אליין אינעם פעלד פונעם נפש.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

אליין אינעם פעלד פונעם נפש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

כ'זוך צו שרייבן, כ'בין אזוי אליין.
מיינע דורכגענג קיינער פארשטייט, כ'בין אליין.
טעראפי געפרעגט גענטפערט, כ'בין אליין.
אסאך סארטן טעראפי, כ'בין אליין.

צומישט, כ'בין אליין.
וואו גיי איך ווייטער? כ'בין אליין.
ווער בין איך? כ'בין אליין.
ענטפערן מוז איך, כ'בין אליין.

די ליסט קען זיך ציען און ציען ווי ווייט די מעגליכקייט טראגט,
די פעלד פון נפש איז ווייט מען קען ווערן אזוי צומישט און צו'חוש'ט,
כ'בין שוין געווען ביי אלע סארטן און יעדער מיט די איינציגסטע זאך,
איך אליין בין אחראי.

ווי א דינער אינעם העלן טאג,
קיינער קען מיך טאקע נישט העלפן, כ'האב געוואוסט.
אבער אנא אני בא וואו קען איך מיך צאמנעמען צו וויסן וואו כ'דארף גיין?
כבלייב צומישט....

כשרייב זייער צומישט ווייל אין די מצב בין איך יעצט קען איך עס אפילו נישט דיסקרייבן, דאס איז בעצם די וועג פון געפילן ביי טעראפי, עכ"פ אזוי פארזיכערט מיך מיין טעראפיסט, ווען אונזער עולם זאל זיין אפען דערמיט אינגאנצן וואלט אזויפיל לייכטער געווען, מיין חבר אין ביהמ"ד וואלט מיך פארשטאנען ווען כ'רעד צו איהם וועגן פילינגס, און נישט מיך אנקוקן ווי פון די לבנה אראפ דו פילסט?

סאיז א ווייטאג אז אזא קריטישע נושא זאל באגראבן ווערן אונטער די דאכענע, בלויז ווייל איך פארשטיי נישט. ווען אין פאקט איז עס א נחלת הכלל. און אפשר גאר איז עס אפילו געווארן ערגער, ווייל מען באהאלט עס, און מען פילט זיך אויסגעשפילט אז כ'האב ענקזייעטי כ'האב פחדים. סאיז נישט קיין בער, וואס אנטלויפסט סאיז נארמאל צו האבן פחד, און יא ס'קען זיך מאכן אז איך פיל עס שטערקער ווי דיר, יא כ'האב מורא צוקומען אין ביהמ"ד ווייל אפשר גייט איינער חאליש'ן,אבער כ'בין נישט משוגע, כ'בין נארמאל. ס'איז יתכן ס'איז א פראבלעם און כ'דארף הילף, ליהוי ידוע אבער אז רוב מענטל העלט אישוס ווערט נאר ערגער ווייל סאיז א פארמאכטע נושא.

די נושא פון מענטל העלט הערשט טאקע ביים ציבור א שטארקע אויפוואכונג, הגם די התנגדות דערצו איז נישט צופיל קלענער געווארן ביי געוויסע. אבער ביי די אינווידואל הערשט א ריזיגע ריזיגע לאך, זיך גיין העלפן איז היינט פון די נארמאלסטע נארמען עכ"פ ס'ווערט שטערקער און שטערקער, פאר'ן יחיד איז עס עכט נאך א צומישטע זאך בפרט ווען דו ביסט אליין מחליט כ'דארף הילף, סאיז דא אן אויסוואל פון פארשידענע סארטן, פון עכטע סארט טעראפי ענערגי ביז מענטערינג און נאך, און מען בלייבט סטאק, וואו גיי איך ווייטער? און ס'הייבט פליסן מחשבות ווער זאגט כ'דארף מיך בכלל העלפן וכדומה, וואס דאס לייגט נאר צו פרעשור, און טאקע ברם זכור לטוב די אלע ארגאניזאציעס וואס ס'איז דא היינט, אבער אין מיינע ד' אמות פיל איך דאס נישט.

