היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4323
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

איד27 האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 4:24 pm
סך הכל,
סבאשטייט נישט קיין נפשיותדיגע פראבלעמען, און טאמער חלילה יא קען נאר סיקסא רב עס באהאנדלען.
שכוח.
שטארק ארויסגעברענגט!
עס איז נישטא בכלל אזא איד וואס צופליקט זיך פאר כלל ישראל!
קיינער דארף נישט זיין הילף.
אויב יא זאל ער גיין צו איד28!
מח קטן
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:22 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח קטן »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 7:15 pm
מח קטן האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 7:10 pm
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 7:05 pm
מח קטן האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 7:01 pm
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 7:00 pm

יעדער האט עס דארט דערמאנט.
נאמען און אדרעסס ביטע.

איך האב געהערט פון עטליכע וואס זענען דארט געווען.
מען האט גערעדט דורכאויס דעם גאנצן מסיבה פון די וויכטיגקייט צו גיין צו א מומחה ספעציעל האט מען כסדר אינדארסירט די ארגאניזאציעס און קליניקס וואס זיי האבן נאר לייסענד.
א מומחה מיינט נישט לייסענס.. און קליניקס צאלט די אינשורענס.

ס'זעהט אויס בכוונה די נישט דערמאנען לייסענס.
איך האלט נישט אזוי.

בכלל די דיין ר' זושא איז זייער אויפגעקאכט אין די ענינים ער גלייב אז ער האט נישט דאס געמיינט.

בכלל פון זיין מעשה מיט דר. הרב טווערסקי ז"ל איז משמע אז ער האלט פון לייסענד.
דאונט געט מי ראונג.

איך זאג נישט אז לייסענס איז א פראבלעם, איך זאג נאר אז מ'האט עס נישט געשטופט און פראמאוטעד דארט.
און אז נישט לייסענס קען צומאל זיין פונקט אזוי גוט אדער נאך בעסער.
ברכו שמו
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 4:52 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכו שמו »

אחי יקירי, ואנ"ש, איך וויין !
אלמלא לא ראיתי לא האמנתי, יעדער דעת אמת של תורה וועט מסכים זיין, אז די גויאישע מהלך וואס מגעט פאר די פאציענטן איז ליידער אריינגערעכנט די אויבנדערמאנטע כינויים, אין אויך מיין איך אז לפי דעת תורה, זאגן פאר עלטערע קינדער אדער פאר יונגע מענער /ווייבלעך, לייג "ביזדערווייל" אלעס אויף א זייט, דיינע עלטערן, דיין מאן / ווייב, די דארפסט "יעצט" ספעיס, אז די מוזט האבן דיין טעלעפאן שב"ק רח"ל, די מעגסט פארן שב"ק רח"ל, לייג "דערווייל" נישט קיין תפילין, ביסט פטור מכל מצוות שבתורה, ותעשה כל מה שליבך חפץ, אדער מסירה אויף עלטערן רח"ל, גיין אויף פלעצער וואס איז אסור לכל הדעות, און אנדערע ענינים שהצניעות יפה להם, איז ליידער יא פעליג די טיטלען וואס די סיקסא רב שליט"א געט זיי,
גלייב מיר איך וויין שרייבענדיג דאס,
הלואי איז ער נישט גערעכט- רבותי סאיז א הימל געשריי, סגיסט זיך יודיש בלוט אין די היימישע גאסן, פרעגטס אייך אביסל נאך, ביי מיטגעמאכטע משפחות ל"ע
מח קטן
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:22 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח קטן »

fiena nieas האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 5:17 pm
פונק האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 1:10 pm
עלינו האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 1:04 pm
פונק האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 12:55 pm
בסייעתא דשמיא

טייערע אידן אנטשולדיגט פארן אנקומען אזוי שפעט אינעם אשכול אריין.... ליינענדיג רוב פון די אשכול קען איך זיך מער נישט איינהאלטן, נאר ארויסקומען איינמאל אין דער עפנטליכקייט מיט מיין (טאטע’ס) פערזענליכע מעשה.
ס’איז קיינמאל נישט צו שפעט, און ההכרח לא יגונה, איך וועל זאגן גאנץ שארף, יהיה מה שיהיה, ווייל איך ווייס שוין צופיל, ודי בזה.

טייערע אידן, איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואס מיין טאטע איז א ”לייסענסד” טעראפיסט, און רבנים און מוסדות התורה פלעגן שיקן צו מיין טאטע.
עס איז געווען ווען נאכן זיך דורעכרעדן מיט א גאר גרויסע רבי אין כלל ישראל, ווען דער רבי האט מסכים געווען אז ער זאל גיין אין קאלעדזש זיך לערנען.
נאך יארן פון שטודירן איז מיין טאטע געווארן א אפציעלע טעראפיסט, און צוביסלעך צוביסלעך האט ער זיך קונה שם געווען אלץ א גרויסע מבין אין דעם פעלד.
און ברוך השם אז פרנסה איז אייביג געווען אין שטוב, און מיר קינדער האבן נישט געוואוסט פון קיין געלט פראבלעם קיינמאל, אלעס וועגן די פרנסה פון פשוט העלפן אידישע קינדער, פיין, ביידע זאכן האמיר, סיי א טאטע א קלוגער, און סיי פרנסה בריוח, וואס קען זיין בעסער ווי דעם?

אבער
די פיין וואס ער האט געפייניגט מיין מאמע תחי’, און די קינדער שיחיו איז אין לשער, עס איז דא פייניגן פיזיש, אבער דעמאלטס ווייסטו כאטשיג אז דו האסט באקומען א פראסק, א פאטש, א ציפ...
אבער ווערן געפייניגט און דערנידערט גייסטיש איז געווען אונזער מזל, מיין טאטע האט זיך געפירט מיט שרעקליכע עינוים אויף אונז קינדער, גייסטיש, מענטשן האבן מיר טייל יא געגלייבט און טייל נישט געגלייבט, אבער די נענטסטע מענטשן צו מיין טאטע האבן מיטגעשאקלט מיטן קאפ צו מיך ווען איך האב זיי דערציילט אלעס, היות זיי קענען אים פון דער נאנט.

