Re: היימישע טעראפיסטן?? ממה נפשך
הצלחה האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:08 pmדי שרייבסט זייער שיין אבער אביסל נישט אין פלאץKosher Travel האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 21, 2024 12:24 amב"ה אכשר דרא. מען קען האקן אויף היימישע טעראפיסטן.
זעט זיך אויס די ראצערלעך דא וואס רעדן שטותים האבן נאך נישט געדיעלט מיט א מיידל וואס איז suicidal. ב"ה אז זיי ווייסן נישט וואס דאס מיינט.
זעט זיך אויס אז די ראצערלעך וואס האבן קוים א חתימת זקן ווייסן נישט וואס מיינט אז מען האט געראטעוועט א מיידל וואס איז שוין געווען מיט איין פיס אין די ערגסטע און מיט די אנדערע פיס אינגאנצן מיואש, און ב"ה היינט איז מען חתונה געהאט מיט אפאר לעכטיגע קינדערלעך.
זעט זיך אויס אז די ראצערלעך וואס מיינען אז טעראפי מיינט נאר צו זוצן אין טעראפי פאר יארן ווען די טעראפיסט וויל נאר נאך וויזיטס (יא, דאס איז אויך דא). זעט זיך אויס אז זיי ווייסן נישוט פונעם חתן וואס האט געסנעפט אין שבע ברכות און היינט ב"ה אויפגעשטעלט א שטוב מיט קינדער.
זעט זיך אויס אז זיי ווייסן נישט וואס מיינט טשיילדהוד טראמא וואס האט שיעור צוטראסקעט א אידישע שטוב און ב"ה מען האט עס געראטעוועט (וואס אין די זעלבע צייט בליטיגט דאס הארץ פאר די שטובער וואס ליידער האט מען נישט געקענט ראטעווען). און ניין, איך רעד נישט פון טראמע אז די טאטע האט אביסעלע געפאראסקעט. איך רעד נישט פון טראמע אז מען איז געווען אביסעל bullied אלטץ קינד. איך רעד פון עכטע PTST.
א טעראפיסט שנת תשפ"ד איז א דאקטער. צו דאס איז א סאושעל ווארקער, צו די איז א מענטעל העלט קאנסלער. א טעראפיסט היינט איז נישט בלויז קום זוצן אויף מיין קאוטש 2 מאל אוואך און צאל מיר. יא, דאס איז אויך דא. רוב פון אונזערע היימישע טעראפיסטן פאברענגן שעות מיטן רעדן צו רבנים. מיטן טרעפן סקולס פאר קינדער וואס מען האט נישט אנגענומען. מיטן העלפן באקומען די ריכטיגע רעגירונג הילף און ריסארסעס. און, ועל כולם, צו העלפן מאנכע פון וועם די וועלט האט פארגעסן. עס איז נישט helpful צו שרייבן אז depression קומט פון מידות מגונות. קום זאג עס פארן טאטע-מאמע וואס זייער לעכטיגע געלונגענע 17 יעריגע מיידל איז געגאנגן down the drain און וויל נישט ארויסקומען פון בעט. קום זאג עס פאר די געשוויסטער פון א בחור וואס איז אפגעפארן און רייכערט דראגס שבת דוקא אין שטוב און א טעראפיסט העלפט זיי to cope און זיי בויען. קום זאג עס פאר א מאמע וואס איר בחור א תלמיד חכם איז געווארן פארכאפט אין דראגס און דער טעראפיסט העלפט איר אז די גאנצע שטוב זאל נישט צופאלן.
קום זאג פאר די כלה וואס קומט פון א dysfunctional שטוב און האט ב"ה יא געמאכט א גוטע שידוך, און האט איצט קאלטע פיס אפאר וואכן פאר די חתונה. זי גייט פאר אביסעלע טעראפי איר צו בויען צו עקסעפטן די מאמע, און צו פארשטיין אז ב"ה, זי וועט אי"ה מיט די ריכטיגע הילף נישט אויפשטעלן א דיספאנקשענעל שטוב. קום זאג פאר די כלה וואס א חלק פון איר קאלטע פיס איז ווייל זי שפירט אז די מאמע קען נישט פירן די שטוב אן איר, און זי פילט גילטי חתונה צו האבן. ווייל ווער וועט וואשן די לאנדרי ווען די מאמע ליגט אין בעט דיפרעסט פאר וואכן.
