מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

איבער אחינו בני ישראל כשיורדין יורדין עד...

@ליאו, אייוועלט


אין יאר 1902 איז מאיר סאכאלאנסקי געבוירען געווארן צו ארעמע אידישע עלטערן אין גראדנא, רוסלאנד. די פאמיליעס פינאנציעלע לאגע איז געווען שמאל, און פאגראמען זענען געווען א נארמאלער ערשיינונג, דער פאטער מאקס איז געקומען צום אנערקענונג- ווי אסאך אנדערע רוסישע אידען אין יענע צייט- אז עס איז צייט צו משנה מקום זיין און זוכען זיין מזל אין די גאלדענע אמעריקע, אין יאר 1909 איז ער געפארען איינער אליין, אויסגעשטיגען אין 'עליס איילענד' וואו דארט האט ער געביטען זיין פאמיליע נאמען צו לאנסקי, און זיך באזעצט אין ברוקלין. זיין פאמיליע איז אונטערגעקומען א דריי יאר שפעטער, דער יונגער מאיר איז אויפגעוואקסען אינעם לוער איסט סייד געגענט, און בר מצוה געהאט אין א קליין שולעכ'ל, מאיר'ל האט נאכאנאנד געזוכט געלעגענהייטען פאר א גרינגען דאלער, זיין קעפעלע האט געטראכט נומערן, און זייענדיג באשאנקען מיט א שטארקע כאריזמע און נשיאות חן, האט ער נאכאנאנד געמאכט פריינט, ווי אלע אידישע יונגען דא אין געגענט האט ער אויך געטרוימט הויך צו זיין רייך, געקליידעט מיט א טאקסידא און צילינדער, א שניפסל מיט א לעדערנע טאשקע. ער איז געווען א דורכגעטראכטער, א רואיגער, זיינע עלטערן האבן געגארט אז ער זאל גיין אין קאלעדזש און וואקסן א דאקטער אדער אן אדוואקאט, אבער ביז דערווייל האט די נאקעטע מציאות זיי געפראסקעט אין פנים, עס האט אויסגעפעלט נאך א שפייזער פאר די ארימע פאמיליע, איז דער קליינער מאיר'ל געגאנגען ארבעטן, דא ביי א שוסטער, און דארט ביי א שניידער, ער האט אהיימגעברענגט א קוואדער א וואך, עס האט געקלעקט פאר זיינע אייגענע עסן און אויכעט פאר א גלאז קאלטע סאדע-וואסער.

מאיר'ל האט נאכאנאנד געזוכט געלעגענהייטען פאר א גרינגען דאלער, זיין קעפעלע האט פיבערהאפטיג געטראכט נומערן, זיין ערשטע גניבה'לע איז געווען ווען ער איז געווען עלעף יאר אלט, א צוויי שעה פאר שבת האט מאיר מיט דריי פון זיינע פריינט- אלע פון זיי פרומע קינדערלעך מיט דאשיקלעך און ציצית- בא'גנב'ט דאס גמ''ח-פושקע אין שול. ווען ער האט בר מצוה געהאט אין א קליין שולעכ'ל אינעם געגענט האט שוין דאס געגענט געוואוסט אז מאיר איז א קליינער באנדיט. נישט נאר אין עלטער, נאר אויך אין הויעך, ער איז געווען א נידריגע געשטעל און ערווארבען דאס נאמען 'ליטעל' וואס האט אים באגלייט א גאנץ לעבן

די געגענט ארום איז געווען געשלאגען מיט פארברעכן, קארטען און אנדערע סארט געמבלען שפילען איז געווען א נארמאלע ערשיינונג אויף די ארעם-געפלאגטע גאסען, אפטמאל פלעגן די שפילען פארוואנדעלט ווערן אין בלוטיגע געפעכטען און געוואלדטאטן, די יונגווארג אויף די גאס פלעגן שטיין אויף דער זייט און מיטהאלטען די שפילערייען און דערנאך די געשרייען און קלעפ. אין איין אזא פאל איז דער יונגער מאיר געשטאנען אין א ווינקעל, באטראכט ווי דאס געגענט גייט נאך א ליאדע מינוט פארוואנדעלט ווערן אין א שלאכט-הויז, ווען פלוצלינג האט זיך געהערט לארעמעס, ווארשיינלעך האט איינער גערופען די פאליציי, מאיר האט געצוואונגען איינער פון די אידישע יוגענטליכע מיט'ן נאמען בנימין סיגעל אראפצווארפען דאס ביקס וואס סיגעל האט פראבירט צו פאכען. אינעם גאנצען טומעל איז דאס ביקס פארשוואונדען געווארען, סיגעל איז געווארען גאר גערעגט אויף מאיר, אבער טראץ די געפעכט זענען זיי געווארען באפריינדעט ביז גאר, מאיר איז געווען א געריבענע סוחר ער האט איינגעזען א זאך וואס אנדערע אידישע גאסען יונגען האבען נישט געמערקט, אין די צייט וואס די איירישע אונטערוועלטינקעס און די איטאליענע מאפיאנערן האבען אויסגענוצט די כוח פון אחדות און גרופענווייז געטון פארברעכענס, האבן די אידישע יונגען געארבעט איינציגווייז, מאיר אליין האט שוין אמאל געשפירט אויף זיינע אייגענע בייינער ווואס דאס מיינט. דאס איז געווען ווען טשארלס (לאק''י) לאטשיאנא, וואס איז געווען א קינד צו איטאליענע אימעגראנטען האט געפאדערט פון יונגע אידישע קינדער צען סענט א וואך פארן זיי שיצען פון אנדערע איירישע און איטאליענישע כאליגאנעס, ווען דער יונג איז געקומען צו דעם נידריג געוואקסענער מאיר און געמאנט געלט, האט דער דרייסטער יונגעלע אנטזאגט צו צאלען, דער ערשטוינטער לאטשיאנא האט געגליכען זיין בראווקייט און אזוי ארום זענען די צוויי געווארן באפריינדעט, אבער כאטש דעם פאקט איז מאיר געווען אויסען צו האבן אן אידישע ארגאנאזירטע באנדע פון כאליגאנעס. דער ערשטער אריינצוברענגען אין זיין באנדע איז געווען דעם סיגעל. אינאיינעם מיט זיין ברודער דזשעיק לאנסקי, און לואיס בוכאלטער פון וויליאמסבורג.

סיגעל האט געהאט א הייסען ווילדען נאטור, די גאסען יונגען האבען אים גערופען א חיה, זיי האבען געזאגט אז ער איז מער משוגע ווי א בעדבא''ג און אזוי האט ער באקומען זיין צונאמען 'באגס''י' וואס ער האט גאר שטארק נישט געגליכען און עס איז געווען א סכנה אים צו רופען אזוי אין זיין געגנווארט, ער האט געהאט א שיין געשטעל מיט א שטארקע כאריזמע, זיינע דרייסטע אויגען האבן קלאר געמאכט פאר אלעמען אז ער ווייסט נישט וואס שרעק איז.