טא, וואו קומט דאס אריין? סך הכל האב איך געטראפן א טעראפיסט וואס ליידט אליינס? נישט געפערליך... אבער די פראבלעם איז, אז נאך בערך 10 יאר ליגן דערינען האט ער פלוצלינג אפגעלאזט די טעראפי וועלט, און גענומען א צווייטע ארבעט, און אזוי איז עס טאקע ביז היינט. פון דעמאלטס איז ער געווארן סאך מער אפן צו אונז, און סאך נארמאלער צוגעגאנגען צו יעדע ענין, און אויפגעהערט צוביסלעך מיט זיינע שטעך ווערטער. וכן הלאה.

אפאר יאר צוריק, ד. מ. אפאר יאר שפעטער נאכן אפלאזן די טעראפי דזשאב האב איך אים איינמאל שיינערהייט געפרעגט: טאטי פארוואס האסטו גענומען א צווייטע דזשאב? האסט דאך געמאכט אזויפיל געלט דעמאלטס? זאגט ער מיר: ”צו זיין א טעראפיסט מיינט עס אז די גאנצע מח ווערט איבערגענומען פון טראכטן פסיכיאטעריש און אריינגעטראכט און פארלירן דעם פשוט’ן גראדע טראכט, עס האט מיר נישט געלאזט געהעריג שמועסן מיט ענק, און פארברענגען געזונט און נאטורליך, יעדע זאך איז א חקירה און א טיפע לומדות... און דעמאלטס האב איך געפילט אז איך מוז עס סטאפן גלייך! און נישט ווייטער גיין מיט דעם” (איך געדענק טאקע ווי דעמאלטס האט מען ארויסגעווארפן אלע זיינע גוי’אישע בוקס פון אפיס אין בעיסמענט).

איך וויל בעטן אז די אידן וואס האבן א נעראטיוו לטובת טעראפי זאלן טראכטן צי איך מעג אויך זיך אויסרעדן? איך וויל אויך אמאל זיך אויספויקן... נאר דו מעגסט רעדן צום טעראפיסט? איך שרייב אראפ אלעס, דאס איז מיין פערזענליכע טעראפי, פלאס אסאך אסאך תפלה צום באשעפער, און פארשטיי מיך, אז איך האב פעין פון די ווארט טעראפי, פארשטיי מיין נפש פון אלץ קינד, און די טראומע פון מיינע איגנט יארן וואוינענדיג ביים גרויסן טעראפיסט וואס הונדערטער אידן האבן געמיינט אז ער וועט העלפן לינדערן זייער צער.
און דו טייערע אינגערמאן נאך די חתונה, ווילסט זיך לערנען טעראפי? אבער מעגסט וויסן אז עס איז דא שווערע קאנסקעווענצן דערין.
הרבה ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן.

נ. ב. צי ער האט טאקע געהאלפן מענטשן? איך ווייס נישט. קען זיין. נניח אז יא, אבער וואס האט די טעראפי וועלט, די קאלידזש אים געלערנט?

ברוך השם אז פון דעמאלטס האב איך שוין נישט קיינמאל אנגערירט די קלאמקע פונעם טעראפיסט...

מבשרי אחזה.
נאך א מזל ער האט עס אפגעלאזט, קוקט אויס אז עס איז טאקע נישט געווען געמאכט פאר אים.
איך דערצייל דיר אז הונדערטער היימישע אידן זענען געווען ביי אים בעבר! בלינדערהייט איז מען געגאנגען נעמען עדווייס פון אים, ווייל ער האט דאך די לייסענס...
עס איז נישט געמאכט פאר א איד מיט א ווייב און קינדער, צו נעמען די מח וואס גאט האט געגעבן און מקריב זיין פאר פילאזאפיע.
איז ער אליינס געגאננגען פאר טערעפי? דא האסטו דער ענטפער! יעדע טערעפיסט היינט צוטאגס "מיז" גיין פאר טערעפי
איך וויס נישט אויב מ'מיז , אבער איך האב שוין געהערט כלי ראשון פון עטליכע וואס גייען.
הרב פנחס ברייער פון א''י זאגט אויך אז ער האט זיין פערזענליכע מורה דרך.
מח קטן
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:22 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח קטן »

ברכו שמו האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 4:33 pm
אחי יקירי, ואנ"ש, איך וויין !
אלמלא לא ראיתי לא האמנתי, יעדער דעת אמת של תורה וועט מסכים זיין, אז די גויאישע מהלך וואס מגעט פאר די פאציענטן איז ליידער אריינגערעכנט די אויבנדערמאנטע כינויים, אין אויך מיין איך אז לפי דעת תורה, זאגן פאר עלטערע קינדער אדער פאר יונגע מענער /ווייבלעך, לייג "ביזדערווייל" אלעס אויף א זייט, דיינע עלטערן, דיין מאן / ווייב, די דארפסט "יעצט" ספעיס, אז די מוזט האבן דיין טעלעפאן שב"ק רח"ל, די מעגסט פארן שב"ק רח"ל, לייג "דערווייל" נישט קיין תפילין, ביסט פטור מכל מצוות שבתורה, ותעשה כל מה שליבך חפץ, אדער מסירה אויף עלטערן רח"ל, גיין אויף פלעצער וואס איז אסור לכל הדעות, און אנדערע ענינים שהצניעות יפה להם, איז ליידער יא פעליג די טיטלען וואס די סיקסא רב שליט"א געט זיי,
גלייב מיר איך וויין שרייבענדיג דאס,
הלואי איז ער נישט גערעכט- רבותי סאיז א הימל געשריי, סגיסט זיך יודיש בלוט אין די היימישע גאסן, פרעגטס אייך אביסל נאך, ביי מיטגעמאכטע משפחות ל"ע
ער איז נישט גערעכט! סימפעל!

נאכן וויילן עטליכע יאר ביי היימישע לייסענס טעראפסטן ( 5 חברה האבן געמאכט אוף מיר געלט.. ) קען איך מעיד זיין אז עכ''פ די וואס איך בין געגאנגען האבן נישט געזאגט קיין ווארט וואס איז נישט אויסגעהאלטן , ואדרבה מ'האט די גאנצע צייט זיך שואל עצה געווען מיט דעת תורה.

