלד ער האט נישט געהאלטן אז סאיז נאך דא מענטשן היינט וואס קלינגען א נאמבער צו הערן נייעס און ער האט געהאלטן אז סאיז אשאד די געלט צו אדווערטייזן אויף קול מבשר, אבער מאמענט האט ער פארשטאנען איז א צייטונג און דאס האט ער געהאלטן גייען זיין מער מענטשן וואס גייען עס ליינען.

ווען ער איז אנגעקומען צו די מאמענט אפיס האט ער די ערשטע זאך געזאגט אז ער וויל רעדן מיט די ביג באס, נישט די CEO און נישט קיין מענעדשער, ער דארף די ביג באס. די סעקערעטערי וואס האט אויפגעהויבן די טעלעפון האט געזאגט אז די ביג באס איז נישט אוועלעביל אבער אויב וויל ער האבן א מיטינג מיט אים זאל ער שיקן אן אימעיל צו ביגבאסמאמענט עט דשימעל דאט קאם מיט זיינע דיטעלס און מוועט אים לאזן וויסן.

וויאזוי די מעשה האט זיך געענדיגט איז זייער אומקלאר, גארנישט איז דאקומענטירט, סאיז נישטא קיין ראיות אדער עפעס באווייזן וואס דא איז פארגעגאנגען.
און יעצט קומט @Notes פרעגן זייער גוט צו דא איז נישט עפעס פארגעקומען אינטערן טיש.

אויבן אויף לייקנט עס סיי מאמענט און סיי ביל געיטס אז זיי האבן בכלל עפעס א קשר צווישן זיך. אבער איך וואלט געזאגט אז מזאל עס איבער געבן צו די ניו יורק טיימס און זיי גייען שוין מאכן מטעמים פון דעם. די חברה דארטן גייען זיך פרייען דערמיט כמוצא שלל רב און איך וואלט געזאגט אז זיי גייען לכאורה אויך צאלן אן אפותיקו פאר דער וואס ברענגט זיי די סקאנדאל.


בקיצור המעשה דאס איז לגבי די חלק פון ביל געיטס.
סאיז קלאר ווי די טאג אז סהערשט א מוראדיגע אומקלארקייט איבער די גאנצע נושא און וועגן דעם קען איך מיך נישט באציען צו דעם ווילאנג סאיז נישטא קיין קלארע הארטע באווייזן און ווילאנג די אויספארשונג איז נאך אפן וועט מען ווארטן מיט געדולד.


און יעצט לאמיר זיך נעמען צו די אנדערע חלק און דאס איז דיין עיקר פוינט וואס דו האסט לכאורה געוואלט ארויס ברענגען.
דו זאגסט אזוי, געב נישט קיין גערעכטיגקייט צו פילן נישט גוט ווייל דעמאלט וועט ער וועלן בלייבן דארט. אנשטאט דעם זאג אים ווי נישט גוט סאיז צו זיין שוואך און ווי גוט סאיז צו זיין שטארק און דעמאלט ווער ער וועלן ארויס קומען פון זיין שוואכקייט און ווערן שטערקער.

איז לאמיר אנהייבן אזוי, וואס איז די ציל פון די מענטשהייט?
סאיז אביסל א שווערע נושא אויב מען גייט אריין צו שטארק. איז איך גיי נישט אריין גיין צו שטארק דערינען. און לאמיר קודם מאכן א דיסקלעימער אז די ריכטיגע ציל שטייט שוין אין די הקדמה פון די מסילת ישרים ווי ער פרעגט מה חובת האדם בעולמו. עיין שם ותמצא נחת.