גאנץ שנעל האבן די צוויי געפענט א פארברעכערישע באנדע מיט נאמען 'באגס און מאיר מאב' די גרופע איז נאכאנאנד געוואקסען, זיי האבן גע'גנב'עט אויטאס; געפאדערט פראטעקשען; צוגעשטעלט אויף די ניו יארקע גאסען אומלעגאלע קארטען שפילען; מיטגעארבעט מיט אנדערע מאפיא גרופעס; געמאנט געלט פאר די גרופעס און אויסגעפירט מארדען לויט די קאנטראקטען וואס די איטאליענישע מאפיאנערן האבן צוגעשיקט. זיי האבן געבלעקמעילט און געסטראשעט פאר פראטעקשען, פרענק קאסטעלאו מיט זיינע פריינט האבן אריינגעפלאסען גרינע באנקנאטען דורך פארקויפען געווירצען און פארבאצירען 'מאשינא'; א געטראנק מיט א הויכע קוואנטום פון אלקאהאל וואס איז נאך היינט צוטאגס אומלעגאל. די חברה –לייט האבן גערעדט אידיש צווישען זיך און געניצט אידישע קאוד - ווערטער אז מען זאל זיי נישט פארשטיין.



'דער מוח'

ארנאלד ראטשטיין איז אויפגעוואקסען צו א פארמעגליכע פרידליכע אידישע פאמיליע אין מאנהעטאן, זיין טאטענס גלייכקייט און ישרות איז געווען א שם דבר און אזוי ארום האט זיין פאטער פארדינט דאס צונאמען ' דער צדיק עייב'.

ארנאלד האט געהאט א גוטע חוש צו מאטעמאטיק, אבער אויסער פון נומערן און חשבונות האט ער נישט געהאט קיין זיץ-פלייש און נערווען צו לערנען, ער האט געהאט א טיפע קנאה צו זיין עלטערע ברודער און אין דער צייט וואס זיין עלטערע ברודער האט געלערנט תורה און געטרוימט צו ווערן א רב איז ער געווען פארנומען צו געמבלען, עס האט אים געגבערט פארוואס זיין עלטערע ברודער הערי איז אלעמאל אין צענטער פון די שמועס, און דאס האט אים געמאכט אויף להכעיס זיך דרייען און צוויייפעלהאפטיגע ערטער מיט צווייפעלהאפטיגע פריינט, עס האט נישט געהאלפען די עלטערן'ס געבעטן, נאך אין א קליין עלטער איז ער געווען פארנומען גאנצעטע טעג אין געמבלען און פארלירען געלט.

ווען ארנאלד איז געווארן אכט און צוואנציג יאר אלט האט ער גע'עפענט אן אייגענע קאסינא אין מאנהעטאן, און אויך אינוועסטירט געלט אין פערד-געיעג אין מערילאנד, די געיעג זענען לכתחילה געווען אויסגעשטעלט אויף אופנים וואס ער זאל געוואונען.

ראטשטיין האט געהאט א ברייטע אויסוואל פון אינפארמירער מיט טיפע קאנטאקטען, זיי זענען הויפטזעכליך באשטאנען פון זיין פאטער'ס פריינט אינערהאלב די ניו-יארקע באנקירער, ראטשטיין פלעגט גוט באצאלען פאר ריכטיגע אינפארמאציע. מיט די אינפארמאציע און קאנטאקען איז ראטשטיין געווארען א מיליאנער אין עלטער פון דרייסיג יאר.

אין יאר 1919 האבען ראטשטיין'ס אגענטען געצאלט פאר ספארטלער פון א בארימטע שפיל-גרופע אז זיי זאלן 'ערלעדיגען' צו פארלירען דעם שפיל, דער סקאנדאל איז געווען ברייט געדעקט און ראטשטיין איז גערופען געווארען צו אויפארשונג וואו ער האט געלייקענט אלצדינג, עס איז נישט געווען קיין שום אויפווייזען אקעגן אים, און אלע פראטאקאלען פון די אויספארשונג זענען ''מיסטעריעז'' פארשוואונדען געווארן. די אויספארשער זענען צוריקגעגאנגען צו די ספארטלער וועלכע האבן שוין פריער מודה געווען אויף די שווינדעל, אבער די האבען מיטאמאל באשלאסען צו נוצען די רעכט צו שווייגען (פינפטע אמענדמענט)

דורך זיין קאסינא איז ארנאלד ראטשטיין געווארן דער גרעסטער פינאנצירער פון די אונטערוועלט; יעדער פארברעכער וואס האט זיך גענויטיגט אין פליסיגע גרויסגעלט, יעדע גראנדיאזע פראיעקט וואס האט געפאדערט אסטראנאמישע סומעס, האט געוואוסט אז דעם אדרעס וואו מען גייט איז ראטשטיין.
זיין קאנטראל אויף דעם אונטערוועלט איז געווארן כפול שמונה, עס איז געווען אום מעגליך צו טון א גרויסען שווארצע דיל אהן 'דעם מח'ס' וויסען.

אן אומערווארטעטע געלעגענהייט האט אים געטאפלט זיין פארמעגן און איינפלוס.

1920, די פראביעישען.

אז עס איז אומלעגאל צו פארקויפען און האנדלען מיט אלקאהאל, וועלן די חברה וואס טוען אומלעגאלע אקטען דווקא יא האנדלען מיט דעם, און פארקויפען פליסיגס, און פטארדינען אויף א חיים טובים.

ווען די 'פראביעשען' איז אריין אין קראפט איז ארנאלד געווען פון די ערשטע צו פארשטיין אז עס איז א גלענצענדע געלעגנהייט פאר א גרינגע טאלער, און צו רייטען אויף דעם נאסען כוואליע פונעם טרוקענע טראפ. ער פלעגט אריינשמוגלען פון קאנאדע און דורך די האדסאן שארפע געטראנקען, ער האט אויך געהאנדעלט מיט דראגס. ארגאנאזירטע שיירות האבן געשווערצט גרעניצען פון ענגלאנד אויפ'ן וועג קיין אמעריקע, ארנאלדס קאנטעס האבן געיערט ווי אויף הייווען, די נומערן זענען געשטיגען נאך שנעלער ווי עס נעמט צו דרוקען דאלארען. זיינע געטרייע זעלנער האבן באוואכט די שיירות קיין פילאדעלפיע און ניו דזשערזי.

די ניויארקער מאפיא האט אויפגעבליעט ווי קיינמאל פריערט, און אנגעהויבען מיט הלוואות אויף שווערע פראצענטן, די נעבעכדיגע קליינע גרופע איז געווארן א ריזיגע קארפאראציע, און נאך א גרעסערע סכנה פאר די מענטשהייט.

ווען קליינע גענגסטערס, מאגערע פישלעך וועלכע האבן אויך פראבירט צו מאכן א גרינגע טאלער און אים באראבעוועט די שיירות, די האבן אויסגענוצט דעם פאקט אז ראטשטיין קען זיי נישט אנקלאגען אין געריכט, האט ער זיי געדולדעט מיט א שטארקען פויסט, און ווער פון זיי וועלכער איז געפאלען אין זיינע אויגן האט ער אריין גענומען אין זיין ארגענעזאציע

ראטשטיין האט געטאפלט די צאל קעפ אין זיין גרופע, דאס מערהייט פון זיי זענען געווען אידישע קינדער, אונזער באגסי און מאיר, לואיס (לעפקע) בוכהאלטער דער אידישער יתום פון וויליאמסבורג, דער לעצטער האט שוין געהאט א רעקארד פון פארברעכנס און שוין עספיעט צו זיצען אין טורמע. (פארדעם האט ער געלערנט אין ישיבת רבי יעקב יוסף) און נאך אסאך טרויעריג-בארימטע נעמען. איינער פון די מיטגלידער אין די גרופע איז געווען דער טשארלס לאטשיאנא, זייענדיג אן איטאליענער האט ער געבינדען באציאונגען צווישען די גרופע און די גרויסע שישקעס אינעם אונטערוועלט וואס איז הויפטזעכליך באשטאנען פון איטאליענער, ער אליין האט אויך געדינט אלץ 'אפיציר' אין דזאשעף מאסעריע'ס מאפיא פאמיליע (שפעטער באוואוסט אלץ דזשענאוויז משפחה)

'דער מוח' האט זיי אויפגעצויגען ווי אייגענע קינדער און זיי באקוועם געמאכט מיט אלע געהיימעניסען פון דעם אונטערוועלט, ער האט זיי געלערנט סטייל און קלאס; וויאזוי זיך צו קליידען, מאניערן, ער איז געווען ווי נאך א פאטער פאר טייל פון די יונגען.

