כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שאלות
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 2:57 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלות »

גירסה # 3:

וואס הרב שמואל יהודה בריסק שליט"א זאגט אין זיין שיעור:

שמעון איז א מענעדשער ביי ראובן און געקענסעלט דער ארדער וואס האט געהאט א דיפאזיט פון 100,000 דאלער און געמאכט א פרישע ארדער צו זיין אדרעס, און געצאלט א 1,000,000 דאלער פאר דער לולב האלטערס.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4425
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

הבוחר בטוב האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 4:01 pm
איך האב נישט אויסגעהערט די הלכדיגע צדדים אינעם שיעור, נאר די ערשטע 10 מינוט די מעשה.

וויאזוי איך קוק עס אן איז די מענעדזער איז גארנישט מחיוב פארן בעה"ב מיטן קענסלען האט ער נאר גורם געווען א מניעת ריוח, דער בעה"ב האט צוריק באקומען זיין גאננצע געלט.

כלפי דעס וואס דער בעה"ב האט שאדען געמאכט דעם מענדזער מיטן טוישן די ארדער צו לא תגנובו, דארף מען דן זיין וועמנס איז די ארדער. איזעס די בעה"ב מעג ער טוישען כמו שלבו חפץ דעס אז דער מענדזער האט אריינגעלייגט זיין אייגענע געלט איז נישט זיין פראבלעם, אויב איזעס דעם מענדזערס ארדער האט ער עם שאדען געמאכט.

יעצט די חפצים אליינס האט נישט באלאנגט פאר קיינעם בשעת'ן טויש ווייל ס'איז נישט געווען בעולם בכלל, די שאלה איז די הסכם ציווישען די כינעזער קאמפעני צום בייער איז ציווישען וועם און וועם.

מצד אחד האט דער מענעדזער געמאכט דעם הסכם מיט זיין געלט, און דעס אז ער האט עס געשוקט מכלומרשט פון זיין בעה"ב קאמפעני, און אפשר אפילו פון א קאמפעני אימעיל אדרעס מאכט עס נישט אויס זיין קאנטרעקט, העכסטענס האט ער געטוהן א עולה צו נוצען זיין בעה"ב נאמען און קאנטעקטס. און די בעה"ב מיטען טוישען די ארדער האט עם שאדען געמאכט פונקט ווי איך זאל טוישען א פרעמדע קאמפעניס ארדער אויף די אייגענע היינט.

פון די צווייטע זייט יתכן אז די קאנטרעקט איז ציווישען די כינעזער און Lulev LLC די בעה"ב קאמפעני ווייל דאס איז וואס זיי האבען געוויסט און פארשטאנען, דאס אז דער מענעדזער האט געגעבן זיין געלט איז זיין פראבלעם, צום ביישפיל אז איינער וויל מיר ארויסהעלפן מיט פרנסה און ער גייט צו א מעניופעקטורער און געט זיי געלט אז איך זאל קענען באשטעלען סחורה ביי זיי איז די הסכם צויווישען מיר און זיי, דער וואס האט געגעבן געלט תבא עליו ברכה ער האט אבער נישט קיין רעכט צום קאנטרעקט בכלל.
האסט באמת שיין ארויסגעברענגט ביידע צדדים לכאן ולכאן. די מגיד שיעור זאגט דאך אין די מעשה אז מען רעדט דא פון מענטשען וואס האבן נישט געלערענט מוסר און האבן שלעכטע מידות. מיט דעם אלעמען, באדערט מיר שטארק, אז מען האקט דא אויפן בעל הבית כמעט ווי ער איז א גלייכער שגץ און האט געטוהן די זעלבע עוולה. נאכאמאל, א ר' ישעי' בן ר' משה איז ער נישט. אבער איך שפיר, על כל פנים, לויט ווי די מגיד שיעור האט פארציילט די מעשה, אז באמת האט דער ארבעטער באשטעלט על דעת בעל הבית, מיטן אימעיל פונעם בעל הבית, די קאנטאקטס וואס די בעל הבית האט געמאכט, פאר זיין קאמפאני. און ער האט פשוט געוואלט בארויבן און מאכן די ארדער פאר זיך. וויאזוי דען האט דער בעל הבית געקענט טוישן די ווערטער אויפן לולב האלטער? עס מובן פשוט, נאכאמאל, על כל פנים וויאזוי די מגיד שיעור פארציילט די מעשה, אז די ארבייטער האט געטוהן אלעס מיטן בעל הבית'עס קאנטאקטס, קאמפאני נאמען, אימעיל, וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:09 pm
גבריאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:54 pm
Two wrongs doesn't make one right
מיר ווייטוגט מער אז די טשייניזע קאמפעני האט פארדינט געלט פון גארבעטש און א יוד האט שאדן געהאט א מיליאן דולער, און זייער מעגליך אז נאך צענדליגע יודן ליידן דערפאר ווייל די מענעזשער האט זיך אפשר צוזאם געבארגט געלט פון אנדערע וואס ווערן יעצט אנגעזעצט.
דער בעה"ב קומט זיך מכות!!
דער בעה"ב איז אפשר נישט קיין ר' שעי' בן ר' משה... אבער פארוואס עפעס קומט אים מכות? ער טאר נישט טוישן זיין אייגענע ארדער??? אויב עפעס קומט פארן מענעדזער מכות, גנב רויבער וואס ער איז.
וואס הייסט זיין אייגענע ארדער? דעמאלסט באצאל עס און שלו' על ישראל. ס'איז נישט זיין און ער איז א גרויסער גנב.
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

