קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אוי, מ'כאפט פון מיר א בילד...
ס'איז נישט מיין שולד...
איך בין פונקט דא געשטאנען...
בלויז געזוכט וואו זיך צו אנלאנען...

יענער וויל ער ווערן אן עושר...
האט ער געכאפט א שעת הכושר...
אבער יעצט מוז איך עס באקומען...
אוי! וואס בין איך אזוי איבערגענומען?...

א בילד פאראייביגט מאמענטן...
רעדט אדורך אלע אקצענטן...
אבער מער פון אלעם, עס באשטעטיגט...
אז עפעס האב איך יא ארומגעטעטיגט...

אבער לאמיר רעדן מילד...
אויב ווייס איך עס נישט אן א בילד...
איז פשט אז העיקר חסר מן הספר...
איך דריי מיך ארום מיט א ליידיגע אייפער...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

וועלקאם בעק @המברך יתברך זיך שטארק געבענקט!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

רצונות?...
אוי איז דאס בזיונות...
עה, עכט וויל איך גארנישט...
כ'בין אינגאנצן צעמישט...

אויב גייט עס מיך נישט אן...
דאן פארוואס קלאפט מיר א צאן?...
אז יענער האט עס געמאכט...
פארוואס לייג איך אכט?...

עה, איך האב נאר געוואלט פארשטיין...
וויאזוי זאכן קענען אלץ גיין...
פשוט כדי צו קענען מסביר זיין...
פאר 'יענעם' וואס איז אין פיין...

אבער אז איך ווייס יא די עצה...
דאן פארוואס קלאפ איך מיר דער פלייצע?...
פארוואס טו איך עס נישט אליין?...
אויב זענען מיינע מחשבות און געפילן אזוי ריין?...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

בטל רצונך מפני רצונו...
וואס השי"ת וויל וועט סייווי זיין...
עשה רצונך כרצונו...
לאמיר טאקע וועלן דאס אליין...

אני קרבת אלקים לי טוב...
עס איז א זכות און נישט בלויז א חוב...
השי"ת האט אונז באשאפן פון אנפאנג...
אן אים קענען מיר נישט שטעלן קיין גאנג...

מיר דארפן לופט פאר די לונגען...
השי"ת געט אונז די אקסיגען...
אן אים קענען מיר נישט עקזיסטירן...
לאמיר נענטער ווערן און עפענען נאך טירן...

ער איז אונזער קעניג אונזער קרוין...
אים צו דינען איז אליינס א באלוין...
אונזערע כחות זענען זיינע...
עפעס אים צוריקגעבן מיט כוונות ריינע...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

פיינעלי בוסטו צוריק מיט אונז
זיך גאר שטארק געבענגט אין געווארט אויף דיר
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לאמיר נאר זען...
וואס עס טוט געשען...
אפשר ווען מ'טוט אזוי...
פאסירט דאס גענוי...

טאקע אינטערעסאנט...
און עס זעט אויס באקאנט...
געוויסע פעולות האבן תוצאות...
אבער אנדערע זענען פלאות...

מענטשן מאכן חשבונות...
וויאזוי אויסצופירן זייערע רצונות...
און נישט יעדער נעמט אין אכט...
אפילו ווען עס קראכט...

אז השי"ת איז דער בורא ומנהיג...
און צו זיין נאנט צו אים איז דער איינציגסטער תענוג...
אוודאי פאלט מען צוריק דא און דארט...
אבער מ'ווייסט וויאזוי צוריק צו קריכן צום ארט...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך קוק מיך ארום...
אומעטום...
מענטשן קומען, מענטשן גייען...
מענטשן פארברענגען, מענטשן פארשטייען...

אבער צי ווייסן זיי וואס זיי ווילן?...
אלעס בלויז כדי צו גוט פילן?...
איך פארשטיי נישט וואס גייט פאר...
וואונדערליך ביז גאר...

יעצט האסטו אים מסדר געווען...
אויסגעבראכן אלע צען...
וואס ווייטער?...
וואו גייט ער?...

ביסט טאקע קלוג...
ממש מורא'דיג...
האסט אפילו געטראפן דעם מיסטעיק...
און אהערגעשטעלט דעם בעסטן קאקאש-קעיק...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

שלום עליכם
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך טו שארפן מיינע בליקן...
אלעס אזוי טרוקן...
מ'פארברענגט שעות...
מ'זוכט משמעות...

