א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13788
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

צו דיר מיין טייערע דערשראקענער שוואכלינג.
בראווא! עס איז דיר געלונגען, דו האסט אויסגעפינען מיין אימעיל אדרעס.
האסט זיך באקאנט געמאכט צו מיר מיט א העסליכע אימעיל, אז איך אבימלך פיר אראפ כלל ישראל פון וועג, און אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי מיר. איך וועל נישט ציטירן די גאנצע אימעיל, אבער עטליכע שורות וועל איך יא לייגן

זייטיגע נאטיץ
"איך האב מיטגעהאלטן פון אנפאנג וויאזוי אייוועלט ווערט גרעסער און שענער, אבער מיט דעם זענען מיטגעקומען פארשידענע סארט ניקס וואס האבן אנדערע השקפות ווי די מענטשן וואס האבן געמאכט און אויפגעשטעלט אייוועלט. אייוועלט האט זיך אסאך געטוישט, און ליידער נישט אויף א גוטע וועג, עס איז געווארן א פלאץ ווי יעדע פרעכע גוישע נייעס ווערט באריכטעט, און ווי אלע סארטן אזוי גערופענע כשר'ע קליפס ווערן ארויפגעלייגט. נעם עס נישט פערזענליך, אבער דו האסט א גרויסע יד אין דעם, איך גלייב נישט אז דו מיינסט שלעכטס אבער אויב דו ווילסט א גרויסע גרופע מענטשן זאלן זען דיינע קליפס און גוישע נייעס זאלסטו גיין צו די פלעצער ווי די סארט מענטשן דרייען זיך, וואטסעפפ אדער טעלעגראם וכו׳ גיי לייג די נייעס פאר וואטסעפפ אידן. אייוועלט איז נישט די פלאץ פאר דעם. און בכלל דיינע אינטערוויוס ברענגען ארויס די ערגסטע פון די גוישע גאס, האסט אמאל געטראכט פון מאכן א אינטערוויו מיט א ערליכע איד? אדער עס איז נישט גענוג אינטערסאנט פאר דיר? עס איז נישט אינטערסאנט פאר רוב אייוועלט ליינער דאס לעבן און שאפן פון א נידריגע גוי. ביטע שלעפ נישט אראפ דעם דור, און טרעף דיך א צווייטער פלאץ צו אנפילן דיין ליידיגע טעג."
היינט ביסטו ווידעראמאל ארויס פון באהעלטעניש מיט א שטרענגע אימעיל וואס האט געטראגן די שארפע ווערטער ״שגץ ארויס״ אויפן קעפל. און מיט הארציגע רייד האסטו געשריבען דאס פאלגענדע:

זייטיגע נאטיץ
"יא אמת, עס קען זיין אז די האסט אסאך מענטשן וואס לייקען דיינע באריכטן, אבער עס איז דא אסאך מער וואס האבן אסאך ווייטאג מיטהאלטנדיג ווי די ברענגסט אראפ די נארמאלע סטאנדארטן פון אייוועלט.
טראכט דיך גוט איבער צי עס לוינט זיך!
עס אינטרעסירט קיינעם נישט איבער א סייבער טראק ביי א הייליגע מעמד ווי א הכנסת ספר תורה"
קודם כל האב איך הנאה אז די ליינסט מיינע באריכטן! און די דרייסט דיך נישט אויף אומאויסגעהאלטענע וועבסייטס צו זעהן די נייעס.
יעצט, דו שרייבסט אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי מיך, זאג, דו קענסט מיך? האסט מיך אמאל געטראפן? דו ביסט א דערשראקענער שוואכלינג וואס באהאלט זיך אונטער א באשיידענע אימעיל, און דו טענה'סט אז דו רעדסט אין נאמען פון 'אייוועלט', ווער ביסטו מחליט צו זיין ווער באלאנגט אויף אייוועלט?
יעצט, איך האב שוין אויף מיין ניק איבער 10,000 תגובות, איך קען זאגן מיט א גרויסע שמייכל און מיט שטאלץ! אז איך האב נישט געלייגט קיין איין נייעס אדער קליפ וואס איז נישט אויסגעהאלטן! אויב איז בטעות אמאל ארויף עפעס וואס איז אפשר אויף די גרעניץ פון אומאויסגעהאלטנקייט, האב איך עס גלייך פארמעקט!
אבער די עיקר וואס איך וויל דיר זאגן:
פון וועם האסטו מורא? באהאלט דיך נישט! שיק מיך נישט א אימעיל פון א פרישע אימעיל אדרעס וואס דו האסט אויפגעמאכט ספעציעל פאר טעראר, איך בייס נישט! האסט א פראבלעם מיט עפעס וואס איך לייג, איך בין גרייט פאר א פאבליק דעבאטע דא אויף אייוועלט! איך וועל זיין זייער אפן, און איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט סיי וואס דו שיקסט מיך פריוואט, אז דאס זאל ארויפגיין דא אין פאבליק.
אויב עפעס אנדערש שטערט דיך, און דאס איז די וועג ווי אזוי די פילסט בעסער, איז דא פארדעם ספעציעלע מענטשן וואס קענען דיך העלפן! כלל ישראל האט אסאך ארגענזאציעס! איך בין זיכער אז עס איז דא א ארגענעזאציע וואס וועט דיך קענען ארויסהעלפן!
און פארשטייט זיך עס איז דא א דווח קנעפל, און א אישי קעסטל פאר די מנהלים וואס שטייען גרייט צו מסדר זיין סיי וועלכע אומאויסגעהאלטענע תגובה אויף אייוועלט. ביטע פון יעצט און ווייטער, נוץ יענע אפציע. דו וועסט אסאך שנעלער אנקומען ווי מיט מיין אימעיל אדרעס.