זיי האבן עס גערופען 'אונזער שטיק' אדער 'די כשר'ע מאפיא' ווי אויך דער 'כשר'ע נאסטרע' (נאסטרע האט געמיינט די סיציליעשע מאפיא, און די צוגעלייגטע ''כשר'ע'' האט געמיינט די פאלק וואס עסט כשר'ס.

ער האט גענוצט זיין באנק-שטיצע און פאליטישע קאנטאקטען צו זיך אריינגלידערן אינעם קארופירטע פאליטישע לאבי די 'טאמאנ''י הא''ל', דאס מערהייט פון דעם לאבי זענען געווען אייריש אפשטאמיג.



די לאבי איז געווען שווער באשמוצט, די אלע טונקעלע געשעפטען און מעשיות זענען נישט געווען קיין סוד, ראטשטיינס באנדע פלעגט זיי ארויסהעלפען אין די וואלן טעג, און די ארגאניזאציע פלעגט זיי באשיצען פון געזעצליכע שטערונגען. ביי אים איז פארברעכן געווען א ביזנעס און דערפאר האט ער געקריגען דאס צונאמען 'דער מוח', ער פלעגט פארמעקלען צווישען מאפיא פאמיליעס, און אויסגלייכען אומפארשטענדענישען וואס וואלט זיך געענדיגט מיט בלוט אויב ער וואלט זיך נישט אהן זיינע פארהאנדלונגען

ראטשטיין איז געווען איינער פון די רייכסטע און איינפלוסרייכע גענגסטער אין די אמעריקאנע היסטאריע, און ווערט גערעכענט פאר איינע פון די גרינדער פון די אמעריקאנע ארגאנאזירטע אונטערוועלט.

אין אקטאבער 1928 האט זיך ראטשטיין באטייליגט אין א קארטען שפיל וואס האט זיך געצויגען פאר דריי טעג נאכאנאנד ער האט דערלייגט אין שפיל דריי הונדערט און צוואנציג טויזענט דאלער (געשאצט בערך 5 מיליאן דאלער היינטיגע צייטען), ער האט זיך אנטזאגט צו צאלען מיט'ן אויסרייד אז די שפיל איז געווען אנגעשטעלט פאלש און שווינדלעריש. אין דעם פערטען אין נאוועמבער האט ער געקריגען א טעלעפאן רוף צו סענטראל פארק כדי צו שלייכען א קאנפליקט, ער איז דארט געשאסן געווארן, מען האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל שווער פארוואונדעט, ער האט נישט געוואלט פארציילען פאר די פאליציי אויספארשער ווער עס האט אים געשאסען, ער האט נאר געזאגט פאר די פאליציאנטען ''דו שטעק צו דיין פאך און איך צו מיינע'' און איז אויסגעשטארבן.


די קאסטעלמארע מלחמה


דאס ווארט 'מאפיא' טייטשט שטאלץ, בארימעריי, פארריסען. אבער דער סיציליאנישע ווארט פאר 'מאפיא' רעדט זיך וועגן מערות אינעם מערסעלע און טראפעני געגענט, וואו דארטען האבן זיך פאברעכער אסאך מאל באהאלטען. דאס איז לויט די גרעסערע טייל פון לינגוויסטען, שפראך קענער.

אנדערע זאגן אז עס טייטשט 'די קאמפאניע'. דעם ריכטיגען און ווייניגער באוואוסטע נאמען פאר דעם מאפיא איז 'קאזע נאסטרע' (-אונזער זאך; אונזער עסק; אונזער אינטערעסע.)

די סיציליאנישע מאפיא איז אלעמאל געווען מער גענויגט צו קלאס און עהרע; ווי צום ביישפיל: יארן לאנג האבן זיי עס גערופן צווישען זיך 'די מכובד'יגע פירמע'. עס איז א מחלוקת צווישען די פארשער ווען אזא ארגענאזירטע גרופע האט זיך דאס ערשטע מאל אנטוויקעלט, עס איז דא א יש אומרים אז עס איז שוין אכט הונדרעט יאר אלט, אבער מערער פון די פארשער זאגן אז עס איז סך הכל צוויי הונדרעט יאר.

-
אין יאר 1922 האט מוסעליני באקומען די מאכט אין איטאליע, ער האט אנגעהויבען צו פארביטערען דאס לעבן פאר פארברעכער, ספעציעל האט ער זיך פארלייגט אויף די סיציליאנע מאפיא, דאס מערהייט פון די באנדיטען האבען געוואוינט אין די קאסטעלמער געגענט, גאר אסאך פון די יונגע דור מאפיאנערן זענען אנטלאפען קיין אמעריקע וואו דזשאסעף מאסעריע האט געפירט די איטאליענע מאפיא מיט אן אייזערנעם פויסט און ברוטאלע רציחות האבן אפגעווארט פאר די וועלכע זענען אים געשטאנען אין וועג.

די יונגע גענגסטער האבן געזוכט א געלעגענהייט צו באזייטיגען מאסעריע, א דריי יאר שפעטער האט דער מאפיא באס דאן וויטא קאשא פערא באשלאסען צו פארברייטערען זיין מאכט און געוועלטיגען אויך איבער די מאפיא אויף די אמעריקאנע באדן, פאר דעם צוועק האט ער אריבערגעשיקט סאלוועטארע מארענזענא וואס איז געווען גאר אן ארויפגעקוקטער פיגור אין די אונטערוועלט, מארענזענא, אינאיינעם מיט די אנדערע אנטלאפענע פארברעכער האבן אנגעהויבען מאכען שבת פאר זיך און אליין פירען געשעפטען. אויסער דעם איז געווען מיינונגס פארשידענהייטען צווישען מאסעריע וועלכער האט נישט געוואלט אריינברענגען אין די מאפיא ראמען 'פרעמדע' - ווי אידען און אייריש אפשטאמיגע – און די יונגע באנדיטען וועלכע האבען געהאלטען אז עס קען נאר העלפען.

מאסעריע האט געקוקט אויף די נארוואס אנגעקומענע פארברעכער מיט א קרום אויג, און פארארדענט א מארד אויף איינער פון זיי, למען ישמעו וייראו, די מארד האט געברענגט א כוואליע פון מארדען און נקמות, טויטע קערפער זענען ערשינען אויף די האדסען ריווער און אויף די גאסען. יעדע גרופע האט געוואלט ווי א גרעסערען שטיק פונעם טארט, דאס טארט איז צושניטען געווארן מיט בלוטיגע מעסערס.

די 'מאיר און באגסי מאב' איז גאר אסאך געווען אקטיוו אין די מלחמה זייענדיג אומאפהענגיק האבן ביידע זייטען גענוצט זייער דינסט און עס זענען געווען אזוי סאך מארדען פון די גרופע אזש די גרופע האט געביטען דאס נאמען צו 'מערדער אינק.' עס איז געשאצט אז די גרופע האבן געהאט צווישען פיר הונדרעט ביז טויזענט מארד-קאנטראקטען, די פרייז איז געווען צווישען טויזענט צו פינף טויזענט פער קאפ.