איך וויל נאר אנרירן א פיצי חלק פון די שאלה. און איך גיי עס מסביר זיין.
וואס איז די ציל פון די מענטשהייט? צו וואו אהין ווילסטו אז מזאל אנקומען?
און לאמיר עס פרעגן קלארער, ווען דו שרייבסט אז אויב גייסטו געבן א באשטעטיגונג פארן זיין א שוואכע מענטש גיי יענע וועלן בלייבן שוואך משא"כ אויב גייסטו אים זאגן ווי גוט סאיז צו זיין שטארק גייט ער וועלן זיין שטארק. איז לאמיר דו פרעגן, ווען דו טרעפסט א מענטש וואס אין א שוואכע מאמענט, נעמליך ער פילט נישט גוט מיט זיך אליינס, וואס ווילסטו זאל די מענטש זיין? לאמיר זאגן אז סאיז דיין בחור'ל און דו זעהסט ווי ער איז נישט באקוועם מיט זיך אליינס, וואס ווילסטו זאל דיין בחור'ל יעצט זיין? דו גייסט טון אלעס אין די וועלט אז סזאל אים זיין גוט, און דו ביסט שוין עלטער און דו ווייסט וואס גוט מיינט און דו גייסט זיכער מאכן אז פאר דיין זון גייט זיין גוט, איז זאג דו מיך וואס איז די גוט וואס דו ווילסט אז דיין זין זאל זיין? וויאזוי ווילסטו אז דיין זין זאל זיך שפירן און וויאזוי ווילסטו אז דיין זאל זיך אויף פירן?

און די שאלה אין איין ווארט איז, וויאזוי קוקסטו אן די פערפעקט מענטש? ווער איז ביי דיך די מענטש וואס דו ווילסט אויך זיין אזוי ווי אים? וואס זענען זיינע אייגנשאפטן און וויאזוי פילט יענע מענטש במשך די טאג און וואס טוט ער א גאנצע טאג?

איך גיי פראבירן צו זאגן וואס סקוקט מיך אויס פון דיין ארטיקל וויאזוי דו קוקסט אן די מענטשהייט, סמוז נישט זיין אז דו האלסט טאקע אזוי אבער דאס איז וואס איך נעם ארויס פון דיין ארטיקל.

לדעתך איז די מערסטע געלונגענסטע מענטש איינער וואס איז א שטארקע מענטש עמאושענלי, איינער וואס טראכט נישט במשך די טאג פון ווייטאג, איינער וואס איז ביזי מיט תכלית און אויפטון און ער טראכט נישט א גאנצע צייט וועלכע טראומע ער האט און וויאזוי ער פילט יעצט. אזא איינער איז אין דיינע אויגן א העלד.
און סמיינט נישט אז יענער האט נישט קיין ווייטאג און פעין מיט וואס ער שלעפט זיך ארום, סקען זיין אז ער האט אבער זיין גדולה איז אז ער איז נישט ביזי מיט דעם, ער איז סאך שטערקער פון זיינע געפילן און ער ליגט נישט אין די ווייטאג, ער טוט תכלית, ער איז א גבר, א חברהמאן און נישט קיין שוואכלינג וואס טראכט פון געפילן א גאנצע טאג ממש אזוי ווי די פרויען.

דער מענטש וואלט באמת געווען די געלונגענסטע מענטש, אלע מענטשן וואלטן זיך געוואונטשען צו קענען זיין אזא מענטש, כווייס נישט צו אלע אבער איך זיכער. סאיז דאך ממש די חלום פון די בריאה, זיך צו קענען ארום דרייען אזוי כאילו לא היה, מען פילט נישט קיין פעין, מאיז אייביג און א גוטע מאוד, אייביג אויפגעלייגט, אייביג פרייליך; מאיז קיינמאל טרויעריג, קיינמאל אין א בעד מאוד, מען פילט קיינמאל נישט קיין ווייטאג. כזאג דיר, נאר פון טראכטן פון דעם ווער איך שוין פרייליך. סאיז דאך די בעסטע פון די בעסטע. הלוואי אויף מיר געווינטשן.

די מעשה הייבט זיך אבער אן אז סאיז א גוטע נאוועל געשיכטע ווי מקען אליינס פאנטאזירן ווי אזוי די העלדן זאלן אויסקוקן, די פראבלעם איז נאר אז אין ריעל לייף איז עס נישט פונקט אזוי. אין די ריעל לייף זענען די מענטשן נישט פונקט אזוי ווי אין די נאוועל געשיכטע. סאיז אביסל אנדערש. די מציאות שטעלט זיך ארויס צו זיין אנדערש פון די חלום.