זעט זיך אויס די ראצערלעך ווייסן בכלל נישט וואס מיינט א טעראפיסט. אדער ווייסן זיי נישט די פראלעם אז אינגע מיידלעך האבן געמוזט גיין צו טעראפיסט נישט משלנו, אדער אפילו אידישע מאדערענע "גוטע" טעראפיסטן, אבער זיי האבן נישט ארויס אונזער היימישע לעבנס שטייגער און קולטור.
אנטשולדיגט אז איך שרייב שארף. אבער איר ווייסט פארוואס איך בין נישט קיין מוהל? ווייל איך קען נישט. אז איר ווייסט נישט, שווייגט שטיל.
ועיין עוד מה שכתבתי לעיל:Kosher Travel האט געשריבן: ↑ מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:23 pmמיינע צוויי צענט. און אפאר פונטקן.
איך זאג אייביג אז ווען חז"ל זאגן טוב שברופאים ל... האבן זיי געמיינט די טעראפיסטן.
אבער מען דארף דאקטוירים. און מען דארף טעראפיסטן. ניין, נישט איעדער דארף עס. טעראפי נוצט מען צופיהל. נישט פאר איעדע קליינע טראמא דארף מען טעראפי. אבער מען דארף עס זייער וויכטיג אפילו אין אונזער היימישע קאמיוניטי, און די אלע שרייבערלעך וואס שרייבן דא און ווייסן נישט בחייכון, זאלן טאקע נישט וויסן. נישט איעדער פארציילט אייך זייערע פראבלעמען...
קאלעדש: עס איז נישט דא אזא מין זאך ווי א טעראפיסט אן קאלעדש. לויטן געזעץ, צו זיין א טעראפיסט מוז מען האבן א בעטשלערס מיט א מעסטערס. ווער עס טוט טעראפי אן א דעגרי הייסט אן אנ-לייסענד טעראפיסט. פונקט ווי איינער וואס געט הארץ מעדעצין אן זיין א דאקטאר. אדער א עסקן וואס געט טאבלעטן פאר איינעם זיך צו בארואיגן זיינע נערווען. יא, עס איז דא אזא מין זאך ווי א לייף קאוטש, א ביזנעס קאוטש, פונקט ווי עס איז דא א ביזנעס קאנסאלטענט, וואס איז נישט קיין לויער אדער אקאונטענט. און די זאכן חברה קענען זיין גאר גוט, פונקט ווי עס איז דא עסקנים וואס העלפן אידן וואס דארפן הילף. אלעס איז פיין ווילאנג דער לייף קאוטש פארקויפט זיך אלטץ א לייפ קאוטש און שפילט נישט טעראפיסט. און דער קאנסאלטענט פארקויפט זיך אויך באמת וואס ער איז, און זאגט נישט אז ער איז א לויער. און פאקט, רוב היינטיגע לייסענס דאקטוירים (סייקאראטיסט און סייקאלאזידש) וועלן גערן מיטארבייטן מיט א לייף קאוטש פאר זייער קלייענט, וואס איז אמאל נישט געהערט געווארן. אבער א טעראפיסט קען מען נישט זיין אן א דעגרי און לייסענס. פונטל. און יא מען "מוז" שטודירן. און יא, עס איז היינט דא זום קארסעס וואס מען קען טוהן אינדערהיים. אבער עס איז א נארמאלע קאלעדש, מיט קלאסן (אפילו עס איז אויף זום). און עס איז נישט דא קיין שאורטקאטס. און ניין, מען קען עס נישט טוהן אין אפאר חדשים.
מעג מען שטודירן? ביי אונז האט מען געהאלטן אז עס איז אסור. וואס איז מיט א CPA? היינט מוז מען האבן א דעגרי צו זיין א CPA. די גאנצע מעשה, בעטשלערס, מעסטערס און דערנאך די CPA Exam, וואס מיט 30 יאר צירוק האט מען נישט געמוזט די אלע זאכן צו גיין צום עקסעם. מעגן מען? איך בין נישט קיין פוסק. אבער איך ווייס פון א היימישע פרוי וואס לערנט זיך איצט צו זיין א טעראפיסט ווייל די רב פון איינע פון די גרעסטע קהילות האט איר געבעטן צו גיין. פארוואס? ווייל... ליינט ווייטער...