אינערהאלב די גרופעס איז אויך געווען אומרואיג, עס האט נישט אויפגעהערט פאלן פארדאכטען אויף מיטגלידער אז זיי ארבעטען פאר די קעגנער, פאר אזא זאך האט מען באצאלט מיט'ן קאפ.

איינער פון די פארדעכטיגטע איז געווען טשארלס לאטשיאנא וועלכער האט געארבעט האנט-ביי האנט מיט מאיר.

אין פעבאוראר 1929-איז לאטשיאנא פארכאפט געווארן דורך מאסעריעס מענטשען, געשטאכען געווארען א צענדליג מאל, און אראפגעשליידערט געווארן ביי די וואסער ברעג צו אויסבלוטען.

כאטש זיינע שווערע וואונדען האט טשארעלס איבערגעלעבט די מארד פרואוו, און נאך אפאר וואכן איז ער באפרייט געווארן פון שפיטאל אהיים, דארט האט אים מאיר אפגעווארט און געמאלדען אז מאסעריע איז געשטאנען אונטער דעם. פון דעמאלט אן האט ער באקומען דאס צונאמען 'לאק''י' א דאנק זיין עקסטרעם גוט מזל אין איבערלעבן אזא אטאקע.

ווי נאר ער האט זיך אויסגעטשוכעט פון די ווייען האט זיך לאקי געטראפען מיט מארענזאנא, דער פירער פון די יונגע פארברעכער, און פארגעשלאגען צו 'ערלעדיגען' מאסעריע אין אויסטויש צו קריגן די קאנטראל אויף מאסעריעס פאמיליע, מארענזענא האט איינגעשטימט, אפאר טעג שפעטער האט זיך לאק''י געטראפען מיט מאסעריע אין א רעסטאראנט אין קאני איילענד, כלומר'שט אויף צו בארואיגען די באציאונגען צווישען זיי, אינמיטען די זיצונג האט זיך לאקי אויפגעשטעלט אין ארייינגעגאנגען אין די בית הכסא, א מינוט שפעטער זענען לאטשיאנאס פריינט- מיט באגסי אין שפיץ- אריינגעקומען און אים באהאגעלט מיט קוילען, גלייך דערנאך זענען די חברה פארשוואונדען געווארען און קיינמאל נישט געכאפט געווארען. די קאסטעלמארע מלחמה איז געווארען א פארגאנגענהייט.

די קאמיסיע, סינדיקעט.

אפאר טעג דערנאך האט מארענזאנא פארשטאנען אז כדי צו היטען די פרידען אויף די אונטערוועלט מוז מען עס בויען אויף א הירארארכישע וועג אזוי ווי אין סיציליע , מיט הויפטען זעלנער און ראטגעבער, זיך אליין האט ער באטיטעלט מיט'ן נאמען 'דער באסס פון אלע באססעס' און געפייערט זיין זיג ביי א גרויסע זיצונג ווי ער האט פעסט אוועקגעשטעלט און צוטיילט די פינעף מאפיא פאמיליעס און זייערע הויפטען, ער האט געהאלטען ווארט און געשטעלט לאקי אלץ דער הויפט פון די מאסעריע פאמיליע.

ביזדערווייל אין דאס זעלבע יאר (1929) אין דאס ניינטע אין מעי האט מאיר חתונה געהאט צו אנא ציטראן, אן אידישע מיידעל פון ניו-יארק, א יאר דערויף האבן די צוויי געבוירען אן אינגעל אן אינוואליד, אנא האט באשולדיגט מאיר אז דער באשעפער שטראפט זיי וועגן מאיר'ס עבירות און קרימענאלע אקטיוויטעטען. די באציאונגען צווישען די צוויי זענען אפגעקילט געווארן, און מאיר האט פארמינערט זיין אנוועזענהייט אין שטוב און זיך מער געדרייט מיט זיינע פריינט ביי זייערע צווייפעלהאטיגע ערטער

זייער שנעל האט מארענזאנא געזארגט אז לאקי גייט אים איבערשטייגען, און אז די איינציגסטע וועג וויאזוי ער קען היטען אויף זיין הויכע ראנג איז דורך אונטערברענגען לאקי. לאקי, האבענדיג אויסגעצייכענטע מערערע קאנטאקטען אינעם אונטערוועלט האט געהערט פון די פלענער און באשלאסען צו מקיים זיין דעם 'הבא להרגך' א קנאפע האלבע יאר נאך די פרידען איז איינגעארדענט געווארען אין די מאפיא איז מארענזאנא געהארגעט געווארען אין זיין אפיס דורך לאקי'ס פריינט.

נאך דעם מארד, האבן לאקי (וועלכער איז געווארען דער שטערקסטער מאפיא באסס אין ניו-יארק) און לאנסקי באשלאסען אויפצושטעלן א סינדיקעט, א הנהלה-ראט וואס זאל האלטען פרידען און אויסגלייכען קאנפליקטן אינערהאלב די מאפיא אזויווי אין סיציליע, די פינעף ניו יארקע פאמיליעס וואס מארענזאנא האט שוין איינגעארדענט, אינאיינעם מיט נאך צוויי פאמיליעס פון די גאנצע פאראייניגטע שטאטען האבען זיך פאראייניגט אונטער איין דאך פאר אן ארגאנאזירטע, מאכטפולע און געפארפולע קארפוראציע.

אין נאוועמבער יאר 1931 האבען די פינעף ניו יארקע פאמיליעס וואס מארענזאנא האט שוין פאראויס איינגעארדענט, אינאיינעם מיט נאך צוויי פאמיליעס פון די גאנצע פאראייניגטע שטאטען זיך פאראייניגט ביי א האטעל אונטער איין דאך וואו לאקי האט זיך אפגעזאגט פון טראגען דעם טיטעל 'באסס פון אלע באססעס', ער האט געהאלטען אז די טיטעל וועט אים פאראורזאכען פראבלעמען. לאנסקי און אסאך אנדערע אידישע מאפיאנערן זענען געווען איינגעלאדענט דארט, לאנסקי האט איבערגעצייגט די אידישע באנדיטען אז עס לוינט זיי צומיטארבעטען מיט די איטאליענער, דאס מערהייט פון זיי זענען איינגעגאנגען דערויף,און געווארען אנטייל אין די באשלוסען פון די אונטערוועלט געווירבעל אויף אזוי ווייט אז מען האט געזאגט אז עס איז נישט דא קיין קויל וואס ווערט געשאסען אין די פאראייניגטע שטאטען אהן זיין ערלויבעניש.

ביים ענדע פונעם זיצונג איז באגסי סיגעל געווען אזוי באגייסטערט אז ער האט הויעך אויסגעשריגען '' די 'יודס' מיט די 'דעיגאו'ס' וועלן זיך מער נישט ארומקריגען



1932

איז מאיר'ס צווייטער זון, פאול, געבוירען געווארען .