ווען מהייבט זיך אן אביסל ארום קוקן זעהט מען אז די וועג וויאזוי די מעטשהייט ארבעט איז נישט פונקט אזוי ווי מען וואלט לכתחילה געוואלט אז סזאל אויסקוקן.
מקען באמערקן מענטשן וואס דרייען זיך ארום מיט ווייטאג, מקען באמערקן מענטשן וואס האבן אלטע טראומעס, מקען באמערקן מענטשן וואס האבן שוואכקייטן, מקען באמערקן מענטשן וואס פילן נישט באקוועם מיט זיך אליינס. יאפ, אז מהייבט אן ארום צו קוקן קען מען באמערקן אז די מענטשן עקזיסטירן. זיי באשטייען. זיי זענען דא. פון אינדערויסן וואלט מען אפשר נישט געקענט אנמערקן אויף זיי אז זיי האבן ווייטאג, אבער די מעשה גייט אז זיי האבן יא ווייטאג.

שפעטער קען מען באמערקן אויף נאך מענטשן וואו זיי זענען אין א בעד מאוד, זיי זענען טרויעריג, מקען באמערקן מענטשן וואס זענען אויפגערעגט, מענטשן וואס זענען דיסעפוינטעט, מענטשן וואס זענען דעפרעסט, מענטשן וואס האבן נישט גוטע פילינגס. מקען זיי זעהן, זיי זענען דא. זיי לעבן אין אונזערע וועלטל.

סקען זיין אז די וועלט וואלט בעסער אויסגעקוקט ווען די אלע נעגאטיווע פילינגס געפינען זיך נישט דא, און אפשר ווען אונז וואלטן פארגעשריבן וויאזוי די מענטשהייט זאל זיך פירן וואלטן אונז ארויס גענומען די באשטאנדטיילן פון טרויעריג און דעפרעסט און נעגאטיוו און נאר געלאזט די פרייליכע פאזיטיווע געשמאקע געפילן.

אבער ווי די מעשה שטעלט זיך ארויס איז די מענטשהייט נישט פארגעשריבן דורך מיך און אויך נישט דורך דיך און דער וואס האט פארגעשריבן די מענטשהייט האט יא אריין געלייגט אסאך נעגאטיווע טרויעיריגע דעפרעסטע נישט געשמאקע געפילן און דאס איז א געהעריגע חלק פון די עצם מענטשהייט.


יעצט לאמיר צוריק גיין צו דיין בחור'ל וואס פילט אומבאקוועם מיט זיך אליינס און גייסט אים נישט זאגן ווי נארמאל סאיז צו פילן אומבאקוועם נאר דו גייסט אים זאגן ווי גוט סאיז צו זיין די שטארקע מענטש וואס טראכט נישט פון קיין געפילן און איז נישט פארנומען מיט ווייטאג נאר טוט למעשה. פיין, האסט אים עס געזאגט. וואס איז אבער יעצט געשעהן?

לאמיר א סעקונדע אריין גיין אין די קאפ פונעם בחור'ל, ער פילט זייער דעפרעסט. די סיבה דערצו איז וויבאלד זיין מגיד שיעור האט אים געגעבן א פסק ברבים און ער איז געווארן פארשעמט. יעצט קומט זיין טאטע און זאגט אים, נעע מאכט דיך נישט נאריש, טרויעריג איז א שוואכע זאך, נאר מאמי און די מיידלעך זענען טרויעריג אונז מענער און בחורים זענען נישט געפיליגע, אונז זענען שטארקע חברה און אז די מגי"ש זאגט עפעס און מווערט טרויעריג דערפון ווייזט עס נאר אויף שוואכקייט, קאם אן זיי א שטארקע מענטש און ווער פרייליך.

אין די סעקונדע וואס זיין טאטע האט געענדיגט צו רעדן צו אים האט ער פלוצלינג געפילט א מוראדיגע תשוקה צו וועלן זיין א שטארקע מענטש וואס איז נישט טרויעריג, און וואונדער איבער וואונדער סאיז נישט אריבער קיין גאנצע מינוט און ער איז געווארן אויס צובראכן. יא יא. צו דו גלייבסט עס נישט און צו איך גלייב עס אויך נישט, דער בחור איז געווארן אן אנדערע מענטש. ער איז געווארן א מענטש. אזא מאן וואס האט נישט קיין שוואכקייטן נאר שטארקייטן.