תגובה דורך אויסגעהיילט »

כל טוב האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:49 pm

ער האט דאך שוין באצאלט, ביז דו מענעדשער האסט איהם בא'גנב'עט דער ארדער און צוריק געשיקט דאס איינגאבע געלט.

ווען איז דער ארדער געווארן אויס זיינ'ס?

אויסגעהיילט האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:52 pm

ווען ער האט צוריק באקומען זיין געלט
שאלות
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 2:57 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלות »

להודות האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:33 pm
אביונה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:26 pm
ברענגט מיינונגען פון הרבנים רב חיים צבי שפירא פון בעלזא בי"ד און פון הרב זילבער פון התאחדות אז ער איז נישט מחויב צו באצאלן
די 2 האבן געזאגט ער איז א "מזיק בידים", נאך שטערקער פון וואס ער האלט אליין אז ס'איז גרמי. להלכה איז נישט קיין נפק"מ ווייל ער איז חייב סייווי.

ובשם ר"מ שאפראן אז ס'איז גרמי, אבער מיט נאך פרטים פון פאטענט וכו'.

ובשם הרב בריזל פון א"י אז ס'איז נאר גרמא ופטור.
הרב שמואל יהודה בריסק שליט"א האט נאר נאכגעזאגט אז א אימייעל איז א מעשה, אבער א מעשה איז נאר אויב ס'געשעהנט עפעס אטאמאטיש צוליב דער אימייעל, אבער אויף דער פאל וואס דער גוי דארף עס מאכען, קען עס נישט זיין מער ווי א גרמי.
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

כל טוב האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:53 pm
אויסגעהיילט האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:52 pm
כל טוב האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:49 pm
Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:09 pm
גבריאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:54 pm
Two wrongs doesn't make one right
מיר ווייטוגט מער אז די טשייניזע קאמפעני האט פארדינט געלט פון גארבעטש און א יוד האט שאדן געהאט א מיליאן דולער, און זייער מעגליך אז נאך צענדליגע יודן ליידן דערפאר ווייל די מענעזשער האט זיך אפשר צוזאם געבארגט געלט פון אנדערע וואס ווערן יעצט אנגעזעצט.
דער בעה"ב קומט זיך מכות!!
דער בעה"ב איז אפשר נישט קיין ר' שעי' בן ר' משה... אבער פארוואס עפעס קומט אים מכות? ער טאר נישט טוישן זיין אייגענע ארדער??? אויב עפעס קומט פארן מענעדזער מכות, גנב רויבער וואס ער איז.
וואס הייסט זיין אייגענע ארדער? דעמאלסט באצאל עס און שלו' על ישראל. ס'איז נישט זיין און ער איז א גרויסער גנב.
ער האט דאך שוין באצאלט, ביז דו מענעדשער האסט איהם בא'גנב'עט דער ארדער און צוריק געשיקט דאס איינגאבע געלט.