פארוואס האב איך דאס געשריבן? וואס וועל איך האבן דערפון? גייט מיך עס צו העלפן צום לעבן? פארוואס שעיר איך עס מיט'ן ציבור? וואס וויל איך אז די רעאקציע פון ציבור זאל זיין? און פארוואס?
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6235
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אליין אינעם פעלד פונעם נפש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

געוואלדיג האסט א כוח הכתיבה חזק ואמץ ברידער
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: אליין אינעם פעלד פונעם נפש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

Why do you think that you are alone?
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: אליין אינעם פעלד פונעם נפש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

retiredprofessor האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:01 pm
Why do you think that you are alone?
האסטו דא דעם חכם!
דברי חכמים כדרבונות
Letshelpothers
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: אליין אינעם פעלד פונעם נפש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

ניין ניין ניין
די ביסט נישט אליין
די רבושע טוט מיט דיר מיט גיין
סיי צו די פאלסט סיי צו די טוסט שטיין
קוק נאר גוט וועסטו זען אז ער טוט דא זיין
ער באגלייט יעדם גרויס אין קליין
עס איז אזוי גוט עס איז אזוי פיין
ווייל די האסט דאך א נשמה לויטער אין ריין

דאס אז די שפירסט דיך אליין איז זייער נארמאל אין אמת. אבער די רבושע איז מיט דיר, לאז עם זיין מיט דיר
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע:על גשר צר מאד

Re: אליין אינעם פעלד פונעם נפש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

מיין ברודער ביסט אליין
איך מיט דיר וויין
מיר זענען צוויי אדער איין
ווייל אויך איך בין אליין.

אליין מיין נפש שרייט
פון דיר ברודער אזוי ווייט
אבער מיר זענען אחים לצרה
עס איז אונז ביידע טונקל אין די מרה.

אוי, עס איז ביטער און שווארץ
מיר זענען צוויי העלפט פון איין הארץ
מיר זענען ביידע אזוי אליין
עלענד ווי א קאלטע שטיין.

יעקב האט 12 שטיינער גענומען
אבער איינס איז געבליבן
דו ביסט נישט אליין
אפילו דו שפירסט ווי א שטיין.

מיר זענען פאראייניגט צוזאם
שבת אחים לצרה גם
אונזערע טרערן אין איין בעכער
אונזער הערצעלע די זעלבע לעכער.

אליין, אליין, אונזער נפש וויינט
וואס איז דער עתיד פון היינט
צומישט, פארלוירן און אליין
מיר ווייסן נישט וואו צו גיין.

ווען וועט דער טאג דערגרייכן
ווען אונזער האקעלע נפש וועט לייכטן
אוי, ווען וועט דער נאכט ענדע קומען
און ראטעווען וואס פון אונז איז געבליבן.
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: אליין אינעם פעלד פונעם נפש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

@איד27 @חנוך !!!

טאלאנט מיט געפיל עט איטס בעסט!
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: אליין אינעם פעלד פונעם נפש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

אלייןַ די קערפעלער איז
טרעפן א וועג ארויס זי מיז

די קאקאן דריקט אויףַ איהר מיט צוואנג
די יסורים קומען ארויס מיט א טרויעריגע געזאַנג

מיט קנאה באטראכט זי ַדי מאריטשקע וואס קריכט פריילעך אן קיין פיין
צו וועל איך נאָך אמאל פרייליך זיין?

אַריבער א אביסל צייט
און זײ דערזעהט זיך קאלערפול און שיין
די קאקאן איז שוין ווייט
און זי פליט מיט פראכט אליין!

די יסורים איר געמאכט פון א קריכידיגע שוואַרצע בעל חי
צו א שיינע באטערפליי!!!
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
retiredprofessor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: אליין אינעם פעלד פונעם נפש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

My friend, why do you think that you are alone?

Let's take an example, in order to be able to explain my question.
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:20 am
retiredprofessor האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:01 pm
Why do you think that you are alone?
האסטו דא דעם חכם!
So, this is a typical example, let's try to squeeze the lemon and turn it into lemonade.

Despite the fact that a comment like this is considered bullying, it does not necessarily cause a person to feel alone. It is important to differentiate even between feelings that sound similar, which is an art that is called "emotional intelligence". It is not enough that you identify the feeling as negative vs. positive, for it to be identified as the same as another negative or positive feeling. If somebody bullies you, that doesn't mean that he doesn't love you, but it means that he loves himself more, which is normal. But the problem is, that he likes to bully more than he loves you.

Same way with everything you go through in your life, about which I have no idea. But it's nice that you can identify your feeling, as to say that you feel alone or isolated. But it might be for instance, that you're actually being bullied and not isolated. Words matters, and the exact diagnosis is very important.

So again :My friend, why do you think that you are alone?
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6235
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אליין אינעם פעלד פונעם נפש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

סאיז א תיקון פאר די נשמה !
יאסעלע פליטמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: אליין אינעם פעלד פונעם נפש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

חנוך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:05 am
מיין ברודער ביסט אליין
איך מיט דיר וויין
מיר זענען צוויי אדער איין
ווייל אויך איך בין אליין.........


wow
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”