ארויס מיט אַן ענטפער

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6339
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

ארויס מיט אַן ענטפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

דער קארידאר שמאל
טוט זיך פארשמעלערן
כ'קריך בערג און טאל
אין מיינע מח קעלערן

כ'נישטער און זוך
כ'גראב און אנדעק
וואס בין איך
און ווי גרויס איז דער פלעק

טרעפן א וועג
דאס איז מיין האף
כאטש כ'פראביר שוין טעג
אפירזוכן דעם יצר טוב

אזוי טיף באגראבן
איז ער דען
וועל איך פון אים האבן
עפעס, אויב יא ווען

מיין נפש איז נישט
ביים גוטן פּארט
מיין נשמה איז נישט
אויפן ריכטיגן ארט


פון מיין מח כ'בין
מיט איין פוס שוין ארויס
צוריק פון וואו כ'קום, פון
מיין הארץ - מיין הויז

מיט אַן ענטפער כ'גיי
דאס מאל צוריק
כ'ווייס וואו כ'שטיי
כאטש אָן קיין גליק

ער איז אין מח דארט
פונקט ווי ביים צווייטן
ער היט יעדע ווארט
און ער טוט מיר באגלייטן

כ'האב מיט אים גערעדט
געענטפערט מיט פלייץ ער
אלעס גוט זיין וועט
האט מיר געזאגט דער גוטער יצר

דיין נפש וועט זיין
ביים גוטן פּארט
דיין נשמה וועט זיין
אויפן גוטן ארט
.
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: ארויס מיט אַן ענטפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

הייליג אמת (כאטש ס'ציפט..)

@שוואכער עז יוזשעל..
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: ארויס מיט אַן ענטפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

סופער!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: ארויס מיט אַן ענטפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

דער הערט נישט אויף!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: ארויס מיט אַן ענטפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טיעף!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: ארויס מיט אַן ענטפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

@שוואכער
ווערט שטארקער,
דיינע גראמער,
זענען פון געדאנק שטערקער און שטארקער.

האלט עס אן,
שכוח, מיין פריינט.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
קארלסבורג איד
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 23, 2024 2:08 pm
לאקאציע:שרייב טישל

Re: ארויס מיט אַן ענטפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארלסבורג איד »

די ביזט גוט...
הכתר והכבוד לחי עולמים!!
if it's hard it's life
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”