איך זאג נישט אז אלע טעראפסטן זענען אזוי , וועגן דעם דארף מען טאקע זיכער מאכן פאר מ'גייט אז יענער איז טאקע אויסגעהאלטן.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

תגובה דורך איד27 »

איך גיי מיט וויינען מיט אייך סאיז דא אמת אין אייערע רייד, און מדארף איבערדרייען וועלטן דערויף.
אבער אפ פסלן אלעס דארף גענומען מיט די זעלבע אחריות.
סאיז א ווייטאג וואס מענטשן מאכן מיט, און יא זאלן די רבנים קומען מיט א סעלושאן.
לעצט פארראכטן דורך איד27 אום מאנטאג יוני 24, 2024 5:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
מח קטן
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:22 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח קטן »

פאר די אלע וואס האבן דן געווען ווער ס'האט די רעכט צו פסק'נן דיני נפשות.

איך קען נאר זאגן אזויפיל מבשרי אחזה, וואס די דאקטער האט גענוצט זיין חלף קעגן מיך און מיך אוועקגעהארגעט מיט זיין פארארדענונג, ס'האט מיך גענומען 8 יאר זיך צו ערהוילן פון יענץ, ועדיין לא נושענו אינגאנצן.
דער רשע, דער דאקטער, האט נאך 15 מינוט זיצן מיט מיר , יא גוט געליינט 15 מינוט , דעטס איט, געהייסן שניידן ביידע סימנים,
איך האב געשריגן איך קען נישט אטעמען אבער די רשע האט זיך געהאלטן ביי זאנס.
די דעת תורה וואס כ'האב אנגעפרעגט האט מיר נאר געזאגט אזויפיל , אז ער טראסט בלינדערהייט די דאקטער און שוין.

שוין אזוי איז געווען באשערט!

אבער טייערע יודען, זייטס נישט פארנער'ט מיטן גלייבן דאקטורים אזוי ווי אין די יג' עיקרים.

ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז מ'דארף פאלגן א דאקטער בלינדערהייט, און אפילו ביי חולי הגוף , אויב א חולי זאגט יום כיפור אז ער דארף עסן דארף מען אים געבן, פארוואס? ווייל א מענטש שפירט וואס ער ברויכט האבן. און ער ווייסט אסאך מאל בעסער פונעם דאקטער.

כ''ש וכ''ש ביי חולי הנפש , וואס ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז דאקטורים האבן עפעס סמכות בכלל , איז אויב א מענטש שפירט ביי זיך אז מ'ברויך טוען אנדערש ווי די דאקטער מיז ער עס שטארק נעמען אין באטראכט, שלא תמות כדרך שמת פלוני.

עניוועי די נושא ברענגט מיך טרערן.

הצלחה.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

איינער קען מיר קלאר מסביר זיין פון וואסערע טעריפיסטן מען רעדט דא? פאר דיפרעשען ענקזייטי אדג אדער פאר שלום בית אדג?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6971
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ברכו שמו האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 4:08 pm
נקודה למחשבה האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 1:45 am
ברכו שמו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 12:46 pm
הגה"צ סיקסא רב שליט"א
חלק ב'
https://www.dropbox.com/scl/fi/lw3ladjf ... 7cwcd&dl=0
עס זעהט מיר אויס ווי דער רב מיינט עס ערענסט.

אבער לאמיר דיר פרעגן @ברכו שמו

ווי עס זעהט אויס ביזטו א חסיד פון איהם. האסטו זיך געמיטשעט מיט אן ערענסטע חולי נפש און געהאלפן געווארן דורך איהם?
קענסטו אזא איינעם?
קיינער עקספעקט נישט אז איינער זאל דא מפרסם זיין און ארויסגעבן פריוואטע ערפארונג
אבער ביודעי ומכירי, ליידער ליידער, די משפחה האט כמעט פארלוירן דעם קינד בעצת ההיימישע (וכפי לשון הרב שליט"א ועוד הרבה רבנים שליט"א) רשעים כופרים אפיקורסים, שופכי דמים, מחללי שבתות, והרבה מאוד
לולי השם שהיה לנו בקום עלינו אדם, ובעצת הרב שליט"א ובעצתו ובחכמתו ודעת תורתו, איז געקומען א ריזיגע ישועה, ואכה"ל

נעבעך. אפשר זאלסטו מפייס זיין די ערליכע אינגעלייט טעראפיסטן?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע:מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

הער מיך אויס ברודער, איך בין נישטא דיר צו צימבלען און אז דער שמועס איז דיר שווער לאז מיר וויסן.

די האסט מיר אבער נישט גענטפערט.
דאס אז זענען דא שלעכטע טערעפיסטן דארפסטו מיר נישט זאגן. אז עס איז דא אסאך השקפה וואס איז קעגן דעת תורה עגרי איך אויך.

די שאלה איז נאר וואס דער מהלך איז מיט מענטשן וואס סטראגלן. פון מיין עקספעריענס דארף מען טערעפי מיט תפילות, און אזוי האלטן אויך גאר חשובע רבנים וואס פארשטייען צום נפש וואס איך קען גענוג גוט צו וויסן וואס זיי האלטן באמת.

יעצט איך וועל נישט זיין סורפרייזד אז די האסט מיטגעהאלטן ווי איינער וואס דארף ווארעמקייט און איז געווארן א פעדערעל קעיס ביי איינע צו אפאר טערעפיסטן וואס ווייסן נישט וואס זיי טוען. און דער רב האט איהם געראטעוועט.

נישט דאס איז די מעשה? די נקודה איז נישט וואס די פאל איז געווען דא, די נקודה איז אז מען רעדט נישט פון איינער וואס עסט זאמד ווען ער איז מעניק. (פאר די וואס קענען ב''ה נישט דעם נושא, א קלוגע טייערע אינגערמאן. בכלל נישט משוגע)
די נקודה איז אז ער האט נישט געהיילט איינער וואס איז כל כולו סטאק אין או סי די. (או סי די מיין איך ערענסטע פעלער)

און אויב די ביזט אפען און געזונט טראכט דיר איבער
האסטו מיטגעהאלטן ווי דער רב היילט אזא איינער? איך וועל מיך באמת פרייען צו הערן אויב יא, און אויב איך וועל זעהן אז עס אזוי וועל איך באמת ווילן הערן וואס ער זאגט(מיין אישי קעסטל איז אפען)

האסט נישט מיטגעהאלטן? דיין פריינד וואס שרייבט דיר דא האט יא!
ער קען ב''ה מענטשן וואס לעבן ערליכע געזונטע אידישע לעבנס נאכן גיין אויף טערעפי.