1937

דער אדוואקאט יורם שעפטעל פארציילט פאר דעם שרייבער פון די שורות: ''אין יאר תרצ''ז האט דער בארימטער אידישע ריכטער נתן פערלמאן אלאראמירט לאנסקי צו זיין ביורא, דאס שמועס איז געווען אויף בלויז- אידיש אזוי אז די גויאישע סעקערטארען זאל נישט פארשטיין; און ער האט אים געמאלדען כהאי לישנא: ''קוק, די נעא-נאציס מאכן א גרויסע טאראראם אין מעדיסאן סקווער גארדען אינאיינעם מיט טשארלס לינדבערג. (דער ערשטער וואס איז אריבער דעם אנטלאנטיק מיט א פליגער) דאס גאנצע אידישע געמיינדע אין ניו יארק איז הילפלאז, מיר האבן נישט קיין איין לעגאלע וועג וויאזוי עס אפצושטעלן, עס איז דא איין מענטש אין ניו-יארק וואס קען עס אפשטעלן, און דו קענסט! און דו וועסט! עס אפשטעלען! מיט אסאך בלוט, אבער אהן קיין גוויות (-קערפער)'' לאנסקי האט גלייך געמאלדען אז ער איז גרייט דערויף. און דריי טעג דערנאך זענען א טויזענט אידישע צעיושעטע יונגע באנדיטען באפאלען דעם קאנווענשען באוואפענט מיט בעיסבאל שטעקענס, זיי האבן דארט געמאכט אזא סארט קארנעוואל מיט די שטעקענעס וואס האט פארטריבען א פערציג טויזענט דערשראקענע נעא-נאציס און פון דעמאלט אן איז ניטאמאל געווען א פרוב צו מאכן א נאצי קאנווענשען אין ניו יארק.''


אין דעצעמבער יענע יאר האט מאיר און אנא געהאט זייער דריטע קינד, א טאכטער. אנא, מאיר'ס ווייב האט נאכאנאנד געליטען פון נערווען אטאקעס און מאן און ווייב האבן זיך נישט אויפגעהערט ארומקריגען.



צווייטע וועלט מלחמה

די אמעריקאנע מיליטער איז געווען הילפסלאז און באזארגט וועגן דייטשע שפיאנען וואס קומען נאכאנאנד אריין דורך די ניו-יארקע ברעגעס. וויסענדיג אז די מאפיא האלט אן עינא פקיחה און זענען אין פול'ן קאנטראל אויף די פארטען און וואסער ברעגעס האבן זיי זיך בלית ברירה געוואנדען צו לאנסקי, לאנסקי איז ארויפגעטאנצען אויף דעם געלעגענהייט און פארגעשלאגען זיין הילף אינעם מלחמה אין אויסטויש פון באפרייען לאקי וואס איז געווען אין תפיסה זינט 1938. די מאפיא איז שפעטער נאכאמאל צו הילף פאר די אמעריקאנע ארמיי ווען לאקי האט זיך פארבינדען מיט זיינע קרימינאלע פריינט אין איטאליע פאר קריטיש וויכטיג אינפארמאציע אנצוגרייטען די באדן פאר די אמעריקאנע אינוואזיע אין סיציליע לאנסקי'ס קרימינאלען האבן געכאפט מער ווי איין דייטשע שפיאן אויף די ברעגעס. אביסעל נאך די מלחמה איז לאקי פארטריבען געווארען פון אמעריקע אויף שטענדיג.

מאיר'ס קינדער האבן אונטערגעוואקסען און טאטע מאמע האבן געהאט מיינונג-פארשידענהייטען פאר די קינדער צוקונפט אנא האט געוואלט אז פאול זאל ווערן א רב, מאיר האט געפלאנט אים אריינצושיקען אין וועסט פוינט וואו ער וועט וואקסען א גרויסען אפיציר. ביים ענדע האט מאיר אויסגעפירט און פאול איז געגאנגען קיין וועסט פוינט, געווארען אן אפיציר און שפעטער געהארגעט געווארן.

אנא איז האספיטאלאזירט געווארן נאך אן ערנסטע נערווען אטאקע און אין פעברואר 1947 האט זיך דאס פארעל געשיידט. א יאר דערנאך האט מאיר נאכאמאל געהייראט אן אידישע פרוי. די חתונה איז געווען א באשיידענע צערעמאניע, זי האט געוואוסט אז ער איז אין די געמבלינג ביזנעס אבער נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט.


מדינת ישראל

אין ארץ ישראל איז א בלוטיגע צושטאנד, הגנה און אצ''ל קעמפער קעמפען אנטקעגן די ענגלענדער און אראבער, די אראבישע לענדער קויפען ענדלאזע קוואנטומעס געווער ביי די אמעריקאנע רעגירונג, די געווער ווערט אנגעלאדענט אויף שיפען אין די אמעריקאנע פארטען, יהודה ארזי פון די הגנה קעמפער טרעפט זיך מיט לאנסקי און בעט הילף. לאנסקי נוצט זיינע קאנטאקטען אינערהאלב די איטאליענישע מאפיא וואס געוועלטיגט אין די פארט יוניאן.

די הילף איז דרייפאכיג, סיי געלט און סיי געווער פאר די ציוניסטישע קעמפער, נאך וואס די אמעריקאנער האבן געלייגט אן אמבארגא צו שיקן געווער פאר די אידישע גערילעס. און אויך סאבאטאזשירען די אנגעלאדענטע שיפען מיט אמנוציע און וואפן פאר די אראבישע לענדער. וואפענס זענען 'פעלערהאפטיג' איינגעזינקען געווארען, און אויף א מיסטעריעזע אופן זענען אנגעלאדענטע שיפען געזונקען אין טיפע וואסערען.



לאס וועגאס

אין די שפעטע דרייסיגער יארן האט באגסי זיך אריבערגעצויגען צו לאס אנדזשעלעס ווי ער איז געווען פארפלאנטערט מיט'ן געריכט, נאכ'ן געוואונען דאס געריכט אין יאר 1941 איז באגסי געפארן אויף א באזוך אין ניו-יארק, אויפן וועג איז ער אדורך געפארן א פארווארפען שטעטעל אין נעוואדע מיט'ן נאמען לאס וועגאס, ער האט זיך אפגעשטעלט זיך אפרוען, באטראכטענדיג די ריזיגע שטרעקעס ערד און לאנגע פוסטע אקערלאנד האט אים ווי אויפגעשפילט פאר די אויגען גאנצע געביידעס און קאסינא-טישלעך, מיט זיינע גייסטיגע אויגען האט ער געזען א הו-הא פון פארוויילער אוין ריזיגע האטעלן. סיגעל האט געוואוסט אז געמבלען איז לעגאל אין נעוואדע זינט 1931 א באגייסטערטע סיגעל איז אנגעקומען צו ניו-יארק וואו ער האט נאכאנאנד אריינגעטריפט אין זיינע פריינט'ס אויערן וועגן די פאטענציאלע אוצר וואס איז באהאלטען אין מדבר,ער האט געהאט סוקסעס און זיינע פריינע זענען איבערגעצייגט געווארן אין די פלאן.

אין יאר 1941 האט לאנסקי אנגעהויבען אויפשטעלן א ריזיגע האטעל און קאסינא מיט'ן נאמען 'פלאמינגא' די פראבלעמען האבען אנגעהויבען ארויסשפראצען ווען סיגעל האט אנערקענט אז ער פארשטייט נישט אין בויען. די פראיעקט האט זיך פארלענגערט מער ווי ערווארטעט און די מאפיאנערן האבן נאכאנאנד געברויכט אריינפליסען גרויס-געלט - אסאך מער ווי געראכטען. זיי האבן אנגעהויבען פארדעכטיגען אז באגסי גנב'עט דאס געלט צו זיך אין טאש. די סיטואציע איז אנגעקומען צום קלימאקס ווען די מאפיאנערן האבן זיך צוזאמגענומען אין האוואנע, קובע, און געבעטן פון לאקי ערלויבעניש צו הארגענען באגסי.

