ווילסטו יא אנערקענונג אדער נישט ?
טראכט אריין צו די ביזט שוין אמאל געווען אין איינע פון די פאלגענדע סיטואציעס, (אדער עכ''פ עפעס ענליך),
די האסט אראנדזשירט א גרויסע משפחה טריפ, פאר דיר און דיין משפחה און אלע דיינע געשוויסטער מיט זייערע משפחות,
אדער די האסט מסביר געווען עפעס פאר דיין חברותא בטוב טעם ודעת אזש ער האט ארויס א גאר שווערע סוגיא מיט א געוואלדיגע קלארקייט,
אדער די האסט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור מיט א דרשה אזאנס און אזעלכעס, אז די זאל איז געווען געשפאנט, טויט שטיל, און געשלינגען יעדעס ווארט מיט דארשט,
הצד השוה שבהן, האסט סיי וואספארא זאך געטון פאר א יחידת אדער א רבים תאון ס'געווען א סוקסעס בעזרת השם,
יעצט די טבע איז אז די האסט הנאה צו מיטהאלטן וויאזוי מען האט הנאה פון דיינע טאלאנטען און/אדער אויפטוהנגען נישט אזוי?
די ווארטסט אויף די אנערקענונג אז מ'זאל איינזעהן ווי געלונגען/געטריי די ביזט,
גערעכט?
פיין דאס איז אלעס זייער נארמאל אזוי איז א מענטש, דאס גיבט אים די כח למפרע, צו האבן געטון די פעולה וואס די האסט געטון,
אלעס פיין און וואויל,
איין קשיא האב איך נאר אויב די ווארטסט אזוי שטארק אויף די אנערקענונג? דעלמאטס פארוואס ווען דיין שוואגער/חברותא/שווער/דרשה הערער וכו',קומט אריבער צו דיר און זאגט דיר בערך דאס פאלגענדע: וואוו איך האב זייער הנאה געהאט, די האסט אסאך טאלאנטען ,די ביזט א געלונגענע אינגערמאן ,אדער בערך עפעס אזא לשון,
וועט דיין רעאקציע זיין בערך אזוי ,
אראפקוקן אויף די ערד ,
א קליינע רוק מיט איינס פון דיין פיס,
און זאגן א שטילע עה... קלייניגקייטן, וואס האב איך שוין געטון?
אדער וועסטו גאר אינגאנצן פארדרייען די שמועס צי א צווייטע נושא,
אדער גאר ווערן ברוגז, לאמיר אפ לאמיר לעבן ,
אדער ענטפערן ציניש איך בין געלונגען ?אין וואס וועט זיין מיט דיר?
(רוב מענטשן טוען די ערשטע אבער ווענדט זיך אין וועלכע סיטואציע),
איז רבש''ע איך פארשטיי נישט, וואס דא גייט פאר,
די ווארטסט דאך און די גייסט אויס פאר אביסל אנערקענונג, פארוואס קענסטו נישט נעמען דעם קאמפלימענט ווי א מענטש?
וועל איך דיר זאגן.......
ליידער זייער אסאך פון אונז האבן אין זיך אביסעלע פון דעם שמינית שבשמינית (אכט מאל אכט ניין?),
און סלאזט זיך גרינג זאגן אז נאך א סיי וואספארא סוקסעס די האסט געהאט איז עס אפשר אביסעלע מער צושפילט יא ?
פיין ווען די איד קומט דיר געבן א קאמפלימענטת דיין שמינית שבשמינית נאגט דיר דארט פון אינעווייניג,
און זאגט דיר דאס פאלגענדע:איך גיי מיך אראפלאזן אזוי טיף? און ארויסווייזן קלאר פאר דעם חברהמאן אז איך דארף דעם מענטשליכע אנערקענונג?
ס'פאסט נישט פאר דיר זיך אזוי אראפצולאזן פארשטאנען מענטשעלע מיינס ?
דאס איז די פשוטע תי' אויף אונזער קושיא,
נעמען א קאמפלימענט ווי א נארמאלע מענטש, איז כאילו ארויסווייזן שוואכקייט פאר יענעם,
און דיין הויעך געשעצטער מענטשעלע דארטן אינעווייניג, ערלויבט דאס נישט .פינטל.
והא לך לראי' אז איך בין גערעכט,
ווען די הערסט זיך אונטער בשתיקה וויאזוי צוויי מענטשן רעדן צווישן זיך איבער דיין סוקסעס ביסטו זאט און צופרידן, אז די קענסט אהיים רופן קענסלן דיין סאפיר פאר היינט,
דו''ק וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט,
נו איך מיין ס'איז גאנץ א פיינע ארטיקל,
איך זעה נישט בשעת די לייקסט, ממילא מיין מענטשעלע לאזט עס צו, נו גיב א לייק איך דארף אנערקענונג אויף מיין ארבעט הצלחה,