אויב האלסטו אז דאס גייט זיין די רעזולטאט פון אזעלכע דיבורים דעמאלטס זאג עס אים טאקע.

אבער אויב דו פרעגסט מיך וועל איך דיך זאגן אז סארבעט נישט אזוי. וועסט קענען זאגן ביז איבער מארגן אז אז צו זיין א מענטש וואס איז טרויעריג איז נישט גוט און איז ראנג און ער גייט נישט ווערן אויס דעפרעסט. סגייט פשוט נישט ארבעטן אזוי.
ער איז נישט דעפרעסט וויבאלד ער וויל זיין דעפרעסט, ער איז דעפרעסט וויבאלד ער איז א חלק פון די מענטשהייט און נאך א באליידיגונג פון די מגי"ש איז ער געווארן דעפרעסט. סאיז נישט געקומען מכוח א סברא וואס ער האט געהאט אז צו זיין דעפרעסט איז א ריכטיגע שטארקע זאך און גוטע זאך, סאיז סך הכל געקומען וויבאלד ער איז געווארן באליידיגט.

און במילא אים זאגן דיבורים ווי גוט סאיז נישט צו זיין דעפרעסט, וועט אים נישט מאכן אויס דעפרעסט.

וואס וועט אים יא מאכן אויס דעפרעסט? א גוטע שאלה. און די תשובה קען זיך א יעדער אליינס צומאכן די אויגן און פראבירן אויפצוקומען מיט אן ענטפער.

פראביר צו טראכטן ווען דו ביסט געווען טרויעריג דעפרעסט, וואס האסטו געוואלט דעמאלטס?

ביי א גרויסע טייל מענטשן וועט די תשובה זיין אז זיי האבן גארנישט געוואלט. פעגער מיך נישט, געב מיך נישט קיין חיזוק און לאז מיך אפ, כוויל זיין אליינס.
ביי אנדערע וואלט געווען די תשובה אז זיי וואלטן געוואלט האבן חיזוק. איינער זאל זיי מחזק זיין.
און אנדערע וואלטן געוואלט אז איינער זאל זיי פארשטיין, איינער זאל זיי געבן די געפיל אז זיי זענען נארמאל און זיי מעגן פילן וואס זיי פילן.
און ביי אנדערע וואלט אפשר געווען אן אנדערע תירוץ. יעדער קען זיך עס אליינס פרעגן און זעהן וואס די תשובה וואלט געווען ביי אים.

בקיצור יעדער קען אליינס טראכטן וויאזוי סאיז די בעסטע וועג צו רעאגירן.
אבער זאגן אז די געפיל וואס דו האסט איז נישט ריכטיג וועט לכאורה פאר קיינעם העלפן, און פאר מאנכע וועט עס נאר מער קאליע מאכן.


און דאס אז דו זאגסט אז אויב מוועט אים געבן צושטימונג אז די נעגאטיווע געפיל וואס ער פילט איז ריכטיג, וועט עס נאר מאכן אז ער וועט וועלן בלייבן אין די נעגאטיווע סיטואציע איז לכאורה אויך נישט ריכטיג. ווייל אין די ענד אוף די דעי וויל קיינער נישט בלייבן דארט. קיינער וויל נישט בלייבן ביים ווייטאג. אלע ווילן מצליח זיין. וויאזוי ווייס איך? ווייל איך זעה די אויפוואכונג וואס איז דא אין די לעצטערע תקופה אין די מענטל העלט אינדערסטרי וויאזוי פיל מענטש זוכן זיך צוגיין העלפן און ווילן ענדיגן מיט זייערע ווייטאג און פעין וואס זיי שלעפן שוין מיט פאר יארן לאנג. די עולם קען שוין נישט מער. קיינער וויל נישט בלייבן ביים נעגאטיוו. און אין די ענדע איינמאל מגעבט אים צו פארשטיין אז דאס וואס ער פילט אז בסדר און ער מעג אויך פילן טרויעריג, טאקע דאס וועט אים העלפן זיך צו קענען ארויס דראפענען פון די ווייטאג און ווערן א סוקסעספולע מענטש (און גיין קאמפעטישן מיט ביל געיטס).