וויבאלד לאנסקי האט זיך קעגנגעשטעלט האט לאקי נישט איינגעשטימט, לאנסקי האט געדענקט וויפיל מאל באגסי האט זיך איינגשטעלט דאס לעבן פאר אים און אים געראטעעוועט פון טויט, ער האט געהאט א הכרת הטוב פאר אים און געהאפט מיט דאס גאנצע הארץ אז די פראיעקט וועט ביים ענדע זיין א סוקסעס.

נאך א וויילע האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פראיעקט איז א קלינגעדיגע דורעכפאל און אז איינע פון באגסי'ס נאנטע האבן טאקע אריינגערוקט דאס געלט צו זיך אין טאש און אנטלאפען קיין פראנקרייך, לאנסקי האט מער נישט געקענט פארטיידיגען זיין יוגענט פריינט וואס האט געמאכט מיט אים די גאנצע צווייפעלהאפטיגע וועג צוזאמען. אין יאר 1947 איז סיגעל געשאסן געווארן און געשטארבען אויפ'ן פלאץ.

לאנסקי האט איבערגענומען די לייצעס אין לאס וועגאס און ווערט טאקע פארעכענט אלץ דער גרינדער פונעם שטאט מיט אלע אירע צוגעהער און פיטשעווקעס.

אין יאר 1965 האבן די צייטונגען געשאצט אז לאנסקי'ס פארמעגן איז מער ווי 300 מיליאן דאלער, דאן האט זיך אנגעהויבען לעבעדיג,עס איז געווארן א טומעל, די פעדעראלע בעאמטע זענען געווען אויסען צו לייגען זייערע הענט אויף אים און איינמאל פאר אלעמאל אים אריינשיקען אין חד-גדיא.

עס האט זיך אנגעהויבען פארשפרייטען קלאנגען און לעגענדעס אויף אים, אז ער איז דער אייגענטומער פון פופציג פראצענט פון די קאסינאס אין לבנון; און פון פופציג פראצענט פון די קאסינאס אין מאנטא קארלא; אז ער האט זיך געטראפען מיט דעם קובאנער פרעזעדענט באטיסטא אויפן פארלאנג פון רוזוועלט; אז ער האט ערלעדיגט אז ניקסאן זאל געוואונען די וואלן; די זשורנאליסטען האבן אים נישט אויפגעהערט אינטערוויאען און ער האט נישט אויפגעהערט לייקענען; ער האט נישט אויפגעהערט זאגן אז די מידיע איז פאלש (הערט זיך באקאנט?); אז מען רודפ'ט אים אומזיסט; און הלוואי ער וואלט געהאט א מיליאן דאלער; אז די איינציגסטע פלאץ פון וואו ער ווייסט אז עס איז פארהאן אזא זאך ווי 'אידישע מאפיא' איז פון די צייטונגען; אז עס איז לעכערליך צו זאגן אז ער קען ניקסאן אויסער פון די צייטונגען; אז ער האט נישט קיין אנונג אויב עס איז פארהאן אזא זאך ווי ארגאנאזירטע פארברעכע...

לאנסקי האט געשפירט אז דאס ערד ברענט אונטער אים און באשלאסען אז עס איז צייט זיך אפפעקלען פון אמעריקע.


חוק השבות

אין יולי 1970 איז לאנסקי געפארן קיין ארץ ישראל, אנדערש ווי יעדעס מאל וואס ער איז געפארן אהין און געזאגט אז ער פארט צו זיין זיידע און באבע וועלכע ליגען אין הר הזיתים, האט ער דאס מאל געמאלדען אז ער קומט זיך צו באזעצן, די מדינת ישראל אויטאריטעטן האבן געמערקט א פארקער פון באקאנטע אמעריקאנע מאפיא מיטגלידער פון אמעריקע צו מדינת ישראל, די רעגירונג האט פארדעכטיגט אז די סיבה פארוואס לאנסקי וויל וואוינען אין מדינת ישראל איז וויבאלד ער האט אין פלאן אריבערצופירען זיינע אקטיוויטעטן אין מדינת ישראל און זיך ארויסדרייען פון די אמעריקאנע יוסטיץ. שוין אזוי פרי ווי 1918 האט די אמעריקאנע פעדעראלע רעגירונג און די איי אר עס געווען אויף זיין וויידעל און זיך געפלאגט צו טרעפן אויפווייזען אדער עדות אנטקעגן לאנסקי, אבער אין די פארגאנגענהייט איז זיי נאר געלונגען אים צו כאפען אויף מינדערוויכטיגע פארלעצונגען, עס האט געפעלט אנקלאגעס, עס זענען נאר געווען צוויי אנקלאגעס אנקעגן מאיר, איינס ווען ער איז געווען זעכצען יאר אלט און דאס צווייטע אלץ אכצען יעריגע ביידע קלאגעס זענען געווען אז ער האט זיך ארומגעראנגעלט אין דאס עפענטליכקייט פאר דאס ערשטע קלאגע האט ער געקריגען אן איין דאלער שטראף , און דאס צווייטע איז געווען א קנס פון פינעף דאלער... די קלאגעס זענען געווען פון איבער פופציג יאר פריער.


די מדינת ישראל אויטאריטעטען האבן געזוכט לעגאלע אויסרייד אים צו פארטרייבען אויף שטענדיג, דער אינערן מינעסטער איז געפארן קיין אמעריקע וואו ער האט זיך געטראפן מיט אויספארשער און פראקערורען זיי האבן אים געפענט די עף בי איי ארכיוון דארט איז געווען אסאך באשולדיגונג מאטריאל אך אכט מאנאטען וואס לאנסקי האט געוויילט אין מדינת ישראל איז ער אנגעקלאגט געווארען אין פלארידע געריכט אויף נישט צאלען טעקסעס. לאנסקי איז נישט געקומען צום געריכט און איז באשולדיגט געווארן אין פארשעמען דאס געריכט, וואס האט גראד געברענגט צו אן ארעסט ווארענט. די אמעריקאנער האבן נישט געוואלט בעטען אז מען זאל אים ארויסליפערן קיין אמעריקע וויבאלד עס זענען נישט געווען קיין ערענסטע קלאגעס (און זענען שפעטער צונישט געווארן) נאך א סיבה איז געווען אז די אמעריקאנער האבן געהאלטען אז אויב זיי וועלן דרוקען אים ארויסצוליפערן וועט ער נוצען דעם איזרעילי 'חוק השבות' וואס לויטעט אז יעדער איד האט א רעכט צו וואוינען און האבען בירגערשאפט אין מדינת ישראל, און אז איינמאל ער וועט זיין א בירגער וועט ער אריבערפירען שטילערהייט זיין פארמעגן און דערנאך וועלן די מדינת ישראל רעגירונג נישט לאזן די אמעריקאנער לייגן א האנט אויף לאנסקי אין זיין פארמעגן.


דאס געזעץ אין מדינת ישראל לויטעט אז יעדער איד קען מאכן אן עלייה און גלייך קריגען בירגערשאפט, די מדינת ישראל אויטאריטעטען האבן געזוכט א לעגאלע אויסרייד אים צו פארטרייבען אויף שטענדיג, דער אינערן מינעסטער האט מורא געהאט אז אויב ער וועט צוריקווייזען לאנסקי'ס פארלאנג פאר בירגערשאפט וועט זיך לאנסקי ווענדען צום בג''ץ (אזויווי דעם סופרים קאורט אין אמעריקע) דער הויפט ישראלי'שער פראקוראר גבריאל באך איז אריבערגעפלויגען קיין אמעריקע וואו ער האט זיך געטראפן מיט אויספארשער און פראקערורען, זיי האבן אים געפענט די עף בי איי ארכיוון, עס איז דארט געווען א היבש ביסעל מאטריאל וועלכע מאכן נישט אזא שם טוב פאר לאנסקי. די אינסטאנצען זענען געווען צופרידען, יעצט האבן זיי געהאט גענוג מאטריאל צו נוצען אין געריכט אנטקעגן לאנסקי.