ווען איז דער ארדער געווארן אויס זיינ'ס?
ווען ער האט צוריק באקומען זיין געלט
אויב איז זיין באצאלן געווען א קנין (אויף א דבר שלא בא לעולם, אבער דאס וואס דער גוי האט אנגעהויבן ארבייטן, איז לכאורה שוין זיכער געווען דער קנין. )

פארוואס זאל איך טייטשן אז ווען ער באקומט געלט שלא ברצונו, ווערט עס א קנין בחזרה?
ווי אזוי ארבייט א קנין בעל כורחו?

ווער האט עס דעמאלס מקנה געווען פאר וועמען?

דער גוי האט דאך געמיינט אז עס איז דער זעלבע פארשוין, איז ווי אזוי ווערט עס אויס זיינ'ס.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

אויב זאגסטו אז ס'איז דעם בעה''ב'ס ארדער דעמאלסט געב אהער די מיליאן דאלאר און ס'איז נישטא קיין ד''ת ווייל דעם בעה''ב האט זיך אליינס אפגעטוהן, סא דאס איז זיכער נישט קיין ווערטער. דער בעה''ב אליין האלט אויך נישט אז ס'איז זיין ארדער. והוא פשוט.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

שאלות האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:55 pm
להודות האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:33 pm
אביונה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:26 pm
ברענגט מיינונגען פון הרבנים רב חיים צבי שפירא פון בעלזא בי"ד און פון הרב זילבער פון התאחדות אז ער איז נישט מחויב צו באצאלן
די 2 האבן געזאגט ער איז א "מזיק בידים", נאך שטערקער פון וואס ער האלט אליין אז ס'איז גרמי. להלכה איז נישט קיין נפק"מ ווייל ער איז חייב סייווי.

ובשם ר"מ שאפראן אז ס'איז גרמי, אבער מיט נאך פרטים פון פאטענט וכו'.

ובשם הרב דוד בריזל מח"ס משפט המזיק פון א"י אז ס'איז נאר גרמא ופטור.
הרב שמואל יהודה בריסק שליט"א האט נאר נאכגעזאגט אז א אימייעל איז א מעשה, אבער א מעשה איז נאר אויב ס'געשעהנט עפעס אטאמאטיש צוליב דער אימייעל, אבער אויף דער פאל וואס דער גוי דארף עס מאכען, קען עס נישט זיין מער ווי א גרמי.
ער זאגט ביי 55:20 ווי איך האב געברענגט, עיין שם.

הרב בריזל איז ביי 30:24.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:45 am
גבריאל האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:17 am
ער דערציילט אינמיטן די שיעור א מעשה, איינער האט געוואלט שיקן א ספר תורה קיין אמעריקע, איז ער געגאנגן אין עירפארט און געפרעגט איינעם דארט צו ער גייט אויף די פליגער קיין ניו יורק, ער האט אים געבעטן צו האלטן א פאר מינוט די ספר תורה ווייל ער וויל ארויס גיין א מינוט, און למעשה האט יענער אפגעפיצט פון שטח און געלאזט יענעם האלטן די ספר אויפן גאנצע 12 שעהדיגע נסיעה, אנקומענדיג קיין ניו יורק האט איינער אפגעווארט צו באקומען די ספר אבער יענער האט עס באהאלטן און געוואלט באצאלט פארן סערוויס פון טראגן די ספר + קנס פארן עוולה
יא, יא. געווען איצט ביי א נסיעה, ווען איינער אין אייראפע געט איבער זיין האנד באגאדז (שוין נאך סעקיוריטי, אין עירפארט), און זאגט אים, נעם עס ארויף אויפן פליגער פאר מיר, און ער ווערט פארשווינדען. נישט געווארט פאר א יא, נישט געווארט מען זאל מסכים זיין. דער אינגערמאן רעגט זיך, והילד איננו. ער פרעגט זיך נאך, לויפט ארום, דאן לאט ער עס איבער ביים געיט און גייט ארויף אויפן פליגער. דער בעל הא'רענצעל קומט ארויף אויפן פליגער און פרעגט אים ווי איז מיין רענצל. זאגט ער אים, ביים געיט, אויב סעקיוריטי האט עס נאך נישט אוועקגענומען. דער בא'שייגעצט אים אז די ביסט אן אומ-מענטש, א גנב. א דעיס מיט א יענץ. איך ווייס נישט וויאזוי עס איז אים געלונגען, אבער ער איז אראפגעלאפן פונעם פליגער און נאך געטראפן זיין רענצעל. געווענדליך ווען מען באורד קען מען שוין נישט אראפגיין. וואס האלט דער עולם, ווער איז דא גערעכט?
זיכער דער וואס האט עס דארט געלאזט. מ׳דארף וויסן וואו איין און וואו אויס, אבער אויב קען ער יענעם נישט, און יענער פירצעך אויף אזוי אוממענטשליך, איז נישטא קיין סיבה צו האלטן דעם פעקל.
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

Kosher Travel האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 11:41 am
בלוט בלבול האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 10:15 pm
שמעלץ טאפ האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 8:17 pm
וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן די דעת בעל הבית דא.