מיט קעלבערנע התפעלות...
קוועטשט מען ארויס אפאר מעלות...
כאילו ביסט שוין פטור...
ווייל דו האסט דאך געכאפט דעם טאטער...

קומט א יום טוב א פסח...
עפעס ווייס איך...
אז מ'דארף האבן א זכיה...
פון די בני עליה...

דא טיילט יעדער מיט זיינע געפילן...
כאילו ער האט שוין דערגרייכט די צילן...
ממש אויף אזא פארנעם...
גאר ווי די תלמידי בעל שם...

יעצט איך הער...
ערשטוינט איך ווער...
אז גאר דער זעלבער...
וואס האט זיך פארגלייכט צום רבי'ן ר' בער...

אומגעדולדיג ער איז העכסט...
פשוט ער קרעכצט...
ער איז נישט קיין קל אדער חומר...
אבער ער וויל איבערהיפן פון פורים ביז ל"ג בעומר...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אצינד פארשטייט מען פשט...
טאקע דאס אקוראט...
אורות כאפט מען נישט אויף סקייפ...
און נישט אלעס איז די הייפ...

אמת אז מ'דארף קענען ארויסגיין פון באקס...
אבער נישט ממש ארומצוראולן מיט קראקס...
זאכן האבן סיסטעמען...
און ס'זענען דא באקאנטע עצות פאר פראבלעמען...

אבער איז דען די וועלט נאר צו דורכשטופן?...
דא צו טשילן און דארט צו קליפן?...
פאר עפעס א תכלית זענען מיר דא...
נישט בלויז פאר א נארישע ברוך הבא...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אלזא, לאמיר זיך נישט נארן...
נישט האקן קיין בארן...
נאר זיך האלטן קלאר...
מיט וואס מ'באשטעטיגט אלס וואר...

ווען איך פיל הויך...
און ס'גייט א רויך...
מיינט נישט אז איך בין דארט...
ממש אויפ'ן ארט...

קען זיין אז עפעס א קיצל...
האט מיר געגעבן א בליצל...
גלייך פלי איך נארט...
און נאכדעם ווען איך מאך ארדער אין קארט...

ווער איך אינגאנצן צעבראכן...
וואס האט געטויגט מיין קאכן?...
איך פיל מיך ווי א שארבן...
וואס האט אויסגעפעלט צו פארדארבן...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

וואס דא גייט נישט פאר.....
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אדרבא, שרייב דיינע באמערקונגען און איינדרוקען.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אבער מ'דארף זיך נישט דערשטיקן...
כדי זיך צו האלטן טרוקן...
מ'מעג אמאל זוכן אן עליה...
אויב מ'האט דער זכיה...

א חסיד'יש ספר געב אן עפן...
אפשר וועסטו דיך טרעפן...
לכל הפחות התעוררות אביסל...
מ'דארף נישט זיין קיין הארט ניסל...

אבער ס'איז דא אזא זאך...
ס'איז א באקאנטע שפראך...
פון עליות און ירידות...
מ'קען זיך נישט האלטן בתמידות...

נאר מ'דארף פון פאראויס וויסן...
נישט ארויפשיסן...
נאר גיין בהדרגה...
נעמען נאר אזויפיל השגה...

וויפיל מ'קען דערהייבן...
און מ'דארף גלייבן...
אז אלעס איז א מתנה...
און דערביי שאפן די הבנה...

אז איך גיי מיך נישט שאצן...
ווייל עס גייט פלאצן...
ווען איך וועל אנהייבן זען...
אז איך בין צוריק ווי פריער געווען...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

א געדאנק...
פון ערגעץ אין ספרים שאנק...
איך געדענק נישט דעם מקור...
אבער פון עפעס א צדיק הדור...

און ס'איז א וויכטיגע נקודה...
לגבי יעדע מידה...
"יעקב איש תם" שטייט...
דאס ווארט "איש" באדייט...

אז ער איז געווען באלעבאס...
צו באשטימען דעם מאס...
ווען און וויפיל צו באניצן...
לויט די קעלט און די היצן...

נישט צו זיין סטאק...
כאילו ס'איז א חק...
אז מ'דארף זיין א תמים...
אפילו ווען דער בורא כל עולמים...

וויל פון דיר א טשעינדזש...
עפעס וואס איז נישט אין דיין רעינדזש...
אן עבד ביסטו פאר השם יתברך...
און נישט פאר משה זרח...