דער אינערן מיניסטער האט צוריקגעווארפען זיין ביטע פאר בירגערשאפט מיט דעם אויסרייד אז לאנסקי 'האט א קרימינאלע רעקארד וואס איז מעגליך צו דראען אויף די פרידען פון די געזעלשאפט'.

לאנסקי איז געגאנגען צום איזרעילי העכסטע קאורט; דעם בג'''ץ.

דער אדוואקאט יורם שעפטעל פארציילט: ''איך בין געווען א יונגער סטודענט צווישען די ערשטע און צווייטע לערנען - יאר, לאנסקי איז געקומען קיין ארץ ישראל, עס איז א שטיל מיט אים, ער איז כמעט נישט אין די העדליינס אויסער אפאר טעג נאך זיין אנקומען דא אין לאנד. איך האב געלערנט צו זיין אן אדוואקאט, א יאר נאך לאנסקי איז געקומען קיין ארץ ישראל- און דאס מאל איז ער געקומען זיך באזעצען פאר שטענדיג. אלעס זעט אויס רואיג און פלוצלינג איז דא מעלדונגען אין די צייטונגען אז דער פראקוראר פון פלארידע וויל אים רופען אין געריכט, און אז די אמעריקאנע אמבאסאדע לייגט דרוק אז די מדינה זאל נישט פארלענגערען זיין טוריסט וויזע, איך האב געוואוסט וויפיל ער האט באשטייערט און צוגעהאלפען מדינת ישראל עס האט מיר פארדראסען אז די מדינה איז כפויי טובה און ברעכן זיך אונטער אמעריקאנע דרוק איך האב באשלאסען צו עפענען א גרופע 'הועד להגנת מאיר לאנסקי' און נוצען דעם 'חוק השבות' וואס לויטעט אז יעדע איד האט א רעכט צו וואוינען און האבען בירגערשאפט אין מדינת ישראל, איך האב געהאט א צוויי טויזענט אונטערשריפטען פון באקאנטע שישקעס איך האב זיך איבערגעטראכט אז מיר דארפ'ן אים אליין פרעגן, אפשר מאכן מיר ערגער. מיר ווילען אים נישט מאכען קיין פראבלעמען. בין איך אריבערגעגאנגען צופרי צום השרון האטעל און איך זע ווי ער זיצט מיט יאסעלע סטאשער. איך בין צוגעגאנגען מיט א געווענליכע ישראלי'שע חוצפה, זיך פארגעשטעלט אלץ איינער וואס האט נאר גענדיגט דאס ערשטע לערן-יאר זאגט ער מיר: ''קוק, יונגער מאן איך קען דיר נישט, איך ווייס נישט ווער דו ביזט, איך קען מיר נישט ערלויבען אין מיין סיטואציע זיך צוטרעפן מיט מענטשען וואס איך ווייס נישט ווער זיי זענען, קום, שרייב מיר א בריוו געב פארשטיין און שלאג פאר פארוואס דו ווילסט מיר טרעפן און איך וועל באשלוסען וואס איך וויל טון.'' איך בין אהיימגעגאנגען, און וויבאלד איך האב געליינט גאר אסאך אויף לאנסקי האב איך באשלאסען צו שרייבען דעם בריוו אין אידיש; א שפראך וואס איך ליין און שרייב, ''טייערע איד איך קען שרייבען דאס בריוועלע אין ענגליש אויכעט, אבער אויף אידיש שרייבט זיך עס'' און איך האב אראפגעלייגט דאס פלאן מיט אלע דעטאלען נאך יענע טאג, אווענט צייט, האב איך אראפגעלייגט דאס בריוו ביי די האטעל לאבי, און וואס איז געשען איז אז ער איז פונקט דעמאלט אנגעקומען, און איך זע טאקע ווי ער נעמט דאס בריוו, ליינט עס דורך, און אפילו פון דער ווייטענס האב איך באמערקט אז ער איז גאר טיף בארירט געווארן, ער האט באמערקט אז איך בין אין די לאבי און ער איז צוגעקומען צו מיר, און מיר געזאגט אז אסאך יאר האט ער נישט געקריגען א בריוו וואס האט אים אזוי צוגערירט ער האט מיר גלייך געפרעגט צו מיר ברויכען געלט שטיצע און איך האב גענטפערט אז ממש נישט.''

''איך האב געקריגען פון אים אן אומבאגרעניצטע יפוי כח: ''איך פארלאז זיך אויף דיר 100 פראצענט און דארפסט מיר נישט פרעגן און בעטן ערלויבעניש פאר דו טוסט עפעס אבער איין זאך לאז איך דיר נישט, אז דו זאלסט רופען מנחם בעגין איך בין נישט ווערט אז מנחם בעגין זאל אוועקגעבן א פינעף מינוט פון זיין באשעפטיגונג פאר עם ישראל פאר מיינעט וועגן''

אין 22 מארטש 1972 האט זיך דאס געריכט אנגעהויבען און זיך געצויגן ביז סעפטעמבער יענע יאר, די געריכט האט ארויסגערופען גרויס אינטערעסע אין מדינת ישראל; וועט לאנסקי פארטריבען ווערן וועגן אמעריקאנע דרוק? האט עס טאקע מיט אמעריקאנע דרוק?

גבריאל באך, דער פראקוראר, האט געברענגט אויפווייזען אז לאנסקי איז א שרעקליכער געפארפולער באנדיט, א קרימינאל וואס האט נישט קיין ארט אין מדינת ישראל; ער האט פארציילט פאר די ריכטער אז לאנסקי פארמאגט א קאסינא אין דעיטקאונטי וואס איז אומלעגאל אבער ברייט אקטיוו לפני קהל ועדה, דער ארטיגע שעריף זעלבסט באגלייט דעם קאסינא קאסע יעדע טאג צום באנק כדי צו פארזיכערען אז עס ווערט נישט בארויבט.

ביים ענדע פון דעם פראצעס האבן אלע בג''ץ ריכטער אינאיינעם פה אחד אפגעווארפען דאס קעיס, לאנסקי איז געווען געצווינגען צו אוועקפארן פון מדינת ישראל, אין אמעריקע איז ער געשטעלט געווארן פאר'ן געריכט אויף שטייער באלעצונגען, די ריכטער האבן אים גע'פסק'ענט א יאר א האלב תפיסה אבער די באשולדיגונגס אנטקעגן אים זענען צונישט געווארן.


טויט

דאס רעשט פון זיין לעבן האט ער צוגענדיגט רואיג און שטיל אין מיאמי.

אין 1983 האט מאיר זיך געגרייט צו פארן קיין מדינת ישראל,*אויסצונוצען דעם מאנאט א יאר וואס ער מעג זיך דארט אויפהאלטן, אבער הארט פאר'ן פארן האבן די דאקטוירען געטראפן קענסער אין זיין לעבער, נישט לאנג שפעטער איז ער געשטארבען אין עלטער פון אכציג יאר.