ווער ס'קען ביטע שרייבט דיין מיינונג און וואס איז דיין logic?

מיין מיינונג:
דער בעל הבית דארף נישט באצאלן, דער ארבעטער וואלט געדארפט בעטן א Top of Production sample אדער מינימום א בילד פונעם אייטעם, און דעס איז געווען די חשבון פונעם בעלבאס. און נישט צו שאדן מאכן א מיליאן דאלאר.
מיין דעת בעל הבית אלס געפיל? דער באלעבאס דארף באצאלן ווייל ער האט שאדן געמאכט פאר איינעם געלט. מיט אלע זיינע חשבונות אז יענער גייט בעטן א סעמפל האצעך עס אבער ניש אויסגעארבעט. כ׳האב זייער רחמנות אויף אים, אבער ער האט בא׳גנב׳עט איינעם מיט געלט, ברויך ער עס באצאלן.

נאר, איך האלט אז דער מענעדזשער דארף פונקט אזוי באצאלן פאר׳ן באלעבאס פאר׳ן אים שאדן מאכן די פראפיט וואס ער וואלט געקענט מאכן פון די לולב האלטערס. איז אבער שוין זייער שווער אויסצורעכענען וויאזוי מ׳באצאלט אזוינס.
מיין דעת בעל הבית אלס געפיל? דער באלעבאס דארף גארנישט באצאלן!
נאכאמאל, נאר מיין דעת בעל הבית, איך קען זיך נישט אויס וואס די הלכה איז.
דאס איז דאך געווען "זיין" ביזנעס. און "זיין" מענעדשער האט געפלעיסט אן ארדער פאר זיין ביזנעס. און וואס ער האט געטוהן, בדידיה קעביד. וואס איז, א בעל הבית מעג נישט טוישן זיין אייגענע ארדער? ווער האט געהייסן דעם מענעדזער גנב צו טוישן די ארדער און געבן א דיפאזיט פון זיין געלט? האט ער דען נישט גע'קאנטאקט די כינעיזער אלטץ בעל הבית פון זיין קאמפני? מיט זיין אימעיל???
איך האב נאר געהערט די אנפאנג פון די מעשה, קען זיין איך קען נישט גענוג גוט די דיטעילס.
קיינער האט אים נישט געבעטן, און דער מענעדזשער איז טאקע א גנב און א רשע, אבער דער באלעבאס האט נאכאלץ שאדן געמאכט דעם מענעדזשער ״זיין״ (דעם מענעדזשער׳ס) ארדער און ״זיין״ געלט.
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

כל טוב האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 9:06 pm
אויב זאגסטו אז ס'איז דעם בעה''ב'ס ארדער דעמאלסט געב אהער די מיליאן דאלאר און ס'איז נישטא קיין ד''ת ווייל דעם בעה''ב האט זיך אליינס אפגעטוהן, סא דאס איז זיכער נישט קיין ווערטער. דער בעה''ב אליין האלט אויך נישט אז ס'איז זיין ארדער. והוא פשוט.
גיבן פאר וועמען?

דער סחורה ליגט ביים גנב, און עס איז גארנישט ווערד, ממילא וויל איך נישט באצאלן.

דער בעה"ב האט נישט געהאט קיין צווייטער וועג , אז דער גנב זאל עס נישט האבן.
אבער באצאלן? פארוואס און פאר וועמען?