למעשה, ליידער ליידער, דארף מען צוקומען צו טעראפיסטן. און רוב פון זיי, אפילו די פרומע, זענען זייער אנגעגעסן פון דיעות כוזבות. און מען דארף פרומע היימישע טעראפיסטן. ניין, דא איז נישט געמאכט פאר רוב המון עם, אבער עס דארף זיין אפאר יחידי סגולה וואס ארבייטן מיט רבנים, הצלה, (עכטע) עסקנים צו ראטעווען נפשות בגוף ובנפש. איך שטוין פון אפאר שרייבערלעך דא וואס האקן אלעס ארונטער, כאילו זיי ווייסן אלעס וואס טוט זיך. ניין, מען דארף נישט "ארויפקוקן" היימישע טעראפיסטן. פונקט ווי איך קוק נישט ארויף אויף היימישע דעוועלאפערס, אדער היימישע קעכערס. אבער זאגט וואס איר ווילט, היימישע טעראפיסטן, מענטל העלטה קאנסלערס און סאושעל ווארקערס ראטעווען לעבענס. גאר אסאך פון זיי ארבייטן שעות אריכות אויף עמערדזענסי קעיסעס אן ווערן נארמאל באצאלט! אמאל איז עס זייער קלייענט וואס זיי האבן גערעכנט אויף די שעה, אבער ווען עס מאכט זיך אן עמערזענסי זענען זיי אויף ביז 4 פארטאגס גענצליך אומזיסט. יא, זיי ראטעווען נפשות ממש! צו דאס איז א טיענעידזער וואס איז suicidal, צו דאס איז א מיידל וואס איז נכשל געווארן און פארשידענס און מיינט שוין אז דאס איז עס, איצט מוז איך שוין ווערן א פולע אפגעפארענע. איז דא היימישע טעראפיסטן וואס ראטעווען לעבענס. מען ראטעוועט מיידלעך וואס זענען שוין געווען כמעט אויף די אנדערע זייט, און למעשה האט מען זיי געשטעלט אויף די פיס, און זיי האבן חתונה געהאט און שטעלן אויף הערליכע אידישע דורות.
די אלע מעשיות וואס די ברענגסט איז קודם כל געווען אין אלע דורות אין מען האט אין אלע דורות געראטעוועט הינדערטער אזאלאכע נפשות, עס האט גאנץ קנאפ צו טוען מיט טעראפי.
אויב עפעס קען מען האבן אן ארגומענט אז טערעפי אפילו וואס העלפט וועט אפסטעמפלען אזא מענטש פאר אייביג אין וועט זיין שווער צו צירוק ווערן פונקט ווי מען איז געווען אין גוטע צייטן, משא"כ אויב גייט מען צו א רב מיט א שכל הישר קען די מענטש נאך ווערן שטערקער ווי ער איז געווען.
דאס זעלביגע זעהט מען ביי בחורים, אויב נעמט מען א יונגערמאן מיט א שכל הישר קען די בחור אויסוואקסן 100% נערמאל משא"כ אויב מען שיקט צו טעראפי אויף וויפיל איך ווייס אפילו זיי העלפן בלייבן זיי אנדערש אין אפגעסטעמפעלט אין ליידער אין אסאך פעלער וועלן זיי דארפן צוקומען צו טעראפי יארן לאנג, סאם האו האבן זיי נישט די כוח צו איבערקומען מצבים אין לעבן אין טערעפן זיך צוריק ביים טערעפיסט זייער שנעל אפילו נאך יארן לאנג.
מען כאפט נישט וואס פאר א סכנה דאס איז צו אפסטעמפלען א יונג קונד\בחור, מען מיינט אז היינט איז אן אפענע וועלט מיט מענטל העלט ממילא קען מען מאכן שנעלע החלטות (סלאגאן: יעדער גייט היינט) ר' איד די ווייסט נישט אין וואס פאר א סכנה די לייגסט אריין דיין קונד\(אפילו דיך אליין). זיי ביטע שוקל צו עס איז טאקע נישט דא אן אנדערע מהלך פאר די קאנעקסט אים צו א בענקל וואס ער גייט נישט קענען אויפשטעלן (עכ"פ נישט גרינג)
אין אלע דורות האט מען געוויסט אז ווען מען הוסט האט מען גענומען א טיי איז איינעם איינגעפאלן צו נעמען זיטראמעקס? און קוק אן מענטשן האבן געלעבט
און אין אלע דורות האט מען גענומען גראז ווען די האלד האט וויי געטון וואס איז דאס אנטיביאטיק?