אביסעל פאר זיין טויט, ווען מען האט אים געבעטן ער זאל זיך עפעס לאזן הערן אויף זיין קרימינאלע לעבן, האט ער עס אריינגעלייגט אין איין זאץ: ''איך האב צו שפעט געלערנט אז עס איז אסאך גרינגער צו בארויבען דעם ציבור לעגאל ווי אומלעגאל''

אויפן פאפיר איז זיין פארמעגן גארנישט ווערט געווען, אבער די עף בי איי האט דעמאלט געגלייבט אז ער האט ערגעץ פארשטעקט כאטש דריי הונדערט מיליאן דאלער, אנטקעגן זיי האט זיין ביאגראף, ראבערט לעיסי, געטענה'ט אז זיין פינאנציעלע לאגע געוווען אנגעצויגען די לעצטע צוואנציג יאר פון לעבן. און אז ער איז נישט געשטאנען אין די מעדיצינישע אויסגאבעס פאר זיין זון און אוועק געלט-לאז.

אן אייניקעל פון זיין צווייטע ווייב האט פארציילט פאר א קרימינאל- שרייבער אז די קלאנגען אויף זיין פארמעגן איז געווען היבש איבערגעטריבען; לאנסקי האט איבערגעלאזט פאר ירושה נאר פינעף און זיבעציג טויזענט דאלער קעש.

א שרייבער וואס האט אוועקגעגעבען יארן לאנג אויסצופארשטען לאנסקי און זיין לעבן זאגט אז דאס שליסעל צו פארשטיין לאנסקי ליגט אין די מענטשען ארום אים ''מאיר לאנסקי איז נישט געווען א פארמעגן באזיצער, ער האט געוועלטיגט אויף מענטשען.''
לעצט פארראכטן דורך ליאו אום דינסטאג מאי 14, 2024 8:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
moshe mittelman
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 4:31 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshe mittelman »

wow good memories! i saw once a fillem about the whole story
ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

מאיר און סיגעל
ערשטער איז סיגעל די אנדערע צוויי איז פון מאיר
אטעטשמענטס
Screenshot_20240512-213321_Chrome.jpg
Screenshot_20240512-213321_Chrome.jpg (69.85 KiB) געזען 3699 מאל
Screenshot_20240512-213240_Chrome.jpg
Screenshot_20240512-213240_Chrome.jpg (109.62 KiB) געזען 3699 מאל
Screenshot_20240512-213223_Chrome.jpg
Screenshot_20240512-213223_Chrome.jpg (103.65 KiB) געזען 3699 מאל
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

איך האב נישט יעצט די צייט עס צו דורך ליינען, אבער וויפיל איך האב צאמגעליינט און צאמגעהערט וועגן מאפיא בכלל און אידישע מאפיא בפרט (מאיר לענסקי, באגסי סיגעל, וכו') גייט מען מוזן מאכן צייט היינט.
עספעשעלי נאך אזא ארטיקל פאריגע וואך וועגן שושני קען איך זיך שוין פארשטעלן
דאס איז נאר א ייש"כ פארן ליינען...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

moshe mittelman האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:35 pm
wow good memories! i saw once a fillem about the whole story
אין די ארטיקעל איז אריין לאנגע און שווערע האראוואניע.
עס קומט נישט פון קיין פילעם.
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

איינער קען עס ביטע אהערשטעלן אויף א PDF?
ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

שמואל גרינפעלד האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:54 pm
איינער קען עס ביטע אהערשטעלן אויף א PDF?
גיב אים ביטע 1 וואך דא אויפן אשכול, נאכער...
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7513
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אנבעליוועבעל!!

אריינגעקומען דא אזוי שטיל… א תגובה דא, א לייק דארט. פשיהא וואס דער ברענגט צוזאם דא.
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13774
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

Wow!
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8083
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

געוואלדיג, און א גרויסן יישר כח.

״דער אדוואקאט יורם שעפטעל פארציילט פאר דעם שרייבער פון די שורות:״

דער רייבער פון די שורות איז טאקע אונזער ליאו?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

Wow!

@ליאו איז דא מיט א שטורעם מיט איין רייכע שרייב ווערק נאכן צווייטן.
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

האט עס עפעס מיט די אידישע מאפיא וואס מאמענט האט טיילווייז באשריבן די וואך?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5878
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ווערט דערמאנט דא.

viewtopic.php?t=42920
ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:05 pm
געוואלדיג, און א גרויסן יישר כח.

״דער אדוואקאט יורם שעפטעל פארציילט פאר דעם שרייבער פון די שורות:״

דער רייבער פון די שורות איז טאקע אונזער ליאו?
יא, טעלעפאניש...
די סיבה פארוואס איך האב באשלאסען עס יעצט ארויצולייגען (כאטש די ארטיקעל וועלקט שוין ביי מיר איבער א יאר) איז וויבאלד מיר האבן אפגערעדט זיך צו טרעפן פנים אל פנים, זאכן האבן זיך געשלעפט אבער שפעטער האט זיין סעקרטארשע מיר געזאגט אז אן איזרעילי טעלעוויזיע האט אים פאר'חתם'ט איבער א 'לאנסקי' דאקומענטריע. איך שטעל זיך פאר אז עס גייט בקרוב ערשיינען.
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

איך בין זייער סיריעס האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:38 pm
האט עס עפעס מיט די אידישע מאפיא וואס מאמענט האט טיילווייז באשריבן די וואך?
לא ראיתי ולא שמעתי.
מראה מקום?
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

shimon7323 האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 5:15 pm
ווערט דערמאנט דא.

viewtopic.php?t=42920
נקדימון איז גוט, קומט אים א לייק ...
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
ישראל משה
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2018 7:56 am

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל משה »

איך האב שוין געהערט אסאך איבער אים בעיקר פון פאדקעסטס, אבער די ארץ ישראל חלק האב איך נישט גוט געקענט, איך האב נישט געוויסט אז יורם שפטל קען אידיש (ער איז אויך געווען דער אדוואקאט פון דזשאן דימאניוק).
ליאו
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

ישראל משה האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 7:10 pm
איך האב שוין געהערט אסאך איבער אים בעיקר פון פאדקעסטס, אבער די ארץ ישראל חלק האב איך נישט גוט געקענט, איך האב נישט געוויסט אז יורם שפטל קען אידיש (ער איז אויך געווען דער אדוואקאט פון דזשאן דימאניוק).
שעפטעל קען א פליסיגע אידיש און דאכט זיך אז ער האט אמאל געהאט א טאלק שאו אויף אידיש.
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועטאר
יצחק זלמן
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 2:38 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק זלמן »

שמואל גרינפעלד האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:54 pm
איינער קען עס ביטע אהערשטעלן אויף א PDF?
https://drive.google.com/uc?export=down ... CYIQxTWt1d
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 10:01 pm
איז דאס לאנג! אבער חזקה אויף @ליאו אז זיינע זאכן זענען מאסיוו, גיימיר עס ארויספרינטן.

א דאנק @ליאו.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

געוואלדיג, @ליאו דו ביסט פיינע נייעס.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח ליאו. ברענג נאך..
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

האמיר עס ארויסגעפרינט און פריער געהאט די געלעגנהייט עס אפצוליינען!

שכח! א מאסיווע ארבעט געמאכט!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3934
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

האמער עס נאכנישט געליינט, אבער לויט מיין פאריגע עקספיריענס קען איך שוין געבן די ש'כח פארן ליינען.

טענקס @ליאו פאר די שווערע ארבעט. איך האף אז דעיס גייט זיך נישט איין טאג אפשטעלן.

וואו איז מאניש?
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: מאיר לאנסקי און זיין אידישע מאפיא גרופע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Wowowowowo טענקס עי מיליון.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”