סאו היוצא לנו מכל זה, ווען א מאגאזין געבט א צושטימוג פאר די שוואכערע פון צווישן אונז אז סאיז נארמאל צו פילן שוואך און נישט גוט, און מען מאכן פאר אן העלד איינער וואס קען ארויס קומען בשער בת רבים אז איך בין נישט די בעסטע איך האב אויך שוואכקייטן אזוי ווי דיך און אזוי יעדעם איינעם, טאקע דאס איז וואס סגייט בויען די ליינערס און וועלן ווערן שטערקער און מער מוצלח'דיג. טאקע דאס. און לכאורה נאר דאס.



נו שוין... סאיז געווען א לאנגע מעשה... כהאב מיך פשוט געדארפט אביסל ברייטער אויסשמועסן...
כוויל נאר ענדיגן מעין הפתיחה מיט א דאנק פאר @Notes פארן ארויף ברענגען אזא קריטיש וויכטיגע נושא אויפן טיש.
זייער שיין צונומען...

בנוגע אייער פראגע, צו ביל געטס איז דער וואס שטופט די אגענדע, טוענדיג מיין ריסערטש לגבי זיין פאנדעישן, שטייט ארויס אז טיילן פון די פערציג צו זעכציג 'ביליאן דאלער', גייט פאר סאציאלע צוועקן( לייען נארישקייט), און קלימאטן טויש, און נאך אומזיסטע זארגן, אלעס אז מענטשן זאלן פילן אומזיכער און וואלנערעבל! קלאר! און ווער עס זעהט עס נישט, זאל בעסער קוקן,
און לי יצור אז עס איז נישט ביל געיטס, איז אבער זיכער דא ריזיגע מאלטי ביליאן דאלארדיגע פירמעס, א שטייגער ווי דיזניווארלד, האליוואד, באד לייט, וכדו, וואס שטיפן אפן און גראב, גאר ליבעראלע אגענדעס, וואס די ענד גאול איז קלאר צו מאכן די וועלט מער א "וואלנערעבל פלאץ"...

2. בנוגע צו די חברה האבן געצילט די וויליאמסבורגע עולם!!
האט דען טראמפ געצילט, אז וויליאמסבורג זאל ווערן טראמפיסטיש?! האט דען עפל געצילט, אז וויליאמסבורג זאל האבן סמארטפאון'ס?! נאר וואס דען, עס איז קלאר און אומצוויידייטיג, אז ווי עס גוי'אישט זיך יודישט זיך!..

3.בנוגע די פראגע, וואס איז די מעסטער צו סוקסעס?
ווי שוין דערמאנט אונעם ארטיקל, אז איך וויל נישט זאגן וויאזוי א מענטש זאל פילן פריוואט ביי זיך, פון וואס איך רעד יא איז, וואס דארף זיין די פיקטשער פון סוקסעס?, און אין דעם, קומט שוין נישט אריין קיין געפילען, נאר דעיס איז די "פשוטע דעפענישען" פון די ווארט "סוקסעס"....
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

Notes האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 9:22 pm
און לי יצור אז עס איז נישט ביל געיטס, איז אבער זיכער דא ריזיגע מאלטי ביליאן דאלארדיגע פירמעס, א שטייגער ווי דיזניווארלד, האליוואד, באד לייט, וכדו, וואס שטיפן אפן און גראב, גאר ליבעראלע אגענדעס, וואס די ענד גאול איז קלאר צו מאכן די וועלט מער א "וואלנערעבל פלאץ"...
סאוראס, בלעק-ראק, WEF, ריעד האפמאן, און נאך אסאך פון די גרעסטע פינאנציעלע אינסטיטוציע'ס און ארעגנעזעישאנ'ס און קארפארעישאנ'ס ארום די וועלט, פון אמעריקע ביז דייטשלאנד ביז שווייץ.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
רשב''ן
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 2:52 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשב''ן »

דער פותח האשכול האט אויפגעברענגט א רעלעוואנטע נושא. כל הכבוד.

