אן אריינגיין אין די גאנצע שמועס פון בטחון און השתדלות, זעה איך נישט ווי דו האסט געקענט זעהן פון מיינע ווערטער אריינצוגיין אין הפקרות מכלומרשט אלץ בטחון.
איך רעד פון טוהן ווילדע שריט אונטערן מאנטל פון השתדלות. להוי ידוע דאס איז ערגער ווי איבריגע(?) בטחון.
איך קען אידן אין 2024 וואס האבן קיין דאלער נישט אוועקגעלייגט פאר א הויז און ווען די מינוט איז אנגעקומען האבן זיי באקומען דאס הויז מיטן אנגעפילטן בערזל, האנט דעליווערד (כביכול) דורך די בעל הבית פון אלע הייזער.
ראשעשיוועהאט געשריבן:↑דינסטאג מאי 21, 2024 4:24 pm
געטראפן לעצטנס א שיין שטיקל ר' נחמן, ס'איז אין שיחות הר"ן קכ"ב
שמעתי בשמו, שאמר שאם לא היה ממתין בבטחון לישועת ה', כבר היה איש נוסע ומטלטל כמו כל הנוסעים ומטלטלים עצמם בשביל הפרנסה, כנהוג עכשו.
והכונה, כי אמר זאת לענין הנהגת הבית בפרנסה ומלבושים ושאר צרכי הבית, שעל פי רב חסר לאדם הרבה, כגון: לזה חסר מלבוש פשוט, ויש שחסר להם מלבושים חשובים או דירה וכו', שצריכין להמתין לישועת ה' ולבלי לדחק את השעה למלאות החסרון תכף ומיד, רק צריכין להמתין עד ירחם ה'.
ואמר על עצמו ענין הנ"ל, שאם לא היה ממתין, כגון כשהיה חסר לו איזה דבר -אם היה דוחק את השעה שיהיה דוקא תכף - היה צריך ללוות לעצמו ולהיות בעל חובעד שהיה מכרח להיות נוסע ומטלטל. כמו שאנו יודעים ענין הנוסעים שהם מכרחים תמיד לסע על המדינה מחמת שהם תמיד בעלי חובות.
וענין זה צריכים לידע מאד, וצריכין ללמוד עצמו להרגיל את עצמו בזה מאד, כי לכל אדם חסר הרבה, אפלו בעלי בתים ועשירים גדולים, מכל שכן מקבלים, אפלו החשובים והגדולים. וצריך לזה להסתפק במעוט ולהנהיג ביתו כפי השעה והזמן. ואם נדמה לו שצריך מלבוש או לאשתו ובניו - אף על פי שמכרח לו,אל ידחק השעה ללוות ולהקיף ולהיות בעל חוב,אך ימתין עד שיבוא עתו. וטוב לסבל דחק אפלו במזונות, וכל שכן במלבושיםודירותוכו', ולא להיות בעל חוב. ומוטב שיהיה בעל חוב לעצמו או לבני ביתו במלבושים מלהיות בעל חוב להחנוני או לאחרים.
כי בכל עניני פרנסה צריכין להמתין עד שיבוא עתו, כנזכר לעיל; כמו שכתוב (תהלים קמ"ה, ט"ו): ״עיני כל אליך ישברו, ואתה נותן להם את אכלם בעתו״:
וואס דארף מען נאך צולייגן...
אין ברסלב איז ידוע אז מען האט אויסגעמיטן בארגן פון אנדערע פאר א יעדע פרייז.
איך קען אידן אין 2024 וואס האבן קיין דאלער נישט אוועקגעלייגט פאר א הויז און ווען די מינוט איז אנגעקומען האבן זיי באקומען דאס הויז מיטן אנגעפילטן בערזל, האנט דעליווערד (כביכול) דורך די בעל הבית פון אלע הייזער.
דאס איז אוודאי נאך ערנסטע הארעוואניע, אבער מ'דארף וויסן אז פונקט אזוי ווי עס איז אומאחריות'דיג צו שפענדן געלט אן א חשבון איז אומאחרית'דיג אריינצושפרינגען אין זאכן וואס איז דערווייל העכער דיין יעצטיגע יכולת, פארן הייליגען ציהל פון קויפן א הויז.
מענטשן פארגעסן פון די עיקר 'בטחון' און פאקעסן אויפן טפל 'השתדלות',
ווי אויך אינעם היינטיגן דור איז דא די אנשיקעניש.. בטחון?!? דעיס איז פאלשע בטחון, ביסט פלעין פויל, מ'דארף טוען השתדלות און קויפן, ווייל אויב נישט וויאזוי גייסטו לעבן אין 5 יאר ארום? וויאזוי גייסטו חתונה מאכן? דו הערסט וואס גייט פאר?!?
אז מ'רעד שוין פון השתדלות, כ'האב קיינמאל געזעהן/געהערט (אחוץ פון די מארגיטש בראקערס ודעימיה) אז השתדלות איז אויף פינעף יאר ארום, פשוט פשט פון השתדלות איז, טוען אויף 'יעצט'.. אונזערע זיידעס (עכ"פ מיינע) האבן נאר געקויפט דירות ווען זיי האבן געהאט, אדער האבן זיי געצאלט רענט (איך שעם מיך נישט מיט זיי).. קיינער פון זיי האבן נישט 'סאו קאלד' אריינשפרינגן..
