וויאזוי קען מען האבן סיפוק ווען אלעס גייט שווער?
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
איך האב גאנצע פאר געסן ווען איך פלעג זיין א עלטער בחור א טאג וואס מען האט נישט געארבעט פלעג איך אויסזאגן תהלים, יעדע טאג נאך דאווענען פלעג איך זאגן 10 קאפיטלעך אדער מער , היינט צוטאגס זאג איך נישט קיין תהלים מער וויינגער, אין אויך פלעג איך ארומפארן צו מקומות הקדושים דא אמעריקא...
ס'איז באמת שווער. וואס זאגט דער בורא כל עולמים צו דעם?
ניין, דאס נישט. שטארק דיך, רייס עס אדורך. די אלע אין ענליכן פעקל לעבן אויף דיין חיזוק, און אויב ח"ו דו פאלסט, וועט ח"ו יעדער פאלן ווי א דאמינא.
נו ווי אזוי שטארק מען זיך? ווען סאיז טונקל טונקל?.המברך יתברך האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 9:29 pmניין, דאס נישט. שטארק דיך, רייס עס אדורך. די אלע אין ענליכן פעקל לעבן אויף דיין חיזוק, און אויב ח"ו דו פאלסט, וועט ח"ו יעדער פאלן ווי א דאמינא.
בניהו האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 9:46 pmאיך וועל דיר זאגן די ריינע אמת.. היות דו שרייבסט עס ברבים, וועל איך עס אויך שרייבן דא... איך שטיי שוין לאנג פון די זייט, איך ליין דיינע פילע תגובות און איך שטוין! וויאזוי גייט דער יונגערמאן אן?? וויאזוי נעמט א בשר ודם זיינע אייגענע פראבלעמען, לייגט דאס אין א זייט, און איין זאך שטייט אים כסדר פאר די אויגן, וויאזוי קען מען העלפן אנדערע וואס זענען אין די זעלבע אדער ענליכע פראבלעם? וויאזוי שטייסטו אויף יעדן טאג און דו ביסט מיט דיין אמונה, מיט דיין פרישקייט.. דו דאוונסט נאך.. דאס אידאך איבערמענטשליך!
הלואי אז איך קען דיר העלפן.. איך קען און איך וועל ווייטער מתפלל זיין פאר דיר.. אבער האלט דיך ווייטער שטארק. איך בין זיכער, און דו זיי אויך בטוח אז דער אייבערשטער גייט דיך אויסלייזן מיט א גאולה פרטית בשלימות, און ס׳וועט זיין שמחנו כימות עניתנו ממש.
קויף די ספר "תפארת למשה" חלק בטחון לערן עס, איך זאג דיר צוה, בלי"נ עס וועט דיר מאכן פאר אן אנדערע מענטש.
נישטא קיין ווערטער...אונז וויין מיר אלע צוזאמען מיט דיר
עס איז אסאך גרינגער צו זיין א רחמנות און יענער זאל שוינען און זאגן נעבעך, ווי איידער עס אליין אויסצופיגערן. (ניין, כ'וועל מיר נישט אנטשולדיגן פאר מיין שארפע שפראך.)