ובחרת בחיים

איך האב דיר נישט געבעטן א פערזענליכע פאל. איז ביטע ענטפער מיר נישט דיין פאריגע תשובה.

הצלחה
לעצט פארראכטן דורך נקודה למחשבה אום דינסטאג יוני 25, 2024 7:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע:מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

מח קטן האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 4:42 pm
ברכו שמו האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 4:33 pm
אחי יקירי, ואנ"ש, איך וויין !
אלמלא לא ראיתי לא האמנתי, יעדער דעת אמת של תורה וועט מסכים זיין, אז די גויאישע מהלך וואס מגעט פאר די פאציענטן איז ליידער אריינגערעכנט די אויבנדערמאנטע כינויים, אין אויך מיין איך אז לפי דעת תורה, זאגן פאר עלטערע קינדער אדער פאר יונגע מענער /ווייבלעך, לייג "ביזדערווייל" אלעס אויף א זייט, דיינע עלטערן, דיין מאן / ווייב, די דארפסט "יעצט" ספעיס, אז די מוזט האבן דיין טעלעפאן שב"ק רח"ל, די מעגסט פארן שב"ק רח"ל, לייג "דערווייל" נישט קיין תפילין, ביסט פטור מכל מצוות שבתורה, ותעשה כל מה שליבך חפץ, אדער מסירה אויף עלטערן רח"ל, גיין אויף פלעצער וואס איז אסור לכל הדעות, און אנדערע ענינים שהצניעות יפה להם, איז ליידער יא פעליג די טיטלען וואס די סיקסא רב שליט"א געט זיי,
גלייב מיר איך וויין שרייבענדיג דאס,
הלואי איז ער נישט גערעכט- רבותי סאיז א הימל געשריי, סגיסט זיך יודיש בלוט אין די היימישע גאסן, פרעגטס אייך אביסל נאך, ביי מיטגעמאכטע משפחות ל"ע
ער איז נישט גערעכט! סימפעל!

נאכן וויילן עטליכע יאר ביי היימישע לייסענס טעראפסטן ( 5 חברה האבן געמאכט אוף מיר געלט.. ) קען איך מעיד זיין אז עכ''פ די וואס איך בין געגאנגען האבן נישט געזאגט קיין ווארט וואס איז נישט אויסגעהאלטן , ואדרבה מ'האט די גאנצע צייט זיך שואל עצה געווען מיט דעת תורה.

איך זאג נישט אז אלע טעראפסטן זענען אזוי , וועגן דעם דארף מען טאקע זיכער מאכן פאר מ'גייט אז יענער איז טאקע אויסגעהאלטן.
האט דיר איינע פון די טערעפיסטן געהאלפן?

די ביזט געוואקסן מיט זיי?
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע:מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

מח קטן האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 5:18 pm
פאר די אלע וואס האבן דן געווען ווער ס'האט די רעכט צו פסק'נן דיני נפשות.

איך קען נאר זאגן אזויפיל מבשרי אחזה, וואס די דאקטער האט גענוצט זיין חלף קעגן מיך און מיך אוועקגעהארגעט מיט זיין פארארדענונג, ס'האט מיך גענומען 8 יאר זיך צו ערהוילן פון יענץ, ועדיין לא נושענו אינגאנצן.
דער רשע, דער דאקטער, האט נאך 15 מינוט זיצן מיט מיר , יא גוט געליינט 15 מינוט , דעטס איט, געהייסן שניידן ביידע סימנים,
איך האב געשריגן איך קען נישט אטעמען אבער די רשע האט זיך געהאלטן ביי זאנס.
די דעת תורה וואס כ'האב אנגעפרעגט האט מיר נאר געזאגט אזויפיל , אז ער טראסט בלינדערהייט די דאקטער און שוין.

שוין אזוי איז געווען באשערט!

אבער טייערע יודען, זייטס נישט פארנער'ט מיטן גלייבן דאקטורים אזוי ווי אין די יג' עיקרים.

ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז מ'דארף פאלגן א דאקטער בלינדערהייט, און אפילו ביי חולי הגוף , אויב א חולי זאגט יום כיפור אז ער דארף עסן דארף מען אים געבן, פארוואס? ווייל א מענטש שפירט וואס ער ברויכט האבן. און ער ווייסט אסאך מאל בעסער פונעם דאקטער.

כ''ש וכ''ש ביי חולי הנפש , וואס ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז דאקטורים האבן עפעס סמכות בכלל , איז אויב א מענטש שפירט ביי זיך אז מ'ברויך טוען אנדערש ווי די דאקטער מיז ער עס שטארק נעמען אין באטראכט, שלא תמות כדרך שמת פלוני.

עניוועי די נושא ברענגט מיך טרערן.

הצלחה.

כ'ווייס נישט פון וועלכע דאקטער די רעדסט, אבער מיין קאפ פארט צו א דאקטער אין מאנהעטן וואס שעכט אידישע שטובער פאר לאנטש אן דעילי בעיסעס.

דער רשע מיט א קאפל בעהט שווערע געלטער פאר אפאר מינוט, און מיט זיין גאוה דיאגנאוזעד ער נאך פארן רעדן.

א רב האט מיר דערציילט ווי ער איז געגאנגען מיט א מתפלל צו איהם, און ער האט איהם דיאגנאוזעד מיט נארסעסיזם נאכן פארן רעדן א ווארט מיט איהם.
ווען דער רב האט איהם געפרעגט וויאזוי ער קען דאס זאגן אן רעדן מיט איהם, האט דער שוחט גענטפערט אז ער האט גענוג עקספעריענס צו זעהן אויף א מענטש וואס ער איז אן דארפן רעדן צו איהם. (נישטא אזא זאך פינטל! איינער וואס רעדט אזוי פארשטייט נישט ווי טיף דער מענטש איז)

דער מעשה גייט ווייטער, און איז ליידער אנגעקומען צו א גט אדאנק דעם, אבער מיין בלוט קאכט.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
מח קטן
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:22 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח קטן »

נקודה למחשבה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:04 pm

וועם איך רעד איז אויך אין מאנהעטן מיט א קאפל. מוז אבער נישט זיין די זעלבע.

