העלפ
נאכן מיטמאכן און זיך מוטשען און ראנגלען און פילן זיך וואלגערן אויפן ראלער קאוסטער, יעדער וואס איז אמאל דורך טראומע
און פשוטע שווערע געפילן
אדער געפילט ליידער ריכטיגע יסורי הנפש
, ווייסט איין זאך איך דארף העלפ, איך וויל מיך העלפן איך וויל נישט דאס פילן.
דא אבער פאלט מען אריין אין א ריזן ריזיגן וואלד, וואו מען ווייסט נישט וואו מען שטייט, וואס זאל איך פראבירן? כ'מיין יעדער פראבלעם מיט abc האט טריפעלט רפואות מיט אלע abc, סאיז דא פילצאליגע מעטאדען עצות רפואות, און וויפיל צומישט מען איז פארדעם ווערט מען נאר נאכמער צומישט נאכדעם, זאל איך גיין צו eft ,act ,cbt ,chorense ,dbt ,energie ,emdr, און סאיז דא נאך און נאך, און מען ווייסט נישט וואו זיך אהין צוטהון.
דאס אליינס אז די פילסט אז די דארפסט העלפ איז א גרויסע ישועה, און צום אלעם ערשט בעט דער כל יכול זאל דיך שיקן די ריכטיגע העלפ פאר דיר, ווייל לא ראי זה כזה פאר איינעם העלפט ר' שרגה פליישמאן א שיעור חובת הלבבות, און פאר איינעם טיפע טעראפי, איז ווער נישט צובראכן אז די זעהסט ווי איינער שרייבט אז דאס און דאס האט איהם געהאלפן און יעדער מוז גיין אויף די מהלך ווייל סאיז נישט מעגליך אזאך וואס יעדער ווערט געהאלפן פון דעם און נאר פונקט אזוי די זעלבע.
קוק די סוקסעס סטאריס פון די וואס פארציילן, קוק וואס סרעדט צו דיך, און גיי אן.
און הלוואי זאל זיין ריכטיגע באגלייטונג פאר טעראפי.
ביזדערווייל קווה וחזור וקווה חזק ויאמץ לבך.

ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455
אקווה לנוד ואין...
https://abcharity.org/campaign.php?id=437