פארגעסט'ס נישט בארגען איז א קללה.. מיר בעטן יעדן טאג 'ולא לידי הלואתם', די וואך און פרשת בהר רעדט די תורה אויך וועגן דארפן בארגן, אלץ קללה.. לוה רשה ולא ישלם וצדיק חונן ונותן...
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
טשעירמאןהאט געשריבן:↑דאנערשטאג מאי 23, 2024 3:51 pm
רבותינו הגיעו זמן של קריאת שמע של שחרית סאיז צייט צו אויפשטיין און שמעקן אז די געגענטער ווי מיר זענען יעצט איז קיין עתיד..
מיר האט א מאטגערזש בראוקער געזאגט אז פון ווען ער געדענקט, האט מען ביי די היימישע אינגעלייט ואוס האבן געקויפט אין היימישע געגענט אלעמאל ביים קלאוזען געדארפט צוקימען צו ניסים און מען האט עס קוים קוים געמאכט..
מען כאפט נישט די פינאנציעלע גרוב אין וואס אונז טרעף מיר זיך מען האט חתונה, און מען גייט לערנען, און ווען מען דארף א געהריגע דאך איבער קאפ זיך צו קענען רירען\אטעמען האט מען שוין אן עול, און מען דארף לויפן פאנטשען די קארטעל 9-5, נישטא קיין צייט פאר א ביזנעס, און ווער רעדט נאך פון א הויז..
להבדיל אלף אלפי פעמים דער שגץ וואוינט יארן לאנג ביי זיין מאמעס בעיסמענט, ער עפענט זיך אדער נישט א גאראזש ביזנעס, און עכ''פ ביי די 30 ווען ער האט עעענדליך חתונה, קען ער כאטש אראפלייגן א דאון פעימענט, אונז האב מיר נישט די פריוויליגיע צו אוועקלייגן געלט,
אזוי קוק איך עס אן, און ווער רעדט נאך ווען סאיז דא א מאנגעל אין הייזע,ר און ווער רעדט נאך ווען סאיז דא הימעל'דיגע רעיטס
איך וואלטווען געטוישט די קעפיל ''אויב זענט איר נישט פון די רייכע אידען, קענט איר נישט קויפן א הויז אין די היימישע געגענטער''
איך זאג בכלל נישט צי סאיז שלעכט אזוי, איך שרייב נאר וואס איז זעה אז דאס איז די ריאליטעט.
למעשה גערעדט שלאגט איר זיך מיטן מציאות, וויפעל מענטשן אוינען דירות אדער הייזער אין וויליאמסבורג? גאר א גרויסע פארצענט, אפגערעדט אז אין קרית יואל אפילו נאך היינט צוטאגס, האבן רובא דרובא אייגענע דירות, סא למעשה שטומט עס נישט מיטן מציאות וואס די זאגסט, אבער ביזט גערעכט סאיז אווערעיטעד, פארגעס נישט איין זאך אז שווערע טויזנטער חסידישע משפחות האבן זיך אוועק געצויגן פון וויליאמסבורג די לעצטע 50 יאר!!! קיין שיכון סקווירא קרית יואל קרית קאשוי יוניאן סיטי שיכון וויזניץ מאנסי מאנסי לעיקוואד לינדען קרית יטב לב סטעטן איילענד זשערסי סיטי מאנטיסעלא קרית ברסלב ליבערטי ועוד ועוד וואס רובא דרובא האבן גלייך געמופט צו א געקויפטע הויז , אדער געקויפט מיט די צייט, נייגעריג צו איינער קען מאכן א חשבון וויפעל משפחות האבן זיך אוועק געצויגן די לעצטע 50 יאר ,דאס קען זיין א גוטע אויגן עפענער פאר מענטשן וואס לעבן אין זייער אייגענע גלות , סא וואס איז די נקודה דא? גאר א שטארקע פוינט וואס מען ברויך נוצן למעשה, אז רוב אידן אפילו זיי האבן געמופע וועגן א רבי וכדומה , איז עס געווען צו האבן א אייגענע דאך איבערן קאפ ,אדער צו האבן א רחבות'דיגע דירה , און אויך אז 99.99% פון די אידן, האבן זיך נישט געקענט ערלויבן צוקויפן א דירה אין וויליאמסבורג,איך געדענק פיל אזאנע מענטשן אין וויליאמסבורג נאך 30 יאר צוריק, די זעלבע זאך איז נוגע היינט, אז ווער עס קען נישט ,מופט צו אנדערע שטאט וואס איז ביליגער ווי ער קען יא קויפן, איך האב גערעדט צו צענדליגע אינגעלייט למשל אין מאנטיסעלא ,וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן קיין דירה אין מאנסי, האבן זיי געקויפט אין מאנטיסעלא מיט נישטיגע 20 אלפים, יעדע אינגערמאן קען אויפקומען מיט 20 אלפים צו קויפן א הויז, דאס איז א משל און ביטע כאפ דיר נישט ארויף אויפן ווארט ,נאר נוץ עס אויס למעשה
אן אריינגיין אין די גאנצע שמועס פון בטחון און השתדלות, זעה איך נישט ווי דו האסט געקענט זעהן פון מיינע ווערטער אריינצוגיין אין הפקרות מכלומרשט אלץ בטחון.
איך רעד פון טוהן ווילדע שריט אונטערן מאנטל פון השתדלות. להוי ידוע דאס איז ערגער ווי איבריגע(?) בטחון.