עס ווערט נישט אויס זיינ'ס, אויב ער וויל נישט באצאלן פאר'ן מענעדשער דער גנב.
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

דער וואס האט באצאלט איז בעה''ב,
ווער האט באצאלט די מיליאן דאלאר? דער מעדנעדזשער
ווער האט שאדן געמאכט די סחורה? דער בעה''ב

איין זאך איז זיכער אז דער מעדנעדזשער האט געהאט פון וועם זיך צו לערנען.
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3945
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

תגובה דורך כפרה »

כל טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:32 am

אויב וואלט דער בעה"ב באמת באשטעלט פאר זיך לא תגנוב האלטערס, און זיין מענעדשער האט געמיינט עס איז לולב האלטערס און אויסגעכאפט דעם בעה"ב וואלט ער אוודאי נישט געהאט קיין טענה, סא די טענה יעצט איז א בעצם איז עס דעם בעה"ב ארדער, און דער מענעדשער האט געשיקט געלט צו א פעקטארי אויף זיין אייגענע ריסק, די בעה"ב קען אים פלעין זאגן לאו בעל דברים דידי את.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז

כפרה האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:11 am

דער בעה''ב שרייט ס'איז נישט זיין ארדער, איז אויף דעם נישטא וואס צו קריגן.
דער מעדנעדזשער האט אים מונע געווען א ריווח? יא! אבער די יעצטיגע ארדער איז פונעם מעדנעדזשער וואס ער האט באצאלט פון זיין אייגענע טאש און בעה''ב האט שאדן געמאכט א מיליאן דאלאר.
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

ביודעי ומכירי, נישט קיין לעדערנע און האריגע לולב האלטער, ס'איז גוט פאר די מעשה זאל זיין שענער, מרעד'ט פון א פלסטיק לולב האלטער וואס קאסט אפאר שקלים און דער צווייטער האט צוגעלייגט נאך א שקל פאר יעדע איינע ס'זאל ווערן זיינע.
ויתר הפרטים אין בידי לגלות.
לעצט פארראכטן דורך מענטשאלע אום מיטוואך מאי 29, 2024 9:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טראפקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

מענטשאלע האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:12 am
ביודעי ומכירי, נישט קיין לעדערנע און האריגע לולב האלטער, ס'איז גוט פאר די מעשה זאל זיין שענער, מרעד'ט פון א פלסטיק לולב האלטער וואס קאסט אפאר שקלים און דער צווייטער האט צוגעלייגט נאך א שקל פאר יעדע איינע ס'זאל ווערן זיינע.
וירת הפרטים אין בידי לגלות.
לויט דיינע פרטים, און דיין מיינונג,

ווער דארף וועם באצאלן?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4425
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

כל טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:32 am
דער וואס האט באצאלט איז בעה''ב,
ווער האט באצאלט די מיליאן דאלאר? דער מעדנעדזשער
ווער האט שאדן געמאכט די סחורה? דער בעה''ב

איין זאך איז זיכער אז דער מעדנעדזשער האט געהאט פון וועם זיך צו לערנען.
וואס איז דא אזוי זיכער? איין זאך איז זיכער און קלאר, דער מעדנעדזשער איז א גנב, א רויבער.

נאכאמאל און נאכאמאל, איך פארשטיי נישט די אלע וואס נעמען זיך אן פארן ארבייטער. ער איז א גנב, א רויבער. ער האט געפלעיסט א ארדער פאר זיין בעל הבית, מיט זיין בעל הבית'עס קאמפאני און אימעיל. ער האט זיך אליינס געגראבן זיין אייגענע גרוב. בור כרה ויחפריהו.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

לעניית דעתי לוינט זיך אפצוקויפן די גאנצע שיפמענט, און מ'קען עס פארקויפן פאר גוט געלט, ס'דא גענוג אידן וואס ווילן האבן ביי זוך דעם ספעציעלן לולב האלטער, עס קען נאך ווערן א קאלעקטערס אייטעם.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

ירוחם פישל האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:18 pm
חצי נזק האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:28 pm
איך וואלט אים געהייסן צאלן פארן בעל הבית נזק, צער, ריפוי, שבת און בושת.
דאס איז לשיטתך אז היינט עקזעסטירן די אלע זאכן פון פרשת משפטים, אריינגערעכנט חצי נזק...

ניין, קלאר אז היינט עקסזיסטירן נישט אזאנע דינים. נאר וואס דען, מיט מיין דעת בעל הבית וואלט איך אים געהייסן צאלן דאס אלעס ווייל ער האט באגנבט אן ארדער וואס זיין בעל הבית האט באשטעלט
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3883
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:35 am
כל טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:32 am
דער וואס האט באצאלט איז בעה''ב,
ווער האט באצאלט די מיליאן דאלאר? דער מעדנעדזשער
ווער האט שאדן געמאכט די סחורה? דער בעה''ב

איין זאך איז זיכער אז דער מעדנעדזשער האט געהאט פון וועם זיך צו לערנען.
וואס איז דא אזוי זיכער? איין זאך איז זיכער און קלאר, דער מעדנעדזשער איז א גנב, א רויבער.