ס'איז פחד פחדים וואס ס'גייט פאר.

אז דו רעדסט פון נארסיסיזם, האב איך געשריבן דא ערגעץ א מעשה ווי א דאקטער האט געשאכטן א אידישע שטוב, גורם געווען א גט, מיט קינדער, מיט א פאלשע נארסיסיזים דיאגנאז.

די טעראפיסט האט זיך גע'טענה'ט מיט'ן דאקטער אז ער איז נישט גערעכט, אבער דער דאקטער בגודל גאותו ורשעתו, האט געהאלטן אז ער וויייסט בעסער נאך 10 מינוט זיצן מיט די מענטש, ווי די טעראפיסט ווייסט נאכן זיצן 20 שעה מיט אים.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע:מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

מח קטן האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:08 pm
נקודה למחשבה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:04 pm
מח קטן האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 5:18 pm
פאר די אלע וואס האבן דן געווען ווער ס'האט די רעכט צו פסק'נן דיני נפשות.

איך קען נאר זאגן אזויפיל מבשרי אחזה, וואס די דאקטער האט גענוצט זיין חלף קעגן מיך און מיך אוועקגעהארגעט מיט זיין פארארדענונג, ס'האט מיך גענומען 8 יאר זיך צו ערהוילן פון יענץ, ועדיין לא נושענו אינגאנצן.
דער רשע, דער דאקטער, האט נאך 15 מינוט זיצן מיט מיר , יא גוט געליינט 15 מינוט , דעטס איט, געהייסן שניידן ביידע סימנים,
איך האב געשריגן איך קען נישט אטעמען אבער די רשע האט זיך געהאלטן ביי זאנס.
די דעת תורה וואס כ'האב אנגעפרעגט האט מיר נאר געזאגט אזויפיל , אז ער טראסט בלינדערהייט די דאקטער און שוין.

שוין אזוי איז געווען באשערט!

אבער טייערע יודען, זייטס נישט פארנער'ט מיטן גלייבן דאקטורים אזוי ווי אין די יג' עיקרים.

ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז מ'דארף פאלגן א דאקטער בלינדערהייט, און אפילו ביי חולי הגוף , אויב א חולי זאגט יום כיפור אז ער דארף עסן דארף מען אים געבן, פארוואס? ווייל א מענטש שפירט וואס ער ברויכט האבן. און ער ווייסט אסאך מאל בעסער פונעם דאקטער.

כ''ש וכ''ש ביי חולי הנפש , וואס ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז דאקטורים האבן עפעס סמכות בכלל , איז אויב א מענטש שפירט ביי זיך אז מ'ברויך טוען אנדערש ווי די דאקטער מיז ער עס שטארק נעמען אין באטראכט, שלא תמות כדרך שמת פלוני.

עניוועי די נושא ברענגט מיך טרערן.

הצלחה.

כ'ווייס נישט פון וועלכע דאקטער די רעדסט, אבער מיין קאפ פארט צו א דאקטער אין מאנהעטן וואס שעכט אידישע שטובער פאר לאנטש אן דעילי בעיסעס.

דער רשע מיט א קאפל בעהט שווערע געלטער פאר אפאר מינוט, און מיט זיין גאוה דיאגנאוזעד ער נאך פארן רעדן.

א רב האט מיר דערציילט ווי ער איז געגאנגען מיט א מתפלל צו איהם, און ער האט איהם דיאגנאוזעד מיט נארסעסיזם נאכן פארן רעדן א ווארט מיט איהם.
ווען דער רב האט איהם געפרעגט וויאזוי ער קען דאס זאגן אן רעדן מיט איהם, האט דער שוחט גענטפערט אז ער האט גענוג עקספעריענס צו זעהן אויף א מענטש וואס ער איז אן דארפן רעדן צו איהם. (נישטא אזא זאך פינטל! איינער וואס רעדט אזוי פארשטייט נישט ווי טיף דער מענטש איז)

דער מעשה גייט ווייטער, און איז ליידער אנגעקומען צו א גט אדאנק דעם, אבער מיין בלוט קאכט.
וועם איך רעד איז אויך אין מאנהעטן מיט א קאפל. מוז אבער נישט זיין די זעלבע.

ס'איז פחד פחדים וואס ס'גייט פאר.
מאכט אסאך סענס אז עס זאל יא זיין די זעלבע, ווייל אנפורטשענעטלי איז דא איינער אן אזויגעריפענע שלום בית מאכער וואס שיקט אהין כסדר.

נישטא קיין סך דאקטוירים וואס דיאגנאוזען אזוי קאלט און שנעל ווי יענער.

לאמיר רעדן פון שמחות...
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
רפרם גרינפעלד
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

פונק האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 12:55 pm
בסייעתא דשמיא

טייערע אידן אנטשולדיגט פארן אנקומען אזוי שפעט אינעם אשכול אריין.... ליינענדיג רוב פון די אשכול קען איך זיך מער נישט איינהאלטן, נאר ארויסקומען איינמאל אין דער עפנטליכקייט מיט מיין (טאטע’ס) פערזענליכע מעשה.
ס’איז קיינמאל נישט צו שפעט, און ההכרח לא יגונה, איך וועל זאגן גאנץ שארף, יהיה מה שיהיה, ווייל איך ווייס שוין צופיל, ודי בזה.

טייערע אידן, איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואס מיין טאטע איז א ”לייסענסד” טעראפיסט, און רבנים און מוסדות התורה פלעגן שיקן צו מיין טאטע.
עס איז געווען ווען נאכן זיך דורעכרעדן מיט א גאר גרויסע רבי אין כלל ישראל, ווען דער רבי האט מסכים געווען אז ער זאל גיין אין קאלעדזש זיך לערנען.
נאך יארן פון שטודירן איז מיין טאטע געווארן א אפציעלע טעראפיסט, און צוביסלעך צוביסלעך האט ער זיך קונה שם געווען אלץ א גרויסע מבין אין דעם פעלד.
און ברוך השם אז פרנסה איז אייביג געווען אין שטוב, און מיר קינדער האבן נישט געוואוסט פון קיין געלט פראבלעם קיינמאל, אלעס וועגן די פרנסה פון פשוט העלפן אידישע קינדער, פיין, ביידע זאכן האמיר, סיי א טאטע א קלוגער, און סיי פרנסה בריוח, וואס קען זיין בעסער ווי דעם?

