אינטערוויא: מיט'ן באטל קלייבער פון ב"פ
שטייענדיג ביפארן 'חג השבועות' ווען מען ציילט די טעג דערהויבן צו ווערן, דערמאן איך מיר דעם פאלגנדע עפיזאד, וואס איז אן אמת'ע געשיכטע, נישט אז עס האט עפעס מעידזשא"ר פאסירט עס זאל קענען אנגערופן ווערן 'געשיכטע', אבער גענוג אז עס האט מיר געלערנט גאר אן אינטערסאנטע מוסר השכל אויף א קוריאזע אופן, וואס האט מיר דעמאלטס בשעת מעשה גאר שטארק אויפמערקזאם געמאכט, און מיר געלאזט אינפעקטירט פאר א לענגערע וויילע מיט א פאזעטיווע ענערגיש בליק אויף ארייצוכאפן ווי-מער ווערטפולע ארטיקלען אינעם צייטווייליגע קוישעלע, טראכט איך אז עס איז גאר פאסיג איצטערט פאר אזא יו"ט דאס צו שילדערן.
שוין האבנדיג אלץ בחור דעם אפעטיט פון אפשרייבן ווערק, ליין איך יעצט איבער דעם דערציילונג וואס איך האב שוין דעמאלטס מיר פארשריבן אויף פען אין פאפיר צווישן מיינע חידושי תורה אין א נאטיץ-ביכל, (א שאד נאר אז יעצט פארשטיי איך נישט קיין ווארט פון די תורה-בליצן וואס דארט שטייט, שרייבנדיג גאר בקיצור די ראשי פרקים זיך פארלאזנדיג אויפ'ן זכרון אז כ'וועל מיר 'זיכער' דערמאנען ביים דאס איבערליינען...) און כדי די פאקטן און ציפערן פון די מעשה זאלן בלייבן אריגינעל ווי דעמאלטס געהערט קראנטערהייט, נישט פונעם בעל העובדה, נאר פונעם 'עובדה' אליין, וועל איך איבערשרייבן די נומערן און געוויסע דעטאלן וואס איך האב מיך דאן פארשריבן, ווי איר וועט אי"ה ליינען...
געווען איז דאס אלס בחור ווען איך האב געלערנט אין בארא פארק אינעם געגנט פון 'קענזיקט"ן', און ביי לאנטש האט מען געקענט גיין שפאצירן [פארשטייצעך אן רשות], געוויסע פלעגן גיין שפאצירן אויף די גאסן ארום, אדער צום פאליציי סטאנציע א גאס ארויף מיטצוהאלטן לייוו געקייטעלטע פארברעכער, אדער אין גוטע וועטער'ס שפילן באל"י ביי א שפיל-פלאץ, [ששש... די מנהל ווייסט נאך אלץ נישט דערפון, און אפילו אויב יא, איך בין סייווי נישט דארט געווען, (פארוואס ווען איינער באשרייבט זכרונות פון ישיבה -נישט קיין חילוק פון וועלכע- איז אייביג פארהאן איינרינגלען סימבאלן...?!)].
הכלל, זע איך יעצט דעם דאטום "יום א' וישלח", ווען איך האב זיך ארויסגעלאזט אויף א מיסיע צו דערשנאפן אביסעלע פרייע לופט, שפאציר איך מיר אזוי מיט נאך א סוויטע פון געציילטע כאלעטל טראגער, מען דרייט זיך איין ביים ווינקל פונעם גאס וואס טראגט אריין צום פארנומענעם 'אושען פארקוועי' און מען שפאצירט גאס נאך גאס דעבאטירנדיג על דא ועל הא, ווען אינמיטן באמערק איך אז ביי די זייט שלעפט זיך אדורך א נידריג געוואקסענע בערגל וואס די אינהאלט דערפון איז גיגאנטישע בלויע און דורכזיכטיגע קאמערציאלע מיסט זעקלעך, וואס מיט א גוטן בליק קען מען דערקענען אז עס ערהאלט אויך א וועגעלע, און א באהאנגענע שטאנג וואס איז פלאצירט איבער א כינעזער'ס האלז וואס איז כפליים גרעסער ווי זיין געוויקס.