נאכאמאל און נאכאמאל, איך פארשטיי נישט די אלע וואס נעמען זיך אן פארן ארבייטער. ער איז א גנב, א רויבער. ער האט געפלעיסט א ארדער פאר זיין בעל הבית, מיט זיין בעל הבית'עס קאמפאני און אימעיל. ער האט זיך אליינס געגראבן זיין אייגענע גרוב. בור כרה ויחפריהו.
דו ווייסט אז ס'איז געווען דעם בעה"ב'ס אימעיל?... דו ווייסט ס'איז געווען דעם בעה"ב'ס קאמפאני נאמען? ווייל הרב בריסק זאגט אז מ'האט געטוישט קאמפאני און צוריקגעשיקט דאס געלט צום אריגינעלן בעה"ב...

איך נעם ערבות אז דער בעה"ב האט בעפאר בא'עולה'ט דעם מענעדזשער אויף סאך גרעסערע זאכן..
געשטימט פאר ראשעק הול
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3883
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מענטשאלע האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 3:12 am
ביודעי ומכירי, נישט קיין לעדערנע און האריגע לולב האלטער, ס'איז גוט פאר די מעשה זאל זיין שענער, מרעד'ט פון א פלסטיק לולב האלטער וואס קאסט אפאר שקלים און דער צווייטער האט צוגעלייגט נאך א שקל פאר יעדע איינע ס'זאל ווערן זיינע.
וירת הפרטים אין בידי לגלות.
פיינעלי...

הונדערט טויזנט לולב האלטערס, צען דאלאר א שטיקל, איז געווען עפעס גאר ווייט פון רעאליטעט און האט בכלל נישט געמאכט קיין סענס... פון א מיליאן דאלאר ווערט עס ס"ה א געפעכט איבער צוואנציג דרייסיג אלפים... מער קרוב אל השכל און רילעיטעבל, הגם ווייניגער דראמאטיש.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3945
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

כל טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:23 am
כפרה האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 1:11 am
כל טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:32 am
דער וואס האט באצאלט איז בעה''ב,
ווער האט באצאלט די מיליאן דאלאר? דער מעדנעדזשער
ווער האט שאדן געמאכט די סחורה? דער בעה''ב

איין זאך איז זיכער אז דער מעדנעדזשער האט געהאט פון וועם זיך צו לערנען.
אויב וואלט דער בעה"ב באמת באשטעלט פאר זיך לא תגנוב האלטערס, און זיין מענעדשער האט געמיינט עס איז לולב האלטערס און אויסגעכאפט דעם בעה"ב וואלט ער אוודאי נישט געהאט קיין טענה, סא די טענה יעצט איז א בעצם איז עס דעם בעה"ב ארדער, און דער מענעדשער האט געשיקט געלט צו א פעקטארי אויף זיין אייגענע ריסק, די בעה"ב קען אים פלעין זאגן לאו בעל דברים דידי את.
דער בעה''ב שרייט ס'איז נישט זיין ארדער, איז אויף דעם נישטא וואס צו קריגן.
דער מעדנעדזשער האט אים מונע געווען א ריווח? יא! אבער די יעצטיגע ארדער איז פונעם מעדנעדזשער וואס ער האט באצאלט פון זיין אייגענע טאש און בעה''ב האט שאדן געמאכט א מיליאן דאלאר.
דא רעדט מען נישט וואס דער בעה"ב טענה'ט בפועל, נאר ציורים ואופנים און טענות מיט מהלכים וויאזוי מען קען עס אנקיקן צו מחייב זיין אדער פטר'ן.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4425
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

צולייגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 9:13 am
Kosher Travel האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:35 am
כל טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 12:32 am
דער וואס האט באצאלט איז בעה''ב,
ווער האט באצאלט די מיליאן דאלאר? דער מעדנעדזשער
ווער האט שאדן געמאכט די סחורה? דער בעה''ב

איין זאך איז זיכער אז דער מעדנעדזשער האט געהאט פון וועם זיך צו לערנען.
וואס איז דא אזוי זיכער? איין זאך איז זיכער און קלאר, דער מעדנעדזשער איז א גנב, א רויבער.