אבער
די פיין וואס ער האט געפייניגט מיין מאמע תחי’, און די קינדער שיחיו איז אין לשער, עס איז דא פייניגן פיזיש, אבער דעמאלטס ווייסטו כאטשיג אז דו האסט באקומען א פראסק, א פאטש, א ציפ...
אבער ווערן געפייניגט און דערנידערט גייסטיש איז געווען אונזער מזל, מיין טאטע האט זיך געפירט מיט שרעקליכע עינוים אויף אונז קינדער, גייסטיש, מענטשן האבן מיר טייל יא געגלייבט און טייל נישט געגלייבט, אבער די נענטסטע מענטשן צו מיין טאטע האבן מיטגעשאקלט מיטן קאפ צו מיך ווען איך האב זיי דערציילט אלעס, היות זיי קענען אים פון דער נאנט.

טא, וואו קומט דאס אריין? סך הכל האב איך געטראפן א טעראפיסט וואס ליידט אליינס? נישט געפערליך... אבער די פראבלעם איז, אז נאך בערך 10 יאר ליגן דערינען האט ער פלוצלינג אפגעלאזט די טעראפי וועלט, און גענומען א צווייטע ארבעט, און אזוי איז עס טאקע ביז היינט. פון דעמאלטס איז ער געווארן סאך מער אפן צו אונז, און סאך נארמאלער צוגעגאנגען צו יעדע ענין, און אויפגעהערט צוביסלעך מיט זיינע שטעך ווערטער. וכן הלאה.

אפאר יאר צוריק, ד. מ. אפאר יאר שפעטער נאכן אפלאזן די טעראפי דזשאב האב איך אים איינמאל שיינערהייט געפרעגט: טאטי פארוואס האסטו גענומען א צווייטע דזשאב? האסט דאך געמאכט אזויפיל געלט דעמאלטס? זאגט ער מיר: ”צו זיין א טעראפיסט מיינט עס אז די גאנצע מח ווערט איבערגענומען פון טראכטן פסיכיאטעריש און אריינגעטראכט און פארלירן דעם פשוט’ן גראדע טראכט, עס האט מיר נישט געלאזט געהעריג שמועסן מיט ענק, און פארברענגען געזונט און נאטורליך, יעדע זאך איז א חקירה און א טיפע לומדות... און דעמאלטס האב איך געפילט אז איך מוז עס סטאפן גלייך! און נישט ווייטער גיין מיט דעם” (איך געדענק טאקע ווי דעמאלטס האט מען ארויסגעווארפן אלע זיינע גוי’אישע בוקס פון אפיס אין בעיסמענט).

איך וויל בעטן אז די אידן וואס האבן א נעראטיוו לטובת טעראפי זאלן טראכטן צי איך מעג אויך זיך אויסרעדן? איך וויל אויך אמאל זיך אויספויקן... נאר דו מעגסט רעדן צום טעראפיסט? איך שרייב אראפ אלעס, דאס איז מיין פערזענליכע טעראפי, פלאס אסאך אסאך תפלה צום באשעפער, און פארשטיי מיך, אז איך האב פעין פון די ווארט טעראפי, פארשטיי מיין נפש פון אלץ קינד, און די טראומע פון מיינע איגנט יארן וואוינענדיג ביים גרויסן טעראפיסט וואס הונדערטער אידן האבן געמיינט אז ער וועט העלפן לינדערן זייער צער.
און דו טייערע אינגערמאן נאך די חתונה, ווילסט זיך לערנען טעראפי? אבער מעגסט וויסן אז עס איז דא שווערע קאנסקעווענצן דערין.
הרבה ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן.

נ. ב. צי ער האט טאקע געהאלפן מענטשן? איך ווייס נישט. קען זיין. נניח אז יא, אבער וואס האט די טעראפי וועלט, די קאלידזש אים געלערנט?

ברוך השם אז פון דעמאלטס האב איך שוין נישט קיינמאל אנגערירט די קלאמקע פונעם טעראפיסט...

מבשרי אחזה.
פונק, דו פארציילסט דא א מעשה, איך גיי נישט זאגן ס'איז שקר, א איד האט א חזקת כשרות. כ'וועל דיר נאר זאגן וואס סיקסער רב האט דערציילט אין זיין אינטערוויו אין נפשי, א איד איז געקומען צו אים לגבי זיין שלום בית און ער האט אנגעהויבן אראפצולייגן וואסערע ווייב ער האט, נאך אפאר מינוט רעדן זאגט אים סיקסער רב: דער מענטש וואס דו לייגסט יעצט אראפ עקזיסטירט נישט. וואס הייסט? פשט איז אז יעדע מענטש וואס קען אביסל תורת הנפש ווייסט אז יעדע מענטש קומט מיט א סעט נאטורן-סקילס, למשל, דער מענטש וואס איז א ווייכער באליבטער מענטש וועט געווענליך האבן פראבלעמען אפצוזאגן אנדערע, אויב איך גיי דיר יעצט זאגן אז ס'איז דא א געוויסע מענטש וואס איז זייער א ווייכער קיינער האט נישט קיין טענות אויף אים אבער ער איז אויך זייער שטייף, זעלבסטפארשטענדליך אז אזא מענטש עקזיסטירט נישט.אין די נאוועל ביכער טרעפט מען זיך אפט אן מיט קערעקטערס וואס עקזיסטירן נישט, דו קענסט נישט קיין שום מענטש אין ריעל לייף ווי די מענטש פון די מעשה, ווייל דער שרייבער פאנטאזירט יעצט עפעס א קערעקטער. לענייננו, איינער וואס איז געווען שלעכט צו זיין ווייב און קינדער, זיי כיטרערהייט קאנטראלירט און אריינגעפליקט, אזא איינער איז נישט געווארן פלוצלינג געווארן אויס קאמפליצירט און געווארן א פלעינע נארמאלע מענטש נאכן טוישן דזשאבס, א קראנקער מענטש איז א מהות און מ'ווערט נישט קאמפליצירט קראנק און שלעכט פון זיך לערנען א געוויסע חכמה, און צוריק נארמאל פון ווערן א בראוקער, אין דבר כזה. פינטל. און איך האב נישט וואס צו ענטפערן אויף דו גייסט מיר זאגן "דו מאכסט אוועק מיין פעין" "הייסט איך בין א ליגנער?!" וכו'.
מח קטן
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:22 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח קטן »

נקודה למחשבה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:25 pm
מח קטן האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:08 pm
נקודה למחשבה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:04 pm
מח קטן האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 5:18 pm
פאר די אלע וואס האבן דן געווען ווער ס'האט די רעכט צו פסק'נן דיני נפשות.