מיט ליבשאפט - אבימלך
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
שדכן גדול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4757
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

וואף!!!

א פחד נורא.
שקר נוטל כסף דובר
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2199
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

וואפאאא....

געצעם פעטש...

אבימלך בלייב מיט אונז, און בלייב שטארק
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6384
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

מ׳האמיר אסאך צו קאמאנטירן דערויף, העמיר בע״ה באלד מאכן צייט דערפאר.

אבער איין זאך ווילעך דיר זאגן, @אבימלך האלט דיר שטארק! מיר לעבן אין א נעגעטיווע אומפארגינערישע וועלט…
לעצט פארראכטן דורך באשיינפערליך אום מאנטאג יוני 10, 2024 5:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29825
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:55 pm
מ׳האמיר אסאך צו קאמאנטירן דערויף, העמיר בע״ה באלד מאכן חייט דערפאר.

אבער איין זאך ווילעך דיר זאגן, @אבימלך האלט דיר שטארק! מיר לעבן אין א נעגעטיווע אומפארגינערישע וועלט…
גייסט אים צעשניידן? כ'זע דו לאדנסט א חייט (שניידער)
---
מיינע קאמענטארן וועלן נאכפאלגן אי"ה
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8849
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן
פארבינד זיך:

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

@אבימלך האלט זיך שטארק!
אוועטאר
American Dream
שר שבעת אלפים
תגובות: 7703
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

האו קעירס

נעגאטיווע מענטשן זענען אייביג געווען אין וועט אייביג זיין
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6384
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:56 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:55 pm
מ׳האמיר אסאך צו קאמאנטירן דערויף, העמיר בע״ה באלד מאכן חייט דערפאר.

אבער איין זאך ווילעך דיר זאגן, @אבימלך האלט דיר שטארק! מיר לעבן אין א נעגעטיווע אומפארגינערישע וועלט…
גייסט אים צעשניידן? כ'זע דו לאדנסט א חייט (שניידער)
---
מיינע קאמענטארן וועלן נאכפאלגן אי"ה
כ׳ווייס נישט איבער צושניידן, איך וואלט ענדערש געשטימט פאר צומאלן…

דער זכר האט נישט קיין רעכט צו רעדן אין מיין נאמען, און אויב האט ער א אישו מיט׳ן נייעס טישל זאל ער עס מדוח זיין…
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6750
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

א שאנדע פון אן אומפארגינער,
ריפארט אים ספעם און מאך זיך נישט וויסענדיג.
אוועטאר
טו מיר א טובה
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 4:54 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טו מיר א טובה »

פארוואס האט ער נישט געווארט אויפן 11000?!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4647
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

American Dream האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:59 pm
האו קעירס

נעגאטיווע מענטשן זענען אייביג געווען אין וועט אייביג זיין
גא"מ.

אויב עס איז סתם א קריעטיווע ארטיקל פון @אבימלך דאן איז עס אקעי.