נאכאמאל און נאכאמאל, איך פארשטיי נישט די אלע וואס נעמען זיך אן פארן ארבייטער. ער איז א גנב, א רויבער. ער האט געפלעיסט א ארדער פאר זיין בעל הבית, מיט זיין בעל הבית'עס קאמפאני און אימעיל. ער האט זיך אליינס געגראבן זיין אייגענע גרוב. בור כרה ויחפריהו.
דו ווייסט אז ס'איז געווען דעם בעה"ב'ס אימעיל?... דו ווייסט ס'איז געווען דעם בעה"ב'ס קאמפאני נאמען? ווייל הרב בריסק זאגט אז מ'האט געטוישט קאמפאני און צוריקגעשיקט דאס געלט צום אריגינעלן בעה"ב...

איך נעם ערבות אז דער בעה"ב האט בעפאר בא'עולה'ט דעם מענעדזשער אויף סאך גרעסערע זאכן..
איך האב פארשטאנען פון די מעשה אז מען האט געטוישט די "דעליווערי אדרעס" נישט די קאמפאני.
און אדרבא זאגט מיר, אויב דאס איז געווען א ברענד נייע ארדער, וויאזוי האט די בעל הבית געהאט בכלל עקסעס צו די נייע ארדער? די נייע קאמפאני? וויאזוי האט ער געקענט מאכן שינויים? דער ארבייטער האט דאך געארבייט פאר די קאמפאני. און ער האט אפילו געוואלט טוישן די דעליווערי אדרעס "אן גארנישט באצאלן" , נישט די דיפאזיט, און מסתם, וואלט די בעל הבית באצאלט די גאנצע איבריגע 900 אלפים ווען די ארדער איז געווען רעדי צו שיקן. ער האט געוואלט בארויבן זיין בעל הבית מיט א מיליאן דאלאר! נאר וואס דען? די כינעזער זענען משוגע געווארן און געזאגט מען קען נישט טוישן די אדרעס פון א ארדער, האט מען געקענסעלט די ארדער, די כינעזער זענען משוגע געווארן צום צווייטען מאל און צירוקגעשיקט די געלט, און נאר אזוי איז די בעל הבית בכלל געוואר געווארן אז עפעס גייט פאר. און נאכמאל, לויט ווי איך פארשטיי די מעשה (און איך האב עס איבערגעהערט אפאר מאל), האט דער ארבייטער געגעבן נאך אן ארדער פון\פאר\on behalf of, די קאמפאני און בעל הבית פאר וועם ער ארבייט. ווער רעדט נאך פון די גניבה גזילה אז דאס איז דאך לכאורה אויך געווען די דיזיין וואס דער בעל הבית האט געמאכט.

נאכאמאל און נאכאמאל, איז זאג נישט אז דער בעל הבית איז א ר' ישעי' בן ר' משה. אבער איך פארשטיי נישט וויאזוי דער עולם דא האט בכלל סימפאטיע פארן גנב-רויבער- ארבייטער. ער איז דא דער גרויסער גנב.

לגבי דיין לעצטע שירה מיט דיין ערבות, איך וואלט נישט געגעמבעלט א דאלער דערויף. קען זיין, מוז נישט זיין. און עס איז נישט קיין נפקה מיניה. דא קומט א קאמפאני, באשטעלט אן ארדער, געט א דיפאזיט פון 100 אלפים, קומט אן "ארבייטער" און פראבירט צו בארויבן די גאנצע פאר זיך. לאו-לייף גנב, שווינדלער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: כיטרע בעה"ב ווערט גערופען צו ד"ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

נא_שכל האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:55 am
לעניית דעתי לוינט זיך אפצוקויפן די גאנצע שיפמענט, און מ'קען עס פארקויפן פאר גוט געלט, ס'דא גענוג אידן וואס ווילן האבן ביי זוך דעם ספעציעלן לולב האלטער, עס קען נאך ווערן א קאלעקטערס אייטעם.
און זיי וועלן נאך שרייבן נדיר!! אדער פולמוס!! און מ'קען לכתחילה הייבן די פרייז א צוויי דריי מאל!!
(ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט פארוואס טאקע נישט?? האט דער הייליגער דרכי תשובה געזאגט )
דברי חכמים כדרבונות
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”