ראקעפעלער
דא גיי איך באשרייבן א פערזאן וואס זיין נאמען איז ברייט באקאנט: ”ראקעפעלער”!
זיין נאמען מאכט א סטעיטמענט און איז גאר באוואוסט פאר היסטאריע ליבאהאבער.
ידעתי גם ידעתי, אז דא אויפן וועלטל איז היסטאריע א אויסגעלאשענע לעכט, וועל איך פרובירן אביסל עס צו אנצינדן, ווייל פאר דעי וואס האבן נישט ליב היסטאריע וועלן נישט ליב האבן גארנישט דערפון, און די וואס האבן עס ליב וועלן ליינען אפילו נישטיגע שטיק היסטאריע, היות עס ציעט זיי.
דא האט זיך אנגעהויבן א שטיקל שמועס וועגן דעם. אבער לאמיר עס צונעמען אביסל ברייטער און אינטערעסאנטער בעז”ה.
לאמיר אנהייבן מיט דעם אז ראקעפעלער ווערט געשאצט אז ער האט פארמאגט אזויפיל ווי 418 ביליאן היינטיגע דאלאר (ס’הייסט אזוי, דזשעף בעזאס איז כהיום יום ווערד א נישטיגע 200 ביליאן, און דער אינגערמאן האט פארמאגט מער ווי דאפעלט דערפון...)
דזשאן דעיוויסאן ראקעפעלער איז געבוירן א צווייטער פון זעקס קינדער פון א ארימע משפחה (!) אין ריטשפארד ניו יארק, כ”ו תמוז תקצ”ט- July 8 1839 למס’.
זיין טאטע וויליאם עהברי וואס ווערט גערופן ’ביל’ ראקעפעלער, דער ביל איז געווען א אורח (סארי פאר די שיינע אויסדרוק אויף אים...), ער האט פארקויפט מעדעצינען און ביליגע שמאנצעס אויפן מארק, און אזוי געלייזט עטליכע דאלער, איין זאך האט ער זיכער געמאכט אויסצולערנען די קינדער, אז מען טאר זיך נישט פארלאזן אויף קיין שום מענטש אויף דעי וועלט (גערעכט איזער), און ראקעפעלער איז אזוי אויפגעוואקסן און געארבעט ביטער שווער צו פארדינען געלט, ער האט געאקערט אין פעלד, און זיך אנגעפאקט אסאך געלט, ביז די 12 האט ער שוין פארמאגט גאנצע 50 דאלער.. און זיין מאמע האט אים גע’עצה’ט אז ער זאל פארבארגן די פופציגער פאר א ארטיגער אנדערע פעלד ארבעטער און אז יענער זאל אים דארפן באצאלן ביז א יאר מיט ריבית 7 פראצענט מער, און אזוי, די נעקסטע יאר איז יענער געקומען באצאלן די 35 אהאלב דאלער, דעמאלטס האט ראקעפעלער געכאפט די מהלך פון געבן ווייניג און צוריק באקומען סאך מער דערפון אז יארן שפעטער האט ער זיך אויסגעדרוקט אויף דים: ”דעמאלטס האט עס געמאכט אזא איינדרוק אויף מיר, אז איך וועל געבן פאר די געלט זאל ארבעטן פאר מיר, אנשטאט איך זאל ווערן א קנעכט פאר די געלט...”
ביי די 13 איז ער אריין אין קאלעדזש, זיך געלערנט דארט פארשידענס, ביי די 15 האט ער אפגעלאזט דעם קאלעדזש, און זיך געגאנגען לערנען אין א סקול אלע סארט לימודים ארום פירן א באנק, נאך א שטיק צייט האט ער באקומען א ארבעט ביי איינעם צו פירן זיינע חשבונות, פאר 15 סענט א טאג (בערך 10 דאלער היינט).
ער האט פיינט געהאט די קנעכטשאפט וואס האט דאן געווען די הויפט מדובר אין אמעריקא, און אין 1860 למס’ האט ער טאקע געוואויט פאר פרעזידענט עיברעהעם לינקאלן וואס האט זיך געשלאגן קעגן קנעכטשאפט. ראקעפעלער איז געווארן א רעפאבליקאנער, וואס דעמאלטס איז עס נאך געווען א נייע פארטיי.
וואס אונז אידן קענען זיך אפלערנען פון דעם גוי, איז אז ער האט געטיילט געלט פאר ארעמעלייט אין ווערד פון (היינטיגע) 100 ביליאן דאלער!
און נאך א זאך וואס ער האט צוטוהן מיט אונז אידן, איז די אויפבוי פון די באוואוסטע פאליסעידס, וואס ער האט באצאלט, דאס טראגט אויף זיך טעגליך טויזענטער אידן און שפארט איין פון די וואס פארן אויף איר צו צאלן טאל (שטייער).
ער האט אנגעפירט א ריזיגע אויל ביזנעס וואס אסאך ווערט געשריבן דערוועגן, איבער זיין מאנאפאלי אין ביזנעס.
א חכמה בגוים תאמין’דיגע ווארט איז דא פון אים: ”האב נישט מורא צו מוותר זיין אויף גוטס, כדי צו באקומען די בעסערע”!
אויך האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט פון נאך אזא פארשעמנדע זאך ווי א מענטש וואס זיין ארבעט איז צו מאכן געלט פאר נאך געלט!
ביי די 16 יאר האט ער געזאגט אז ער שטרעבט אין לעבן אויף צוויי זאכן: צו לעבן ביז די 100, און צו האבן אין באזיץ הונדערט טויזענט דאלער... (יע יע, א מענטש טראכט און גאט לאכט)
ער איז געשטארבן ביי די 97 יאר.
טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף!