קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!
ס'איז נישט מיין שולד...
איך בין פונקט דא געשטאנען...
בלויז געזוכט וואו זיך צו אנלאנען...
יענער וויל ער ווערן אן עושר...
האט ער געכאפט א שעת הכושר...
אבער יעצט מוז איך עס באקומען...
אוי! וואס בין איך אזוי איבערגענומען?...
א בילד פאראייביגט מאמענטן...
רעדט אדורך אלע אקצענטן...
אבער מער פון אלעם, עס באשטעטיגט...
אז עפעס האב איך יא ארומגעטעטיגט...
אבער לאמיר רעדן מילד...
אויב ווייס איך עס נישט אן א בילד...
איז פשט אז העיקר חסר מן הספר...
איך דריי מיך ארום מיט א ליידיגע אייפער...
ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!