אבער אויב עס איז א עכטע אימעיל, פארוואס געבן פאר דעם תולה (עיין @בלוט בלבול 'ס קאמפיין סלאגאן) דער גוטער געפיל. אינגראניר און פארטיג.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
בערענשטיין
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

אבימלך האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:53 pm
צו דיר מיין טייערע דערשראקענער שוואכלינג.
בראווא! עס איז דיר געלונגען, דו האסט אויסגעפינען מיין אימעיל אדרעס.
האסט זיך באקאנט געמאכט צו מיר מיט א העסליכע אימעיל, אז איך אבימלך פיר אראפ כלל ישראל פון וועג, און אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי מיר. איך וועל נישט ציטירן די גאנצע אימעיל, אבער עטליכע שורות וועל איך יא לייגן

זייטיגע נאטיץ
"איך האב מיטגעהאלטן פון אנפאנג וויאזוי אייוועלט ווערט גרעסער און שענער, אבער מיט דעם זענען מיטגעקומען פארשידענע סארט ניקס וואס האבן אנדערע השקפות ווי די מענטשן וואס האבן געמאכט און אויפגעשטעלט אייוועלט. אייוועלט האט זיך אסאך געטוישט, און ליידער נישט אויף א גוטע וועג, עס איז געווארן א פלאץ ווי יעדע פרעכע גוישע נייעס ווערט באריכטעט, און ווי אלע סארטן אזוי גערופענע כשר'ע קליפס ווערן ארויפגעלייגט. נעם עס נישט פערזענליך, אבער דו האסט א גרויסע יד אין דעם, איך גלייב נישט אז דו מיינסט שלעכטס אבער אויב דו ווילסט א גרויסע גרופע מענטשן זאלן זען דיינע קליפס און גוישע נייעס זאלסטו גיין צו די פלעצער ווי די סארט מענטשן דרייען זיך, וואטסעפפ אדער טעלעגראם וכו׳ גיי לייג די נייעס פאר וואטסעפפ אידן. אייוועלט איז נישט די פלאץ פאר דעם. און בכלל דיינע אינטערוויוס ברענגען ארויס די ערגסטע פון די גוישע גאס, האסט אמאל געטראכט פון מאכן א אינטערוויו מיט א ערליכע איד? אדער עס איז נישט גענוג אינטערסאנט פאר דיר? עס איז נישט אינטערסאנט פאר רוב אייוועלט ליינער דאס לעבן און שאפן פון א נידריגע גוי. ביטע שלעפ נישט אראפ דעם דור, און טרעף דיך א צווייטער פלאץ צו אנפילן דיין ליידיגע טעג."
היינט ביסטו ווידעראמאל ארויס פון באהעלטעניש מיט א שטרענגע אימעיל וואס האט געטראגן די שארפע ווערטער ״שגץ ארויס״ אויפן קעפל. און מיט הארציגע רייד האסטו געשריבען דאס פאלגענדע:

זייטיגע נאטיץ
"יא אמת, עס קען זיין אז די האסט אסאך מענטשן וואס לייקען דיינע באריכטן, אבער עס איז דא אסאך מער וואס האבן אסאך ווייטאג מיטהאלטנדיג ווי די ברענגסט אראפ די נארמאלע סטאנדארטן פון אייוועלט.
טראכט דיך גוט איבער צי עס לוינט זיך!
עס אינטרעסירט קיינעם נישט איבער א סייבער טראק ביי א הייליגע מעמד ווי א הכנסת ספר תורה"
קודם כל האב איך הנאה אז די ליינסט מיינע באריכטן! און די דרייסט דיך נישט אויף אומאויסגעהאלטענע וועבסייטס צו זעהן די נייעס.
יעצט, דו שרייבסט אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי מיך, זאג, דו קענסט מיך? האסט מיך אמאל געטראפן? דו ביסט א דערשראקענער שוואכלינג וואס באהאלט זיך אונטער א באשיידענע אימעיל, און דו טענה'סט אז דו רעדסט אין נאמען פון 'אייוועלט', ווער ביסטו מחליט צו זיין ווער באלאנגט אויף אייוועלט?
יעצט, איך האב שוין אויף מיין ניק איבער 10,000 תגובות, איך קען זאגן מיט א גרויסע שמייכל און מיט שטאלץ! אז איך האב נישט געלייגט קיין איין נייעס אדער קליפ וואס איז נישט אויסגעהאלטן! אויב איז בטעות אמאל ארויף עפעס וואס איז אפשר אויף די גרעניץ פון אומאויסגעהאלטנקייט, האב איך עס גלייך פארמעקט!
אבער די עיקר וואס איך וויל דיר זאגן:
פון וועם האסטו מורא? באהאלט דיך נישט! שיק מיך נישט א אימעיל פון א פרישע אימעיל אדרעס וואס דו האסט אויפגעמאכט ספעציעל פאר טעראר, איך בייס נישט! האסט א פראבלעם מיט עפעס וואס איך לייג, איך בין גרייט פאר א פאבליק דעבאטע דא אויף אייוועלט! איך וועל זיין זייער אפן, און איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט סיי וואס דו שיקסט מיך פריוואט, אז דאס זאל ארויפגיין דא אין פאבליק.
אויב עפעס אנדערש שטערט דיך, און דאס איז די וועג ווי אזוי די פילסט בעסער, איז דא פארדעם ספעציעלע מענטשן וואס קענען דיך העלפן! כלל ישראל האט אסאך ארגענזאציעס! איך בין זיכער אז עס איז דא א ארגענעזאציע וואס וועט דיך קענען ארויסהעלפן!
און פארשטייט זיך עס איז דא א דווח קנעפל, און א אישי קעסטל פאר די מנהלים וואס שטייען גרייט צו מסדר זיין סיי וועלכע אומאויסגעהאלטענע תגובה אויף אייוועלט. ביטע פון יעצט און ווייטער, נוץ יענע אפציע. דו וועסט אסאך שנעלער אנקומען ווי מיט מיין אימעיל אדרעס.

