העלפ

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

העלפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

נאכן מיטמאכן און זיך מוטשען און ראנגלען און פילן זיך וואלגערן אויפן ראלער קאוסטער, יעדער וואס איז אמאל דורך טראומע און פשוטע שווערע געפילן אדער געפילט ליידער ריכטיגע יסורי הנפש , ווייסט איין זאך איך דארף העלפ, איך וויל מיך העלפן איך וויל נישט דאס פילן.

דא אבער פאלט מען אריין אין א ריזן ריזיגן וואלד, וואו מען ווייסט נישט וואו מען שטייט, וואס זאל איך פראבירן? כ'מיין יעדער פראבלעם מיט abc האט טריפעלט רפואות מיט אלע abc, סאיז דא פילצאליגע מעטאדען עצות רפואות, און וויפיל צומישט מען איז פארדעם ווערט מען נאר נאכמער צומישט נאכדעם, זאל איך גיין צו eft ,act ,cbt ,chorense ,dbt ,energie ,emdr, און סאיז דא נאך און נאך, און מען ווייסט נישט וואו זיך אהין צוטהון.

דאס אליינס אז די פילסט אז די דארפסט העלפ איז א גרויסע ישועה, און צום אלעם ערשט בעט דער כל יכול זאל דיך שיקן די ריכטיגע העלפ פאר דיר, ווייל לא ראי זה כזה פאר איינעם העלפט ר' שרגה פליישמאן א שיעור חובת הלבבות, און פאר איינעם טיפע טעראפי, איז ווער נישט צובראכן אז די זעהסט ווי איינער שרייבט אז דאס און דאס האט איהם געהאלפן און יעדער מוז גיין אויף די מהלך ווייל סאיז נישט מעגליך אזאך וואס יעדער ווערט געהאלפן פון דעם און נאר פונקט אזוי די זעלבע.

קוק די סוקסעס סטאריס פון די וואס פארציילן, קוק וואס סרעדט צו דיך, און גיי אן.
און הלוואי זאל זיין ריכטיגע באגלייטונג פאר טעראפי.

ביזדערווייל קווה וחזור וקווה חזק ויאמץ לבך.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
Letshelpothers
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: העלפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

אז איר רעדט שוין יא וועגן הילף. עס איז דא איינער אבער צווי מענטשען אין מונרא וואס טוהן דאס פאר געלט, זיי באגלייטען די מענטש דורך אויס די גאנצע רייזע, גערעדט מיט איינער פון זיי א צורקע צירוק. זאגט ער מיר ער קומט נישט נאך די ארבעט אין עס איז דא אסאך אפירטאניטי פאר אינגעלייט זיך אריין צו לייגען דערין עס קען זיין א שיינע פרנסה, א יונגערמאן וואס זאל פשוט באגלייטען א קעיס,
מקען זיך פאר יארן אליינס זאל דער אויבערשטער אפהיטען.
אז עס איז דא אינגעלייט וואס זענען געאייגענט דערפאר, עס קען זיין א שיינע פרנסה אין ווי אויך ראטעווען יודוין
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1633
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: העלפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 8:21 pm
אז איר רעדט שוין יא וועגן הילף. עס איז דא איינער אבער צווי מענטשען אין מונרא וואס טוהן דאס פאר געלט, זיי באגלייטען די מענטש דורך אויס די גאנצע רייזע, גערעדט מיט איינער פון זיי א צורקע צירוק. זאגט ער מיר ער קומט נישט נאך די ארבעט אין עס איז דא אסאך אפירטאניטי פאר אינגעלייט זיך אריין צו לייגען דערין עס קען זיין א שיינע פרנסה, א יונגערמאן וואס זאל פשוט באגלייטען א קעיס,
מקען זיך פאר יארן אליינס זאל דער אויבערשטער אפהיטען.
אז עס איז דא אינגעלייט וואס זענען געאייגענט דערפאר, עס קען זיין א שיינע פרנסה אין ווי אויך ראטעווען יודוין
אזא געדאנק ווי חיים מעדיקל/רפואה העלפליין מיסיס לנדא ביי חולי הגוף?
Letshelpothers
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: העלפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