איז מיר אריין עפעס א מחשבה'לע אין קאפ, אז אזא מענטש ברויך מען פארשטיין, וואס איז דאס זיך ארומוואלגערן קלייבן באטלעך, עפעס מוז זיך אים דאס לוינען, אפשר גאר איז דאס א 'האב"י'...?!, אדער קען מען מאכן פון דעם אומבאליפערטע באטל-קלייבער דזשאב א שיינע 'אפותיקי' וואס אנשים פשוטים פארזעען...?!
אלס א מענטש וואס גלייכט זייער צו 'עקספיריענס"ן' נייע אינטערסאנטע זאכן, האב איך נישט צו לאנג געדארפט ביי מיר אויס'פועל'ן אז מיינע פוס זאלן גענענען צו אים, נאר איך האב אים זאגאר א פרעג געטון: "יו-נאוי-ענגליש?".
"מי-נאוי-סטענט-ווערי-לארטש-אינגליש", זאגט ער צוריק, עדווערטייזנדיג גלייכצייטיג דערביי וויפיל קארן-ציינער ער פארמאגט.
"קען-איי-עסק-יו-סאמטונג?", פרעג איך אים, 'יא זיכער', איז געקומען זיין אנטווארט מיט א גרימאס וואס באדייט צו זאגן אז 'אה... ענדליך קומט שוין איינער רעדן צו מיר', אויב אזוי, אז דער איז אינטערעסירט אין געשפרעכן, טו איך אן די זעלבע פלאכע-פשטות-מאסקע וואס דער יענטע פון מיין לאקאלער שוהל פארמאגט, ווען ער גרובעלט גראד צום ציל, און שלאגט טיפע ווארצלען אזש ביז בלוט, (...נע כ'מיין משלים זענען גענצליך איבריג) און האט נישט קיין בלאסן אנונג פארוואס זיין תם'ישע בעקעלעך זענען עפעס נישט אזוי בא'חן'ט, און פארוואס ווען עס דאכט זיך איינעם אז מען גייט אים אדורך-שפאנען דאן הייבט זיך ספאנטאן אן א העפטיגן מורמלעריי מיט'ן וואלפעיפע"ר...
איז ער מיר מסביר אויף מיין אנפראגע אזוי: אין אן עווריטש-דעי מאכט מען ארום צוואנציג דאלער אין טאטעל, און אין א העכסט געלונגענער טאג, ד.מ. ווען מען שטייט אויף ספעציעל פרי נאך פאר די גארביטש טראק'ס זאלן קענען אנהייבן עובר זיין אויפ'ן "עני המהפך בחררה" דורכ'ן פארכאפן זיין רייכטום בפרהסיא שלא ביושר, און דאן ברויך מען אויך זיין גאנץ מזל'דיג צו אנטרעפן אונטער'ן בריק דעם אוצר וואס רופט זיך 'גרינע קע"ן' (לכאורה על שם דאס 'גרינ'ס' וואס די חברה זען דערפון) און ווען מען זעט דאס קאנע פול, מיינט דאס אז דער טאג האט געברענגט כאטש נאך פיר-אהאלב טאלער אויפ'ן ארענע.
שטיימער אזוי מיט אן אימיגראנט ביים ווינקל גאס אויף אושען פארקוועי און מ'מאכ'מער א חשבון ביינאזאם.
זיין דירה קאסט א מאנאט, 'ש'מער געדאכט' דריי גאנצע פעשע מאות...!
זיין פאליס"י לגבי עסן איז, אז ער עסט 'נאר' ווען ער איז אויסגעהונגערט און ממש נאר ווען ער האלט ביים אויסגיין, איין רגע... און דעמאלטס קויפט ער נאר פאר פינף דאלער 'אלטע בשר-טשיקען' ותו לא...!
און תכלית גערעדט, מאכט ער פראפי"ט פון די גאנצע ביזנעס דא, א קיימא-לן פון דעם ריזן אסטראנאמישער סומע [אין זיין שפראך] פון "פיר טויזענט ניקעל'ס...!", גאנצע צוויי 'בלויע', א חודש...!