מיט ליבשאפט - אבימלך
איין תירוץ איז דא פאר יענעם. מאך צו אייוועלט!
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

@אבימלך כגלייב אפילו נישט אז דו האסט זיך דערשראקן, אבימלך מיינט פאר אונז ריינע אויסגעהאלטענע פארלעסליכע נייעס + הערליכע רייכע ריינע אינטערוויאוס, און צום בריוו איז אפילו נישט כדאי זיך אפצוגעבן דערמיט.
גיי אן @אבימלך אבימלך!
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

עניוועי אזויווי אבימלך זאגט ווילאנג ער באהאלט זיך האט ער פאר וואס....
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

איינציגסטע וועג פאר B.P.D. איז איגנארירן!
@אבימלך מאך דיך נישט וויסענדיג! גיי דיין וועג!
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
שמעלקא שמערל
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2023 3:14 pm
לאקאציע:אין חיריק'ס סינדראם.

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא שמערל »

ב''ה

צו דיר מיין כאווער אבימלך.

איך וויל מיך צו דיר באדאנקן פארן ארויסלייגן די דברי מחאה אין פובליק. דעי אימעיל איז געשיקט געווארן צו דיר פריוואט אז דו זאלסטעך איבערטראכטן און אויפהערן צו שיקן דעי גיפטיגע נייעס. דעי גיפטיגע נייעס איז אזוי גיפטיג ווי די גויאישע ביכלעך וואס מ'טיילט אין אונזערע חדרים ביי ענגליש אין חדר... דעיס איז ווי א קאוויד שאט, דדעי נייעס מאכט אונז פאר זאנביס.

איך האב הנאה אז ו האסט עס געלייגט אין פובליק פונקט ווי יעדע מחאה וואס קומט פאר אויף די אידישע גאס. דעי פייער וואס דו האסט אנגעצינדן מיט דיין נייעס דא אויף אייוועלט איז נישט צום פארלעשן. דעיס איז פונקט ווי ס'ברענט א פייער אין מאנסי און מ'רופט אידישע פייער לעשער..

נאכעפעס אבימלך? ביטע זאג מיר צו איך בין גערעכט..

ערענסט גערעדט....
צו דעי ניק וואס שיקט דעי אימעיל'ס. יעדער זעט אליין אין דיינע ווערטער אז דו פארגינסט נישט אבימלך און דו וואלסט ווען געפייגערט צו זיין די ארויפגעקוקטע נייעס ברענגער.. גיי נעם די אימעיל אדרעס פון קול מבשר און שיק זיי העססליכע אימעילס. זאלן זיי זיך ספראוווענען מיט אזא משוגענעם.
הק' חיריק.
אוועטאר
פישל דער חכם
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 9:04 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל דער חכם »

איך קום נישט שרייבען קיין סאך, אבער עס האט מיר באמת ווייגעטון צו זעהן אז איינער קען פריוואט טערארעזירען איינער וואס געבט אזוי סאך צו פאר אייוועלט, איך און נאך טויזענטער (!) אידן וואלטן געקוקט נייעס און אונטערהאלטונגען אויף גויאישע זייטלעך ווען נישט @אבימלך , עס איז א בושה פון דיר שרייבער צו קומען אטאקירען פערזענליך א איד וואס געבט אוועק טאג און נאכט, פאר איין איינציגע סיבה, צו ברענגען נייעס אויף א כשר'ע וועג.

איך בעט דיר בשם גאנץ אייוועלט, קום מער נישט אויף אייוועלט, פאר דיר איז עס א פלאץ פאר גוי'שע און טריפענע נייעס! בכלל איז אינטערנט נישט פאר דיר, גיי ארבעטן און קום קיינמאל נישט מער אויף אייוועלט!