מנחם נחום האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 8:35 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 8:21 pm
אז איר רעדט שוין יא וועגן הילף. עס איז דא איינער אבער צווי מענטשען אין מונרא וואס טוהן דאס פאר געלט, זיי באגלייטען די מענטש דורך אויס די גאנצע רייזע, גערעדט מיט איינער פון זיי א צורקע צירוק. זאגט ער מיר ער קומט נישט נאך די ארבעט אין עס איז דא אסאך אפירטאניטי פאר אינגעלייט זיך אריין צו לייגען דערין עס קען זיין א שיינע פרנסה, א יונגערמאן וואס זאל פשוט באגלייטען א קעיס,
מקען זיך פאר יארן אליינס זאל דער אויבערשטער אפהיטען.
אז עס איז דא אינגעלייט וואס זענען געאייגענט דערפאר, עס קען זיין א שיינע פרנסה אין ווי אויך ראטעווען יודוין
אזא געדאנק ווי חיים מעדיקל/רפואה העלפליין מיסיס לנדא ביי חולי הגוף?
יא אבער פאר באצאלט, מטשארדזשט אלס קעיס ווארקער
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: העלפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 8:38 pm
מנחם נחום האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 8:35 pm
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 8:21 pm
אז איר רעדט שוין יא וועגן הילף. עס איז דא איינער אבער צווי מענטשען אין מונרא וואס טוהן דאס פאר געלט, זיי באגלייטען די מענטש דורך אויס די גאנצע רייזע, גערעדט מיט איינער פון זיי א צורקע צירוק. זאגט ער מיר ער קומט נישט נאך די ארבעט אין עס איז דא אסאך אפירטאניטי פאר אינגעלייט זיך אריין צו לייגען דערין עס קען זיין א שיינע פרנסה, א יונגערמאן וואס זאל פשוט באגלייטען א קעיס,
מקען זיך פאר יארן אליינס זאל דער אויבערשטער אפהיטען.
אז עס איז דא אינגעלייט וואס זענען געאייגענט דערפאר, עס קען זיין א שיינע פרנסה אין ווי אויך ראטעווען יודוין
אזא געדאנק ווי חיים מעדיקל/רפואה העלפליין מיסיס לנדא ביי חולי הגוף?
יא אבער פאר באצאלט, מטשארדזשט אלס קעיס ווארקער
מ'דארף עכט פארשטיין צו די נושא, און האבן גוטע קאמיוניקעישאן סקילס און ארגיניזעישאן סקילס ועוד ועוד
און נאכדעם אלעס דארף מען זיך ברענדען און באקומען טראסט, נישט אזא גרינגע ארבעט, איך קען מענטשן וואס זענען אין די ליין און זענען באמת גוט און אפה"כ נאכנישט אזוי אויפגעפיקט ווי זיי וואלטן געדארפט צו זיין
אויב איז נישט דא קיין וועג פון בילן אינשורענס אדער ווערן באצאלט דארך געוויסע פראגראמען איז עס א קעש ביזנעס און ס'איז נישט איזי מאני
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: העלפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

טייערע ברודער!

מען דארף זיך אויפוועקן!!!

אידישע קינדער ליידן פון חולי הנפש רח"ל בחורים אינגעלייט פארציילן זייערע מעשיות די האר פון קאפ שטעלט זיךאויף, מענטשן מאכן מיט יסורי איוב, טייל שרייבן און טייל נישט און ליידן ליידן ליידן ליידער במסתרים.

איך ווייס נישט וואס מען דארף טהון, מען דארף זיך אויפוועקן!

סאיז א מציאות, מענטשן זאגן בוקר מי יתן ערב ערב מי יתן בוקר מען פילט זיך אליינס א נידערגעשלאגן צובראכן צוקלאפט מיואש מען שרייט הושיעני כי באו מים עד נפש, איינע פון די גרעסטע חרבנות מען פארציילט נישט מען מיינט מען ליידט אליין, און דאס צוקלאפט מער און די אינגעלייט דרייען זיך מיט שמייכלעך, מען זעהט גארנישט אינדערויסן און ס'דאכט זיך גאר אז אפשר בין איך משוגע, דא לאך איך און דא פיל איך טעם מיתה, ס'איז ליידער א חצי נחמה ווען מען זעהט אז נאכאיינער ליידט, איז דאס אבער אזאך וואס מען קען זיך ערלויבן???