איך קען נאר זאגן אזויפיל מבשרי אחזה, וואס די דאקטער האט גענוצט זיין חלף קעגן מיך און מיך אוועקגעהארגעט מיט זיין פארארדענונג, ס'האט מיך גענומען 8 יאר זיך צו ערהוילן פון יענץ, ועדיין לא נושענו אינגאנצן.
דער רשע, דער דאקטער, האט נאך 15 מינוט זיצן מיט מיר , יא גוט געליינט 15 מינוט , דעטס איט, געהייסן שניידן ביידע סימנים,
איך האב געשריגן איך קען נישט אטעמען אבער די רשע האט זיך געהאלטן ביי זאנס.
די דעת תורה וואס כ'האב אנגעפרעגט האט מיר נאר געזאגט אזויפיל , אז ער טראסט בלינדערהייט די דאקטער און שוין.

שוין אזוי איז געווען באשערט!

אבער טייערע יודען, זייטס נישט פארנער'ט מיטן גלייבן דאקטורים אזוי ווי אין די יג' עיקרים.

ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז מ'דארף פאלגן א דאקטער בלינדערהייט, און אפילו ביי חולי הגוף , אויב א חולי זאגט יום כיפור אז ער דארף עסן דארף מען אים געבן, פארוואס? ווייל א מענטש שפירט וואס ער ברויכט האבן. און ער ווייסט אסאך מאל בעסער פונעם דאקטער.

כ''ש וכ''ש ביי חולי הנפש , וואס ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז דאקטורים האבן עפעס סמכות בכלל , איז אויב א מענטש שפירט ביי זיך אז מ'ברויך טוען אנדערש ווי די דאקטער מיז ער עס שטארק נעמען אין באטראכט, שלא תמות כדרך שמת פלוני.

עניוועי די נושא ברענגט מיך טרערן.

הצלחה.

כ'ווייס נישט פון וועלכע דאקטער די רעדסט, אבער מיין קאפ פארט צו א דאקטער אין מאנהעטן וואס שעכט אידישע שטובער פאר לאנטש אן דעילי בעיסעס.

דער רשע מיט א קאפל בעהט שווערע געלטער פאר אפאר מינוט, און מיט זיין גאוה דיאגנאוזעד ער נאך פארן רעדן.

א רב האט מיר דערציילט ווי ער איז געגאנגען מיט א מתפלל צו איהם, און ער האט איהם דיאגנאוזעד מיט נארסעסיזם נאכן פארן רעדן א ווארט מיט איהם.
ווען דער רב האט איהם געפרעגט וויאזוי ער קען דאס זאגן אן רעדן מיט איהם, האט דער שוחט גענטפערט אז ער האט גענוג עקספעריענס צו זעהן אויף א מענטש וואס ער איז אן דארפן רעדן צו איהם. (נישטא אזא זאך פינטל! איינער וואס רעדט אזוי פארשטייט נישט ווי טיף דער מענטש איז)

דער מעשה גייט ווייטער, און איז ליידער אנגעקומען צו א גט אדאנק דעם, אבער מיין בלוט קאכט.
וועם איך רעד איז אויך אין מאנהעטן מיט א קאפל. מוז אבער נישט זיין די זעלבע.

ס'איז פחד פחדים וואס ס'גייט פאר.
מאכט אסאך סענס אז עס זאל יא זיין די זעלבע, ווייל אנפורטשענעטלי איז דא איינער אן אזויגעריפענע שלום בית מאכער וואס שיקט אהין כסדר.

נישטא קיין סך דאקטוירים וואס דיאגנאוזען אזוי קאלט און שנעל ווי יענער.

לאמיר רעדן פון שמחות...
קען זיין.

די מעשה מיט מיר האט נישט געהאט מיט שלום בית אדער נארסיסיזם.
זוכה
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:48 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זוכה »

אפשר פארקערט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 5:21 pm
ברכו שמו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 5:15 pm
באקומען יעצט און אישי:
לכבוד הבלתי נודע ברכו שמו
איך קען נישט שרייבן אויפן אפענעם פורום ווייל מענטשן קענען מיך אויף מיין ניק (ביטע אראפנעמען אלע מיינע צייכענעס ודי)

לגבי היימישע טערעפיסטן, מיין ב"ב תחי' האט א שוועסטער וואס איז א היימישע טערעפיסט, מיט א דעגרי, און עס האט נישט געברענגט קיין גוטס פאר איר שטוב. יא זי האט היינט צו טאג א סמארטפאן, איר מאן איז נישט צופרידן מיט די גאנצע הלוך-ילך, ווייניגער אונוואלווד און די שטוב אין קינדער ועוד ועוד.
למעשה סיי ער די מאן אין סיי אירע עלטערן זענען שוין געווארן באזאסן מיט ברכות בלע"ז מיטן טענה אז זי האט אוועקגעלייגט די שטיב, איז במילא אונזער משפחה זענען זייער נעגעטיוו אויף טערעפיסטן.

נאכאמאל ביטע נעם אראפ אלע פינגערפרינטס. מאך קאפי / פעיסט נאר אויף די טעקסט
איך האב גראדע אויך א שוועסטער מיט א סמארטפון, זי איז גראדע נישט קיין טעראפיסט,
ס'איז זייער "קיוט" צו געבן א רייס אראפ יענעם אז דיין שוועסטער האט אויך א סמארטפאון, ס'האט אפילו אסאך "לייקס".. אבער לאמיר טראכטן א מינוט, אפילו די רבנים וואס שיקן צו טעראפי, איז נישט דא קיינער וואס האלט אז יעדער קען גיין לערנען טעראפי, ס'איז קלאר אז ס'מוז זיין דורכגערעדט מיט א דעת תורה פונקטליך וואס, ווען, און ווי, אז נישט איז דאס א קלארע רעסעפי צו ווערן אנגעפילט מיט "געמיינע נידריגע גויאישע השקפות" באקומען א "פארדרייטע מח", און פארלירן "יעדע ביסל יראת שמים" ספעציעל ביי פרויען...