די רעאקציעס זענען פארשידנארטיגע, אבער א שטיקל צד השוה, עס איז זיכער דא דא א דינע ליניע, און קיינער האט עס נישט אנגעכאפט.

לאמיר אנכאפן קודם דעם עצם געדאנק פון זיך אקצעפטירן וויאזוי מען איז.

א קליינע הערה; געוויסע האבן עס דא אנגענומען אויף א וועג כאילו מען רעדט פון אקצעפטירן אנדערע, ראנג.

יעצט צום נושא: צוויי זאכן זענען קלאר, ברור, אין חולק.

1) א מענטש דארף זיך אקצעפטירן.

2) א מענטש טאר זיך נישט אקצעפטירן.

קלאר, א מענטש דארף זיך אקצעפטירן, אז ער איז נישט אקצעפטירט ביי זיך, קען ער קיין געזונט לעבן נישט לעבן.

ווי אויך איז קלאר אז א מענטש טאר זיך נישט פולקאם אקצעפטירן וויאזוי ער איז, דאס איז א רעצעפט פאר א ליידיג ציללאז לעבן.

--

לאמיר אריבערגיין א מינוט צום משל וואס ער האט אנגעכאפט; פסיכאלאגיע.

פסיכאלאגיע איז ביי געוויסע פארהייליגט. ביי געוויסע דער שטן אליינס.

אן אריינגיין טיפער אין די נושא, זענען ביידע זייטן נישט אבסאלוט גערעכט.

דער וואס איז פרא פסיכאלאגיע איז קלאר: מענטשן פייניגן זיך, עס איז דא מיטלען זיי צו היילן, הייל.

דער וואס שרייט קעגן פסיכאלאגיע, משל'ט אויס א זיס בילד, ווי פאר הונדערט יאר צוריק האבן מענטשן געהאט פּיין, אבער עס איבערגעקומען מיט בלעטער גמרא, און זיסקייט פון שבת. די אלע גוישע מהלכים לייגן אריין גיפט.

יעצט, דאס איז זיכער, אז פיין קען מען נישט איגנארירן, מען דארף עס היילן. מען קען עס נישט איבערקומען מיטן זיך צומאכן די אויגן.

דער פראבלעם איז אבער, אז די דאזיגע וואס האבן אויפגעטראפן די היילונג מעטאדן, זענען בכלל נישט אראפגעבינדן צו א געוויסע לעבנסשטייגער וואס דער מענטש דארף עררייכן. עס איז נישטא קיין ציהל וואו מען דארף אנקומען, חוץ אז דער מענטש זאל זיין גליקליך. עס איז נישטא קיין אבסאלוטער ציהל.

אונזער גרויסער באשעפער פארלאנגט יא פונעם מענטש א געוויסע לעבנסשטייגער, ער פארלאנגט יא אז א דער מענטש זאל זיך פלאגן, ער פארלאנגט נאכצוקומען געוויסע סטאנדארטן. אן אבסאלוטער ציהל.

אלזא טאטאלע רואיגקייט, און אקצעפטירונג איז פארן איד אוממעגליך.

פון די אנדערע זייט, זיך היילן מיט בלעטער גמרא איז אבסורד, וכו'.

יעצט שטעלט זיך די שאלה, וויפיל זענען די אלגעמיינע היילונג מיטלען רעלעוואנט, און אפעקטיוו, פאר א איד?

עס איז זיכער אז געוויסע פון זייערע געדאנקען זענען שטארק אמת, און נוצבאר, פון די אנדערע זייט האבן מיר אנדערע געצייגן וואס זיי האבן נישט, א ציהל אין לעבן איז א מאסיווע היילונג, א גאט אויף וועם מען קען זיך אייביג פארלאזן איז א מעכטיגער היילונג.