הצילו! הצילו! הצילו!

טראכט פון יענעם, פון דיר, דיין חבר, דראסטיש מוז ווערן א טויש....
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
יאסעלע פליטמאן
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: העלפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

איד27 האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:08 am
טייערע ברודער!

מען דארף זיך אויפוועקן!!!

אידישע קינדער ליידן פון חולי הנפש רח"ל בחורים אינגעלייט פארציילן זייערע מעשיות די האר פון קאפ שטעלט זיךאויף, מענטשן מאכן מיט יסורי איוב, טייל שרייבן און טייל נישט און ליידן ליידן ליידן ליידער במסתרים.

איך ווייס נישט וואס מען דארף טהון, מען דארף זיך אויפוועקן!

סאיז א מציאות, מענטשן זאגן בוקר מי יתן ערב ערב מי יתן בוקר מען פילט זיך אליינס א נידערגעשלאגן צובראכן צוקלאפט מיואש מען שרייט הושיעני כי באו מים עד נפש, איינע פון די גרעסטע חרבנות מען פארציילט נישט מען מיינט מען ליידט אליין, און דאס צוקלאפט מער און די אינגעלייט דרייען זיך מיט שמייכלעך, מען זעהט גארנישט אינדערויסן און ס'דאכט זיך גאר אז אפשר בין איך משוגע, דא לאך איך און דא פיל איך טעם מיתה, ס'איז ליידער א חצי נחמה ווען מען זעהט אז נאכאיינער ליידט, איז דאס אבער אזאך וואס מען קען זיך ערלויבן???

הצילו! הצילו! הצילו!

טראכט פון יענעם, פון דיר, דיין חבר, דראסטיש מוז ווערן א טויש....
איין ווארט: גלות
.
שקויעך פאר'ן מיך אויסהערן און א גוטען טאג!
-

אוועטאר
מיין הערצעלע
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2024 4:07 pm

Re: העלפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין הערצעלע »

איד27 האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:08 am
טייערע ברודער!

מען דארף זיך אויפוועקן!!!

אידישע קינדער ליידן פון חולי הנפש רח"ל בחורים אינגעלייט פארציילן זייערע מעשיות די האר פון קאפ שטעלט זיךאויף, מענטשן מאכן מיט יסורי איוב, טייל שרייבן און טייל נישט און ליידן ליידן ליידן ליידער במסתרים.

איך ווייס נישט וואס מען דארף טהון, מען דארף זיך אויפוועקן!

סאיז א מציאות, מענטשן זאגן בוקר מי יתן ערב ערב מי יתן בוקר מען פילט זיך אליינס א נידערגעשלאגן צובראכן צוקלאפט מיואש מען שרייט הושיעני כי באו מים עד נפש, איינע פון די גרעסטע חרבנות מען פארציילט נישט מען מיינט מען ליידט אליין, און דאס צוקלאפט מער און די אינגעלייט דרייען זיך מיט שמייכלעך, מען זעהט גארנישט אינדערויסן און ס'דאכט זיך גאר אז אפשר בין איך משוגע, דא לאך איך און דא פיל איך טעם מיתה, ס'איז ליידער א חצי נחמה ווען מען זעהט אז נאכאיינער ליידט, איז דאס אבער אזאך וואס מען קען זיך ערלויבן???

הצילו! הצילו! הצילו!

טראכט פון יענעם, פון דיר, דיין חבר, דראסטיש מוז ווערן א טויש....
ביז דערווייל פארט עס גוט ב"ה ויעזר להלאה

מען האלט אין מיטן ארויס קריכן פון די דמיונות אז טערעפי איז טרייף און מעדיקעישן מאכט די מענטש פאר א דאון און אז א יוד דארף זיין פערפעקט אן קיין שום אישו

עס איז א לאנגע שווערע וועג
עס איז טאקע ווייטאגליך ווען מען גייט דורך מענטעל אישוס אבער מען קען עס נישט צו שטארק פאשן פאראויס ווייל דעמאלס בעק פייערט עס
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”