יעצט פאר די רייסט יענעם אראפ, טראכט אז ס'איז שטארק מעגליך אז דא איז דא א משפחה וואס "בלוטיגט" א משפחה וואס איז "חרוב", קינדער וואס האבן "פארלוירן זייער מאמע", א מאן וואס האט "פארלוירן זיין ווייב", אלעס אדאנק טעראפי.
יענער פארציילט זיין מעשה "שלא תמות כדרך שמו פלוני" און די געסט אים אזא רייס אראפ, ווייל ס'געפעלט דיר נישט וואס ער שרייבט, זאגסט אז ס'קען זיין אז זי איז סתם אזוי געווען שוואך, איך הער, ס'איז אבער אויך דא א שטארקע מעגליכקייט אז טעראפי האט איר חרוב געלייגט. יעדער וואס קען אביסל די נושא פון טעראפי קען דיר אנווייזן אויף אידן וואס זענען געווארן אינגאנצן פארגוי'שט נאכן זיך אריין לייגן און די טעראפי וועלט. א די גלייבסט מיר נישט גיי רעד צו די רבנים וואס טוהן אין דעם.
שטעלט אייך פאר די "שטילקייט"וואס וואלט געהערשט אויב מענטשן וואלטן ווען געזאגט זאכן וואס זיי "ווייסן"
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6971
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

זוכה האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:31 am
אפשר פארקערט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 5:21 pm
ברכו שמו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 5:15 pm
באקומען יעצט און אישי:
לכבוד הבלתי נודע ברכו שמו
איך קען נישט שרייבן אויפן אפענעם פורום ווייל מענטשן קענען מיך אויף מיין ניק (ביטע אראפנעמען אלע מיינע צייכענעס ודי)

לגבי היימישע טערעפיסטן, מיין ב"ב תחי' האט א שוועסטער וואס איז א היימישע טערעפיסט, מיט א דעגרי, און עס האט נישט געברענגט קיין גוטס פאר איר שטוב. יא זי האט היינט צו טאג א סמארטפאן, איר מאן איז נישט צופרידן מיט די גאנצע הלוך-ילך, ווייניגער אונוואלווד און די שטוב אין קינדער ועוד ועוד.
למעשה סיי ער די מאן אין סיי אירע עלטערן זענען שוין געווארן באזאסן מיט ברכות בלע"ז מיטן טענה אז זי האט אוועקגעלייגט די שטיב, איז במילא אונזער משפחה זענען זייער נעגעטיוו אויף טערעפיסטן.

נאכאמאל ביטע נעם אראפ אלע פינגערפרינטס. מאך קאפי / פעיסט נאר אויף די טעקסט
איך האב גראדע אויך א שוועסטער מיט א סמארטפון, זי איז גראדע נישט קיין טעראפיסט,
ס'איז זייער "קיוט" צו געבן א רייס אראפ יענעם אז זיין שוועסטער האט אויך א סמארטפאון, ס'האט אפילו אסאך "לייקס".. אבער לאמיר טראכטן א מינוט, אפילו די רבנים וואס שיקן צו טעראפי, איז נישט דא קיינער וואס האלט אז יעדער קען גיין לערנען טעראפי, ס'איז קלאר אז ס'מוז זיין דורכגערעדט מיט א דעת תורה פונקטליך וואס, ווען, און ווי, אז נישט איז דאס א קלארע רעסעפי צו ווערן אנגעפילט מיט "געמיינע נידריגע גויאישע השקפות" באקומען א "פארדרייטע מח", און פארלירן "יעדע ביסל יראת שמים" ספעציעל ביי פרויען...

יעצט פאר די רייסט יענעם אראפ, טראכט אז ס'איז שטארק מעגליך אז דא איז דא אסאך אידן וואס "בלוטיגט" הונדרעטער משפחה וואס איז "חרוב", קינדער וואס האבן "פארלוירן זייער מאמע", א מאן וואס האט "פארלוירן זיין ווייב", אלעס אדאנק נישט גיין צו טעראפי.
יענער פארציילט זיין מעשה " שלא תמות כדרך שמו פלוני" און די געסט אים אזא רייס אראפ, ווייל ס'געפעלט דיר נישט וואס ער שרייבט, זאגסט אז ס'קען זיין אז זי איז סתם אזוי געווען שוואך, איך הער, ס'איז אבער אויך דא א שטארקע מעגליכקייט אז טעראפי האט איר חרוב געלייגט. יעדער וואס קען אביסל די נושא פון טעראפי קען דיר אנווייזן אויף אידן וואס זענען געווארן אינגאנצן פארגוי'שט נאכן זיך אריין לייגן און די טעראפי וועלט. א די גלייבסט מיר נישט גיי רעד צו די רבנים וואס טוהן אין דעם.
מען קען מאכן א פארקערטע קעיס, ענדיג צו איך האב נישט קיין צייט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
זוכה
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:48 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זוכה »

שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:20 pm

מען רעדט נישט דא צו יא גיין אדער נישט גיין צו טעראפי, מען רעדט וועגן זיך 'לערנען און שטודירן טעראפי'.
שטעלט אייך פאר די "שטילקייט"וואס וואלט געהערשט אויב מענטשן וואלטן ווען געזאגט זאכן וואס זיי "ווייסן"
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

יאנקל האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:47 pm
איינער קען מיר קלאר מסביר זיין פון וואסערע טעריפיסטן מען רעדט דא? פאר דיפרעשען ענקזייטי אדג ? אדער פאר שלום בית אדג?
מח קטן
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:22 pm

Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח קטן »

יאנקל האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:42 pm
יאנקל האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:47 pm
איינער קען מיר קלאר מסביר זיין פון וואסערע טעריפיסטן מען רעדט דא? פאר דיפרעשען ענקזייטי אדג ? אדער פאר שלום בית אדג?
ביידע.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”