אבער ארויסצוקומען פונעם צעמישעניש, זיך צו קענען באנוצן מיט די מאכטפולע געצייגן וואס מיר האבן, דארף מען צומאל דורכגיין פונדעמענטאלע אויסקלארונג, לעבן מיט זיך, רואיגקייט. וכו'. דאס זענען זאכן וואס חכמת ה'סייקאלעזשי שטעלט פאר.

אבער צו בלייבן נאר דערמיט, איז א שטיק גיפט פאר א איד.

---

צוריק צום דשענערל נושא, א איד מוז זיך אויך אקצעפטירן, אז נישט איז ער קראנק, נישט ביי זיך, דעפרעסט, וכו'.

אבער זיך פולקאם אקצעפטירן? נישט מעגליך פאר א איד, א איד דארף נאכקומען געוויסע סטאנדארטן, ער קען נישט זיין רואיג.

--

יעצט, צי די אויסגאבעס ברענגען אריין א ווינט פון זיך מער אקצעפטירן וויאזוי מען איז? עכט ווענדט זיך עס וויפיל דער מענטש פאר זיך האט זיך שוין אקצעפטירט, אדער פארקערט. עס קען באמת נישט ווער אראפגעשטעלט א אבסאלוטער הנחה.

ווייטער לגבי די חלק פון סתם נאכברענגען מעשיות אן קיין פרייליכע ענדע, איך פערזענליך זעה בכלל נישט דעם תועלת דערפון, ווארשיינליך געטריבן דורך די וועלכע זענען קלאר אז גייסטישער געזונט דארף זיך מער אויסשפרייטן צווישן אונזער ציבור, אויך א מיינונג. כ'הער.

---

לסיכום הענין. עס איז זיכער נישטא קיין אבסאלוטע תשובה, עס ווענדט זיך עכט אינעם מענטש. אבער די אלע וואס האבן געריסן שטיקער דא, דארפון זיכער טראכטן נאכאמאל צו ס'איז אזוי זיכער.

נאך א אגב; ביל געיטס איז פיין..
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

רשב''ן האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:01 pm
ווי אויך איז קלאר אז א מענטש טאר זיך נישט פולקאם אקצעפטירן וויאזוי ער איז, דאס איז א רעצעפט פאר א ליידיג ציללאז לעבן
א לייק פאאר דיין הערליכע מעסיגע תגובה. אויף די ציטירטע שורה, לענ''ד פירן אן אינהאלטספולע לעבן מיט א ציל טאר נישט האבן קיין נגיעה מיט זיך נישט אקצעפטירן. ואכהמ''ל.
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים
רשב''ן
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 2:52 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשב''ן »

ליטווישער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:06 pm
רשב''ן האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:01 pm
ווי אויך איז קלאר אז א מענטש טאר זיך נישט פולקאם אקצעפטירן וויאזוי ער איז, דאס איז א רעצעפט פאר א ליידיג ציללאז לעבן
א לייק פאאר דיין הערליכע מעסיגע תגובה. אויף די ציטירטע שורה, לענ''ד פירן אן אינהאלטספולע לעבן מיט א ציל טאר נישט האבן קיין נגיעה מיט זיך נישט אקצעפטירן. ואכהמ''ל.
עס איז זיכער איינע פון די זאכן וואס שטופן דעם מענטש פאראויס.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

רשב''ן האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:11 pm
ליטווישער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:06 pm
רשב''ן האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:01 pm
ווי אויך איז קלאר אז א מענטש טאר זיך נישט פולקאם אקצעפטירן וויאזוי ער איז, דאס איז א רעצעפט פאר א ליידיג ציללאז לעבן
א לייק פאאר דיין הערליכע מעסיגע תגובה. אויף די ציטירטע שורה, לענ''ד פירן אן אינהאלטספולע לעבן מיט א ציל טאר נישט האבן קיין נגיעה מיט זיך נישט אקצעפטירן. ואכהמ''ל.
עס איז זיכער איינע פון די זאכן וואס שטופן דעם מענטש פאראויס.
יש לדון צו ס'איז געזונט פארן מענטש דאס זאל אים שטופן.
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”