און צו דיר טייערע @אבימלך גיי אן ווייטער מיט א שטארקייט, איך האב באמת הנאה פון דיינע פאסטס!!!
פארגעס פון דיין נעכטען, טראכט נישט פון דיין מארגן, מאך דיין היינט!
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6750
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

עכט היימיש האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:01 pm
American Dream האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:59 pm
האו קעירס

נעגאטיווע מענטשן זענען אייביג געווען אין וועט אייביג זיין
גא"מ.

אויב עס איז סתם א קריעטיווע ארטיקל פון @אבימלך דאן איז עס אקעי.

אבער אויב עס איז א עכטע אימעיל, פארוואס געבן פאר דעם תולה (עיין @בלוט בלבול'ס קאמפיין סלאגאן) דער גוטער געפיל. אינגראניר און פארטיג.
@אבימלך איז צו אמת'דיג צו אויפמאכן אזא אימעיל,
דיין צווייטע שורה איז ריכטיג.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13741
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

פאני מאדנע מענטשן אז ס'כאפט א פחד.
אוועטאר
מה נשמע
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה נשמע »

@אבימלך מיר זענען מיט דיר!!!!
# “On Jan. 6, we had a great border. Nobody coming through, very few. On Jan. 6, we had an economy that was the best in the world. Our stock market was the best ever.”

(דאנאלד טראמפ צו דזשאו ביידן)
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

בקע לגלגולת האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:03 pm
עניוועי אזויווי אבימלך זאגט ווילאנג ער באהאלט זיך האט ער פאר וואס....
די פראבלעם איז נאר אז אבימלך אליין באהאלט זיך אויך...
אין גלייב אינ'עם אויבערשטן. ער איז מיין באשעפער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.
אוועטאר
ראש המנהלים
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:59 pm
לאקאציע:ציווישן צפון און דרום

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המנהלים »

אינטרעסאנטע מענטשן אן האפט און לאגיק
😜
נירעדהאז׳ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 20, 2024 7:35 am

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נירעדהאז׳ער »

אויב איינער האלט אז יענער האט א שטיקל שפיטץ זאל ער עס דא שרייבן?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29825
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צו דיר אבימלך:

גוגעל מעיל האט שוין היינט אן אפציע פון בלאקירן מענטשן, אלס גוטער פריינט ראט איך דיך צו פרובירן דעם קנעפל ויונעם לך

---

צו יענעם פחדן:

מיט'ן שיקן אנאנימע אימעילס צו סיי וועם, טוסטו שאנטאזשירן און שווארץ-פאסטן א מענטש. עס איז נישט יושר, נישט מענטשליך און זיכער נישט תורה'דיג.

ובנוגע דיינע טענות:

קודם כל, האסט געכאפט דעם אומריכטיגן קרבן.

אויב דו האסט טענות אויף פארשידענע לעכער פון אייוועלט וואס קענען מאכן מענטשן אומבאקוועם מיט איר היינטיגן שטאנד, דארפסטו אונטערנעמען א זוך אקציע נאך די ריכטיגע ניקס.

אבימלך איז א ביישפיל פון א ניק וואס באלאנגט אויף אייוועלט, פירט זיך ווי די אייוועלט סטאנדארטן - און מיט א שמיץ אריבער! שוין געווען מער ווי איינמאל וואס איך האב אים געזאגט אויף א תגובה/בילד/ווארט אז עס איז פיין, און ער האט דאס אראפגענומען אדער נישט געשטעלט "לפנים משורת הדין".

הלואי וואלטן אלע ניקס אויף אייוועלט אזוי געהיטן אלע תקנות המקום ווי אבימלך, און זיין אזא פארגעניגן צו האנדלען מיט ווי אבימלך.

און צו דיין אבסורדאלע ליניע אז דו רעדסט אין נאמען פון אנדערע:

קענסט רעדן אין וועמענ'ס נאמען דו ווילסט, אבער לאז דער נאמען פון אייוועלט במנוחה.

איך בין נאך אזוי אייוועלט ווי דיר, און איך האב נאך אזויפיל פריינט אינערהאלב אייוועלט ווי דיר, און קיינער - אבער קיינער! - האט זיך נאך קיינמאל - אבער קיינמאל! - באקלאגט אויף דעם ניק אבימלך.

ביטע הער אים אויף צו שאנטאזשירן און אראפרייסן, און אויב אנדערע מענטשן באקומען אזעלכע אימעילס - ביטע דאס איינמעלדן פאר די הנהלה.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”