אוודאי נישט פאר א קאנצעפט...
וואס איז א רעצעפט...
פאר היסטעריע...
אדער מעלאנכאליע...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אויב בין איך שיכור...
און איך מיין אז דער עיקר...
איז זיך צו פילן הויך...
ווי א מורא'דיגע בעל מוח...

דעמאלט מוז איך כסדר טאנצן...
נייע רעיונות איינפלאנצן...
ווארפן מאראנצן...
ביז מ'ווערט אינגאנצן...

און נאכדעם וואס?...
ס'איז דאך נישט דאס...
נישט דאס מיינט דער בורא...
און זיין הייליגע תורה...

נאר צו זיין ערליך...
און ס'איז נישט געפערליך...
צי דו האסט געהאט דער הרגשה...
אינעם טעם פון גיד הנשה...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

פאזיע און גראמען
טוט גלאנצען
@המברך יתברך איז דא מיט אונז אינגאנצן
לאמיר טאנצן

חרוזים שלענגלען זיך
חידושים ווארפן זיך
מלא תוכן יעדע שורה פאר זיך
טיפע רעיונות איז דא אין דיך

פאר יעדע גרייז
אן עקסטערע פראז

גיי אן אונז דארפן נאך און נאך
שכוח המברך יתברך
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פאנגט מען אן צו טראכטן...
זוכן אנדערע מאכטן...
אויב השראה איז נישט אינטערעסאנט...
לאמיר זוכן עפעס מער באקאנט...

כדי אוועקצולויפן פון דמיונות...
זוכט מען דעם עולם החשבונות...
ס'איז מורא'דיג כח...
כמאמר הכתוב: שארף דיין מוח...

2 מיט 2 איז אייביג פיר...
נישט משנה אויב אויסגערעכנט דורך אן אנדערן יציר...
עס פעלט נישט אויס קיין דרשות...
ווייל עס איז נישט תלוי אין קיין הרגשות...

פאנגט מען אן צו זוכן ראיות...
אן קיין אחריות...
מ'קייעט איבער די נייעס...
כאילו איך פארשטיי עס...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איז דא א נייע היכל...
פון ניצן דעם שכל...
וויסן ווען צו טראכטן...
און ווען צו לאזן גיין די פארדאכטן...

צו האלטן דעם לאגיק קאלט...
איז צייט ווען מ'ווערט אלט...
ווילאנג מ'איז אינג...
מעג מען נאך געבן א שטיקל שפרינג...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אויב איז מען אין מוח פלאצירט...
דאן ווערט מען איזאלירט...
מ'קען נישט פארברענגען...
אויב אין מוח טוט מען הענגען...

ווען מ'זיצט ביים טיש...
וויל מען הערן עפעס פריש...
און נישט קיין טיפע אידאלאגיע...
אדער פסיכאלאגיע...

אבער פלוידערייען...
און געשרייען...
וואס איז ווערד?...
עס שמעקט פון ערד...

נישט בעסער צו קאנצעטרירן?...
ווי איידער פארפירן?...
און וואס וועט פאסירן?...
אויב מ'וועט נישט אזויפיל קריטיקירן?...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

דער שיסט ארויס טיפע טיפענישן כמעיין המתגבר! די אורות וואס מיר פארמאגן דא איז ממש א שאד צו פארפאסן! @המברך דו האסט עס!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25080
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך איז נישט דער ווארט
מורא'דיג פאסיג אויף דער ארט...

כח אין מח
עס גייט א רויעך
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

@המברך יתברך האט זיך צופייערט. הערליך שיין.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איז צייט...
צו גיין ברייט...
א באדייט...
וואס ס'שטייט...

עולם בחסד יבנה...
קארגשאפט איז א סכנה...
לאז זאכן בויען...
געב ארויס אנשויען...

זאג...
טראג...
פלאג...
פארמאג...

קוק...
דרוק...
שיק...
ריק...

פאר דיר...
פאר מיר...
זאל זיין גענוג...
תענוג...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

געב א לחיים...
לשם שמים...
עס זאל זיין פון אלעם...
מבשרך אל תתעלם...

צו דער זעט...
א גאנצע סעט...
דגים מיט בשר...
אלעס וואס איז נישט אסור...

יעדער זאל עסן...
נישט פארגעסן...
די גאנצע משפחה...
צו מאכן א ברכה...

און צו וואונטשן פיל...
מיט הארץ און געפיל...
יעדער זאל פארמאגן...
גענוג אוועקצוטראגן...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”