טעכניש הייבן זאכן אן שטימען, אבער אויפן ביגער-פיקטשע"ר באפאלט מיר א נעפל, 'מאין באתה ולאן אתה הולך... אין איין ווארט "פארוואס"... וואס איז דיין ציל אין לעבן?, פשוט אדורך צו שמאכטן א פראסט לעבן כגלגל החוזר סטראג"לענדיג פאר'ן ניקעל..., דו טראכסט טאקע נישט קיין עתיד...?! כ'מיין... קאמאן-סענט"ס, וואדע-פלאן-דא...?
הערנדיג די שאלה איז געווארן א בחינה פון 'אור פניך', זיין פנים האט גענומען פינקלען מיט אן האפענונגס שיין, ערקלערנדיג מיר מיט אן ענטואיזם, אז ער פארמאגט גאר אין אן אנדער מדינה [געזאגט האט ער מיר דעמאלטס וועלכע, דאכט זיך אז איך האב אים אפילו איבערגעפרעגט אויך, נאר אז מען פארשרייבט זיך נישט געדענקט מען נישט] א משפחה מיט צוויי תינוקות וואס ער האט זיי שוין נישט געזען א קנאפע צוויי יאהר, (כ'האב געהאט יעצט א נסיון פון שרייבן זיבן יאהר אנשטאט צוויי, אבער ווילענדיג דאס האלטן אויטענטיש מפי השמועה ווי געשריבן אויבן, האלט איך זיך דעריבער איין).
"הער אויס", זאגט ער, "יעך גיימער איבערארבעטן די קומענדיגע פאר יאהר, זיך אפשפארן יעדעס איבריג דיים, בכדי יארן ארום ווען איך גיימער אומקערן צו מיין ארעם לענדל גיי איך לעבן א חיים טובים, "עס לוינט מיר די פלאגענישן יעצט, אבי ווען איך קום אהיים, בין איך עושר פון שטאט, מען קען ארויפקומען צו מיר פורים", ווערנדיג אליין איבערגענומען פון זיינע ווערטער געזעגנט ער זיך ווי צו זאגן 'יאלא ס'שפעט, געענדיגט מיט די פוילעצן לאמעך אריינכאפן, כ'האב דאך א טרוים...
וועלכע ווארט קען אויסטייטשן ווי אזוי איך האב דעמאלס געפילט, כ'בין פשוט געשטאנען פארגלאצט אין חלל, אזא פאוערפו"ל מעסעדזש גראד פון הימל, דער סטופי"ט טיפוש פון א גוי ארבעט אריין, פארוואס...? ווייל יאר'ן ארום גייט ער 'אפשר' הנאה האבן פון די פאר טאלער.
נ'וואו זעמער אונז, מה-דאך דער עקלהאפטיגער טשייניז\ספאניאלא ארבעט זיך איבער פאר א קורצטערמיניגער קליינטשיג פארדינסט'ל... קל וחומר אונז, וואס אפאר יאהר ארום באקומען מיר פאר יעדע מצוה ומצוה'לע א 'מאיאנטיק' א זיכערער באצאלדונג "עולם הבא", איז לאמיר אלעס אפלאזן און גיין 'כאפן', "נאך א באטעלע שכר, א קע"ן גמילות חסד, נאך א פלעסטיק-בע"ג תורה".
מ'כאפט כמעט א טשאוק - אבער כ'מיין דארט אונטען איז דא א קאוק.
ס'טאקע נישט איזי-פיקל - ס'מיינט אבער נאך א ניקל - א ווערטפולע ארטיקל.
אפילו אנדרויסן שוין פארטינקעלט - די פנים אבער שיינט און פינקעלט.
ווייל צוביסלעך ווערט א וועגעלע - א גרעסערן פארמעגעלע.
...לאמיר סטאפ"ן בלעבלען, און טאקע גיין טון צום זאך... אהה...מיין חברותה קאל"ט שוין... אקעי בא ביי...